בלאט 5 פון 7

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 11:06 pm
דורך וויכטיג מאכער
אקעי איינער קען סטאפן מיט די דזשאוקס?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 11:34 pm
דורך קרעמער
אין נאמען פון וויכטיג-מאכער (דער וואס מאכט די גרעסטע קולות ביים קאנווענשאן, מ'קען אים זעהן דארט ביים ווינקל מיט די גרויסע עלעפאנט היטל):

דזשאן מעקעין האט געווינען אנאנים!

(מיט ראמני האט באקומען 2 שטימן, און ראן פאול 5).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 12:40 am
דורך טהור-עיניים
חברה, איך האב יעצט גע'ענדיגט אויסהערן פרעד טאמפסאן'ס דרשה פון נעכטן ביינאכט (נעכטן האב איך גארנישט מיטגעהאלטן לייוו), איך בין אפשר נישט דער גרעסטער עקספערט אויף דרשות, אבער איך געדענק נישט ווען איך האב אמאל געהערט אזא מעכטיגע דרשה. ער האט אלעס אריינגערוקט, אויסגערימט מעקעין, זיין כאראקטער, זיין לעבן, זיין סערוויס. געמאכט דעם עולם לאכן און דערנאך זיי געמאכט וויינען און שפעטער נאכאמאל לאכן. אריינגעריקט די דעמאקראטן מיט אבאמא'ן בראשם אין זיבעטן ריפ אריין. ער האט געמאכט א מעכטיגן שמעטערהאפטיגן דשאב.

דעטס מיי קאנקלוזשן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 8:47 am
דורך צייטליך
פון אלע דרשות צונאזאם האט נאך דאכצעך דזשוליאנו אריינגעריקט דאס מערסטע אין אבאמא. איך האב אויסגעפלאצט ווען ער האט זיך אנגעריפן ארומרעדענדיג איבער אבאמא מיינונגס טוישינגען (פליפ פלאפ) אז "אויב בין איך דזשאו ביידען וואלט איך פארלאנגט אז ער [אבאמא] זאל מיר גיבן די וויצע פרעזידענט אמט אפגעשריבן אויף א צעטיל..."

ראמני האט גערעדט היפש פארביסן, בעיקר איבער די אקענאמיע און שטארק אראפגעריסן די ליבעראלן און גע'טענה'ט "מיר דארפן אויך א טויש! מיר דארפן טוישן די היינטיגע ליבעראלע וואשינגטאן צו א קאנסערוועטיווע וואשינגטאן"

האקאבו האט זייער גוט גערעדט. ער איז באקאנט אלס א גרויסער לץ, אבער נישט די גאנצע צייט איז ער געווען אזוי, ער איז געווען היפש דראמאטיש אויך, בעיקר מיט די מעשה פון די טיטשער ואכמ"ל.

רעבעצין פעילין האט אראפגעלייגט נעכטן א מייסטערהאפטיגע דרשה, מער ווי אלע ערווארטונגען, בעסער געזאגט, עס איז נישט געווען קיין ערווארטונגען וויבאלד קיינער האט איר נישט געקענט און קיינמאל נישט געהערט קייין דרשה פון איר.

זי האט גערעדט גאר שטארק און פעסט ביי זיך. זי האט אריינגעגעבן פאר וועם זי איז שולדיג און אויסגערומט מקעין. זי האט גאר שטארק ארויסגעברענגט ווי גוט אלאסקא שטייט היינט פינאנציעליש און וואס זי האט אלס איינגעפירט דארט לטובת די איינוואוינער.

עקסטערע האט זי ארומגערעדט איבער די אויל גראבינגען דא אין אמעריקע און אראפגעריסן די דעמאקראטן מיט דעם וואס זיי זענען דערקעגן, זאגענדיג "דאס אז גראבן דא וועט נישט ערלעדיגן די גאנצע אויל פראבלעם איז נאכנישט קיין סיבה אז מ'זאל ממש גארנישט טון דערצו"

איר נעכטיגע דרשה איז געוען א זאך וואס יעדער האט געווארט צו הערן, מ'שאצט אז עס האבן עס מיטגעהאלטן בערך אזויפיל מענטשן וויפיל עס האבן מיטגעהאלטן די אבאמא דרשה פארגאנגענע וואך. (פיר און פערציג מיליאן!) די דרשה האט געדארפט ווארפן די ערשטע בליק אויף איר. זי קען זיין רואיג אז זי האט עס דורכגעמאכט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 8:54 am
דורך לעווי
אונטערשטע שורה, זי האט גערעדט מיט א פעסטקייט, זי האט גערעדט ווי א קאנפידענט פירער, זי האט שטארק ארויסגעברענגט ווער פונקטלעך זי איז און ווער זי גייט זיין.

