נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך ותיק וחסיד »

איך האב באגעגענט היינט א בראשור פון א נייע חדר אור התורה, עפעס א סניף פון א חדר זיו התורה אין בני ברק. עס זעהט אויס א פעסטע סדר הלימוד במשך די יארן. הלואי וואלט איך געקענט יעצט גיין אין אזא חדר. האבן פעסטע רבנים אויך, הגר"ר שארר, ר' מנחם מאיר, ר' חיים פייוול און סנטאניסלאווע רבי.

ס'האט מיר געכאפט אז עס זעהט אויס איינער וויל אפענען א חדר סתם אויסצולערענען קינדער אסאך לערנען.

איינער ווייסט מער פרטים?
אטעטשמענטס
seder.PNG
seder.PNG (339.42 KiB) געזען 7377 מאל
זיבעציגער
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 1:55 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך זיבעציגער »

ווייזט אויס אז זיי פלאנען נישט צו לערנען די סדרה פון די וואך נאר על הסדר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך ותיק וחסיד »

זיבעציגער האט געשריבן:ווייזט אויס אז זיי פלאנען נישט צו לערנען די סדרה פון די וואך נאר על הסדר


אין די בראשור שטייט אז זיי לערנען יעדע וואך די פרשה אויך. און פון כתה ד' און ווייטער ענדיגט מען די גאנצע סדרה יעדע וואך.
זיי ברענגן א תשובה אין שבט הלוי וואס ער שרייבט איבער די חדר אין בני ברק אז עס איז א געוואלדיגע מהלך.
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע: בני ברק

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך צעטל קלעבער »

איך קען פערזענליך קינדער וואס לערנען (אדער האבן געלערנט) דארט, דער קינד דארף פאסן צום סדר הלימודים.

ס'אויסדרוקליך נישט פאר יעדעם.
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך ותיק וחסיד »

צעטל קלעבער האט געשריבן:איך קען פערזענליך קינדער וואס לערנען (אדער האבן געלערנט) דארט, דער קינד דארף פאסן צום סדר הלימודים.

ס'אויסדרוקליך נישט פאר יעדעם.



ווי זיי זענען מסביר דארט לערנט מען אויף זייער אסאך אופנים, אז א שוואכערע קינד האט מער טשענסעס צו מצליח זיין, ווייל יעדע לימוד איז נישט איין אויסגעפארעמטע אופן.
לעצט פארראכטן דורך ותיק וחסיד אום דאנערשטאג מארטש 31, 2022 11:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

אפשר ביזטו אונז מזכה מיטן בראשור?

דארף צו זיין זייער אינטערעסאנט.

(עס זעהט אביסל אויס, ווי געצויגן דעם שטריק ביזן אנדערן עקסטרים...)
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3991
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך לעכטל »

די חדר זעהט אויס וועט לערנען 'שיטת זכרו' (ווי מען רופט עס אין ארץ ישראל)
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך ותיק וחסיד »

איך האב צוריקבאקומען פון זיי אן אימעיל. איך פרוביר ארויפצולייגן דעם בראשור עס איז צו גרויס, וויאזוי געט מען זיך אן עצה?
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך Amazing »

ותיק וחסיד האט געשריבן:איך האב צוריקבאקומען פון זיי אן אימעיל. איך פרוביר ארויפצולייגן דעם בראשור עס איז צו גרויס, וויאזוי געט מען זיך אן עצה?

Dropbox link
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
גרינוויל תושב
שר האלפיים
תגובות: 2439
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2020 2:22 pm
לאקאציע: מאנטשעסטער

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך גרינוויל תושב »

זיי לערנען לויט די זילבערמאן שיטה פון אלט-שטאט ירושלים?

איך גיי נישט אריינרעדן צו ס'איז א גוטע שיטה צו נישט, ס'איז אבער קלאר אז אונזערע רבי'ס, ובתוכם רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האבן נישט געהאלטן פון לערנען דורך דער שיטה.
סעלפון
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 12:29 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך סעלפון »

עס האט גארנישט מיט זילבערמאן'ס שיטה
אינזערע רבי'ס ובתוכם רבינו החתם סופר זי"ע - האבן יא געהאלטן פון דעם כמבואר בשו"ת שבט הלוי חלק יא' סימן רכו'
אוועטאר
מאניש בנבנשתי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5382
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך מאניש בנבנשתי »

גרינוויל תושב האט געשריבן:זיי לערנען לויט די זילבערמאן שיטה פון אלט-שטאט ירושלים?

איך גיי נישט אריינרעדן צו ס'איז א גוטע שיטה צו נישט, ס'איז אבער קלאר אז אונזערע רבי'ס, ובתוכם רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האבן נישט געהאלטן פון לערנען דורך דער שיטה.


מהיכן דנתנו?
אב''ד ור''מ קרעפלעך והגלילות יצ''ו

געב צוריק דאס געלט פאר'ן רבי'ן, די רבי ער זאגט נישט קיין ליגענט..(קרעדיט: מיכאל ע''ה.)

