דורהעם אויספארשונג

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 05, 2022 3:46 pm

ברוכים הבאים!

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 05, 2022 3:47 pm

די ערשטע ערנסטע פראצעס ארויס פון די דורהעם אויספארשונג איז אונטערוועגנס וואס באדייט די נאטורליכע פלוס פון נייעס און באריכטן וועלכע פארדינען א צענטראלע אשכול פאר זיך

נישטערנדיג דא און דארט האט מען זיך באגעגנט מיט מערערע אשכולות וועלכע זענען געעפנט געווארן דורכאויס עטליכע צייט אפשניטן נאך יעדע אנוויקלונג אין די אויספארשונג

דעריבער איז מעגליך בענעפיטירנד צו באשטימען אט די אשכול פאר אלע נייעס און נאטיצן ארויס פון די דורהעם אויספארשונג אבער אויב עימיצער שפורט אז א פריערדיגע אשכול איז יא מער פאסיג זאל מען מיר ביטע אויפמערקן און איך וועלן גערן אהינגיין

און אצינד צו די נייעס

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 05, 2022 3:47 pm

ריכטער קריסטאפער קופער האט נעכטן מיטוואך נאכגעגעבן א פארלאנג פון ספעציעלע קאונסיל דזשאן דורהעם איבערצוקוקן מערערע דאקומענטן וועלכע סאסמאן, און טעכנאלאגיע עקזעקוטיוו ראדני יאלפא און די קלינטאן קאמפיין האבן געוואלט האלטן פארזיגלט

ווי באקאנט טוט דורהעם קלאגן אדוואקאט מייקל סאסמאן פארן ליגן זאגן פאר די עף בי איי ווען ער האט זיך פארגעשטעלט אז שטעלט זיי צו אינפארמאציע איבער טראמפ אין די קאפיציטעט פון א פריוואטע בירגער

דורהעם האט אין אפריל למספרם געפיילט א באשולדיגונג אין געריכט אז די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאמיטע, קלינטאן קאמפיין, און ריסוירטש פירמע פיוזשאן דזשי פי עס און די פערקינס קואי געזעץ פירמע אין וועלכע סאסמאן איז א שותף האבן צוריגעהאלטן/צענזורירט דאקומענטן און קאמיוניקאציע וועלכע קען פאטענציאל גענוצט ווערן אקעגן סאסמאן

(די קלינטאן קאמפיין האט אויפגענומען פערקינס קואי וועלכע האט רעקרוטירט פיוזשאן דזשי פי עס וועמענ'ס קריסטאפער סטיעל האט אהערגעשטעלט די באקאנטע טראמפ פאשקעוויל)

די שטרייט באציהט זיך צו קאמיוניקאציע דאטא וועלכע דורהעם וויל פרעזענטירן פאר די דזשורי אבער די אויבנדערמאנטע פארטייען מאכן די ארגומענט אז זיי זענען באשוצט אונטער די אטוירני קליענט פריווילעגיע

די דאקומענטן באשטייען פון אימעיל אויסטוישן דורך די קאמפיין וועלכע האט ארומגעשיקט מערערע אויפדעקונגען וועלכע האבן אנגעבליך פארציילט איבער פארבינדונגען צווישן די טראמפ קאמפיין מיט רוסלאנד

דורהעם האט גע'טענה'ט אז די ארבעט פון פיוזשאן פאר די קלינטאן קאמפיין איז געווען צו זוכן שמוץ אקעגן טראמפ און די קאמיוניקאציע וועלכע זענען פארבונדן צו אט די מיסיע האט גארנישט איינגעלייגט מיט לעגאלע ראט פון אן אטוירני און זיין קליענט וועלכע געניסט פון די פריווילעגיע צו בלייבן געהיים

באזונדער האט ער אנגעוויזן אז אויב זענען די אויסטוישן באשטאנען פון פריוואטע געשפרעכן צווישן אן אטוירני און זיין קליענט וואלטן זיי נישט געווארן געלופטערט צו מערערע נייעס סטאנציעס און מיטן עס פיטערן פאר די פובליק מידיא ווערט קלאר אז עס איז נישט קיין פריוואטע אינפארמאציע

דערווייל האנדלט מען פון בלויז 38 דאקומענטן פון די 1500 דאקומענטן איבער וועלכע מען האט פארלאנגט אטוירני קלינעט שוץ און דער ריכטער איז אצינד איינגעגאנגען דורכצופירן אן אייגענע איבערזיכט אויף די דאקומענטן און זעלבסט באשליסן אויב און וויפיל פון זיי קענען ווערן מיטגעטיילט מיט די דזשורי

