באריכטן און אנאליזן
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 12:16 pm
דא וועט מען קענען באריכטן אלע נייעס וכיוצא בו פון די דעמאקראטישע קאנווענטשען וואס הייבט זיך אן היינט 5:00pm
Advertisement
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 12:18 pm
כ'האב טאקע געהערט זאגן אז מקעין גייט ספאנסערן די דעמעקראטישע קאנווענשען.
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 1:31 pm
די קאנווענשאן האט זיך שוין נעכטן נאכט אנגעהויבן מיט א פרעפלעריי פון שמייליגע גלחים, און להבדיל ר' צבי הערש וויינרעב.
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 3:58 pm
א לינק צו די קאנווענשאן לייוונישט צו קלאר
לעצט פאראכטן דורך
באנקיר אום מאנטאג אוגוסט 25, 2008 5:34 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 4:29 pm
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 4:58 pm
msnbc also has it, for those who dont have the plugin.
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 5:25 pm
שכוח ווילדער-אינדיק, msnbc דארף טאקע נישט קיין פלאג-אין
נעווער מיינד די פריערדיגע לינקס
דאס איז די אפיציעלע לינק פון די קאנווענשאן(מען דארף אבער דאונלאודן א פלאג-אין)
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 5:54 pm
נאכן מיטהאלטן דריי דרשות פון א סענעטאר און צוויי קאנגרעסלייט אויף ספאניש האב איך ספאנטאן געדריקט אויפן X קנעפל און פול מיט עקל זיך אפגעטראגן פון דארט.
וואס איך האב געזעהן איז אז זיי האבן זיך אלע גוט אנגע'חזר'ט און מ'האט זיי גוט אנגעזאגט צו האב די איין סלאגאן: "מיר וועלן נישט לאזן נאך פיר יאר צו ווערן געפירט אונטער בוש און טשעיני" זיי האבן אנגעפאנגען מיט א שטארקען קאמפיין פון אז ערוועלן מקעין פאר פרעזידענט איז "פאור מאור יערס פאר פרעזידענט בוש און טשעיני"
איך ווארט שוין אויף א נארמאלער דרשה. איך בעט ענק. היינט נאכט גייט סענעטאר קענעדי רעדן, מאנכע האבן מורא אז ער זאל נישט צוזאמפאלן אינדערמיט. אויך וועט רעדן פרוי אבאמא, אשת חבר כחבר.
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 5:58 pm
שלום עליכם אפריקע! מעען.
חוץ סענעטאר קענעדי קוקט אויס אז אלע רעדנער'ס היינט וועלן זיין שווארצע. מעען.
הצלחה רבה. מעען.
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:03 pm
יעס מעען!! חחחחחחחח
נישט נאר שווארצע אויך ספאנישע אמיגא'ס, אבער בעיקר פרויען!
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:08 pm
כ'וועל ווארטן צו הערן שפעיטער א באריכט פון אנדערע, ווייל סאיז נישט אינטערעסאנט דערווייל מיטצוהאלטן, יעדער שרייט טשעינדזש און דער עולם קלאטש'ט און מ'גייט אראפ, און נעקסט!
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 6:13 pm
פאר א 'טשעינדזש' האט יעצט גערעדט איין ווייסער נאכן צווייטען, און יא, ביידע זענען מענער!
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 7:11 pm
יעצט רעדט נענסי פעלאוסי. זי איז שוין הייזעריג אביסל, איר סלאגען, באראק אבאמא איז רייט, און זשאן מעקעין איז ראנג.
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 7:34 pm
אצינד, רעדט (איינע פון זיינע) זיין האלבער שוועסטער, איך קען נישט נאך שרייבן איר נאמען, אויסער אז ס'ענדיגט זיך, ענג, געספעלט, NG.
זי רעדט עמאשענל, ס'ברענגט צו דמעות.
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 7:38 pm
יעצט רעדט א פרישער שווארצער, זשעסי זשעקסאן זשוניאר, (דעמאקראט אילינאוי.) ער ברענגט זכרונות פון דר. קינג.
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 9:25 pm
יעצט רעדט, רעבעצין אבאמא'ס ברודער, (פארשטייטצעך, א שחור, מיט אלע מפרשים.) ער אונטערדאסט איר.
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 9:31 pm
די רעבעצין איז יעצט אריין געקומען, און די קולות הערן זיך נישט אויף.
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 10:01 pm
גאנץ א גוטע רעדע געגעבן, נישט אוועק צומאכן.
פארטיג פאר היינט, ביז מארגן דריי אזייגער פי עם.
מאנטאג אוגוסט 25, 2008 11:04 pm
איך האב נישט געהאט קיין צייט און געדולד מיטצוהאלטן לעבעדיג, אבער איך האב געזען די אטורני דזשענעראלקע פון אילינאי רעדן צוויי מינוט, אזוי אויך דעם רעפובליקאנער געוועזענער קאנגרעסמאן (כ'געדענק נישט זיין ניק) וואס האט פארפירט קעגן זיין געוועזענע פארטיי (קומט נישט צו זעל מיללער'ס רעדע אין 04', אדער האפנטליך ליבערמאן אין 08'). איך האב אויך איבערגעקוקט טעדי'ס רעדע, ער האט פארשפראכן צו זיין ביי די יאנואר איינשווערונג פון אבאמא. ורוח הקאקאש אומרת: אזוי ווי דו וועסט נאך לעבן, אזוי וועט ער איינגעשוואוירן ווערן.
דינסטאג אוגוסט 26, 2008 12:45 am
אויסער האלטן ספידזשעס, איז דא דארט נאך עפעס וואס מען טוט?
מארגן ביי פריים טיים גייט רעביצין קלינטאן, האלטן די פריים ספידזש
דינסטאג אוגוסט 26, 2008 1:33 am
האט שוין אבאמא באקומען זיין מאמענטום וואס א קאנדידאט באקומט געווענליך נאך זיין פארטיי'ס קאנווענטשין?
דינסטאג אוגוסט 26, 2008 9:16 am
מען קען עס ערגעץ איבער זעהן?
דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:24 am
דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:38 am
דא קען מען זעהן טעד קענעדי און מישעל אבאמא'ס דרשה'ס און נאך אנדער פאליטיקל קליפס ווי דזשאן מעקעין אויף די "טאנייט שאוי וויט דזשעי לענא".
דינסטאג אוגוסט 26, 2008 2:37 pm
מיין מיינונג, (פארוועים ס'אינטערעסירט) נעכטן איז געווען א אנגעזעצטע טאג ביי די דעמעקראטישע קאנווענשען, ס'איז נישט געווען עפעס וואס זאל מאכן די זאך עקסיידינג.
איין זיסע זאך איז געווען צום סוף נאך מרס אבאמא'ס רעדע, וואס האט אויך גארנישט פארקויפט, האט מען געזעהן באראק אבאמא פון א סקרין, אין ער האט גערעדט, און ווי זיין שטייגער, מיט הומאר, אומאפיציעל אדרעסירט דעים עולם, און זייער קליין מיידעלע האט גוט מיטגעשפילט.