מיינע באקן זענען נישט פארגליווערט, ווייל איך מאך דערמיט איבונגען כסדר..

קרעפלאך והגלילות

דער שיעור שטיבל
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך יודל קליין »

יארן צוריק בין איך געווען אין ארה״ק, איך בין איינגעשטאנען ביי א קרוב וואס זיינע קינדער לערנען אין דעם ת״ת, איך בין ממש אויסגעגאנגען פאר קנאה פון די ידועות התורה און קלארקייט וואס די קינדער האבן פארמאגט.

מי יתן והיה אז מיינע קינדער זאלן אזוי קענען.

איך האב קיין מאל נישט דורך געטוהן די אויסגעהאלאנקייט פון די מהלך אבער דאס איז אמאל זיכער און אויף דעם בין איך געווען אן עד ראיה אז ס׳ארבעט און די קינדער קויפן זיך איין א קנין עולמית אין די תורה הקדושה.
זה הקטן גדול יהי'
רכבת הקלה
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:13 am

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך רכבת הקלה »

נישט דאס איז שיטת זילברמן
שאלות
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 20, 2022 2:57 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך שאלות »

דער שאלה איז ווי זענען דער קינדער היינט צוטאגס? קענען זיי בעסער ווי אנדערע קינדער? האבען זיי מער הבנה צולוב זייערע ידיעות אדער פאקערט וויבאלד זיי קענען און חזר'ן אסאך איז עס אויפ'ן חשבון פון הבנה?
מר קאפלאווסקי
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 27, 2021 9:58 am
לאקאציע: אינעם מצוה מענטשי'ס שאכטעל

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך מר קאפלאווסקי »

קעניך א יונגערמאן אין א"י וואס שיקא זיינע קינדער צו דעם חדר, ס'ממש הימל אין ערד וואס די קינדער קענען מיט א געוואלדיגע קלארקייט.
זיי לערנען בשיטת זכרו, ענדליך צו וואס די משנה אין אבות זאגט בן חמש למקרא בן עשר למשנה וכו' אין די קינדער זענען קונה א געוואלד מיט ידיעות וואס אפי' עלטרע מענטשען קענען נישט
סעלפון
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 12:29 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך סעלפון »

שאלות האט געשריבן:דער שאלה איז ווי זענען דער קינדער היינט צוטאגס? קענען זיי בעסער ווי אנדערע קינדער? האבען זיי מער הבנה צולוב זייערע ידיעות אדער פאקערט וויבאלד זיי קענען און חזר'ן אסאך איז עס אויפ'ן חשבון פון הבנה?


אפשר קענט איר מסביר זיין וואס איר רעד, וואס פארא הפסד צו הבנה ברענגט ידיעות התורה? אדרבה די יסוד צו הבנה בתורה איז ידיעות בתורה, איינער וואס זאגט לומדות און ער האט נישט קיין ידיעה אין לכה"פ אין די יסודות פון תורה איז א נער. כידוע די ירושלמי אין ראש השנה, "דברי תורה עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר"
סעלפון
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 12:29 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך סעלפון »

סעלפון האט געשריבן:
מר קאפלאווסקי האט געשריבן:קעניך א יונגערמאן אין א"י וואס שיקא זיינע קינדער צו דעם חדר, ס'ממש הימל אין ערד וואס די קינדער קענען מיט א געוואלדיגע קלארקייט.
זיי לערנען בשיטת זכרו, ענדליך צו וואס די משנה אין אבות זאגט בן חמש למקרא בן עשר למשנה וכו' אין די קינדער זענען קונה א געוואלד מיט ידיעות וואס אפי' עלטרע מענטשען קענען נישט


קוק אינעם בראשור
בן חמש למקרא, בן שמונה למשנה, בן עשר לגמרא
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך שטומפיג »

ותיק וחסיד האט געשריבן:איך האב באגעגענט היינט א בראשור פון א נייע חדר אור התורה, עפעס א סניף פון א חדר זיו התורה אין בני ברק. עס זעהט אויס א פעסטע סדר הלימוד במשך די יארן. הלואי וואלט איך געקענט יעצט גיין אין אזא חדר. האבן פעסטע רבנים אויך, הגר"ר שארר, ר' מנחם מאיר, ר' חיים פייוול און סנטאניסלאווע רבי.

ס'האט מיר געכאפט אז עס זעהט אויס איינער וויל אפענען א חדר סתם אויסצולערענען קינדער אסאך לערנען.

איינער ווייסט מער פרטים?

