בלאט 1 פון 1
אבאמא קעגן אבאמא.....
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 1:45 pm
דורך שוועמל
שוין געלונגען דאס אויכעט ........
אין די מידיא איז היינט ברייט צושפילט געווארן די 'ערפינדונג' פון אבאמא'ס ברודער אין די ווייטע נייראבי וואוינענדיג אונטער שווערע אומשטענדן אין א כאטקע אין א דערפל וואס הייסט הורומא [אבאמא..].
זיין ברודער George Hussein Onyango Obama איז 26 יאר אלט און איז די אינגסטע פון אלע זיינע ברודערס. ער וואוינט שוין צען יאר אפגעזונדערט פון זיינע עלטערן און געשוויסטער און האט זיך געלערנט מיט די צייט צו לעבן און אנגיין אליינס, "I got to live and take what I need" זאגט ער אונטער זיינע ציין.
ער האט זיך געטראפן מיט זיין עלטערן פאפולערן ברודער בלויז צוויי מאל. דאס לעצטע איז געווען אין 06 ווען אבאמא איז געווען אויף א טור קיין אפריקע און האבן גערעדט בלויז עטליכע קורצע מינוטן. "We met and talked for a few minutes only like real stranger , mann"
די מידיא צושפילט גוט דעם עפיזאד ווי דער עלטערער ברודער וואס זארגט זיך פאר די וואוילזיין פון די גרעסטע לאנד אין די וועלט, קען פון זיין אייגענעם ברודער נישט קעיר נעמען און לאזט אים אויף הפקר איבער אין מסוכנ'דיגע ראינאען אין אפריקע.
ליינט די פולע קאנטעקס דא
http://www.telegraph.co.uk/news/newstop ... Kenya.htmlלאכט נישט הויעך ווען איר קוקט די בילד

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 1:48 pm
דורך שמיי_דריי
דאסיז א ביטער געלעכטער
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 2:26 pm
דורך אלעקסיי
וואס איז טאקע פשט, ער מוז דאך זעהן עפעס צו טוהען בעפאר עס ווערט צו שפעט.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 2:33 pm
דורך לעווי
די פראבלעם מיט דער אנטדעקונג איז מער אז דאס וועט שטארקער ארויסברענגן אבאמא'ס שווארצקייט און קשרים צו איסלאם, פרימיטיווקייט, דריט וועלט סאסייעטי, און נישט אזוי פיל אז ער נעמט נישט קער פון זיין ברודער.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 2:46 pm
דורך סתם_אזוי
דאס איז א שווערע פראבלעם פאר אבאמא. ווייל וויאזוי ער זאל נאר האנדלען וועט עס איז געבן שלעכטע דעקונג.
וועט ער זיך נישט מאכן וויסענדיג וועט מען זאגן אז זיין אייגענע ברודער אינטערעסירט אים נישט, וויאזוי וועט ער קענען פארשטיין די ארימע אמעריקאנע?
וועט ער זיך יא מאכן וויסענדיג וועט עס ארויסברענגען זיין שווארצקייט און זיין שייכות מיט די אראבער (אזויווי לעווי האט שוין געשריבן).
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 2:50 pm
דורך חיים
אפשר וואלט ער געווען א גיטע קאנדידאט פאר פרעזידענט?
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 3:28 pm
דורך יאנאש
עס קוקט נישט אויס אז דאס זאל זיין גוטע נייעס פאר אבאמא, אבער אין מיין ארימע מיינונג זעה איך בכלל נישט פארוואס דאס זאל האבן מיט אים צוטון.
אויב דער ברודער רופט אים אן בעטן א פליגער טיקעט און הילף צו שאפן א וויזא (אויב דאס פעלט אים אויס) וועט אים דען באראק אפזאגן?
ווער האט אים אהינגעשיקט? וויל ער דארט זיין? וויל ער אהער קומען? פארוואס האט ער אפגעהאקט מיט די משפחה? וואו דרייען זיך די איבעריגע געשוויסטער?
