Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:14 pm

דער עולם ראגלט זיך פאר גילעכטער

Advertisement

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:20 pm

ארויסהייבענדיג מקעין'ס יארן אין דינסט, האטער געזאגט אז מקעין איז נישט נאר געווען א טראבל מעיקער, נאר א לידער פון די טראבל מעיקערס!

די זאל איז פול מיט מענטשען וואס האבן געדינט אין מיליטער! ער זאגט אז מקעין קוקט נישט אויף קיין פאולס נאר ער זאגט וואס ער האלט, אפילו ס'איז קעגן זיין אייגענע פארטיי!

און ווי זיס איז צו זעהן, אז ער נעמט גאר קרעדיט פאר א גוטע עקענאמיע אין די קלינטאן יארן, (מיט א ריפאבליקען קאנגרעסס!)

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:22 pm

ער רייסט שטיקער (לצנות) פין אבאמא, און פון די דעמעקראטן!

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:30 pm

אויש איז דעיס געווען א דרשה! דער לץ האט נישט אויפגעהערט צו טרייבן שפאס פון אבאמא, און פון זיינע פאליסיס, ער זאגט אז די דעמעקראטן זאגן אז זיי גייען רעיסן טעקסעס, אבער נאר פאר די ביזנעסער, און נישט פאר יעדן איינעם, זאגטער אויב דו קויפסט נישט איין ביי א ביזנעס, אדער דו באקומסט נישט קיין פעי טשעק פון א ביזנעס, קענסטע זיין זיכער אז די טעקס רעיס וועט דיך נישט עפעקטירן!

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:32 pm

און יעצט קומט צום מיקראפאון, איינער וואס האט פאר פיר יאר צוריק גערעדט פאר די דעמעקראטישע קאנווענשען! סענעטער "דזשאוסעף ליבערמאן".

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:38 pm

ער זאגט אז ס'איז דא אסאך קאנדידאטן וואס זאגן אז גייען טוישן וואשינגטאן! אבער ס'איז דא נאר איינער וואס האטעס געטוהן, און דעיס איז דזשאן מקעין! ער איז איינער וואס לייגט זיין קאנטרי פאר זיין פארטיי!

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:41 pm

ער רעדט זייער זייער גוט.

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:49 pm

איכער, כ'קען נאר זאגן אז איך עגרי, ער רעדט זייער זייער גוט!

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:51 pm

ער רעדט זייער אסאך נישט צו די ריפאבליקען'ס נאר צו אינדעפענדענס און דעמעקראטןוואס הערן אויס!

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:54 pm

א ראביי מיט א רויטן קאפל, איז יעצט אויפן פאדיום, און גייט לכאורה פארענדיגן די היינטיגע נאכט.

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:58 pm

יאפ! יעצט גייט מען נעמען א ברעיק ביז ווייטערדיגע מעלדיגען!

דינסטאג ספטמבר 02, 2008 10:17 pm

איך האב שטארק הנאה געהאט פון דאס ביסל וואס איך האב געהערט פראדל טאמפסאן. יאסל ליבערמאן האט מיר סתם אויפגעברענגט א גיעול... זעהט אויס איך געדענק צו גוט זיינע קאמפיין רעדעס פאר גאור.

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 9:07 am

שרה פעלינ'ס דרשה היינט נאכט איז קריטיש וויכטיג פאר די הצלחה פון די מקעין טיקיט. אין די לעצטע פאר טעג האט די פאלק נאך נישט געהאט א טשאנס זיך צו באקענען מיט זייער וויצע פרעזידענט קאנדידאט. רוב פון די המון עם האבן קיינמאל געהערט איר נאמען פאר לעצטע פרייטאג. זייט מקעין האט איר אויסגעוועהלט איז זי פארשפארט רוב טאג מיט פאליסי געבער, און רעדע שרייבער וואס גרייטן איר אן שטאף צו זאגן ווען זי רעדט אין פאבליק אדער צו די מידיע. דאס לאנד, רעפאבליקאנער אוןם דעמאקראטן, מענער און פרויען צוגלייך וועלן עפענען זייערע אויערן היינט נאכט צו הערן און אויסגעפונען וואס זענען די פרויס פאליסיס, וואו שטארק איז איר כאראקטער, און בעיקר וועלן רוב פון די פאלק מאכן די קריטישע באשלוס, אויב זיי קענען אקצעפטירן דער פרוי אלץ וויצע פרעזידענט אדער נישט.

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 10:05 am

איך האב מיטגעהאלטן די דריי דרשות נעכטען נאכט פון פרעזידענט בוש, פרעד טאמפסאן און יוסל ליבערמאן, מיין מיינונג איז (אויב ס'אינטערסירט איינעם) אז די בעסטע איז געווען פרעד טאמפסאן ער האט געמאכט לאכן און וויינען אויף אמאל.
ליבערמאנ'ס דרשה איז נישט אוועק צומאכן אבער ער רעדט זייער ווי א דעמעקראט ס'האט מיר אויסגעקוקט ווי ער בילאנגט נישט דא (אזויווי קרעמער האט שוין פריער דערמאנט).
ווען די אנפירער פרעגן ווען מיך וואלט איך זיי געהייסן אז טאמפסאן זאל רעדן צום לעצט.