30 פון די דאקומענטן זענען אינערליכע פיוזשאן דזשי פי עס קאמיוניקאציע און די איבריגע אכט זענען פון די טעכנאלאגיע עקזעקוטיוו ראדני יאלפא און פיוזשאן

אויף די פראגע פונעם ריכטער וועלכע האט געוואלט וויסן אויב ער וועט שפעטער צוריקקומען בעהטן צוטריט צו די איבריגע דאקומענטן אויב ער וועט עוועטועל באקומען צוטרירט צו די איצטיגע 38 זאגט דורהעם'ס פראקוראר יונתן אלגאר אז נישט אין איצטיגע קעיס אקעגן סאסמאן אבער שליסט נישט אויס עס צו פארלאנגען אין צוקונפטיגע אנדערע פראצעסן

די קלינטאן קאמפיין אדוואקאט האט גע'טענה'ט אז פיוזשאן וועלכע האט געארבעט פאר די קאמפיין זיי צוצושטעלן לעגאלע ראט האט טאקע געזאמלט נעגאטיווע אינפארמאציע אקעגן די טראמפ קאמפיין אבער נישט דאס איז געווען זייער איינציגסטע און הויפט אויפגאבע נאר זיי זענען געווארן רעקרוטירט צוצושטעלן לעגאלע ראט און אלץ טייל פון זייער ארבעט האבן זיי געזאמלט פאקטן ארום די אפאנענט פונעם קאמפיין

דער ריכטער האט אבער נאכאנאנד פונאנדערגעשיידט צווישן אויפנעמען א פירמע צו זאמעלן פאקטן און ווען זייער אויפגאבע איז צו זאמלען שמוץ

דער ריכטער האט איינגעשטימט אז געוויסע איז מעגליך אז טייל פון די קאמיוניקאציע זענען איבער לעגאלע אנגעלעגנהייטן אבער די זוך פאר שמוץ איבער טראמפ קען זיין אומבאשוצט פון די לעגאלע ראט סטאטוס און דעריבער וועט ער עס מעגליך דארפן באפרייען און ערלויבן דורהעם עס אריינצוברענגן אינעם פראצעס

דורהעם פלאנט אראפצורופן פיוזשאן'ס טעכנאלאגיע עקספערט אויפצוטרעטן ביים פראצעס לאורא סיעגא אבער סאסמאן'ס אדוואקאט שאן בערקאוויטש האט זיך באקלאגט אז עס וואלט נישט געווען אויסגעהאלטן

בערקאוויטש האט אויך געווארנט אז אן אורטייל לטובת דורהעם איבער באפרייען די דאקומענטן וועט שאפן א שטורעם און אפעקטירן מערערע קעיסעס אין וועלכע פארזיגלטע דאקומענטן וועלן קומען אונטער פראגע צו זיי קענען בלייבן באשוצט

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלפיים
תגובות: 2488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג מאי 05, 2022 3:47 pm

סובסקרייבט

יעצט גיימער ליינען
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

פוילער
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך פוילער » דאנארשטאג מאי 05, 2022 3:50 pm

טענקס הבל!
איך בין נישט קיין שרייבער, איך קאמאנטיר סך הכל.

monroe10950
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך monroe10950 » דאנארשטאג מאי 05, 2022 3:57 pm

דער אנפאנג פון די ענדע?....
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווי געשריבן די סייט אן קיין ציבור איז נישט קיין סייט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג מאי 13, 2022 9:35 am

ריכטער קופער אורטיילט אז 22 פון די 38 אימעיל אויסטוישן דארפן ווערן איבערגעגעבן צו די דורהעם פראקורארן נישט שפעטער ווי קומענדיגע מאנטאג וועט די פראצעס ווערט געלאזט אין גאנג

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 16, 2022 10:24 am

היינט הויבט מען אן די קלויבן די דזשורארס אין "משפט סאסמאן"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 16, 2022 10:52 am

פאר די וועלכע האבן נישט מיטגעהאלטן ביז איצט ווערט סאסמאן אנגעקלאגט מיט אן איינצלנע קאונט פון אנגעבליך ליגן זאגן פאר די עף בי איי ווען ער האט געזאגט פאר דזשעימס בעיקער אז ער האט נישט רעפרעזענטירט קיינע קליענטן ווען ער האט אים צוגעשטעלט דאטא וועלכע האט געזאלט אנטהאלטן באווייזן פון געהיימע קאמיוניקאציע צווישן די רוסישע אלפא באנק און די טראמפ פרעזידענט קאמפיין און די צייט וואס ער האט יא גערעכנט די קלינטאן קאמפיין פאר די ארבעט

