באריכטן און אנאליזן
זונטאג אוגוסט 31, 2008 5:53 pm
ווי באקאנט האט זיך נישט לאנג צוריק, אומגעפער א יאר-צוויי, געעפנט א רעסטוראנט אין וויליאמסבורג אויף בעדפארד עוו. מיט'ן נאמען 'גוָסטאָ', די עפענונג פון דעם פרעס-געשעפט האט פאראורזאכט א שטורעם וואס שפירט זיך די טעג ביז'ן ווייטן קובא און דערנענטערט זיך אט אט צו די פאראייניגטע שטאטן ביי די 'גאלף פון מעקסיקא' רעגיאן ווי די שטעט פון לואיזיאנא און מרת. סיפי (זי איז נישט געווארן אויסדערוועלט אלס וויצע-פרעז.) גרייטן זיך העפטיג אויפן קבלת פנים.
די חב"ד פארשטייער פון ניי-ארליענס זענען נאך די טעג פארנומען מיט די ס"ת וואס זענען געשענדעט געווארן דורך פרוי קאטרינא ווען אויך זי האט באזוכט די שטאט אלס א טייל פון איר טור איבער אמעריקע מיט דריי יאר פריערט, איבערלאזדיג שאדנס פון איבער 80 ביליאן (מיט א ב' מיט א פינטל!) דאלאר, נאך פאר די דאלאר איז געפאלן, יעצט ווען דער שפאנישער גוסטאוו דרייעט זיך ארום בשכינות ווארפט ער אן א פאניק אויף די איינוואונער וועלכע עוועקאואירען די קוים איבערגעבויעטע הייזער אדער די צייטווייליגע שיידלעך און ביידלעך.
קנ"א האט אראפגעשיקט דעם שעף קארעספאנדעט פאר נאטורליכע דיזעסטערס מר. טיימלי (צייטליך בלע"ז) פאר טעגליכע אפדעיטס און באריכטען, עס איז צום האפן אז יואליש האט א באבי-פין אויפן יארמולקע אז עס זאל חלילה נישט אוועקגיין מיטן ווינט בשעת ער גיבט איבער די באריכטען.
בעק טו יו קרעמער,
זשאו מיללער אין די ניוז רום,הער @ קאפיטל קנ"א
Advertisement
זונטאג אוגוסט 31, 2008 6:01 pm
טענקס דזשאו.
מעיאר 'רעי נעיגן' פון ניו ארליענס האט געשטעלט זיין שטאט אונטער א קורפיו פון זון-אונטערגאנג ביז זון-אויפגאנג, אין די צייט וואס האריקעין גוסטאוו דערגרייכט אהין.
ניו ארליענס איינוואוינער פארלאזן דעם שטאט אין די טויזנטער, נאכדעם וואס דער מעיאר האט פארארדענט די עוועקואציע פאראויס פונעם שטורעם וואס איז ערווארטעט צו דערגרייכן די ברעגעס מארגן מאנטאג.
ראודס וואס פירן ארויס פון לואיזיאנא זענען איבערגעפולט מיט טרעפיק, און באאמטע האבן געמאכט אז ביידע ליניעס זאלן פארן נאר אין איין ריכטונג – אוועק פונעם שטורעם.
אסאך פון די גרויסע האטעלן אין שטאט שפארן זיך אפ, און טוריסטן זענען געראטן געווארן צו פארלאזן בעפאר די לופטפעלדער שליסן זיך אויך אפ.
אינעם הויפט טראנזיט-טערמינאל האט זיך געשלענגעלט א שורה לענגער ווי א מייל, מיט איינוואוינער וואס האבן געווארט אויפצושטייגן אויף באסעס וואס זענען געריכטעט צו שעלטערס אין צפון לואיזיאנא אדער נאך ווייטער ארויף.
מעיאר נעיגן זאגט אז די ערשטע שטורעם ווינטן קענען דערגרייכן ניו ארליענס אזוי פריה ווי מאנטאג פארטאגס, און די האריקעין קען דערגרייכן צו א קאטעגאריע 4 שטארקייט.
דער היימלאנד זיכערהייט הויפט "מייקל טשערטאף" זאגט אז די עוואקואציעס גייען גאנץ פיין, אבער ער האט געווארנט די מענטשן וואס האלטן ביים פארבלייבן אין זייערע הייזער אויסצואווארטן דעם שטורעם.
