בלאט 3 פון 4

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:47 pm
דורך קרעמער
ענק האבן פארגעסן צו באשרייבן דעם גאווערנאר פון מאנטאנא, אוי האט ער געהויבן דעם זאל מיט זיינע זאפטיגע אויסדרוקן. ער האט זיך פארגעשטעלט אלס א געוועזענער פארמער.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:53 pm
דורך וויכטיג מאכער
גערעכט, נעקסטיים זאלער נישט רעדן איינס פאר קלינטאן!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:54 pm
דורך וויכטיג מאכער
זי האט שוין געגעבן אטענטשען פאר איר מאן, און יעצט פאר מרס. אבאמא!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:57 pm
דורך וויכטיג מאכער
זי רייסט אראפ מקעין אויף זייער א דיפלאמאטישע וועג.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:02 pm
דורך וויכטיג מאכער
ביללס הענט טוט שוין וויי פון קלאטשען אזוי סאך!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:07 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט איז פויזע ביז מארגן!

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 8:10 am
דורך איך_הער
און פונקט איר, האב איך פארפאסט, נו שוין, זאל זי זיין מיין כפרה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 9:33 am
דורך סתם_אזוי
ישר כח פאר די אפדעיטס

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 11:13 am
דורך אומשולדיג
שיינעם דאנק פאר די אפדעיטס, די מידיע הערט נישט אויף צו רעדן פונעם אומגעלונגענעם אויסוואל פון ביידען, וואס האט גארנישט געהאלפן אבאמא אין די אנקעטס. יצמחס פוינט, אז גאלאפ וועט נאך אבאמאס רעדע העכערן אים אין די אנקעטעס א גוטע סברה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 11:16 am
דורך יצמח
מעיאר דזשוליאנו האט ארויסגעברענגט זייער א גוטע פוינט, אז זי האט ניטאמאל גערעדט פון דעם אז אבאמא איז רעדי צו זיין פרעזידענט דאס וואס זי האט געהאלטן און איין איבער זאגן און די פריימערי זי האט נאר אזויפיל געזאגט אז אויף די אישו פון העלט קער איז זי אויף איין ליין מיט אבאמא.

וואס דאס ענדעלט זייער שטארט וואס איר מאן בילל האט געזאגט נעכטן פאר ריפארטערס איבער צוויי קאנדידאטן Y און X, איינער בינעך אויף איין זייט מיט אלע אישוס אבער איך האלט נישט אז ער קען דאס דעליווערן און דער צווייטער עגרי איך נאר מיט האלב אישוס אבער ער קען עס דעליווערן ע"כ.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 27, 2008 9:58 pm
דורך wildturkey
WOW!!!! real satmere chasidim, no updates until yurtzeit seuda's is over?
bill spoke stating; obama is the man for this job.
joe biden accepted his nominating.
AND the big surprise, obama appeared on stage, just to prepare the people for his speach tomorrow.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 9:46 am
דורך געפילטע פיש
היינט נאכט קומט די גרויסע ענדע, ווען ברק וועט אויפטרעטן אין א זאל ווי עס קען עכט אריין גיין מיליאן מענטשן, עה נישט מיליאן. נאר אכציג טויזענט מיליאלען מענטשן. און ער וועט שרייען האפ און טשענדש. און יעדער וועט קלאטשן פאר זיין ליידיגע רעדע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 1:11 pm
דורך לעווי
איך בין זייער פארנומען די טעג (עס קומט דאך אלול!) ממילא האבן איך נישט קיין צייט ארויס צו ברענגען מיינע געפילן פון די קאנווענטשאן. איך האלט ניטאמאל מיט די גאנצע קאנווענטשאן ווי איך וואלט געטון בימי חרפי, אבער איך האלט גענוג מיט דא און דארט און דאס איבריגע באגין איך מיך מיט הייליטס די נעקסטע טאג.

אבער דאך וויל איך ארויס ברענגען אפאר פונקטן וואס איך נעם ארויס פון די גאנצע קאנווענטשאן דערווייל (איידער די ביג איווענט מיט אבאמא היינט נאכט).

1)עס איז זייער עמאשענאל אז א שווארצע ווערט נאמינירט אלץ פרעזידענט קאנדידאט אזש עס ברענגט צו טרערן.

2)די אבאמאס און די ביידענס זענען זייער העפליכע און ווארימע משפחות (אויסער דער איין ברודער וואס וואוינט אין ניידזשעריע).