די סאסמאן טענה איז אז די ליגן איז אן ערנסטע און נישט עפעס וואס האט נישט אויסגעמאכט אבער סאסמאן טענה'ט אז ער האט קיינעם נישט פארטרעטן מיט די מיטינג און אפילו אויב יא, איז די פאקט אז ער פארטרעט נישט קיינעם, נישט געווען דאס וואס האט באוואויגן די אגענטור צו עפענען די אויספארשונג אויף די טראמפ קאמפיין

סאסמאן זאגט אז ראדני יאלפא האט געוואלט אז ער זאל מיטטיילן די דאטא מיט די עף בי איי אבער נישט צו העלפן אים און די קלינטאן קאמפיין (וואס דאס וואלט געמיינט אז ער טוט עס פאר זייער בענעפיט און ארבעט פאר זיי) נאר פאר די אינטערעסן פון די אגענטור וועלכע קען עס נוצן

די באווייזן וועלכע דורהעם באזיצט איז א טעסט מעסעדזש וועלכע סאסמאן האט געשריבן צו בעיקער איידער די מיטינג אין וועלכע ער שרייבט אז דארף אים מייטטילן סענסיטיווע אינפארמאציע "נישט אין נאמען פון א קליענט אדער פירמע"

לויט דורהעם האט סאסמאן געזאגט די זעלבע מונדליך ביים זיך טרעפן מיט בעיקער אבער די מעסעדזש באשטעטיגט עס אויך שריפטליך

די טענה איז, אז די אגענטור וואלט מעגליך געווען פיל מער פארזיכטיג איידער זיי עפענען אן אויספארשונג אויב זיי וואלט געוואוסט פון וואו די אינפארמאציע קומט און אפילו אויב זיי וואלטן אנגעהויבן פארשן וואלט די פראמעדור געגאנגען גאנץ אנדערש און געלט און כוחות וואלטן נישט פארשווענדעט געווארן בלינדערהייט נאר זיי וואלטן געהאט שנעלער צוטריט צו די קוואל פון וואו די אינפארמאציע קומט און באשטעטיגן אויב עס האט האפט אדער נישט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 16, 2022 3:48 pm

משפט סאסמאן אפדעיט:

38 פאטענציאלע דזשוראר קאנדידאטן קוואליפיצירן אויבנאויף

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 16, 2022 3:49 pm

אין די קומענדיגע פאזע וועלן ביידע זייטן פרובירן אראפצוקלאפן די פון די 38 וועלכע איז לויט זיי נישט געאייגנט אבער דאס וועט זיך אנהויבן ערשט מארגן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 16, 2022 5:16 pm

איינע פון די וועלכע זענען ארויסגעפאלן איז געווען א הילערי קלינטאן שטיצער וועלכע האט געזאגט אז קען נישט גאראנטירן אז זי וועט זיין אומפארטייאיש

א צווייטע איז געווארן באפרייט צוליב א פארבינדונג מיט איינע פון די הויפט עדות

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 16, 2022 6:46 pm

מארגן וועט זיין עפענונג קאמענטארן

פראקורארן אנדייטן אז פראמינענטע עלעקשאן אדוואקאט מארק עלייאס קען שוין זיין אויפן עדות שטוהל אזוי פרי ווי מארגן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 17, 2022 10:01 am

א גוט מארגן!

די געריכט האט נעכטן עווענטועל באשטימט א דזשורי פון 12 מענטשן אין צוגאב פון 4 אלטערנאטיוון

11 פרויען און 5 מענער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 17, 2022 10:02 am

א היבשע טייל פון די וועלכע מען האט דורכגעזיפט, אריינגערעכנט טייל פון די אויסגעקליבענע האבן קלאר געזאגט אז זיי זענען קלינטאן שטיצער און אנטי טראמפ

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 17, 2022 10:04 am

איין אויסגעקליבענע פרוי האט געזאגט אז זי גלייכט זייער נישט טראמפ און וואלט נישט געקענט זיין פארטייאיש אויב זאל די קעיס זין איבער טראמפ אדער איינע פון זיינע מענטשן אבער גע'טענה'ט אז אויב איז עס איבער עימיצן אנדערש ווועט זי זיך האלטן נייטראל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 17, 2022 10:07 am

אן אויסגעקליבענע מאן וועלכע ארבעט פאר די טרעזשורי דעפארטמענט האט בייגעשטייערט געלט צו די דעמאקראטישע פארטיי אין 2016 למספרם אבער זאגט אז ער וועט קענען זיין נייטראל