דאס איז אבער זיכער אז עס איז אומבא'טעמ'ט צי דארפן ענטפערן פערזענליכע משפחה פראגעס, עס האט שוין מערערע מאל געשאדט אין די פארגאנגענהייט אפי' אויב דער קאנדידאט איז נישט געווען עפעס שולדיג אין אזאנע אומשטענדן.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 4:25 pm
דורך פוילישער
יאנאש אט דאס האט די מעקעין קאמפיין געוואלט. זיי ווייסן אז אבאמא איז אומשולדיג, אבער אבאמא דארף יעצט זיין ביזי זיך צו פארענטפערן. אט דאס האבן זיי געוואלט מיט דעם. עס קען אבער אויך זיין אז אבאמא, וועט זיך ערגעץ פארעדן מיט'ן זיך פארענטפערן, אוןן וועט אים שאדן מאכן.
נישט אומזינסט האבן פאליטישע אנאליסטן געהאלטן אין איין זאגן: אז פאר אבאמאס טובה, איז גוט אז די וואלן זאלן היינט פארקומען, ווייל ווי לענגער וועבט ער אויס, און עס קומען ארויף פרישע אומגעוואונטשנע אינפעקשענס... ווי מאנכע רופן דאס.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 6:03 pm
דורך זארעכפעפער
אבאמא האט אן עצה דערצו:
ער זאל מיט זיינע רעדנערישע טאלאנטן זיך אויפשטעלן און אויפקלערן דעם אמעריקאנער פאלק אז די אלע זאכן פון פאטשקענען ארום זיין פריוואט לעבן האט קיין שייכות נישט צום פרעזידענטליכן קאמפיין. ער קען מיט זיין צינגל שיין צולייגן און מסביר זיין, אז מה לכם אמעריקאנער עם הברודער שלי?
דאס אליין פון נעמען דאס פאלק און זיי אויפקלערן און עפענען דעם קאפ אז די אלע זייטיגע זאכן איז בלויז א קליינקעפיגער מיטל וועלכע די מידיע ניצט אויס צו פארדרייען די וויילער פון די ריכטיגע אישו'ס, איז גאר א וויכטיגע זאך בכלל און בפרט אינעם היינטיגן סטאנדארט פון א קאמפיין ווען די מעטאדן זענען שוין ווייט ווייט פארפארן פונעם נארמאלן שטייגער.
די אלע זאכליכע אויפקלערונגען וואס יאנאש און אנדערע האבן דא אויסגעשמועסט, זענען פשוטע רעכטדענקנדיגע סברות. די מידיע האקט און האמערט און קאפ אריין און לאזט פשוט נישט טראכטן נארמאל. דער פראבלעם איז נאר אז מיר וויילער לויפן דאס נאך... זאל נאר דער אבאמא זיך אויפשטעלן און דאס ערקלערן מיט זיין צינגל...
(איך מיין דאס זעלביגע אויב די דעמאקראטן וועלן אויפקומען מיט עפעס קעגן מקעין. כלומר, איך רעד נישט פון די ספעציפישע מעשה, איך רעד בכלליות.)
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 6:46 pm
דורך שוועמל
זארך;
נישטא וועם אויפצוקלערן היינט. די וועלט איז פארקרומט פול מיט שקר און נידריגקייט און מען דארף אויך אזא פירער וואס קען גוט בלאפן.
א שאד, קלינטאן וואלט געווען דער בעסטער קאנדידאט פאר דעם...
