בלאט 1 פון 7
'08 ריפאבליקאנע קאנווענשען.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 31, 2008 3:33 pm
דורך וויכטיג מאכער
דא וועט מען קענען באריכטן אלע נייעס וכיוצא בו פון די ריפאבליקאנע קאנווענשען וואס הייבט זיך אן מארגן, סעפטעמבער דעם ערשטן.
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 31, 2008 3:51 pm
דורך אלחנן
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ריפאבליקאנע קאנווענשען וואס הייבט זיך אן מארגן, סעפטעמבער דעם ערשטן.
וועלן זיי עס אפשטיפן וועגן די האריקעין?
אדער זיי ווילן סתם ווייזן אז זיי זארגן זיך??
פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 31, 2008 4:03 pm
דורך לעווי
די ערשטע בענעפיט וואס די רעפאבליקאנער וועלן האבן פון די האריקעין איז אז בוש וועט האבן א גוטע תירוץ נישט צו קומען צו די קאנווענטשאן, ווי באוואוסט וויל מען אים נישט דארט.
עס זעהט אויס ווי די קאנווענטשאן וועט אינגיין אפילו מיט די האריקעין און מקעין וועט קענען אנווייזען ווי שטארק ער זארגט זיך פאר די פאלק, און זאגן וואס ער וואלאט געטון אלץ פרעזידענט אנדערש ווי בוש האט געטון ביי האריקעין קאטרינע.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 12:57 pm
דורך וויכטיג מאכער
נעכטן נאכט האבן גערעדט צוויי לעידיס ביי די קאנווענשען, די היצטיגע פוירסט לעדי, און די צוקונפטיגע פוירסט לעידי.
ביידע האבן נישט גערעדט פון פארטייאישע אישו'ס, נאר פון די האריקעין.
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן, אז די זעלבע אישו וואס האט געהאלפן אראפברענגען פרעזידענט בוש'ס פאפולעריטעיט, וואס שטערט יעצט פאר די ריפאבליקאנער, א האריקעין, אט די זעלבע אישו, איז יעצט געווארן א זאך וואס וועט ווארשיינליך גאר העלפן פאר די ריפאבליקאנער.
היינט נאכט וועט פרעזידענט בוש אדרעסירן די פארזאמעלטע אינעם קאנווענשן זאל, דערעך א הוק אפ.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 5:36 pm
דורך קרעמער
אויך יאסל ליבערמאן און דער אקטיאר טאמפסאן וועלן היינט געבן רעדעס.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 6:58 pm
דורך פריץ
נישט פארגעסן
ראן פאול פירט אויך אן מיט א קאנווענשאן...
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 7:46 pm
דורך איך_הער
זייער עמאשענל געווען, ווען איינער איז ארויף געקומען מיט זיין אויפגעצויגענע טאכטער, וואס סענדי מעקעין האט איר געראטעווטעט פון טויט, נויט און פיין. מיט איר שוועסטער, וואס זי אליין ציט אויף.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 7:50 pm
דורך פריץ
ראן פאול טוט אקצעפטירן די נאמנאציע פון די ***** פארטיי...
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:00 pm
דורך איך_הער
מ'האט אויפגעריפן א מיניאפעליס פייער קעפטן, א פרוי, און אין די זעלבע צייט האט געוועזענער פרעזידענט בוש און זיין רעבעצין אריין שפאצירט, און ס'האטצעך געטון קולות, פאר בערך פיר פינף מינוט, און די קעפטן שטייט אויפן פאדיום שטילערהייט און קוקטצעך צו פארלוירענערהייט, ענדליך האט מען איר געלאזט קומען צום ווארט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:01 pm
דורך איך_הער
איינס פאר די קעפטן, האט מען פריש געמאכט אן אפיל פאר די גוסטאוו געליטענע.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:12 pm
דורך איך_הער
אן היספאנישער דעמאקראט, איז מסביר פארוואס ער סופארט זשאן מעקעין, איינע פון די סיבות, איז ווייל ס'איז נישט מעגליך איבער צו לעבן אלץ א פריזענער, נאר אויב דער אייבישטער האט אים ליב, און אז ער האטעס איבערגעלעבט, איז א סימן אז דער אייבישטער האטעם ליב, סאו איזעס נישט א געניגענדע סיבה?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:13 pm
דורך איך_הער
א הספד אויפן לעבעדיגן געוועזענעם פרעזידענט בוש.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:41 pm
דורך איך_הער
רעבעצין לארא בוש, פוירסט לעדי, גרייט צו, און אינטערדאסט איר מאן וואס גייט באלד רעדן פון די ווייט האוז.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:49 pm
דורך וויכטיג מאכער
סאם האו, (קען זיין ווייל כ'בין א ריפאבליקען,) קוקט מיר אויס די ריפאבליקען קאנווענשען סאך אינטערעסאנטער ווי די דעמעקראטישע.