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 17, 2022 10:08 am

דזשאן דורהעם זעלבסט איז נעכטן געזיצן אין געריכט מיטצוהאלטן די אנטוויקלונגען (זיין פאטריאכאלישע וואנצן האט מען נישט געקענט זעהן זייענדיג פארשטעלט אונטער זיין מאסק)

abeg
שר חמשת אלפים
תגובות: 5268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך abeg » דינסטאג מאי 17, 2022 10:11 am

כ׳מײן אז דאס אז די סי איז גאר א שטארקע דעמיקראטישע פעסטאנג װי די דשזאריס פראסיקיוטערס אין דזאדשזעס זענען 90% פון אײן פארטײ אין רוב פאליטישע קעיסעס קימען פאר דארט ברױכט לדעתי אן אשכול פאר זיך צי אין אזא פלאץ קען א געריכט געפירט װערן מיט "ישרות"

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 17, 2022 10:13 am

צווישן די דזשורארס ציילן א געוועזענע איבונגען טרענירער, א רעגירונג קאנטראקטאר, א א מעכאניקער, א מעדיצינישע עקספערט, אן איינגעשטעלטע ביי די קאונסיל פאר אויסערן אנגעלעגנהייטן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 17, 2022 10:13 am

abeg האט געשריבן:כ׳מײן אז דאס אז די סי איז גאר א שטארקע דעמיקראטישע פעסטאנג װי די דשזאריס פראסיקיוטערס אין דזאדשזעס זענען 90% פון אײן פארטײ אין רוב פאליטישע קעיסעס קימען פאר דארט ברױכט לדעתי אן אשכול פאר זיך צי אין אזא פלאץ קען א געריכט געפירט װערן מיט "ישרות"

עס איז ווירקליך אין די סי וועלכע איז דעמאקראטיש גענויגט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 17, 2022 10:15 am

די דזשורי איז שוין נעכטן געווארן איינגעשוואוירן און היינט הויבט די פראקוראר אן זיין קעיס

ער פלאנט אויסצופרעגן מארק עלייאס וועלכע האט געארבעט אלץ דזשענעראל קאונסיל פאר די קלינטאן קאמפיין און דעיוויד מארטין פון די עף בי איי

abeg
שר חמשת אלפים
תגובות: 5268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך abeg » דינסטאג מאי 17, 2022 10:19 am

הכל הבל האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:כ׳מײן אז דאס אז די סי איז גאר א שטארקע דעמיקראטישע פעסטאנג װי די דשזאריס פראסיקיוטערס אין דזאדשזעס זענען 90% פון אײן פארטײ אין רוב פאליטישע קעיסעס קימען פאר דארט ברױכט לדעתי אן אשכול פאר זיך צי אין אזא פלאץ קען א געריכט געפירט װערן מיט "ישרות"

עס איז ווירקליך אין די סי וועלכע איז דעמאקראטיש גענויגט

זײטס אײך מסביר אױב איר קענט

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 17, 2022 10:22 am

abeg האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:
abeg האט געשריבן:כ׳מײן אז דאס אז די סי איז גאר א שטארקע דעמיקראטישע פעסטאנג װי די דשזאריס פראסיקיוטערס אין דזאדשזעס זענען 90% פון אײן פארטײ אין רוב פאליטישע קעיסעס קימען פאר דארט ברױכט לדעתי אן אשכול פאר זיך צי אין אזא פלאץ קען א געריכט געפירט װערן מיט "ישרות"

עס איז ווירקליך אין די סי וועלכע איז דעמאקראטיש גענויגט

זײטס אײך מסביר אױב איר קענט

איך האב בלויז באשטעטיגט (אויף מיין שפראך) אז די פונקט אז עס קומט פאר אין די סי איז וואר און אויך אז עס איז א דעמאקראטישע פעסטונג

איר האט אנגעהויבן אז איר "מיינט" אזוי און דעריבער האט עס געוואלט באשטעטיגן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 21889
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: דורהעם אויספארשונג

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 17, 2022 11:31 am

פראקורארין דבורה בריטאין שאו פאר די דזשורי: סאסמאן האט געזאגט א ליגן דעזיגנירט צו דערגרייכן א פאליטישע ענדע


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: SPXUP, א חסיד, איגערקע, איוואן, אלי' מקוה יוד, ברוך פייבול, וואס די זאגסט, זינגי, זעהער, פייווישעל און 112 געסט