בלאט 1 פון 1

א האגל אין זומער ?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 9:28 am
דורך קרעפטיג
איינער זאל מיר ביטע געבן צו פארשטיין ווי עס איז מעגליך אז גראבע שטיקער אייז זאל מאכן א לאנדונג אויף די שיינע גרינע גראז אינמיטן זימער ווען עס איז 85 דעגריס.

נעכטן איז דאס געווען אין מאנראו, איך בין געווען אויפן בית החיים פאר א יארצייט אזוי צווישן 6-7 אזייגער, און עס האט זיך אראפגעלאזט אזא האגל וואס איך האב נאך נישט געזען, דאס איז געווען גראבע שטיקער, איך בין גאלאפן אין אוהל פאר א באשיצונג, אבער איין געזונטן פליק האב איך געכאפט אין פרצוף אנשטאטס א אייסעס.

מיט וואונדער האב איך עס באטראכט, און די גערודער וואס עס האט געמאכט איז אויך נישט אוועק צומאכן.

אבער ווי אזוי איז דאס מעגליך ? דאס איז דאך קאלטע אייז, ווי אזוי ווערט דאס נישט צולאזט אריינקומענדיג אין אונזער אטמאספער, אויב אזוי דארף דאך קענען שנייען אויכעט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 9:35 am
דורך שמיי_דריי
דאסיז א חלק פון די נפלאות הבורא...
זאג מיר אלע זאכן פון באשעפער פארשטייסטו שוין אויסער דאס נישט ? ווען דו וועסט שוין אלעס פארשטיין וועסטו פרעגן די קאשיא

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 9:39 am
דורך קרעפטיג
אז דו ווייסט נישט קיין ענטפער זאג דו ווייסט נישט, נישט זאג איך זאל נישט פרעגן.

איך האב געפרעגט פון די יעניגע וואס ווייסן אפשר א באדייט אויף דעם.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 9:41 am
דורך שמיי_דריי
קרעפטיג קיינער ווייסט נישט זי ענטפער נישטא וועם צו פרעגן

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 10:34 am
דורך קרעמער
איך האב הערליכע בילדער און קליפס פון די נעכטיגע האגל וואס האט באטראפן אפסטעיט ניו יארק, איך האף עס דא ארויפצושטעלן.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 11:02 am
דורך join us
איך ווייס נישט אויב עס איז אמת,

ווייל אויף קול מבשר ביי די בולעטין אפטיילונג האט ער עס געמאלדן און ביינאכט האט ער עס נישט געזאגט,

אלא מאי איינער האט אים עס איינגערעדט צופרי אינביינאכט האט ער זיך געשעמט עס איבער צוזאגן !!!


"איך ווייס נישט " אבער עס קען זיין אמת

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 11:04 am
דורך קרעמער
א קלוגע וועג מיר אויפצוהייבן פון בענקל ארויפצולאדענען די בילדער פון מיין קאמערע :P

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 11:10 am
דורך יאסל
לכאורה איז אויבן אין די וואלקענעס יא קאלט אזוי מיין איך

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 11:16 am
דורך join us
אנטשולדיג ר' קרעמער פארן מטריח זיין (איך האף עס איז נישט צו שווער זיך אונטער צוהייבן :P ) אבער איך וואלט דאס געוואלט זעהן

שכח פון פראנאס

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 2:14 pm
דורך איך_הער
סי שוין די צווייטע מאל דעם זומער, כ'האבעס שוין באשריבן פאריגן פרייטאג.

דא האסטו א לינק דערצו.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 3:32 pm
דורך אויך-א-מיינונג
דע הימלן זענען מיטאמאל פארטונקלט געווארן, איך בין דאן געזיצן אין קאר, איך האב נאך געוואלט כאפן דעם רעגן, און דאס פאראויס געזעהענדע איז אנגעקומען, א גאס רעגן, גרויסע שטיקער אייז, איך בין געווען געשטראנדעט אין מיין קאר פאר עטליכע לאנגע מוניט'ן, יעצט גיי גלייב נישט וואס מען פארציילט דיר...

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 16, 2008 10:04 pm
דורך קרעמער
פאלגענד זענען עטליכע בילדער, איך האב אויך קליפס אויב ס'פעלט אויס.

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 16, 2008 10:05 pm
דורך קרעמער
מיינע שטיגן

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 16, 2008 10:06 pm
דורך קרעמער
אביסל אומקלאר

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2008 12:33 pm
דורך שוועמל
שכויח קרעמער פאר די בילדער.

נישט געוויסט בכלל פון אזא זאך. איך בין אויך אין מאנטיסעלא געווען דעם פרייטיג און נישט געהאט דעם האגל

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2008 12:52 pm
דורך קרעמער
דאנערשטאג האט געהאגלט, נישט פרייטאג.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2008 1:08 pm
דורך יאנאש
עס איז געווען דאנערשטיג נישט פרייטאג, מיר זענען אויך געזיצן אין די קאר, איי איזעס געווען סקערי.

שכוח קרעמער פאר די בילדער.

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 17, 2008 2:50 pm
דורך חיים
אלס איינער וואס האט בייגעוואוינט ביידע האגלן וויל איך דא קלארשטעלן אז עס איז געווען צוויי מאל אזא האגל, איינמאל די פארגאנגענע פרייטאג פרשת דברים און עס איז געווען נאך איינמאל דאנערשטאג פרשת ואתחנן

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2008 8:35 am
דורך בןהרחמן
ביינונז איז עס נאר געווען איינמאל דאנערשטאג פרשת ואתחנן, אזוי זיצנדיג געמיטליך אין מיין כאטקע אינמיטן הער איך ווי עס הייבט אן צו רעגענען און עס האקט געפערליך אויפן האלצערנעם דאך, גיי איך ארויס זעהן וואס גייט פאר פארוואס דער רעגן האקט אזוי, און עס האט זיך מיר אנטפלעקט די נפלאות הבורא אז יא עס האגלט! אינמיטן זומער, איך האב געזעהן ווי די גראבע אייז קאצקעס שפרינגען אזוי אויף די גראז און עס ווערט א שיינע ווייסע שיכט אויף די גראז, איך האב נאך אלס נישט געגלייבט מיינע אויגן האב איך געבעטן איינער זאל מיר ברענגען א שטיקל (איך האב נישט געוואלט ארויסגיין כאפן א פליק), און יענער האט מיר געברענגט א שטיקל אייז, איך האב עס געהאלטן אין מיינע הענט פאר עטליכע מינוט נישט קענענדיג זיך אפוואונדערן פון די נפלאות הבורא, די שטיקל איז געווען גרויס בערך ווי א ניקעל אין די רינדיגקייט און דיק ווי בערך דריי ניקעלס,

מה רבו מעשיך ה'

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2008 9:01 am
דורך join us
שכח ר' קרעמער פאר די בילדער איך האף ס'איז נישט צו שווער געווען עס ארויף צולייגען

(האסט גוט צוגעפיצט די פיקטשערס מען זאל נישט כאפן און וועלעכע קאנטרי די ביסט :lol: :lol: :lol: )

מה רבו .......

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 18, 2008 9:06 pm
דורך קרעמער
JOIN US;

אויב דו רעדסט שוין פון צופיצן, פארוואס טענה'סטו נישט אז עס שטאמט נאך פון ווינטער און איך האב צוגעשטעלט די שיינע גראז און בלעטער מיט פאטא-שאפ.