בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 13, 2008 11:04 pm
דורך שוועמל
אפדעיט פון דעם מעכטיגן האריקעין אייק.
ביי שוועמל עט קנא ניוז סטעישאן.

דער שרעקעדיגער האריקעין "אייק" וואס בוזשעוועט אין טעקסעס קאוסט ראיאנען ווי יוסטאן און גאלוועסטאן, האט שוין פאראורזאכט ביליאנען דאלאר אין שאדנס היינט שב"ק תצא ס"ח, און האט איבערגאלאזט א געשאצטע צוויי און אהאלב מיליאן ! קאסטומערס אן קיין עלעקטריציטעט.

די ווינטן פון א געשאצטע 100 מייל פער שעה האבן זיך נישט אפגעשראקן פאר גארנישט. צענדליגער הייזער האבן זיך פשוט צאמגעלייגט און הונדערטער דעכער און
tx2.JPG
לעקטער שטאנגען פליען מיט די ווינט
שטיקער פון בנינים זענען ארומגעפלויגן ווי פויגל לאנדענדיג וואו אימער. ימ'ן וואסער האבן פארפלייצט די בארטן שטעט גרייכענדיג א הייעך פון 11 פיס העכערן ערד פלאך. ביי די בארטנס זעלבסט ווי "סורפסייד סי" זענען געווען שרעקליכע וואלן וואס האבן אריינגעפלייצט מער און מער און שטאט אריין, די וואלן האבן געגרייכט ביז 50 פיס און די הייעך אייננעמענדיג אלעס וואס איז געשטאנען אין וועג.

אין עטליכע פאלן זענען קאוסט גארד אריינגערופן געווארן צו עמערזשענסי רופן, דורך העליקאפטערס און פארשידענע געצייג האבן זיי שווער געארבייט צו ראטעווען מענטשן וואס זענען געבליבן געשטראנדעט ווען וואסערן האבן אנגעהויבן פארפלייצן שאסייען און הייזער.

די אייק פארקעסט איז געזאגט לויט די וועטער אנאליסטן פארצוזעצן מיט איר רייזע -כאטש היבש שוואכער נישט מער ווי א טראפישער שטורעם און דורכשניידן די מיד-שטאטן ווי ארקענסעס, מזרח אקלאהאמא, מיזורי, מיסיסיפי אזש ארויף ביז שיקאגא אילינאוי. דערנאך וועט ער\זי זיך א בויג געבן צו מזרח צו צוריק צו ניו יארק וואו עס וועלן זיך שפירן עטוואס ווינטיג און גיין לייכטע רעגן. אזוי האט דער גרויזאמער האריקען וואס האט זיך אנגעהויבן ביי קובא געמאכט א שיינעם שפאציר דורכשניידנדיג אמעריקע ביז ארויף צו ניו ענגלאנד א 2000 מייל אוועק, און מעגליך אריין ביז קיובעק אין קאנאדע.

אין אנדערע נייעס איז געווען באריכטעט איבער שטוינענדע פרייזן ביי גאזאלין סטאנציעס. די אייגנטומער האבן זיך ערלויבט אויסצונוצן די האריקעין צושטאנד צו הייבן די פרייזן ביז העכער 5 דאללער. דער גרוי געווארענער בוש [זינט רוסלאנד האט אינוואדירט געארגיע] האט געזאגט היינט שב"ק אז אפישיעל וועלן זיכער מאכן אז די אויל פרייזן וועלן זיך האלטן סטאביל דורכאויס דעם האריקעין.

פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 13, 2008 11:27 pm
דורך שוועמל
נאך בילדער

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2008 12:12 am
דורך קרעמער
יישר כח שוועמל פארן באריכט. האלט אונז אינפארמירט.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2008 11:47 am
דורך וויכטיג מאכער
שוועמל, טענקס פאר די ריפארט, דיינע אויסדריקן האבן מיך געמאכט לאכן פון יענעם'ס צרות, און דיין ריפארט האט מיך דערמאנט פונעם פאלקס ווערטל "ווי א שוועמל אינמיטן א רעגן".

קרעמער, כ'וויל אריינגעבן א מאושען, (פארלאנג) אזוי ווי די סטייל דא ביינונז איז אז אלע ווערטער ווערטן איבערגעטייטשט אויף יודיש, דארפמער אונז אויך פאר די שטורעמע'ס געבן יודישע נעמען, פארשטייצעך אז ס'וועט ווייטער גיין לויט די בוכשטאבן, אדער אפשר גאר לויט די סדר הא"ב.

(אלע וואס זענען דערפאר זאלן זאגן יא, אלע וואס זענען דערקעגן זאלן זאגן ניין.......................)

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2008 2:26 pm
דורך מאשקע
"אייק" וואלט מען געדארפט איבערטייטשן אויף "איכא" (די כשר'ע סעלפאון קאמפאני וואס האט געזאלט אמאל געבוירן ווערן).

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2008 2:27 pm
דורך מאשקע
שיער פארגעסן, יישר כח שוועמל פאר די הערליכע באריכטן. נאר אויף שמחות.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2008 3:07 pm
דורך קרעמער
אייק איז גאנץ א היימישע נאמען, דווייט אייזנהאוער וואס האט באפרייט אונזערע זיידעס אין דייטשלאנד איז גערופן געווארן מיט דעם ניק.

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2008 5:33 pm
דורך wildturkey
nu gili?

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2008 5:43 pm
דורך שמערי בערי
טערקי ;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 14, 2008 9:37 pm
דורך מיללער
קרעמער,
ביי אייזנהויער איז עס נאר געווען א ניק, דא ביים שטורעם איז עס זיין אמת'ע נאמען געגעבן געווארן ביים ברית, אויף אידיש וואלט איך אים גערופען 'איכל' כי איככה איכל וראיתי ברעה אשר ימצר את טעקסאס?

שוועמל,
טענקס פאר די אפדעיטס, וועיטינג פאר די נעקסט פאוסטס, קיעפ סט. דעם קאמינג


----------

גיי גרענד!

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 15, 2008 2:22 am
דורך שוועמל
די חורבנות פון אייק אין טעקסעס איז פשוט אומבאשרייבליך.
"עס קוקט ענדערש אויס ווי נאך א באמבע, מיר שפירן דא ניין עלעווען" זאגט נענסי פילאמוס פון גאלוועסטאן.

"מיר האבן אין ערגסטען פאל נישט געחלומ'ט עס וועט אזוי אויסקוקן" זאגט פעט קינעמען פון גאלוועסטאן.

אכציג טרעלארס מיט עסן און סופליי ברויכן אנקומען מאנטאג קיין גאלוועסטאן נאכדעם וואס די מעיאר האט פארלאנגט פון פימא באלדיגע הילף. די רויטע קרייץ מיט נעשאנעל גארד וועלן העלפן פארטיילן פאר די טויזענטער געשטראנדעטע.


אין אנדערע נייעס איז באריכטעט געווארן נעכטן אין שיקאגא אילינאוי, וואו א רעקארד 6.79 אינטשעס פון רעגן איז געפאלן און געשאפן שרעקליכע פלאדינג אלל אווער. די רעגנס זענען נישט דירעקט פון אייק, אבער א תוצאה פון אייק צוליב די פארענדערטע וועטערן אין די מיט-איסט ראיאנען.

די וועטער איז פאראויסגעזאגט מיט רעגן און ווינטן אין מיזורי, אהייא, און דערנאך וועט עס אריינשמייסן אין קיובעק פון דארט וועט עס ווארשיינליך אריינפארן אין אטלענטיק.