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 4:24 pm

קרעמער האט געשריבן:איך האב שטארק הנאה געהאט פון דאס ביסל וואס איך האב געהערט פראדל טאמפסאן. יאסל ליבערמאן האט מיר סתם אויפגעברענגט א גיעול... זעהט אויס איך געדענק צו גוט זיינע קאמפיין רעדעס פאר גאור.


קרעמער, דו ביסט נישט דער איינציגסטער וואס ליבערמאן האט ארויפגעברענגט א גיעול, א ווארטזאגער פון די אבאמא קאמפיין האט שוין ארויסגעגעבן א סטעיטמענט, אז ליבערמאן האט פלעין ליגענט געזאגט ווען ער האט געזאגט אז "אבאמא איז אין סענאט קיינמאל נישט דערעכגעגאנגען פארטיי ליניעס עפעס צו עררייכן פאר די אמעריקאנער בירגער", ער זאגט דעיס איז א פלעינע ליגענט!

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 5:24 pm

דעיס איז מיר זייער געפאלן, אבאמא האט היינט געזאגט, אז די ריפאבליקאנער האבן נעכטן ביי זייער קאנווענשען, אינגאנצן איגנארירט איין וויכטיגע אישו, די עקאנעמיע.

ער זאגט אז דעיס אז זיי האבן נישט געגעבן קיין פלאן וויזוי זיי גייען העלפן די מיטל קלאס, און די אהייאו איינוואונער צו האלטן זייער דזשאב, ווייזט אז זיי זענען אוט אוו טאטש, זיי קימערן זיך נישט מיט די אלגעמיינע באפעלקערונג.

קום נאר אהער זיסקייט! אפשר קענסטו זאגן וואס דיין פלאן פאר דעים איז? האסט א פלאן? אדער דו האסט פלעין געזאגט אז דו וועסט מאכן זיכער אז זיי ווען נישט פארלירן זייער דזשאבס, אבער וויאזוי שעפעלע? אפשר זאגסטו מיר דיין פלאן?

און נישט פארגעסן, ביי די דעמעקראטישע קאנווענשען האט קיינער נישט געגעבן קיין סעלושען פאר די עקענאמיע, (אויסער אז מ'זאל וואוטען פאר אבאמא) ביז אבאמאס רעדע, ווי ער האט דאס אדרעסירט, (ווי שוין געשריבן אויבן) אלעס איז געווען בלויז, "מיר קענען זיך נישט ערלויבן נאך פיר יאר"!(קען זיין אז אבאמא לויט זיין שיטה אז מ'דארף נישט טוהן, דער עיקר איז רעדן, איז גערעכט, ווייל ער האט גערעדט, און די ריפאבליקאנער האבן נאכנישט גערעדט פון די עקענאמיע, אבער פארדעים זאגט מען "פאר א נער ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט" ווארט צט ביז מקעין וועט געבן זיין רעדע, און העמער זעהן צו ער וועט רעדן דערפון!)

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 7:15 pm

יעצט רעט א פארמער פרעזידענט פין איבעי וועגן עקאנעמי

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 7:29 pm

די עולם איז געהעריג צולאזט

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 7:43 pm

קענסט זאגען פאר די פרוי פון HP אז פרויען האבן תשעה קבין אבער נישט מער...
זי רעדט שוין באלד א שעה

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 7:58 pm

מיט ראמני, רעדט יעצט.

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 8:20 pm

מייק האקאבו רעדט יעצט, ער זאגט אז ער וואלט עכט געוואלט רעדן דאנערשטאג נאכט און געבן זיין עקסעפטענס ספיטש! אבער יעצט גייטער רעדן פאר זיין צווייטע טשאויס, דזשאן מקעין!

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 8:23 pm

איך האב אפגעשריבן כמעט די זעלבע ווערטער ווי וויכטיג, נו אז ער האט מיך אויסגעכאפט ברויך איך פארלירן מיין תגובה?

נאך גוט אז מ'קען זען פארן שיקן וואס ס'איז פארגעגאנגען פריער.

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 8:25 pm

דער קריאוזער רעדט אינגאנצן נוסח אבאמא, ער זאגט אז מ'דארף טשענדזש, און ער זאגט אז ער עגריט מיט אבאמא אז פיר דאללער א גאללאן דארף טשעינדזש, אבער איין זאך, סעקיורעטי דארף נישט קיין טשעינדזש, אבאמא איז געפארן קיין אויסלאנד געבן טשעינדזש פאר מענטשען, וואס צאלן נישט קיין טעקסעס און וואוטען נישט!

ס'איז זייער שווער צו שרייבן בשעת ער רעדט, ער רעדט מורא'דיג זיס, ס'לוינצעך צו הערן!

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 8:39 pm

אקעי יעצט רעדט ווייטער א פרוי א גאווערנער פון האוויאי, זי מאכט היבש אביסל נערוועז, אבער איך מוז הערן וואס זי זאגט, ווייל זי אינטרעדאסט יעצט גאווערנער פעילין!

מיטוואך ספטמבר 03, 2008 8:45 pm

זי האט געזאגט אז זי קען נישט פארשטיין פארוואס די דעמעקראטן רעדן פון עקספיריענס אין די צייט וואס אבאמא מיט ביידען צוזאמען האבן זערא עקספיריענס! און דער עולם האט אנגעהויבן שרייען זירא! זעראו! זירא!
שרייב א תגובה

Advertisement