די היינטיגע וועלט פארנעמט נישט קיין ערענסטקייט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 7:51 pm
דורך חיים
איין זאך פארשטייט נישט דער עולם דא, דער אבאמא איז אזוי צו אזוי נישט ווערט צו זיין דער אמעריקאנער פרעזידענט, די גאנצע סיבה פארוואס ער האט זיך יא ארויפגעדראפעט ביז אהער איז נאר דורכדעים וואס ער איז א פיינע רעדנער, דאס הייסט אז דער אמעריקאנער עולם גולם האט נישט געקוקט אויף ווער עס איז באמת מער צום זאך און מיט עקספעריענס נאר מען האט געקוקט אויף שטתים, יעצט אויב דער זעלבער (האלבער) אמעריקאנע עולם וועט נישט וואוטן פאר אים וועגן אזעלכע זאכן איז אויך נישט געפערליך,
ווען מען וואלט דא גערעדט פון עפעס אן אויסערגעווענליכע גיטע קאנדידאט מיט יארן פון פירערשאפט און עקספעריענס דעמאלס קען מען זאגן אז עס איז א פראבלעים אויב גייט מען נישט וואוטן פאר אים וועגן אזעלכע שטותים אבער דא איז פונקט פארקערט די מעשה, אז מען האט אים אריינגעברעגנט דורך שטותים איז האפנטליך וועט ער פליען וועגן שטותים (שוין גארנישט וועגן שטותים דארף ער פליען)איך האף אז עטס פארשטייטס מיין פאוינט
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 9:26 pm
דורך קרעמער
דער אבאמא האט מער ברודער און שוועסטער ווי איך נעגל אויף די פיס, זיין טאטע און מאמע האבן איטליכער חתונה געהאט (אדער טאקע נישט חתונה געהאט) מיט עטליכע פערזאנען, און פון איטליכן אויפגעשטעלט א פאמיליע. דער מענטש פארמאגט א טוץ האלבע ברודער און האלבע שוועסטער (און דאס איז שוין אויסער דעם פאקט אז אלע שווארצע רופן זיך ברודער און שוועסטער - טאקע מהאי טעמא ווייל דילמא אחיו הוא ודו"ק), און דער פאקט אז עס הייבן אן ארויסקומען איינצלהייטן איבער זייערע לעבנס, צייגט ווי ווייניג די אמעריקאנער באפעלקערונג ווייסט באמת פון דעם קאנדידאטס פארגאנגנהייט.
דאס וועט אויפגעשפילט ווערן בעקיפין דורך די מעקעין חברה, כדי אריינצוברענגן צווייפלן אין די מוחות אויב מיר קענען ווירקליך געטרויען א מענטש וואס מיר ווייסן קוים זיין אפשטאם און די אומשטענדן אונטער וואס ער איז אויפגעוואקסן.
גראדע איז דא א ברודער אין לאנדאן, וואס איז א פולשטענדיגע מוסולמענער. די ארטיגע צייטונגען האבן דאס באשריבן מיט א צייט צוריק.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 9:38 pm
דורך חיים
ער האט נאך א קרוב וואס מען איז חושד אלס א מוסלעמעינער, דאס איז דער אדם קרוב אצל עצמו...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 10:03 am
דורך יעקעלע פוקס
אונזער אבאמא פון אונזער קרעטשמע האט געכאפט א שטילווייגעניש, איך פארשטיי, מרעד ווען פון די קליגע פוקסן (מיט בזיון) וואלט איך געטוהן די זעלבע
כ'האף נאר אז ער איז נישט קיין ברודער, אויך נישט א האלבע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 10:46 am
דורך צייטליך
קרעמער, דיין תגובה מאכט מיר לאכן. אבער האסט ארויסגעברענגט א גוטער פוינט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 12:00 pm
דורך אבאמא09
יעקעלע פוקס האט געשריבן:אונזער אבאמא פון אונזער קרעטשמע האט געכאפט א שטילווייגעניש, איך פארשטיי, מרעד ווען פון די קליגע פוקסן (מיט בזיון) וואלט איך געטוהן די זעלבע
כ'האף נאר אז ער איז נישט קיין ברודער, אויך נישט א האלבע
אלץ געוועזענער פאליטישאן האב איך מיר שוין ארויס געצויגן פון פאליטישן לעבן סוף 08, און איך טו נישט קאמענטירן אויף קיין שום פאליטישעפ אישא, איך געב מיר אמיט מיין פריוואטן לעבן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 12:51 pm
דורך חיים
וואס הייסט פריוואטע לעבן די מיינסט אז די געסט דיך אפ מיט דיין ברידער??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 1:17 pm
דורך אבאמא09
קום נישט מיט דיינע געדרייטע שאלות ארויס צו שלעפן פון מיר עפעס, "נישט קאמענטירן" מיינט אין רוסיש "איך קאמענטיר נישט" פינטל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 1:53 pm
דורך חיים
אה איך קען שוין צווי ווערטער אין רוסיש שכוח פארן אויסלערנען
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 24, 2015 12:46 am
דורך גערעכטער
יאפ, אבאמא (פון אמעריקע...) פארט אויף קעניא!
מר. אניענגא אבאמא, קענסט זיך גרייטן ווייל ער גייט דיר עניוועי נישט באזוכן...