די רבנים שטייען בראש פונעם חדר? נישט משמע פון די בריוו אזוי.
ווער שטייט יא בראש?
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
סעלפון
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 12:29 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך סעלפון »

Brochure SP1024_12.jpg
Brochure SP1024_12.jpg (122.12 KiB) געזען 5258 מאל
סעלפון
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 13, 2019 12:29 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך סעלפון »

Brochure SP1024_11.jpg
Brochure SP1024_11.jpg (126.86 KiB) געזען 5257 מאל
Brochure SP1024_10.jpg
Brochure SP1024_10.jpg (130.11 KiB) געזען 5257 מאל
אוועטאר
איש אורג
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 2:25 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך איש אורג »

איך קען זיך נישט קריגן מיט א מציאות, אבער עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא מהלך זאל ארבעטען פאר חלשים און אויך נישט פאר אלע בינונים.
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך ותיק וחסיד »

איש אורג האט געשריבן:איך קען זיך נישט קריגן מיט א מציאות, אבער עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא מהלך זאל ארבעטען פאר חלשים און אויך נישט פאר אלע בינונים.


די חדר שטייט שוין 22 יאר, קינדער קומען אריין ביי נורסערח, דעמאלט קען מען נאכנישט וויסן די רמת הכשרון פונעם קינד.
פוילישער
שר האלף
תגובות: 1165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2007 11:33 am

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך פוילישער »

די געדאנק איז א גוטער און הלוואי זאלן די אמעריקענע קינדער קענען אזוי סך ווי די ארץ ישראלדיגער קינדער.

אבער דא קומט אריין א מעשה שהיה. ביי א געוויסע חסידות אין אמעריקע, האבן אפאר טעטיגע אינגעלייט עסקנים געוואלט ארויפארבייטן די ניווא פון די לימודים אין זייערע מוסדות. זיי זענען ארומגעגאנגען קוקן ווי אזוי עס קוקט אויס אין אנדערע מוסדות. זייענדיג אין ארץ ישראל האבן זיי באזוכט מוסדות התורה, זענען זיי געווארן פיל מער אנגעצינדן אז מען מוז עפעס זעען צוטון מיט זייערע מוסדות אין אמעריקע. זעענדיג ווי די קינדער אין ארץ ישראל לערנען פיל מער. די קינדער למשל פון די גמרא כיתה, לערנען א בלאט גמרא א וואך, ווען דער זעלעבער עלטער אין אמעריקע לערנט אן עמוד א וואך.
זיי האבן שוין געמאכט גאנצטע חשבונות וואס זענען די סיבות דערפאר, ווי אזוי מען גייט עס פארעכטן, וועלכע תקנות מען גייט איינפעדימען צו צוימען די גשמיות וואס דאס איז זיכער די גורם.
זיי זענען אריינגעראנגען צו זייער רבי'ן מיט זייער אנטדעקונג און מיט התלהבות אראפגעלייגט זייער מיינוג. דער מנהיג העדה האט זיי אויסגעהערט בכובד ראש, און איז אויך געווארן איבערגענומען, און געזאגט אז מען דארף זיך טאקע אריינלייגן דערין און זעען וואס מען קען פארעכטן.
ער האט צוזאמגערופן אן אסיפה מיט די אישי החינוך און עס דורכגערעדט. איין קלוגער מנהל האט זיך גלייך אנגערופן: דאס איז א טעמע וואס איז פיל יארן פריער שוין אויך געווארן דורכגעאקערט... מען קען זיך בארוהיגן, מען מוז נישט באשולדיגען די אמעריקאנע קינדער… די סיבה דערפון איז פשוט, די קינדער אין ארף ישראל וואקסן שוין אויף פון וויגל ארויס מיט לשון הקודש ווערטער און אותיות, וואס מאכט זייער עברי קלאסן פיל גרינגער און שנעלער. אזוי אויך די הבנה פון ווערטער אין חומש און גמרא זענען נישט פרעמד פאר זיי, קען מען לערנען פיל מער.
אין אמעריקע אבער זענען די ווערטער פון חומש און גמרא אינגאנצן נייע מושגים פאר די קינדער וואס איז ווילד פרעמד, נעמט עס פיל לענגער…

דערפאר וועט זיין אינטערסאנט צו זעען אויב עס גייט זיך אויסארבייטן. לאמיר האפן אז יא.
אוועטאר
איש אורג
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 2:25 pm

Re: נייע חדר אין מאנסי - אור התורה (סניף זיו התורה בני ברק)

תגובה דורך איש אורג »

ותיק וחסיד האט געשריבן:
איש אורג האט געשריבן:איך קען זיך נישט קריגן מיט א מציאות, אבער עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא מהלך זאל ארבעטען פאר חלשים און אויך נישט פאר אלע בינונים.


די חדר שטייט שוין 22 יאר, קינדער קומען אריין ביי נורסערח, דעמאלט קען מען נאכנישט וויסן די רמת הכשרון פונעם קינד.


און איעדע תלמיד איז מצליח 100%? עס שטימט נישט מיט די
Law of averages
די מציאות איז אז דער דורכשניטלעכער כתה האט אביסל מצויינים, רוב בינונים און געוויסע חלשים. צומאל איז אויך דא די לערנונג דיסעבאלד תלמידים וואס דארפן טיפול מיוחד. עפעס שטימט נישט.
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”