איין אינטרעסאנטע זאך וואס זי האט געזאגט וואס איז מיר געווען א חידוש אז כ'האב עס נישט געוואוסט ביז יעצט איז. זי טענה'ט אז אבאמא האט נישט געספאנסערט קיין איין ביל און קיין שום רעפארם, נישט אין וואשינגטאן און נישט אין די סטעיט סענאט. איז דאס אמת?


ביי דע וועי אפשר קען איינער פארציילן האקעבי'ס מעשה מיט די טיטשער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 10:17 am
דורך מיללער
איך האב הנאה געהאט פון די סאבסטאנס (תוכן) פון פעילינ'ס דרשה (נישט אלעס איז געווען נייעס פאר ווער ס'האט מיטגעהאטלטן איר אקצעפטירונג רעדע אין אהייאו) אבער איך האלט אז זי האט נישט גערעדט אזוי פאוער-פול, אראטאריש און ענטוזיאסטיש, פילייכט וועגן אימתא דציבורא אדער וועגן די סקאנדיליעזע מידיא דיסקאוועריס (וויאזוי זי האט געזאגט אז דאס לויפן פאר פאבליק אמט איז ביי טייל א 'זשורני' פון פערזענליכע דיסקאוועריס, וד"ל)

ג'וליאני אלס קינאוט רעדנער, האט גערעדט אומסימפאטיש, זייער נישט פראפעשענאל און נידריג, איך גלייך ערנסטקייט און ערוואקסנקייט איבער עקסטייטמענט און הייפערעקטיוו (זעהט אויס אז די דעלעגאטן שטימען נישט איין מיט מיר אין די אישו) דער 'דריל בעיבי דריל' געשריי האט מיך דערמאנט פון די דעמאקראטן אין דענווער.

מיר גייט אן די גאנצע קאנווענשאן-צירקוס ווי א לאך אין קאפ, אבער ווען די לייטס זענען פארלאשן און די בעלאאנס זענען צוקראכט, די איינציגסטע זאך וואס איז נוגע איז ווער איז ראוי צו פירען דאס לאנד די קומענדיגע פיר יאר, וועמענס פאליסיס און אידיעלאגיעס וואלט איך געוואלט זעהן אינפארסירט?

די טשויס איז קלאר לדעתי, מעקעין איז אן ערנסטער אינדיווידואל מיט א גאלדענע רעקארד פון העראיזם און זעלבסטשטענדיגקייט, איבער דעם בן-חם פון שיקאגו מיט א רעקארד פון קאמיוניטי ארגענייזעישאן (וואס דאס באדייט פאר א פרעזידענט ווייסט איין באשעפער), שווארצע ראסיזם און דעמאגאגיע, אנטי אמעריקען העצעס און זעלבסט אנגעביסנקייט.

צוריק צו די קאנווענשאן פאמפעס......

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 12:37 pm
דורך יצמח
לעווי האט געשריבן:ביי דע וועי אפשר קען איינער פארציילן האקעבי'ס מעשה מיט די טיטשער?


איך וועל פרובירן מיין בעסט, די מעשה איז אזוי:
מיט אפאר יאר צוריק איז געווען א טיטשער וואס האט די ערשטע טאג פון סקול יאר ארויס גענומען אלע בענקלעך פון קלאס רום, ווען די קינדער זענען אריינגעקומען און זיי האבן איר געפרעגט ווי זענען די טישלעך האט זי געזאגט אז ווער סוועט קענען ענטפערן וויאזוי ער האט פארדינט דאס טישל (How do you earn your table) וועט מען צוריק ברענגן די טישלעך, איינער האט פרובירט צו ענטפערן אז "אויב מ'האט גיטע צייכענונגען" א צווייטער האט געזאגט אז "מאיז וואיל אין קלאס" אבער די טיטשער איז נישט געווען צופרידן, אזוי איז דורך די גאנצע טאג און קיינער האט נישט געהאט דעם ריכטיגן ענטפער.

ענדע טאג האט זי געזאגט אזויווי קיינער ווייסט נישט וועל איך ענק עס זאגן, זי האט אויפגעפענט די טיר און עס האבן אריינשפאצירט עטליכע וועטעראנען מיט די טישלעך און די הענט און זי האט זיך אנגערופן אז דורך זיי וואס זיי האבן געפייט פאר אייך, האט איר פארדינט די טישלעך זיי האבן אייך געגעבן די מעגליכקייט צו זיצן אין פרייהייט און גיין אין סקול.

