א אידישע אייז-קרים טראק

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:די אלע טענות דא וועגן די כשרות פונעם אייס קרים טראק זענען זייער שוואך,

גערעכט, איינמאל ער האט א gps וואס ער קען נישט פארלעשן און די בעה״ב און בעל מכשיר קענען אים איבערראשן ווי אימער איז עס גארנישט אנדערש ווי א רעסטוראנט
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

שואלכענין האט געשריבן:
עס שטייט אויפן צעטל, אז מען קען קאלן דעם רב המכשיר אויף נומער... אבער איך האב נישט געקאלט, ווייל עס קען זיצן א לץ אויף די אנדערע זייט טרייבל און זיך פארשטעלן אלס רב המכשיר, סאו, דארף מען גיין נאכקוקן יענעמ'ס נומער פון א געהעריגע טעלעפאן בוך, און דאס האב איך שוין נישט געטאן, וויבאלד מיך פערזענליך איז עס סייווי נישט נוגע, איך עס עס סייווי נישט.

[אגב, מיין ניק איז "שואל כענין"]

ס'איז מיר שווער צו פארשטיין וויאזוי דו קויפסט עניטינג פון די גראסערי, ווארום, ס'מוז נישט זיין אז ס'האט עכט א הכשר, ס'איז זייער מעגליך אז עפעס א לץ אויף די אנדערע זייט וכו'.

פאביעס מיט דמיונות האט אויך א שיעור, קלערסט איין רגע אויב דער טרעקל שרייבט אז ער האט פלוני ופלוני הכשר און ס'הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס, אז דער פלוני גייט לאזן איינעם נוצן זיין נאמען ? (נאכדערצו אומבאצאלט...)

ווילסט מחמיר זיין און נישט קויפן, זייער שיין פון דיר און איך בין זיכער אז ס'ווארט דיר שכר אויף דיין מסירת נפש, אבער פארוואס זוכסטו פון אונטער דער ערד אומבגרינדעטע חששות.?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

הרב סמארט, עס איז בכלל נישט קיין ווייטע חשש.

גיב א פרעג סיי וועלכן מענטש וואס קען זיך אביסל אויס, אדער סיי וועלכע סעקיוריטי זאך, למשל, א נאטיץ פון די באנק אויב דו נוצט אנליין באנקינג, וועלן זיי אייביג זאגן, אז דו זאלסט נישט צוריקקאלן די באנק מיט'ן נומער וואס דו זעסט אויף די אימעיל, נאר זאלסט אליין קוקן די נומער פון די באנק אויף דיין פאפירענעם סטעיטמענט, אדער אין טעלעפאן ביכל, ווייל די לינקס און טעלעפאן נומערן קענען זייער לייכט זיין פאלש.

מען טאר נישט זיין קיין תמים!
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

שואלכענין האט געשריבן:הרב סמארט, עס איז בכלל נישט קיין ווייטע חשש.

גיב א פרעג סיי וועלכן מענטש וואס קען זיך אביסל אויס, אדער סיי וועלכע סעקיוריטי זאך, למשל, א נאטיץ פון די באנק אויב דו נוצט אנליין באנקינג, וועלן זיי אייביג זאגן, אז דו זאלסט נישט צוריקקאלן די באנק מיט'ן נומער וואס דו זעסט אויף די אימעיל, נאר זאלסט אליין קוקן די נומער פון די באנק אויף דיין פאפירענעם סטעיטמענט, אדער אין טעלעפאן ביכל, ווייל די לינקס און טעלעפאן נומערן קענען זייער לייכט זיין פאלש.

מען טאר נישט זיין קיין תמים!

ווען די קויפסט עני זאך אין גראסערי ביסטו פונקט אזא תמים, אפשר איז די פעקעדשינג פאלטש?
.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

אלדי, דוכט זיך איר האט א שטיקל טרעק רעקארד צו פארענטפערן השגחות, סתם לשם פארענטפערן.

איך גיי נישט אריין אין יעדן דעטאל וואס מ'האט דא אויסגעשמועסט, אבער השגחה כשלעצמו איז אויך נאר גוט ווען דער בעה"ב איז באגלייבט (מיסוד תקנות וא"א).