טשערטאף זאגט אז דאס איז גאר א נארישע פלאן, און האט פארלאנגט די מאקסימום קאאפעראציע פון אלע לאקאלע איינוואוינער.
גוסטאוו האט זיך אפגעשוואכט צו א קאטעגאריע 3 שטורעם – מיט ווינטן פון 125 מייל א שעה – נאכן באטרעפן קובא איבערנאכט, עס ווערט אבער ערווארטעט צוריקצובאקומען שטארקייט אינעם גאלף אוו מעקסיקא בעפאר עס וועט צוריק ארויפקומען אויף די יבשה.
א האריקעין-ווארענונג איז אין פלאץ פון טעקסעס ביז די גרעניצן פון אלאבאמא און פלארידע.
ביים איבערשמועסן די געצווינגענע עוואקואציע פון ניו ארליענס, האט מעיאר נעיגן געווארנט יעדן וואס פלאנט צו רויבן די פארלאזטע הייזער און געשעפטן אז זיי וועלן תיכף אפגעשיקט ווערן אין תפיסה.
טראצדעם וואס ער האט נישט איבערגעזאגט זיין פריערדיגע סטעיטמענט אז גוסטאוו וועט זיין "דער שטורעם פונעם יאר-הונדערט", האט ער דאס געשילדערט אלס "גרויס און מעכטיג".
פריער אינעם טאג האט דער מעיאר געווארנט אז אין די מערב-ברעג געגנט פון ניו ארליענס, זענען די העכסטע ים-ווענט נאר צווישן 8 און 10 פיס גרויס, און זענען אין געפאר פון שטורמישע כוואליעס וואס קענען דערגרייכן ביז א הויכקייט פון 24 פיס.
לואיזיאנא גאווערנאר באבי דזשינדאל, וואס געפונט זיך יעצט אין ניו ארליענס צו אבזערווירן די עוואקואציע, האט געזאגט אז יעדער וואס געפונט זיך נאך אין די געגענטער ביים וואסער, זאל שוין פארלאזן דאס פלאץ.
**
דער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דזשאן מעקעין און זיין מיטלויפער גאווערנאר פעילין פון אלאסקע, זענען היינט אריבערגעפארן קיין מיסיסיפי צו באטראכטן די צוגרייטונגען צום שטורעם.
די רעפובליקאנער נאציאנאלע קאנווענשאן איז געפלאנט זיך אנצוהייבן מארגן מאנטאג אין מינעסאוטע, און דזשאן מעקעין האט צוריסן דעם פארגעשריבענעם פלאן פארן מארגענדיגן טאג, באפעלנדיג אפצורופן אלע געפלאנטע רעדעס, זאגענדיג אז מיר שטייען אין א צייט וואס מען דארף אוועקווארפן פארטייאישע פאליטיק און זיך אויפפירן ווי אמעריקאנער.
די עפענונגס צערעמאניע פונעם קאנווענשאן איז געשניטן געווארן פון די געפלאנטע 7 שעה צו בלויז 2 און א האלב שעה, אויך וועט מען אין יענע 2 שעה נישט הערן קיין שום פאליטישע רעדעס.
דאס ווייסע הויז האט באשטעטיגט אז פרעזידענט בוש און ווייס פרעזידענט טשעיני וועלן זיך נישט באטייליגן ביים קאנווענשאן צוליב דעם אנקומענדן האריקעין.
בוש איז ערווארטעט צו באזוכן טעקסעס איבערצוקוקן די ארטיגע עמערדזשענסי באמיאונגען אין צוגרייטונג צום שטורעם. דאס צייגט אז ער האט נישט פארגעסן די שטעכיגע קריטיק אויפן וועג וויאזוי ער האט באהאנדלט די נאכווייען פון האריקעין קאטרינע מיט 3 יאר צוריק.
**
זונטאג אוגוסט 31, 2008 7:45 pm
טענקס מיסטער מיללער ענד מיסטער קרעמער פאאר די דיטעלד ריפארטס.