האט ער אויסגעפירט: אז דורך דזשאן מע'קעין האב איך געהאט די פרייהייט צו באקומען דעם טישל אין סקול, און דאס וואס איך וויל אים באצאלן איך וועל אים אויך העלפן באקומען א טישל אבער איך מיין דעם טישל אין אוועל אפיס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 12:38 pm
דורך חיים
איך האב ערווארטעט פון אים עפעס בעסערס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 12:49 pm
דורך יצמח
איך האב געוואלט וויסען צו נאך איינער האט באמערקט דעם חילוק צווישען די רעדנער ביי די דעמאקראטישער קאנווענשאן און די רעדנער ביי די רעפאבליקאנער קאנווענשאן.

די דאמאקראטישע רעדנער איינס ביי איינס האבן גערעדט מיט א גערעגטקייט מיט האס ביי זייערע דרשות סהאט אויסגעקוקט ווי זיי ווילן איינעם צורייסן, משא"כ די רעפאבליקאנער האבן גערעדט מער מיט הומער און ליצנות געמאכט פון די דעמאקראטן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 1:05 pm
דורך John McCain
איינער האר אן אננונג ווי מ'קען אויב מ'קען בכלל דאונלאודן די דרשות צו סעיוו'ן (save) אויפ'ן קאמפיוטער?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 2:33 pm
דורך סאכדעס
דזשאון דו דארפסט דאס פרעגן?

מיר האט אויך זייער געפאלן אלאסקע רביצינ'ס סטעיטמענט וואס טהור'ל האט אראפגעברענגט.

כ'בין מחולק אויף מיללער, זי האט יא גערעדט מיט גאר א שטארקייט, אבער פארט מיט אן איידלקייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 4:18 pm
דורך John McCain
געזען האב איך עס איך וויל עס נאר סעיוו'ן

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 6:52 pm
דורך קרעמער
אויף היינט זענען געפלאנט א גאנצע רייע רעדנער, איך האף אז נאך נאכט סדר וועט מען נאך קענען כאפן דעם רבי'ן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 7:09 pm
דורך סתם_אזוי
קול מבשר וועט צושטעלן א לייוו האקאפ פונעם רבי'ן שליט"א?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 7:25 pm
דורך פריץ
דזשאן מעקעין רעדט זיך אפ אז מען זעט מער פעילן אויף די פראנט זייט בלעטלעך ווי אים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 8:02 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט איז מען מספיד די רעבעצין!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 8:07 pm
דורך וויכטיג מאכער
טאם רידזש, די געוועזענע גאווערנער פון פענסעלוועיניע! און הוימלענד סעקיוריטי צאר, האט יעצט גענומען דעם מיקראפאון.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 8:10 pm
דורך בסייעתא דשמיא
איז אונזער בירגערמייסטער בלומבערג ביים קאנווענשן?

מיר געדענקן נאך וואו ער האט גע'חלש'ט צו זיין א קאנדידאט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 8:18 pm
דורך וויכטיג מאכער
שרייטס אלע "דעטס דזשאן מקעין!" ער האט אריינגעברענגט א נייע לאזונג, (אפשר באלאנגטעס אין די "לאזינג פונעם טאג" אשכול?)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 8:26 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט איז מען מספיד רעבעצין מקעין!

זי קומט שוין אריין מיט די גאנצע משפחת מקעין. (אן דזשאן)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 8:41 pm
דורך וויכטיג מאכער
זי ברענגט ארויס איר טאטעס, מאן'ס און קינדערס ארמיי היסטארי!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 8:45 pm
דורך וויכטיג מאכער
זי פראבירט ארויסצוברענגען אירע פארבינדיגען מיט שחורים! צייגענדיג אויף א שחר'טע וואס זי האט אויפגעצויגען, און נאך!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:03 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט ענדיגט מען די הספד אויף דזשאן מקעין! און אט אט קומטער אריין!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:04 pm
דורך וויכטיג מאכער
סאל זיין שטיל!!!!!!!!!!!!!!

נו! דרך ארץ!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 9:05 pm
דורך וויכטיג מאכער
יו עס עי!!!!!

יו עס עי!!!!!

יו עס עי!!!!!

יו עס עי!!!!!

יו עס עי!!!!!