3)די קלינטאנס מיט זייערע שטיצער הערן נישט אויף צו קושן די זיץ פלייש פון די אבאמאס, און די אבאמאס און זייער שטיצער הערן נישט אויף צו קושן די זיץ פלייש פון די קלינטאנס. (זייטס געווארענט! עס זענען דא פימפעלעך איבער די וישקהו!!! :wink: )

4)אויב מען קען נישט אינטעררייסן די טרעק רעקארד פון א געוויסע אפאונענט, איז עס נישט קיין פראבלעם ווייל מען קען אונטעררייסן די געוועזענע פרעזידענט און יוצא זיין מיט דעם.

5)ועל כולם, די צוואנציג טויזענט באטייליגטע ביי די קאנווענטשאן זענען אויף עקסטעסי, זיי זענען גרייט צו שרייען אויף עניטינג וואס מען זאגט נאר. אבאמא גייט זיין פרעזידענט, יעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעי!!! (ווער האט דאס נישט געוויזט ביז יעצט?) ביידען ווייס פרעזידענט, יעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעי!! הילערי איז אזא וואוילע פארן אפטרעטן, יעעעעעעעעעעעעעעעעייי!!!!!!!!!! מען גייט מאכן טשעינדזש (צום טויזענסטע מאל) יעעעעעעעעעעעעעעעי!!!!!!!! מען גייט טשעינדזשען די דייפער, יעעעעעעעעעעעעעעעעי!!!!!!!! מארגן גיי איך האלטן א דרשה ווי איך גייט אויסזעהן ווי א גריכישע אימאם, יעעעעעעעעעעעעעעעעי!!!!!!!! מקעין איז ווי בוש, יעעעעעעעעעעעעעעעי!!!!!!!!!! מישעל איי לאוו יו, יעעעעעעעעעעעעעעעי!!!!


דעטס איט פאר נאו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 1:30 pm
דורך קרעפטיג
חחחחחחחחח לעווי, ביסטו גוט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 1:57 pm
דורך ליפא
חחחחח, לעווי יעעעעעעעעעעעעעע, איי לאו יו.......!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 4:01 pm
דורך יעקעלע פוקס
לעווי איז גיט? יעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעע!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 5:30 pm
דורך מיללער
לעווי,
וועלקאם טו פאליטיקס, מיין נישט אז מעקעין'ס קאנווענשאן גייט זיין ווייניגער יעעעעי'ס און ווייניגער נשיקות בישיבות של מטה, עס איז די חנופות און לקיקות מיט וואס פאליטישאנס זענען געבענטשט אסאך מער ווי שכל, און דאס איז וואס ברענגט זיי אריין אין ווייסן הויז.

דער עולם גולם וואס באטייליגט זיך ביים קאנווענשאן, שפירט זיך ווי ביי א ספארטס עווענט אדער ביי א מאווי, מפאטשט און מ'טשעירט, מ'זינגט און מ'יובלט און די רעדנערס האבן די טיים אוו דער לייווס.

נאר קוקענדיג נישטיגע פאר מינוט, איז מיר די עסן ארויפגעקומען, עקלהאפטיגע גוים זיצן און ווערן מעשוגע ווען דער טשיגענער פון מאנטאנא שאקלט זיך ווי א לולב און פרובירט נאכצומאכן יעקל מעקעין.

די שוטה שבעולם, וואס האסטו צו אפפערן פארן פאלק? הא, האסט א פלאן? גייט זיין בעסער פאר אונז אויב די ביסט פרעזידענט? אויב יא, לייג ארויס דיינע פלענער תא"ט פוינט בלענק, דריי נישט מיט'ן צינג, די רצפת איינער!

און איר פענעטיקס באטייליגער, גייט אלע אין משוגעים הויז 4-טוויט, נישט קיין וואונדער העלט-קעיר איז אזא וויכטיגע אישו, רוב עולם איז אנגעוויזן דערויף ווי לופט צום אטעמען.

וויאזוי פלעגט קני ראטטענבערג זאגן; 80 % עולם איז אויף פילען, די איבריגע 20% דרייען טאקע איבער דאס ביהמ"ד!
ודפח"ח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 5:43 pm
דורך וויכטיג מאכער
טענק יו מר לעווי, ענד מר מיללער, ביידע האטעץ מיך געמאכט לאכן!

יעצט רעדט האוערד דיען, ער האט אנגעהויבן זיין דרשה ווי פאלגענד, "איך בין האוערד דיען, איך בין די פרעזידענט פון די דעמעקראטישע נאציענאלע קאמיטעי, און איך ווייס פונקטליך וויפיל הייזער איך פארמאג!"