איינער וואס "וויל" זיך פארלאזן אויף א הכשר, ווייל ער וויל עסן, וויל דאך נישט הערן די חסרונות, איז די אשכול נישט געמאכט פאר אים. אבער איינער וואס וויל באמת וויסן, איז יש לדון אויף זייער אסאך השגחות, וויפיל ווערט ס'איז, און כבוד הרבנים המכשירים במקומם מונח, אפי' אויב אויף שאלות פא"פ וואלט מען זיך אויף יענעם רב יא פארלאזט, ודבז"ל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תכלית הידיעה שלא נדע »

ביטע נעמען דעם גאנצען אשכול אריין און
"איי-וועלט כשרות אפטיילונג"
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

אַבּערוואַס האט געשריבן:אלדי, דוכט זיך איר האט א שטיקל טרעק רעקארד צו פארענטפערן השגחות, סתם לשם פארענטפערן.

איך גיי נישט אריין אין יעדן דעטאל וואס מ'האט דא אויסגעשמועסט, אבער השגחה כשלעצמו איז אויך נאר גוט ווען דער בעה"ב איז באגלייבט (מיסוד תקנות וא"א).

איינער וואס "וויל" זיך פארלאזן אויף א הכשר, ווייל ער וויל עסן, וויל דאך נישט הערן די חסרונות, איז די אשכול נישט געמאכט פאר אים. אבער איינער וואס וויל באמת וויסן, איז יש לדון אויף זייער אסאך השגחות, וויפיל ווערט ס'איז, און כבוד הרבנים המכשירים במקומם מונח, אפי' אויב אויף שאלות פא"פ וואלט מען זיך אויף יענעם רב יא פארלאזט, ודבז"ל.


איך האב א טרעק רעקארד צו האבן אנדערע שיטות פון דיר בעניני כשרות והשגחות. אין קורצן די חילוק צווישן מיר און דיר, איך שטיץ היימישע גוטע הכשרים, און די שטיצט נאר די איין הכשר וואס די ביסט א נוגע בדבר, ס'איז נישט קיין פראבלעם נאר עככפיח"ב

בכלליות איז דא א געפערליכע מיסקאנסעפשאן ביי מענטשן, זיי מיינען אז א הכשר איז א כאפצעם אפעראט, יא סאיז טאקע וויכטיג אז א בעל מכשיר זאל קענען קומען און גיין ווען ער וויל, פשוט צו זעהן די הלוך ילך אן קיין אפפוינטמענטס, אבער א געשעפט וואס אן קיין כאפצעם אפעראט קען מען נישט טראסטן, אויף אים וועט קיין כאפצעם נישט העלפן, מען קען די שטרענגסטע און בעסטע הכשר פירען אין באד אריין.

א גוטע רב המכשיר, פארשטייט גיט פראקטיק, האט קלארע הוראות וואס יא און וואס נישט, און פארשטייט וועם מען קען געטרויען.

לענינינו די הכשרים וואס איר טראסט, אויב זיי געבן א הכשר אויף דעם טראק ווארשיינליך פארשטייען זיי אז מען קען יא געבן א הכשר, אויב טראסט איר נישט דעם בעל מכשיר אויף דעם טראק, ווארשיינליך איז דא נאך צענדליגער געשעפטן און פארבריקן וואס זעהט נישט אויס בעסער, אלזא עס נישט פון דעם הכשר בכלליות.
.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

לאמיר פראבירן בקיצור צו ענטפערן אייער תגובה

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: איך האב א טרעק רעקארד צו האבן אנדערע שיטות פון דיר בעניני כשרות והשגחות.

קלאר ביטע אביסל אויס ווי "שיטות" קומט דא אריין, א גוטע רב המכשיר ד"ה אן ערליכער "און" א מומחת איז דאך גוט! עמיצער מיט שוואכערע סטאנדארטן, א שטייגער א מאדערנע הכשר וכדו', איז דאך וואס עס איז, איז וואס איז שייך א שיטה?

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: אין קורצן די חילוק צווישן מיר און דיר, איך שטיץ היימישע גוטע הכשרים, און די שטיצט נאר די איין הכשר וואס די ביסט א נוגע בדבר, ס'איז נישט קיין פראבלעם נאר עככפיח"ב

ווייסעך נישט פין וואס איר רעדט, איך האב נישט קיין שום נגיעה וואס איך קען טראכטן אויף די מינוט צו סיי וועלכע הכשר, אויסער דאס עצם זיין "א גוטע הכשר" (אויך האב איך נישט פארשטאנען די ר"ת צום סוף).

