בלאט 1 פון 4

08' דעמאקראטישע קאנווענטשען

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 12:16 pm
דורך John McCain
דא וועט מען קענען באריכטן אלע נייעס וכיוצא בו פון די דעמאקראטישע קאנווענטשען וואס הייבט זיך אן היינט 5:00pm

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 12:18 pm
דורך וויכטיג מאכער
כ'האב טאקע געהערט זאגן אז מקעין גייט ספאנסערן די דעמעקראטישע קאנווענשען. :lol:

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 1:31 pm
דורך קרעמער
די קאנווענשאן האט זיך שוין נעכטן נאכט אנגעהויבן מיט א פרעפלעריי פון שמייליגע גלחים, און להבדיל ר' צבי הערש וויינרעב.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 3:58 pm
דורך באנקיר

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 4:29 pm
דורך באנקיר

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 4:58 pm
דורך wildturkey
msnbc also has it, for those who dont have the plugin.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 5:25 pm
דורך באנקיר
שכוח ווילדער-אינדיק, msnbc דארף טאקע נישט קיין פלאג-אין
נעווער מיינד די פריערדיגע לינקס

דאס איז די אפיציעלע לינק פון די קאנווענשאן
(מען דארף אבער דאונלאודן א פלאג-אין)

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 5:54 pm
דורך צייטליך
נאכן מיטהאלטן דריי דרשות פון א סענעטאר און צוויי קאנגרעסלייט אויף ספאניש האב איך ספאנטאן געדריקט אויפן X קנעפל און פול מיט עקל זיך אפגעטראגן פון דארט.

וואס איך האב געזעהן איז אז זיי האבן זיך אלע גוט אנגע'חזר'ט און מ'האט זיי גוט אנגעזאגט צו האב די איין סלאגאן: "מיר וועלן נישט לאזן נאך פיר יאר צו ווערן געפירט אונטער בוש און טשעיני" זיי האבן אנגעפאנגען מיט א שטארקען קאמפיין פון אז ערוועלן מקעין פאר פרעזידענט איז "פאור מאור יערס פאר פרעזידענט בוש און טשעיני"

איך ווארט שוין אויף א נארמאלער דרשה. איך בעט ענק. היינט נאכט גייט סענעטאר קענעדי רעדן, מאנכע האבן מורא אז ער זאל נישט צוזאמפאלן אינדערמיט. אויך וועט רעדן פרוי אבאמא, אשת חבר כחבר.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 5:58 pm
דורך צייטליך
שלום עליכם אפריקע! מעען.

חוץ סענעטאר קענעדי קוקט אויס אז אלע רעדנער'ס היינט וועלן זיין שווארצע. מעען.

הצלחה רבה. מעען.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:03 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעס מעען!! חחחחחחחח

נישט נאר שווארצע אויך ספאנישע אמיגא'ס, אבער בעיקר פרויען!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:08 pm
דורך וויכטיג מאכער
כ'וועל ווארטן צו הערן שפעיטער א באריכט פון אנדערע, ווייל סאיז נישט אינטערעסאנט דערווייל מיטצוהאלטן, יעדער שרייט טשעינדזש און דער עולם קלאטש'ט און מ'גייט אראפ, און נעקסט!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:13 pm
דורך וויכטיג מאכער
פאר א 'טשעינדזש' האט יעצט גערעדט איין ווייסער נאכן צווייטען, און יא, ביידע זענען מענער!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 7:11 pm
דורך איך_הער
יעצט רעדט נענסי פעלאוסי. זי איז שוין הייזעריג אביסל, איר סלאגען, באראק אבאמא איז רייט, און זשאן מעקעין איז ראנג.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 7:34 pm
דורך איך_הער
אצינד, רעדט (איינע פון זיינע) זיין האלבער שוועסטער, איך קען נישט נאך שרייבן איר נאמען, אויסער אז ס'ענדיגט זיך, ענג, געספעלט, NG.

זי רעדט עמאשענל, ס'ברענגט צו דמעות.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 7:38 pm
דורך איך_הער
יעצט רעדט א פרישער שווארצער, זשעסי זשעקסאן זשוניאר, (דעמאקראט אילינאוי.) ער ברענגט זכרונות פון דר. קינג.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 9:25 pm
דורך איך_הער
יעצט רעדט, רעבעצין אבאמא'ס ברודער, (פארשטייטצעך, א שחור, מיט אלע מפרשים.) ער אונטערדאסט איר.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 9:31 pm
דורך איך_הער
די רעבעצין איז יעצט אריין געקומען, און די קולות הערן זיך נישט אויף.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 10:01 pm
דורך איך_הער
גאנץ א גוטע רעדע געגעבן, נישט אוועק צומאכן.

פארטיג פאר היינט, ביז מארגן דריי אזייגער פי עם.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 25, 2008 11:04 pm
דורך קרעמער
איך האב נישט געהאט קיין צייט און געדולד מיטצוהאלטן לעבעדיג, אבער איך האב געזען די אטורני דזשענעראלקע פון אילינאי רעדן צוויי מינוט, אזוי אויך דעם רעפובליקאנער געוועזענער קאנגרעסמאן (כ'געדענק נישט זיין ניק) וואס האט פארפירט קעגן זיין געוועזענע פארטיי (קומט נישט צו זעל מיללער'ס רעדע אין 04', אדער האפנטליך ליבערמאן אין 08'). איך האב אויך איבערגעקוקט טעדי'ס רעדע, ער האט פארשפראכן צו זיין ביי די יאנואר איינשווערונג פון אבאמא. ורוח הקאקאש אומרת: אזוי ווי דו וועסט נאך לעבן, אזוי וועט ער איינגעשוואוירן ווערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 12:45 am
דורך גד
אויסער האלטן ספידזשעס, איז דא דארט נאך עפעס וואס מען טוט?

מארגן ביי פריים טיים גייט רעביצין קלינטאן, האלטן די פריים ספידזש

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 1:33 am
דורך סתם_אזוי
האט שוין אבאמא באקומען זיין מאמענטום וואס א קאנדידאט באקומט געווענליך נאך זיין פארטיי'ס קאנווענטשין?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:16 am
דורך שלעפער
מען קען עס ערגעץ איבער זעהן?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:24 am
דורך יא יא

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:38 am
דורך יצמח
דא קען מען זעהן טעד קענעדי און מישעל אבאמא'ס דרשה'ס און נאך אנדער פאליטיקל קליפס ווי דזשאן מעקעין אויף די "טאנייט שאוי וויט דזשעי לענא".

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 2:37 pm
דורך וויכטיג מאכער
מיין מיינונג, (פארוועים ס'אינטערעסירט) נעכטן איז געווען א אנגעזעצטע טאג ביי די דעמעקראטישע קאנווענשען, ס'איז נישט געווען עפעס וואס זאל מאכן די זאך עקסיידינג.

איין זיסע זאך איז געווען צום סוף נאך מרס אבאמא'ס רעדע, וואס האט אויך גארנישט פארקויפט, האט מען געזעהן באראק אבאמא פון א סקרין, אין ער האט גערעדט, און ווי זיין שטייגער, מיט הומאר, אומאפיציעל אדרעסירט דעים עולם, און זייער קליין מיידעלע האט גוט מיטגעשפילט.