בלאט 6 פון 7

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:06 pm
דורך וויכטיג מאכער
לאצעם קומען צום ווארט!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:09 pm
דורך וויכטיג מאכער
ביים עק פונעם זייל שטייט איינער מיט א סיין "מקעין וואוטס עגענסט וועטס" טאמער גייטער נישט אראפ פון דארט, וועט מען עם ארויסטראגן מיט בושות!

באלד רופעך אויס נעמען!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:11 pm
דורך וויכטיג מאכער
די 96 יעריגע מיסיס מקעין באקומט די ערשטע מאל אין איר לעיבן אזויפיל עטענטשען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:12 pm
דורך וויכטיג מאכער
דערווייל איזער נאך אקעי!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:16 pm
דורך וויכטיג מאכער
ווער ס'וויל האבן עטענטשען קען זיך נאך אריינרייסן אין די קאנוועשען זייל און פראבירן צו באקומען אביסל!

אבער מ'קען ווערן ארויסגעטראגן מיט בושות!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:17 pm
דורך איש חסיד
וואס איז געווען די מעשה דארט? כהאב נישט געכאפט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:23 pm
דורך וויכטיג מאכער
איינע פון די חילוקים פון אבאמא'ס רעדע און מקעין'ס רעדע איז, אבאמא האט כסדר געזאגט "איך וועל" און מקעין זאגט "איך האב".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:25 pm
דורך וויכטיג מאכער
איינער האט זיך ארויפגעכאפט אויפן סטעידזש, און אנגעהויבן פראטעסטירן! מ'האטעם ארויסגעפירט פון דארט בתוף ומחול!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:33 pm
דורך וויכטיג מאכער
ער זאגט אז עדזשיוקעישען איז די סיוויל רייטס פון די טווענטי פוירסט סענטרי!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:35 pm
דורך וויכטיג מאכער
ער ברענגט זייער גוט ארויס די חילוקים צווישן עם מיט אבאמא!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:42 pm
דורך וויכטיג מאכער
כ'ווייס נישט אויב כ'זאל עם גלייבן, אבער אויב ער זאגט אמת, זאל זיך רוסלאנד מיט איראן בעסער היטן די ביינער!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:48 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט רעדט ער פון זיין מיליטערישע קאריערע! ס'איז זייער אימושענעל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:51 pm
דורך וויכטיג מאכער
ווען ער האט דערמאנט אז מ'האטעם געאפפערט ארויסצוגיין פון געפענגעניש פאר אנדערע, "כ'האב געטראכט דערפון,.....................אבער כאבעס אפגעווארפן", האטעם דער עולם געגעבן א סטענדינג אוועישען!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:58 pm
דורך וויכטיג מאכער
ער איז שטארק אפלאדירט געווארן ווען ער האט געזאגט אז פארוועם ס'געפעלט נישט וויזוי די לאנד איז, זאל זיך אליין נעמען צו די ארבעט, זיך אנשליסן אין די ארמיי, אדער אנדערע ווואוילטעיטיגע ארגענעזאציעס......

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:59 pm
דורך וויכטיג מאכער
כאב געכאפט א באלון אין קאפ!!!

אויטש!!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 10:02 pm
דורך וויכטיג מאכער
מ'עין איז יעצט אראפ פון סטעידזש און געט די הענט פאר די פארזאמעלטע!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 10:04 pm
דורך וויכטיג מאכער
מ'בעיט דעם עולם זאל אויפהערן צו קראכן די באלון'ס! ס'מאכט געפערליך נערוועיז, אין כאב צוגעזאגט פאר מיין קליינעם א באלון!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 10:05 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט איז אנגעקומען א פרישע שיפמענט פון באלונס, מ'בעיט דער עולם זאל נישט כאפן, ס'דא גענוג!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 10:13 pm
דורך וויכטיג מאכער
נישט ווארפן קיין באלונס אויף די בענד!

האלאו! געב אהער א בלויע באלון! ווער וויל טוישן?!

די צוויי חברה האלטן נישט ביים אויפגעבן, זיי גייען ארום צווישן עולם געבן די הענט פארן עולם!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 10:17 pm
דורך וויכטיג מאכער
עפעס א דעלעגעט פון ווערדזשיניע וויל ענדיגען די קאנווענשען, און יעדער וואוט נאך אז יא, סאו כאשוינישט וואס צו טוהן!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 10:43 pm
דורך טהור-עיניים
חברה, סיז געווען מעכטיג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 11:01 pm
דורך קרעמער
שטארקע סוקסעס געווען - אין מיינע אויגן - די מעקעין רעדע. ער איז טאקע נישט אזא באמבאסטישע רעדנער ווי אבאמא אדער אפילו פעילין, אבער זיין פערזאנע שטייגט זיי אלע איבער.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 1:15 am
דורך טהור-עיניים
קרעמער, זייער גוט געזאגט.

איך האב יעצט (יא, יעצט אינמיטן די נאכט) אויסגעהערט אבאמא'ס רעדע פון לעצטע וואך, און איך קען נאר אזוי פיל זאגן. ער רעדט טאקע זייער באמבאסטיש, אבער ס'יז פון מיט הוילע דעמאגאגיע, און זייער ווייניג תוכן'דיגע ווערטער.

איך קען נישט צוריק גיין און עם אפווענדן יעדע זאך, אבער איין זאך קומט מיר יעצט אין קאפ, ער זאגט אז מעקעין אישוין דארט 26 פון די לעצטע דרייסיג יאר, און האט גארנישט געטאן, און איך וויל וויסן, וויפיל פון די לעצטע דרייסיג יאר איז ביידן געווען דארט און גארנישט געטאן.

נו שוין סישפעט און מ'דארף גיין שלאפן.

דעריקער, כ'אב הנאה געהאט פון מעקעין, ער האט געוואונען מיין וואוט.

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 11:07 am
דורך יאסל
קרעמער
לויט ווי ס'האט זיך דא ארויסגעשטעלט זעהען דיינע אויגען נאר וואס די ווילסט!!

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 11:32 am
דורך וויכטיג מאכער
קרעמער האט געשריבן:שטארקע סוקסעס געווען - אין מיינע אויגן - די מעקעין רעדע. ער איז טאקע נישט אזא באמבאסטישע רעדנער ווי אבאמא אדער אפילו פעילין, אבער זיין פערזאנע שטייגט זיי אלע איבער.


ברוך שכונתי!

וויכטיג מאכער אין א אנדערע אשכול האט געשריבן:מקעין'ס דרשה איז טאקע נישט געווען אזוי דראמאטיש ווי אבאמא'ס, (אנפאנג און צום סוף גראדע יא) אבער מלא תוכן!