בלאט 1 פון 1

קאמפיוטער גליטש ביי FAA - פראבלעמען ביי אלע עירפאורט'ס

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 3:52 pm
דורך צייטליך
היינט דינסטאג נאכמיטאג איז געשעהן א גרויסער קאמפיוטער גליטש אין די סיסטעם פון די FAA וואס קאנטראלירט אלע פליגער'ס אונעם גאנצן לאנד.

ווי עס ווערט באריכטעט איז דער הויפט קאמפיוטער און קאנטראל צימער פון די FAA וואס איז סטאנצירט אין זייער הויפקווארטיר אין אטלאנטא געגאנגען שלאפן און דערווייל איז דער גאנצער קאנטראל אריבער צו א צווייטער הויפקווארטיר אין יוטא, און עס איז צו סאך ארבייט פאר זיי מיט וואס זיי קענען זיך נישט ספראווען און דאס ברענגט גרויסע פארשפעטיגונגען ביי אלע אמעריקאנער גרויסע עירפארט'ס.

דער אורזאך פונעם גליטש איז נאכנישט באוויסט, און מ'ווייסט נאכנישט ווילאנג עס וועט נאך אנהאלטן. אבער לויט ווי זיי מעלדן האבן זיי נישט פארלוירן קיין שום אינפארמאציע און זיי האבן קאנטאקט מיט אלע פליגער'ס וואס זענען יעצט אין די לופט אז זיי זאלן קענען לאנדן זיכערערהייט.

ק.נ.א. האט זיך פארבינדן מיט צוויי פון אונזערע מיטארבייטער'ס וואס זענען יעצט פונקט אויפן פליגער יעדער צו זייער דעסטינאציע.

מ.ק. אן אלטער קראספעדאנט פאר ק.נ.א. זאגט אז ער ווארט שוין אויפן ראנוועי אריבער א דריי פערטל שטונדע, נאכדעם וואס דער פיילאט האט אויסגעריפן איבער דעם פראבלעם, ער גיט איבער אז ער זעהט פליגער'ס ארומפארן, ארויף און אראפ, קיין גרויסע טראפיק איז נישטא דארט, אבער פארט איז דא היפשע דילעיס.

אויף אינזער פראגע וויאזוי די פאסענדזשירן ראיגירן דעראויף, זאגט ער, ס'רוב פון די פאסענדזשירן שלאפן.. אנדערע ליינען צייטונגען, אבער יעדער איז רואיג און שטיל.

י.ל.פ. א אקטיווער ארבייטער אין אינזער אפיס גיבט איבער פון זיין פליגער אז "פאר צוואנציג מינוט צוריק האט דער פיילאט אויסגעריפן און מודיע געווען דעם עולם איבער דעם פראבלעם און האט געזאגט אז לכאורה וועט מען ווארטן איינס און א האלב שעה" זאגט ער. ער לייגט צו אז ס'רוב פון די מיטרייזענדע האבן נאכנישט געוויסט דערפון פארן ארויפקומען, הגם ער האט שוין יא געזעהן די נייעס אין עירפאורט.

אויף אינזער פראגע וויאזוי דער עולם נעמט דאס אויף, זאגט ער אז ווי נאר מ'האט אויסגערופן די מעלדונג האט דער עולם ארויסגענומען די סעלפאון'ס און אנגעהויבן מאכן טעלעפאון קאלס, דער פיילאט האט אויסגעלאשן די מאטארן און מ'האט אנגעפאנגען אויסצוטיילן קוקי'ס און טרינקען פארן עולם עפעס צוציבייסן דערווייל.

ער ווייסט נישט ווילאנג ער וועט נאך דארפן ווארטן, ער האפט אז נישט צו לאנג וויבאלד ער האט א ביזנעס מיטונג מארגן, וואס אהין פארט ער יעצט.

ווי נאר מיר וועלן האבן פרישע מעלדונגען און נייעס וועלן מיר עס ברענגען פאר אונזערע ליינער.