מ'זעהט טאקע נישט אזוי פיל מענטשען, אבער ס'ווערט געזעהן אסאך נארמאלערע מענטשען, רוב פונעם עולם זענען נארמאלע מענטשען (נישט ווייל כ'האב גענומען א איי קיו טעסט, נאר רוב מענטשען זענען אנגעקומען נארמאל אנגעטוהן, בקיצור געבן א נארמאלע אימפרעשען) געוועזענע מיליטערלייט, אריינגערעכנט דזשארדזש בוש, דער ערשטער.
כ'געדענק נישט צו כאבעס געשריבן נאך די דעמעקראטישע קאנווענשען, אבער איין זאך איז זיכער, אז ביי די יעצטיגע קאנווענשען זענען רוב מענטשען אזעלעכע וואס זענען נישט די ערשטע מאל ביי א קאנווענשען, און זיי פארשטייען ווען מ'דארף אפלאדירן, און ווען נישט!
עניוועי, יעצט רעדט בוש, דערווייל האטער נישט קריטיקירט אבאמא, נאר ארויסגעהויבן מקעין!
איין'ס אבער א גוט'ס האטער געזאגט, אויב די וויעטנאמע האבן עם נישט געקענט ברעכן, זייט זיכער אז די אויפגעברויזטע לינקע וועלן אים נישט קענען ברעכן!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:52 pm
דורך איך_הער
ער האט אויך געזאגט אז מעקעין האט נישט קיין פראבלעם צו זאגן עפעס ווען ער האלט אנדערש פון אן אנדערן נישט קיין חילוק ווער יענער איז, "גלייבטס מיר".
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:54 pm
דורך איך_הער
ביידאוועי,
דא, קענט איר מיטהאלטן סי ען ען לייוו, די קאנווענשן.
בוש, ענדיגט יעצט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:56 pm
דורך וויכטיג מאכער
אויך
דא קען מען מיטהאלטן!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:57 pm
דורך וויכטיג מאכער
איכער, כ'אב געזעהן א שווארצער ביים קאנווענשען, דו אויך?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:01 pm
דורך וויכטיג מאכער
פרעד טאמפסאן שפאצירט אריין, ווער ס'וויל מיטהאלטן א שאוי, זאל מיטהאלטן!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:04 pm
דורך וויכטיג מאכער
ער האט ארויסגעברענגט אז ווען מ'הערט זיך צו די אנדערע זייט קען מען מיינען אז אונז זעמער אין א גרעיט דיפרעשען! אין עפעס א פארשטיפטע לאנד!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:05 pm
דורך איך_הער
יא כאגעזען, די צוויי קינדער פון וואס כ'האב פריער געשריבן, זענען אויך שווארצע.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:09 pm
דורך וויכטיג מאכער
ער האלט אינטער דעם עולם מיט לצנות, ס'לוינצעך מיטצוהאלטן!
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:11 pm
דורך געפילטע פיש
אינטערעסאנט
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:12 pm
דורך געפילטע פיש
ער דערציילט וועגן מעקעיןס מיטמאכענישן אין וויעטנאם.
יעצט רעט ער פון האופ
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:13 pm
דורך געפילטע פיש
מען זעט מענשן וויינען?