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 7:03 pm
דורך יאנאש
און איך ווייס אויך וויפיל סטעיטס עס איז דא, איך קען עס אפי' שרייען הויעך גרררייייי....

שכוח לעווי און מיללער יו קרעקט מי אפ.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 8:16 pm
דורך צייטליך
על גאור, דער אלטער (וויצע) פרעזידענט האט פריער פארענדיגט זיין היציגער.. דרשה אונעם גרויסן סטאדיום, אונטערן פרייען הימל. ער טענה'ט אז מיר אלע זענען אין א באלדיגער געפאר פון וואס מקעין מאכט זיך נישט וויסענדיג און עס איז פשוט א שאלה פון פיקח נפש.

דערנאך איז א זינגער/שפילער ארויפגעקומען און פארגעזינגען א ניגון וואס ער האט ספעציעל פארפאסט לכבוד המאורה. א ספעציעלער אפהאנדלונג איבער אום אין "היכל הנגינה" (זייטיגער נאטיץ: ווען איך בין ווען דארט אנוועזנד וואלט איך אום אנגעכאפט ביי זיין אויער און ארויסגעטראסקעט אינאיינעם מיט זיין פיאנאו פון דארט! מ'פארשעמט נישט אזא גרויסער עולם, מ'ברויך קענען זינגען ווען מ'קומט אהין, מ'לערנט זיך נישט אויפן פאדיום!)

דערנאך האט אויפגעטרעטן אן אייניקעל, א פרוי, פון אייזענהויער ז"ל, ווי זי האט הויעך אויסגעריפן "איך קום נישט דא אלץ דעמעקראט אדער רעפובליקען, איך קום דא אלץ אמעריקאנער!" פארשטייט זיך אז זי איז היכיג אפלעדירט געווארן.

יעצט זענען ארויפגעקומען א חשבון פון אפשר 20 גענעראלן און אדמיראל'ן, איך קען נישט קיינעם חוץ וועסלי קלארק, איינער פון זיי גייט רעדן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 8:18 pm
דורך צייטליך
און צום צווייטן מאל...

וויצע פרעזידענט קאנדידאט "דזשאו ביידען" שרייט יעצט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 8:24 pm
דורך צייטליך
פראבירט צו געסן, ווער רעדט יעצט?

א טראק דרייווער...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 8:38 pm
דורך צייטליך
דער טראק דרייווער פון מישיגען האט שרעקליך אראפגעריסן פרעזידענט בוש. וואס טומער?..

יעצט רעדט א פרוי, אן אינשורענס אגענט. זי רייסט אראפ מקעין, אבער האט זייער א פארשטאפטע נאז. אנטשולדיגט.

יעצט רעדט א פרוי פון פלארידע, זי האט א קליין פּעט-סטאר. זי האט אבער נישט קיין העלט אינשורענס און טענה'ט אז בוש האט איר נאך שווערער געמאכט דאס צובאקומען, און פארענדיגט "יא מיר קענען מאכן א טויש"!
(דער עולם שרייט נאך, יא מיר קענען! יא מיר קענען !)

א פרוי פון פארטא-ריקא רעדט יעצט, זי רעדט זיך זייער אפ אויף די סקול'ס און אויף די בוש אדמיניסטראציע איבער די עדיוקעשאן פאלעסיס. און פארענדיגט הויעך דריי מאל "סי סקוועי סטעדע"! "סי סקוועי סטעדע"! "סי סקוועי סטעדע"! (דער עולם שרייט עס נאך, קיינער פארשטייט וואס זיי שרייען..)

א פרוי פון פיסטבאג נאורט קארליינע, א נורס האט זיך אויפגעשטעלט רעדן, אבער איך האב איר נישט אויסגעהערט ווייל איך האב געשריבן דא..

א געוועזענע רעפובליקען האט יעצט גערעדט, אבער איר קענט פארגעסן, ער איז שוין נישט. בארני, בארני, בארני, בארני..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 9:06 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט איז מר. טשעינדזש ארויף צום פאדיום!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2008 9:32 pm
דורך בסייעתא דשמיא
אז דשאן מעקעין איז 26 יאר אין סענאט ווי לאנג איז שוין ביידען דארט? האט זיך די אויל זינט דאן נישט דריי מאל געדאפלעט נאר פיר מאל.

מער ווויינגער בלא בלא בלא.

עס קוקט פון זיינע ווערטער אז עס איז וויכטיגער צו כאפן בוש, ווי ביל לאדין...