הערינג מיט ברוינפען האט געשריבן:א ליכטיגע איד האט געשריבן:יידישע קהילות האט געשריבן:אליעזר ווייס האט געשריבן:ש'כח אלע וואס האבען גענפערדט
לויט ווי איך האב פארשטאנען איז די ציונית הדתית בעצם שומרי תורה ומצות (אחוץ די עון הציונית) אבער צו מאל קען אויכט אריינפאלען א פרייער וכו' ווען עס פעלט זיך אויס
זיי זענען אזוי ווי די מאדערן-ארטעדאקס דאהי אין אמעריקא. גיין מיט קליינע קאפעלעך (ווען מ'גייט), קורצע הויזן אאז"וו ואכהמ"ל.
דאס איז א חלק פון זיי עס איז אויך דא דארט די זייער פרומע עולם פון מרכז הרב און די התנחליות
עקזעקטלי, די מזרחיסטן אין ארץ ישראל זענען ברובם אסאך פרומער ווי די מאדערן ארטאדאקס אין אמעריקא.
מעגליך פרומער, אבער נישט פרום
איך האב מיר באקענט מיט א פרומער מזרחי'סטישער בחור וואס איז געקומען קיין אמעריקא און געציטערט פון מיר אימת מוות ווייל איך בין א סאטמאר'ער, דער האט נישט געוואוסט וואס לערנען מיינט, קיין הלכות, גמרא, משניות, חומש, גאאארנישט, אויסער וואוינען אין די שטחים און שיסן אראבער...
ער איז בכלל נישט געווען קיין שלעכטער, נאר פשוט גענצליך אומוואוסנד...
אבער אמרש איבער די מאדערנע האבעך טאקע אמאל פארגעלייגט די חדר און ישיבה קוריקולעם פאר אזא איינעם און ער האט מיר נישט משיג געווען, ער פארשטייט אז גמרא איז אינטערעסאנט זינט עס איז אן אור-אלטע שפראך וואס איז מער נישט אין באנוץ, אבער אויף אזוי ווייט אזש ביזן עס לערנען א גאנצן טאג?!
נעבעך, זערא השגה אין תורה געהאט..
כ'האב מיר געדארפט איינהאלטן פון אים זאגן אז זיין פאטער האט געלערנט ווי מיר...