עס איז איצט אריינגעקומען אינעם נייעס צימער אז אונזער ספעשעל ריפארטער מיסטער טיימלי איז איצט אפגעשטעלט געווארן דורך די פאליציי אויפן פריוועי וואס פירט אריין קיין ניי ארליענס (די אלטע איז דאך חרוב געווארן דריי יאר צוריק) נאכן הערן א באריכט אויף די ראדיו (פוי) אז א קאר פארט ראנג וועי, רעדנדיג מיט אים אויפן טרייבל זאגט ער מיר 'אז נישט נאר איין קאר פארט ראנג וועי נאר גאר טויזענטער', נישט קיין וואונדער אז מען האט אים אפגעשטעלט.
אבער עס איז צום האפן אז ער וועט נאך אנקומען פארן שטורעם צו קענען דעקן און אויפדעקן די געשעהניש מיט זיין זיסע שפראך וואס פאראורזאכט אלץ גאר מעכטיגע אויספלאצן פון אלע מיטהאלטער.
בעק טו יו מיסטער מיללער.
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 11:01 am
אנטשולדיגט פארן אריינהאקען, מקעין נוצט עס אויס.
- עטעטשמענטס
-

- 2008_09_01t114936_268x450_us_usa_politics.jpg (18.03 KiB) געזעהן געווארן 834 מאל
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 11:31 am
ביז דערווייל האלטען נאך די לעוויס, אבער די וואסער גיסט שוין איבער די ווענט אין געוויסע פלעצער
אזוי אויך א בארדש וואס איז ווילדערהייט ארומגעשווימען איז סעקיורט געווארען דארוך די קאסט גארד.
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 11:35 am
דא אזי א לינק ווי מזעט די וואסערען גיסן איבער
http://www.foxnews.com/video/index.html ... 7d0db05ed5f5b9954dc049d70b0c12f2749
אין דא איז א לינק ווי מזעט די קאוסט גארד שפרינגט אריין צי כאפן געוויסע דעברי ס'זאל נישט אריינהאקען אין די לעוויס
http://www.foxnews.com/video/index.html ... 7d0db05ed5f5b9954dc049d70b0c12f2749
אכטונג מזעט נשים
לעצט פאראכטן דורך
יאסל אום מאנטאג ספטמבר 01, 2008 11:53 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 11:51 am
נאך א לינק ווי מזעט די וואסער איבערגיסן (מ'זעט נשים)
http://video.msn.com/video.aspx?mkt=en- ... c6a9fbfd8a דאס לאנד האלט די אטעם צי זען צי די ווענט וועלן אויסהאלטען די פרעשור נאך אפאר שעה ווען די וואסער איז ערווארטעט נאך צי לאזען
אויב וועט אבער די ווענט איבערברעכען זענען מיר אין פאר חדשים פון האריקעין נייעס
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 12:05 pm
יישר-כח יאסל פאר די לינקס און אפדעיטס.
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 1:13 pm
די מערסטע ווייטאגליך איז נאך פאר אונזער יונה פון קעין ווען ער פארלירט זיין גאנצע עטטענטשן וואס ער האט געהאפט צו באקומען אין די טעג, אבער צו זיין מזל האט אים דער גאסטאוו געכאפט פונקט יעצט, מען זעהט טאקע אז ער איז בכלל נישט צופיל געשפרינגען אין די אנקעטעס זייט ער האט אויסגעקליבן זיין סורפרייזד מיטלויפער, און מען לייגט אן די סיבה דערצו ווייל דער עולם איז צופיל פארנומען מיט דער האריקעין און מען האט נישט יעצט קיין צייט צו טראכטן פון פאליטיק,
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 2:10 pm
אפשר קען מען דא רעדן פונעם האריקעין, און אין די דערנעבנדיגע אשכולות רעדן פון פאליטיק?
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 2:36 pm
ווי אזוי כאפן די רעפארטערס די בילדער און ווידיאוס? זיי שטעלן זיך איין זייער לעבנעס צו שטיין נעבן די ווענט?
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 2:57 pm
בסייעתא דשמיא האט געשריבן:ווי אזוי כאפן די רעפארטערס די בילדער און ווידיאוס? זיי שטעלן זיך איין זייער לעבנעס צו שטיין נעבן די ווענט?
שמעי',
ב' תשובות בדבר, 1) העליקאפטער 2) קאמרעס מיט גוטע זומס
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 5:47 pm
טענקס מיללער פארן ברעכן די נייעס. עז אלוועיס האסטו אריינגעברענגט אלע איינוויאנער פון די גאלף קאסט אין א פרייליכע שטימונג נאכדעם וואס זיי זענען שוין באזארגט די לעצטע פאר טאג אז אלע זייערע באקסעס סאדע און ספרינג וואסער וואס זיי האלטן אויף די פארטש וועט אוועק שווימען מיט גאסטאו אינאיינעם.
