בלאט 2 פון 4

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 2:49 pm
דורך יצמח
היינטיגע גאללאפ פאול ווי מעקעין איז פאראויס מיט צוויי פונקטען פון אבאמא.

(מיין פערזענליכער מיינונג איז אז גאללאפ טוט דאס דירעקט און נאך אבאמא'ס דרשה וועלן זיי ווייזען ווי שטארק אבאמא ציט אן אז ער איז געווען נידריגער פון אבאמא און נאך זיין דרשה איז ער געשפרינגען אזוי הויך, ימים ידברו).

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 4:19 pm
דורך וויכטיג מאכער
כ'קען נישט פארשטיין וואס ס'איז יעצט געווען, ס'האט אויסגעקוקט ווי ס'איז א מיליטערישע פארעיד, אבער ס'איז געווען פעינער פון אפאר לענדער, און ס'איז געווען א קווייער פון קינדער!

און יא, דערווייל זענען די רעדנער ווייטער פרויען, ספאנישע, א_וואו נעכטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 4:25 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט האט איינער (א פרוי) ארומגערעדט פון די אישו פון 'טעקסעישען וויט-אוט רעפרעזענטעישען, פון וואשינגטאן די סי.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 4:29 pm
דורך וויכטיג מאכער
אויף די מינוט רעדט איינער (א ווייסער מאן, גוט אלט, ער ליינט פוןא צעטל) וואס איז געווען א עדווייזער פאר פרעזידענט קענעדי, ער פראבירט אראפצושטעלן אבאמא'ס און קענעדי'ס ענליכקייטן. ער זאגט כסדר אבאמא און (להבדיל) קענעדי בנשימה אחת.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 4:30 pm
דורך join us
די היינטיגע קאנווענשן האט זיך שוין אנגעהויבן

יעצט רעדט מען נאך שטותים

דא קענמען עס מיט האלטן לייוו

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 4:49 pm
דורך וויכטיג מאכער
די איינציגסטע גוטע דרשה דערווייל איז געווען די גאווערנער פון אייאווא ער האט זייער גוט גערעדט.

יעצט איז ארויפגעקומען גאווערנער פעטערסאן, די קולות איז אומבאשרייבליך, ער בעצעך אז מ'זאל זיין שטיל, ווייל זיין צייט לויפט אויס!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 4:55 pm
דורך וויכטיג מאכער
דוד'ל האט פיין גערעדט, ער האט ארומגערעדט פון זיין בלינדקייט, ס'איז געווען מורא'דיגע קולות, און ווען ער איז אראפ האט ער באקומען א סטענדינג אוועישען!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 5:05 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט קומט ארויף א באנדע שווארצע קאנגרעסלייט, אינקלודינג טשארלי רענגעל פון הארלעם!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 5:08 pm
דורך וויכטיג מאכער
דער טשארלי רענגעל מיט זיין באקאנטע פארגרעבטע שטימע, גארגעלצעך יעצט!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 5:32 pm
דורך וויכטיג מאכער
דעיס איז גוט! וויזוי ער הייסט ווייסעך נישט, אבער ער פראבירט מסביר צו זיין די אויפטוהן פון קאנגרעס אין די לעצטע צוויי יאר!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 5:44 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט רעדט דער פארריקטער דעניס קוסיניטש (ווער געדענקט עם נאך?)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 5:46 pm
דורך וויכטיג מאכער
ער שפרינגט, ער שרייט אז בוש איז אריין אין איראק ווייל די אויל קאמפאניס ווילן נאך אויל! ער רעדט אויך פון $10 א גאללאן!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 5:48 pm
דורך וויכטיג מאכער
ער האלט אינטער דעים עולם מיט א סלאוגען "וועיק אפ אמעריקע" ער האט געטאנצטן ווי א משיגענער, אבער האט באוויזן צו הייבן דעים עולם אביסל!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 6:13 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט רעדן א גרופע פרויען סענעטארן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 6:22 pm
דורך וויכטיג מאכער
פעסעלוועיניע'ס גאווערנער עד רענדעל רעדט יעצט!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 7:29 pm
דורך איך_הער
און יעצט ענדיגט רעדן, אריזאנע גאווערנער, א פרוי, גאנץ גוט גערעדט.

יעצט ווערט אויפגעשפילט, אבאמא ביי איינע פון זיינע רעדעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 7:46 pm
דורך איך_הער
מישיגען גאווערנער, אויך א פרוי, האט יעצט געענדיגט רעדן מיט א פאנעל פון פיר חברה, זיי האבן צוזאם גערעדט היבש אסאך שטותים, אבער פול מיט האופ.

יעצט רעדט, א רעפאבליקאנער מעיאר, פון איינע פון די סיטיס אין ארקענסאו. ער זאגט אז ער גייט נישט רעדן קעגן זשאן מעקעין, נאר ער גייט אינדארסן באראק אבאמא, ווייל ער איז קודם אן אמעריקאנער, און הערשט נאכדעם א רעפאבליקן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 7:59 pm
דורך איך_הער
אצינד רעדט, גאווערנער פון קענסעס, ווידער א פרוי. (האט טאקע אמעריקא מער פרויען גאווערנער'ס?)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 8:14 pm
דורך איך_הער
יעצט רעדט, א קאנגרעס פרוי פון ניו יארק, א ספאנישע, מיט אזא ספאנישע אויסדרוק, אז ס'גריצעלט מיר אין די אויערן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 8:19 pm
דורך איך_הער
סענאטאר ראבערט קעיסי זשויניאר, (זון פון גאווערנער קעיסי.)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 8:25 pm
דורך איך_הער
גאנץ א גוטע סעאינג, נישט פאר מאר יערס, נאר פאר מאר מאנטס, און דער גאנצער עולם שרייטעס נאך, אין די מאסן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:39 pm
דורך וויכטיג מאכער
יעצט רעדט קלינטאן, ס'איז דערווייל די מערסטע דראמאטיש פון די גאנצע קאנווענשען!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:42 pm
דורך וויכטיג מאכער
סאיז מורא'דיג אינטערעסאנט צו זעהן ווי געוויסע קלינטאן שטיצער זיצן מיט טרערן אין די אויגן!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:45 pm
דורך וויכטיג מאכער
אינצווישן אירע סטעטמענטס האצע געזאגט, "איר האט מיך געמאכט לאכן, און איר האט מיך געמאכט וויינען! דער עולם האט נישט געכאפט, ווייניג מענטשען האבן געקלאטשט!

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:45 pm
דורך מיללער
די רביצין איז צובראכן כחרס הנשבר, די זאל איז עלעקטריזירט, ווייטער מיט איר באבע-מעשיות וועם זי האט אנגעטראפן סינגל-מוטערס און יאנג-מען, יאנג בוי.

מרת. קלינטאן, קאט איט.