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: בכלליות איז דא א געפערליכע מיסקאנסעפשאן ביי מענטשן, זיי מיינען אז א הכשר איז א כאפצעם אפעראט, יא סאיז טאקע וויכטיג אז א בעל מכשיר זאל קענען קומען און גיין ווען ער וויל, פשוט צו זעהן די הלוך ילך אן קיין אפפוינטמענטס, אבער א געשעפט וואס אן קיין כאפצעם אפעראט קען מען נישט טראסטן, אויף אים וועט קיין כאפצעם נישט העלפן, מען קען די שטרענגסטע און בעסטע הכשר פירען אין באד אריין.

קענט אגרי מאור!!

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: א גוטע רב המכשיר, פארשטייט גיט פראקטיק, האט קלארע הוראות וואס יא און וואס נישט, און פארשטייט וועם מען קען געטרויען

געשריבן א סטעיטמענט אין עטליכע ווערטער וואס איז כולל זייייער אסאך פרטים, אבער אויפן צד אז מען זאל בכלל קענען זאגן אזא זאך מיט א קלארקייט (דהיינו, די אלע פרטים עקזיסטירן באמת אזוי ווי איר שרייבט עס "אוט אוו די בוק"), בינעך מיט דעם אויך מסכים מיט אייך!!

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן: לענינינו די הכשרים וואס איר טראסט, אויב זיי געבן א הכשר אויף דעם טראק ווארשיינליך פארשטייען זיי אז מען קען יא געבן א הכשר, אויב טראסט איר נישט דעם בעל מכשיר אויף דעם טראק, ווארשיינליך איז דא נאך צענדליגער געשעפטן און פארבריקן וואס זעהט נישט אויס בעסער, אלזא עס נישט פון דעם הכשר בכלליות.

אגרי, מיט די עצם קאנסעפט. אבער מיט'ן "ווארשיינליך" ווייסעך ווייטער נישט וואו איר צילט. ס,איז אדער א פראבלעם, אדער נישט, איך כאפ נישט וואס "מן הסתם" מיינט.

צום שלוס, עס עי דזשענערעל פיס אוו אינפא, איך קען ב"ה די כשרות מארקעט מכמה צדדים טו עי סערטעין לעוועל (כאטש כ'בין זיכער ס'דא ווער ס'ווייסט און פארשטייט בעסער און מער פין מיר). און עס סאטש, פראביר איך טאקע צו עסן נאר פין אזעלכע השגחות וואס מ'קען טראסטן אויף אלעם. פארשטייט זיך אז ווען מ'ווייסט וואו איין און אויס, קען מען אמאל מאכן א יוצא מן הכלל (געווענליך נאך א שאלת חכם), אבער בכלליות האלט איך מיך בס"ד צו דעם.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
rrr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 03, 2015 10:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך rrr »

ריכטיג דאס האב איך געמיינט,

איין חילוק איז יא דא, אין א געשעפט וועט קיינער נישט לייגן קיין פאלשע תעודת הכשר ווייל צו מארגענס קומט אן הכחשה פון דעם רב, ווידעראום דער טראק וואס האט א פאלשער צעטיל וועט זייער שווער זיין פאר דעם רב המכשיר צו מודיע זיין וועלעכע טראק דאס איז
גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוטגעזאגט »

איך האב אים שוין געזען געפארקט אפאר מאל אין די הצלחה פארקינט לאט, אינטערסאנט אז זיי לאזן אים פארקויפן דארט.
וואס דו זאגסט איז גוט אפילו וואס די זאגסט נישט!!!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

rrr האט געשריבן:ריכטיג דאס האב איך געמיינט,

איין חילוק איז יא דא, אין א געשעפט וועט קיינער נישט לייגן קיין פאלשע תעודת הכשר ווייל צו מארגענס קומט אן הכחשה פון דעם רב, ווידעראום דער טראק וואס האט א פאלשער צעטיל וועט זייער שווער זיין פאר דעם רב המכשיר צו מודיע זיין וועלעכע טראק דאס איז

דער האלט דאך דעם צעטיל אגאנצן צייט אינדרויסן, ווייל אויב נישט הייבט דאס א רויטע פאן.
טא, האלטסטו אז דער בעל מכשיר וועט צולאזן אזאנס ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”