צייטליך, ק.נ.א. ניו יארק.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 4:02 pm
דורך וויכטיג מאכער
טענקס פאר די ריפארט! און ווי אייביג האסטע מיך געמאכט לאכן!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 4:07 pm
דורך 3x0
איך האב שוין געשמייכלט ווען איך האב געזען אז צייטליך האט געעפענט דעם אשכול. שכוח צייטליך.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 7:18 pm
דורך יאנאש
צייטליך, ווי אייביג יו אר די בעסט אין די ריפארטינג ביזנעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 7:25 pm
דורך איך_הער
צייטליך, נייס דזשאב, טענקס א מיליאן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:44 pm
דורך קרעמער
איך הער אז אלעס איז שוין פארראכטן, און די איבריגע קוקיס מיט מילך זענען אריבערגעפירט געווארן צום ציון הקדוש אין קרית יואל.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 12:13 am
דורך שוועמל
שכויח צייטליך.
און דאנקע קרעמערנ'יו פארן ברענגען צום אויספלאץ

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 1:13 am
דורך מאשקע
חחחחח...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 9:38 am
דורך מיללער
צייטליך,
ביסט צוקער זיס, לעק דיין פיס, און מיין קאווע אן אויסגיס, עס קומט א פאליס און ער גיט א שיס.

(נעם אראפ דעם אויבער-שטריכל פון עירפארט'ס און קענסט אריינשיקן דעם ארטיקל פאר צייטונגען און בולעטינען וואס זוכען אומזינסטע נייעס)

קרעמער,
די קוקיס וויץ האט מיר געקיצלט, און די קאווע צושפריצלט!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 11:55 am
דורך לעווי
צייטליך, שכח פאר די נייעס באריכט.

איין זאך וויל איך צולייגן, מיין חבר פון די ק.נ.א., הרב ק.ר.ש. האט מיר פארציילט אז ער איז געווען אין די לופטן ווען די גליטש האט פאסירט, און די פיילאט האט אופן ארט אויסגעלאשן די מאטאר, אויפגעמאכט די פענסטער, און אנגעצינדן מוזיק צו האלטן די עולם רואיג, נאך א האלבע שעה איז מען ווייטער געפארן. ער האט צוגעלייגט אז דריי וואלקענעס ווייטער איז געווען נאך א היימישע עראפלאן וואס האט זיך אויך אפגעשטעלט, און זיי האבן געשמועסט מיט חברה פון די אנדערע עראפלאן.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 11:57 am
דורך סתם_אזוי
לעווי ;l;p-

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 12:23 pm
דורך מיללער
לעווי,
עי-וואן!

אין די אנדערע ערפלאן האבן היימישע אידן פארציילט מעשיות פון רבי'ן ז"ל און געזינגען די שלש סעודות ניגונים, ווען די נישט היימישע אידן האבן געזינגען ליפא'ס תפלת הדרך ניגון.

די ליטווישע האבן געדאוווענט מנחה און געמאכט א חקירה צו בלייבן שטיין אין די לופט האט א דין פון רוכב ומנהיג אדער פון בשר שנתעלם מן העין, ווען אנדערע קלערן גאר צו עס ווערט בטל ברוב לופט וואס געפונט זיך אין די ספערן אפי' אין מבטלין איסור לכתחילה דא איז דאך עס א בדיעבד.

ביני לביני האט דער פילאט געבעטן די סטוארדיסטען נאכאמאל צו דעמאנסטרירען וויאזוי צו נוצן די לעבנס-וועסטלעך, אפי' עס איז א וועסט קובע נאר אויף אנפאנג וועג, אבער וועגן די לופטען קען עס זיין א וועסט הפלגה, די עלטערע אידן האבן געברויכט ארויסגיין שרייענדיג די באקאנטע מאמר חז"ל 'שינו וועסט תחילת חולי מעים'.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 6:55 pm
דורך איך_הער
לעווי, מילער, כ'לאך און לאך. יישר כח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 11:37 pm
דורך קרעמער
חזקה על קרעטשמע שאינו מוציא שינתו בלי לחלח (אידיש: דער קרעטשמע האט א חזקה אז ער לאזט מיר נישט גיין שלאפן אן העפטיגע אויספלאצונגען).