קרעמער, יישר כח פארן מעלדן די נייעס, ווייסטעך, ווען איך בין אויפן וועג קען איך נישט קיין סאך הערן און שרייבן, זעסטעך וואס עס האט פאסירט בלויז פארן אויספראבירן די פארקערטע זייט פונעם ליניע צו זעהן אויב עס איז נאך ליידיג פון וואסער, יאנאש האט שוין אלעס געשריבן אויבן.
בקיצור, איך בין נארוואס אנגעקומען און שוין שיקט מען מיך אוועק פון דא. אלע אפציעלע באאמטע זעהנדיג אז זיי האבן נישט קיין וועג וויאזוי אנצוהאלטן די וואסערען האבן אין איילעניש געהייסן יעדעם איינעם אנע אויסנאם צו פארלאזן דאס פלאץ. די פעדעראלע עמערדזשענסי מענעדזשמענט אגענטור האט געזאגט אז אויב ביז געציילטע מינוטן איז נישט ליידיג פון דא רופן זיי יוסף לייב... איבעריג צו זאגן. דער עולם לויפט!
יעצט קומט אריין די נייעס אז די וואסערן רינען שוין פעסט איבער די ווענט, און אין רעאקציע צו דעם זענען הונדערטער טויזענטער מענטשן געבליבן אנע לעקטער לענגאויס די גאלף קאוסט.
באאמטע אין לאנג ביטש האבן געמאלדן אז הייוועי נומער 90 איז שוין אויף עטליכע פלעצער "פאר'וואַסער'ט" און עס איז ארויס פון באניץ.
אין א צווייטער שטעטל האט שוין דער גאסטאו ווינט אראפגעפליקט פון די הייזער די וויינעל סיידינג פון די ווענט און אויך געשעדיגט די נארוואס איבערגעמאכטע פארט ביים וואסער. ווי דער פאליס טשיף דזשאן דאבאסאן זאגט זענען אוועקגעשווימען פון דארט מיטן וואסער פיר שיפלעך, ווי ער דריקט זיך אויס "די שיפלעך זענען נעלם געווארן ווי אין וואסער אריין.."
קעווין ווייס, א איינוואוינער אין שטאט בילאקסי אינגאנצן צוויי גאסן אוועק פונעם ביטש זאגט אז די וואסער איז אריינגעשווימען בערך 100 יארד ארויף אריין אונעם היוועי אריין.
"אויפן ביטש איז די ווינט אזוי שטארק אז אויב ווילט איר נעמען א בילד מוזט זיך אראפבייגן און שטארק אנכאפן די קאמרע אז איר זאלט נישט אוועקפליען מיטן ווינט" זאגט ער. ווייס און זיין בני בית איגנארירן די בקשות צו פארלאזן די שטאט, זיי ווילן אנדערש ווארטן עד יעבור גאסטאו.
"ענטערדזשי", דער גרעסטער פירמע פאר עלעקטעריק אין לאזיאנע זאגט אז אריבער 700,000 היימען און ביזנעסער זענען געבליבן היינט אנא לעקטער אריינגערעכנט בערך 114,000 חברה פון ניו ארליענס. מעכאניקער גרופעס וועלן נישט קענען אנקומען צו פאררעכטן די פראבלעמען מיסתמא ביז דינסטאג צוליב די שטארקע ווינטן, זאגט זייער ווארטזאגער פהיל אייליסאן.
לויט ווי די "נאצינאלע האריקען צענטער" האט געמאלדן איז עס געווען א קאטעקארי 2 האריקען מיט ווינטן פון 110 מייל פאר שטונדע ווען עס איז אנגעקומען.
גאסטאו האט געלאנדעט אום מאנטאג אינדערפרי אין לאזיענע ארום 80 מייל צפון מזרח (נישט זיכער) פון ניו ארלינס.
פרעזידענט בוש האט אפגעשטאט א באזוך אונעם טעקסעס עמערדזשענסי אפעראציע צענטער ווי ער האט זיך אומגעקוקט אויב אלעס גייט גוט און בעסער ווי לעצטע מאל. "די קארדענאציע ביי די שטורעם איז אסאך בעסער ווי ביי קאטרינע" האט ער געזאגט.
