תגובהדורך מנשה מאיר » פרייטאג מאי 13, 2022 1:29 pm
מי לד' אלי!!
אט דאס שפירט זיך אין די לופטן אין די יעצטיגע גורל'דיגע טעג. כלל ישראל איז איינגעשפאנט, אלעס ווי איינער איז דא מיטן איינעם ציל, 'כלל ישראל' פאר 'כלל ישראל', מען איז אנטשלאסן אפצוראטעווען דעם חינוך הטהור דא אין גלות ניו יארק, מ'וועט אויף דעם טון כל טצדקי, און אלס וואס ליגט אין אונזערע מעגליכקייטן, און במיוחד, וועט מען אויפטרייבן צענדליגער טויזנטער 'פעטיציעס', דורך וועלכן אונזער שטימע וועט קלאר געהערט ווערן פאר די רעגירונג אינסטאנצן, מיט אונזער שארפער שטעלונג אנטקעגן סיי וועלכע שינויים אין דעם הייליגן און ריינעם חינוך וואס מיר האבן מקובל במסורה מדור ודור פון אבותינו ורבותינו.
מען גרייט זיך... הנה היום בא בוער כתנור, עס קומט א ברענענדיגער טאג, דער טאג 'זונטאג בהר פסח שני תשפ"ב' וואס וועט פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות ימי יהדות החרדית, אלס 'דער טאג', דער 'יום החינוך' וועלכע האט געשפילט א שטארקע ראלע אינעם אפראטעווען דעם הייליגן חינוך פון אונזערע דורות הבאים ביז משיח'ס טאג בעז"ה.
דעם פארלאפענעם דאנערשטאג אמור, זענען פייערדיגע דרשות אפגעהאלטן געווארן אינערהאלב די סאטמארער כוללים אין ניו יארק, אין קרית יואל דורך הגאון רבי מאיר צוויבל שליט"א בעל נר המאיר, אין וומסב"ג דער ראש הכולל הגאון רבי הירצקא צוויבל, אין בארא פארק דער דומ"ץ הגאון רבי משה פריעדמאן שליט"א, און אין מאנסי הגאון רבי יעקב ווייס שליט"א, ווען אלע ווי איינער האבן אויפגעפלאקערט די הערצער פון די חשוב'ע עמלי התורה, צו... צומאכן די גמרות, און אינעם גורל'דיגן טאג דעם קומענדיגן זונטאג, זיך ארויסלאזן אויף די יארכע, און גיין טון עסקנות, צו זיכער מאכן אז יעדער איינציגער אשר בשם ישראל יכונה שרייבט אונטער די אויסטערליש וויכטיגע 'פעטיציעס', למענינו ולמען דורותינו!
דער אפרוף צווישן די ווענט פון די כוללים איז געווען אויף א פארנעם וועלכע איז זעלטן ווען געזען געווארן בעפאר, די חשוב'ע לומדי תורה האבן פארשטאנען דאס ערנסקייט פונעם זמן, און האבן זיך אונטערגענומען אלע ווי איינער צו גיין זיצן אין די בתי מדרשים איבער גרעיטער ניו יארק אפנעמען די פעטיציעס, און/אדער זיך אונטערגענומען פערזענליכע 'גאולס' פון הונדערטער פעטיציעס וואס מען וועט אפנעמען ביי נאנטע און באקאנטע, צו קענען פאראויסברענגען דעם ארויסגעקוקטן ציל פון 'צענדליגער טויזנטער פעטיציעס' בעז"ה, אין צוגאב צו די קרוב צו פופציג טוינזט פעטיציס וועלכע זענען שוין אריינגעקומען אין לויף פון די פארגאנגענע טעג און וואכן.
צו די זעלבע צייט מעלדן די עסקנים אז עס ווערן צוגעגרייט קעסטלעך וועלכע איז אינסטאלירט געווארן איבער די גרעסערע בתי מדרשים לענגאויס ניו יאר, וואו מען קענ איבערלאזן די פעטיציעס און די עסקנים וועלן דאס קומען אפנעמען, אזוי ארום צו פארזיכער אז 'קיינער' פאלט נישט ארויס, און אויך אויב די עסקנים האבן נישט עספיעט אנצוקומען אין יעדן איינציגן ביהמ"ד, האט אבער 'יעדער איינציגער' איד די מעגליכקייט צו אונטערשרייבן דעם פעטיציע, און זיין א חלק פון דעם געוואלדיגן 'הצלת הדורות'.
און דער מאסיווער קאמפיין איז נישט באגרעניצט בלויז אויף ניו יארק, א באזונדערע נוסח גרייטן די עסקנים צו אויך פאר אויסלענדישע אידן, וועלכע וועלן קומען צו הילף פאר זייערע ברודער אין ניו יארק, און אויפהייבן זייער וויי-געשריי אויף די פרואווינגען פון די ניו יארקער אינסטאנצן צו שטערן דעם חינוך הטהור. דערביי ווערט צוגעגרייט א העפטיגער קאמפיין אין ווייטן מאנטריאל וואו מען וועט בעז"ה אויפטרייבן שווערע הונדערטער פעטיציעס, ומכנף הארץ זמירות שמענו, אז אויך אריבער דעם אקעאן אין עיר הבירה לאנדאן ווערן געמאכט די לעצטע הכנות צום אנהויב פונעם מאסיוון קאמפיין צווישן ארטיגן אידנטום, להעביר את רוע הגזירה פונעם ניו יארקער אידנטום.
והחרון והוא העיקר, אין דעם גורל'דיגן טאג וועט כלל ישראל איינרייסן און מעורר רחמים זיין בפני אדון כל, אז די פעולות ההשתדלות זאלן טאקע עושה רושם זיין לטובה, און מצליח זיין אפצושאפן דעם שרעקליכן גזירה וועלכע לאערט אויף כלל ישראל, הנאנחים ונאנקים תחת עול שעבוד הגליות.
און דער מעסעדזש איז קלאר, דעם זונטאג פ' בהר מוז יעדער איינציגער איד האבן גע'חמת'עט דעם פעטיציע! קיינער שליסט זיך נישט אויס פון כלל ישראל'ס אונטערנעמונג!
פאר סיי וועלכע הילף איבער די פעטיציעס, ביטע רופן 646-580-3040
צו הערן ווי די קאמפיין האלט רופט 718-305-7512
צו שיקן דורך א טעקסט שיקט די ווארט START צו 7184074253