אין טאטעל זענען ארום צוויי מיליאון איינוואוינער אוועקאירט געווארן פון די לאזיאנע ברעגעס, אבער אין ניו ארלינס זענען דא עטליכע מענטשן וואס ווילן בראווערהייט דארט פארבלייבן, איך וויל נאך דערגיין אויב זיי ווילן אכטונג גיבן אויף זייערע חפצים אדער זענען זיי גאר די גנבים.
אפפפפססס, קעי, עס האט זיך גענומען גיסן דא אין מיין געגענט יעצט, איך קען נישט ווייטער אזוי באריכטן, מיין גאנצער קיבאורד וועט נאס ווערן, איך מיז זיך ארויפריקן צו א צווייטער פלאץ און פון דארט ווייטער מעלדן מיינע באריכטן.
ווינטשט מיר א זיכערע טריפ.
דאס איז א צייטליך מיט א ספעציעלע באריכט איבער די האריקען גאסטאו פאר די ק.נ.א. אגענטור.
בעק טו יא מיללער.
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 5:53 pm
שערקויך צייטליך, פארגעס נישט צוריק אויסצובייגן דיין שירעם.
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 6:17 pm
קימט יעצט אריין ידיעות אז צוויי נישט פעדעראלע לעוויס האבן מעגליך זיך דארעך געבראכען
מאנטאג ספטמבר 01, 2008 9:42 pm
עס איז מיר געלונגען צו כאפן א בילד ווי אינזער אויבערדערמאנטער קעווין ווייס פראבירט צו כאפן א בילד פון די וואסער כוואליעס און שטורעמישע ווינטן. מערקט אן ווי שטארק ער האלט אן זיין פאטאגרעפיר מאשינדל אז עס זאל נישט נעלם ווערן דארט ווי יוסף מוקיר שבת האט געטראפן זיין שטיינדל.
- עטעטשמענטס
-

- art_wise_biloxi_irpt.jpg (18.08 KiB) געזעהן געווארן 471 מאל
דינסטאג ספטמבר 02, 2008 12:28 pm
שכוח צייטליך פייר דיין הערליכען באריכט, אבער וויזוי האסטו געקענט כאפן דיין פיקטשער?
דינסטאג ספטמבר 02, 2008 12:36 pm
אה, חכם, איך האב עס געכאפט מיט מיין סעלפאון.
דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:05 pm
יישר כח פאר די הערליכע רעפארטן פון אייך אלע.
זונטאג ספטמבר 07, 2008 2:02 am
דער זכר גוסטאוו איז שוין פארביי, אבער במקומו זענען ערשינען צוויי בייסיגע נקבות; העננא מיט אייק. נשים מרשיעות ממדרגה ראשונה.
וואלט זיי דער פארשטארבענער מאן גוסטאוו פוטר געווען בגט פיטורין א ווי די תורה הייסט וואלט דאך גוט געווען. אנשטאט האבן זייך זיך געהויבן די קעפ זיי דרייען זיך און פרייען זיך אין די אוקינוס געגענטן אנזייענדיג חורבן און טעראר. אייק ביים בארטן פונעם ארימען שווארצן לאנד הייטי אין דאמיניקען רעפאבליק (וואס איז אויך געשלאגן געווארן פון גוסטאוו און פעי אין די פארגאנגענע וואכן, און האט פארלוירן 200 מענטשן), פארביי פארנדיג דעם קובאנער שכן און ריקט זיך נענטער צום שכנות'דיגן פלארידע. אייק איז געזאגט זיך צו רוקן ביזן מעקסיקאנער גאלף ראיאן וואו עס דארף זיך אויפלעזן דארטן. איר פריינדין העננא ריקט זיך מער צפון ביי די גרעניצן פון אמעריקאנע מזרח שטעט סאוט\נארט קאראליינע, מערילענד, ווירזשיניע און אפילו ניו יארק וואו די בייזע ווינטן און שלאקס רעגענס געבן צו צום אלול סעזאן.
פלארידע גאווערנאר קריסט האט געפאדערט דעם עולם דעם שבת קודש אפציפיצן טיפער אריין אין שטאט אלס העכער צום נארט צוליבן זארג פון העננא. שיינע רייכע האטעלן האבן געשווינד צאמגעפאקט אלע דרויסנדיגע טישן און בענק עס זאל נישט קאליע גיין ביים שטורם נענו. געסט און באזוכער כאפן פליגערס און יאגן אפ נאך איידער די ראנוועיס ווערן פארפלייצט מיט וואסער.
פלארידע, וועלכע האלט ריינע וואסער אין א מענטשליך געבויטן לעיק 'אקיטשובי' און איז פארגאנגענעם מאנאט געהעכערט געווארן מיט צוויי פיס ביי שווערע רעגענס דורכן שטורם פעי, האט זיך געפלאגט ארויסצולאזן וואסער אין ים אריין אין בעפארברייטונג צום אנקומענדן האריקעין אייק וואס האט געזאלט נאך מער הייבן דעם וואסער שטאפל. די אויטאריטעטן זענען באזארגט אז די אלטע 75 יעריגע ווענט וועלן האבן צופיל פרעשור צו דערהאלטן די צוקומענדע וואסערן.
אין ניו יארק, ספעציעל אין לאנג איילענד שפירט זיך שטארק די נאכווייען, די נחשלים פון העננא, ווינטן און רעגן האבן פארכאפט דעם שטאט היינטיגן טאג, ווען אלע עונג שבת'ער זענען אפגערופן געווארן אדער זענען די באטייליגטע אנגעקומען מיט נאסע צעשויבעלטע האר און קליידער.
ווארענונגען ווערן פאראויסגעזאגט פאר מעסעטשוסעטס און קאנעטיקוט, און נאך העכער ביים קאנאדישער איסט קאוסט. צוליב העננא.
אפדעיט און בילדער וועלן נאכפאלגען אי"ה
זונטאג ספטמבר 07, 2008 11:40 am
יישר-כח מר. שוועמל פאר די באריכטען (א קליינע טעות 'אייק' איז פון די סוטרא דדכרותא, אזוי ווי דער סדר פון די נעמען גייען כסדרן זכר ונקבה ודו"ק).
למעשה נאכדעם וואס שרה האט געמאכט א פאליטישען האריקעין, דערנענטערט זיך חנה מיט א קלימאטישען שטורעם, דא אין ניו יארק האט מען שוין פארגאנגענעם שב"ק געשפירט אביסל פון אירע פארפלייצונגען און בייזע ווינטן.
דער גרויסער משיב הרוח ומוריד הגשם זאל אוודאי האלטן די רעכטע האנט אויף אלע אידישע קינדער, ישב רוחו יזלו מים, מגיד דבריו ליעקב, ווען השי"ת איז מנשב די רוחות און מזיל די מים זענען דאס 'דברים קשים ליעקב' מעורר זיין לתשובה ותיקון המעשים, טייטשן די סקרענטאנע מפרשים.
זונטאג ספטמבר 07, 2008 10:03 pm
שוועמל;
גיב אכט ביים ברענגן די בילדער, ברענג נאר פון אייק, נישט ח"ו פון הענא
מאנטאג ספטמבר 08, 2008 10:10 am
קרעמער,
ביסט א לצ'ל, האסט מיר א שמייכל געטאן.
מאנטאג ספטמבר 08, 2008 1:07 pm
כבוד הרב מילער
די סקרענטאנע מפרשים זאגען נישט שלעכט, קען זיין נאך א פשט אין 'מגיד דבריו ליעקב'
מיטוואך ספטמבר 10, 2008 11:01 pm
דער אייק האט זיך צעלאזט.
דער פלאנט יעצט אריישמייסן אין טעקסעס אריין, דארט ווי W בוש האט געוואוינט בעפאר.
לצים זאגן אז וויבאלד בוש קאנטראלירט דאך די האריקעינס (קאטרינא יוכיח), וויל ער עס יעצט ברענגען דווק צו טעקסעס כדי אפצושלאגן די טענה, והראיה אפילו ביי מיר אין וויינגארטן האט עס פאסירט.
נאך א מזל העננא האט זיך פארהאנקערט אין קיובא דארט ווי די צענזור קאמיניסטעוועט, פידל איז געזונט ווי א בער און העננא קיינמאל געווען. עפעס משוגע? זיך לאזן פון אמעריקע פאר פלעין ?
בילדער וועלן נאכפאלגן (אפשר)