מלחמה: רוסלאנד אטאקירט דזשארדזשיע!
פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 11:07 am
א פרישער מלחמה האט היינט - פרייטאג - אויסגעבראכן ווען רוסישע טאנקן און באמבע'דיר ערעפלאנען זענען אריין קיין דזשארדזשיע און אנגעפאנגען אטאקירן אויף עטליכע שטעטלעך. האט געמאלדן דער דזשארידזשע פרעזידענט מיקהאל סאקעסוויל.
ארום הונדערט פופציג טאנקן און שווער באוואפענטע ארמיי טראק'ס זענען היינט אריינגעפארן אין סאוט אסיטיע ווי עס האט זיך אנגעפאנגען שווערע שלאכטן. די דזשארדזשיע ארמיי האט שוין אראפגעשאסן דערווייל צוויי רוסישע קאמפס ערעפלאנען.
ווען סי.ען.ען. האט געפרעגט די דזשארדזשיע פרעזידענט אין אן אויסשליסליכער אינטערוויא אויב זיין לאנד איז אין מלחמה האט ער געזאגט " מיין לאנד איז יעצט אין זעלבסט-שוץ פון רוסלאנד וואס איז געקומען אינוואדירן דזשארדשזיע".
"סאוט אסיטיע" האט זיך אפגעטיילט פון דזשארדזשיע אין די פריע 1990 יארן אבער איז נישט אנערקענט געווארן אין די וועלט אלץ אן אייגן לאנד. א גרויס חלק איינוואוינער אין סאוט אסיטיע פארמאגן רוסישע פאספארטן און זענען לויאל צו רוסלאנד.
דאס האט געברענגט צו אן עמערדזשענסי סעסיע ביי די יו.ען. ווי עס איז באהאנדלט געווארן די שנעלע טויש אין די מצב און איבער די גרויסע שלאכטן דארט. דער מיטונג האט זיך אבער גענדיגט אן קיין שום סטעיטמענט בנוגע די שלאכטן.
דער נאטא גענעראל 'דזשעפ די האאפ שעיפער' האט געזאגט א סטעיטמענט אז ער איז ערנסט באזארגט איבער די לעצטיגע שלאכטן אין יענער רייאון און ער האט אנגערופן ביידע זייטן אז מ'זאל אראפלייגן די געווער און אנפאנגען מיט דירעקטע געשפרעכן.
אויך די פאראייניגטע שטאטן און די בריטישע רעגירונג האבן געארבייט אויף ביידע זייטן אז זיי זאלן אראפלייגן די געווער און קומען צו דירעקטע געשפרעכן.
"די פאראייניגטע שטאטן האלטן שוין געשפערכן מיט ביידע זייטן פאר די לעצטע עטליכע חדשים איבער טרעפן א שלום'דיגער וועג צו פארהאנדלן" זאגט דער ווייסער הויז ווארט-זאגער גארדן דזשאנדאר, "מיר בעטן ביידע זייטן אראפצולייגן די געווער און פארהאנדלן געהעריג".
היינט פרייטאג אינדערפרי האבן די רוסישע ערעפלאנען אראפגעלאזט צוויי באמבעס אויף דזשארדזשיע טערעטאריע, זאגט א דזשארדזשיע באאמטער, אבער עס איז נישט געווען קיין פאליטעיטן.
אין א בריוו צו זיינע בירגער האט סאקעסוויל געשריבן אז ער האט מאבעלעזירט צענדליגער טויזענטער רעזארווירטע סאלדאדטן צו העלפן, און די מאבעליזאציע גייט ווייטער אן.
"מיר דארפן זיין פאראייניגט" שרייבט סאקעסוויל אין זיין בריוו "אלע פון אינז, די הונדערטער טויזענטער דזשארדזשיע איינוואוינער זאלן זיך צוזאמהאלטן און קומען זיך שלאגן און ראטעווען דזשארדזשיע, מיר זענען פרייהייט-ליבהאבער מענטשן, און אויב וועלן מיר זיין צוזאמען וועט אינז קיינער נישט קענען שעדיגען"
דזשארדזשיע האט דערקלערט א פייער-אפשטעל אויף היינט דריי אזייגער נאכמיטאג צו גיבן די מעגליכקייט פאר די ציווילע איינואוינער וואס ווואוינען אין די געפארפולע געגענטער צו אנטלויפן.
רוסלאנד זאגט אז א דזשארדזשיע אטאקע אויף איינע פון זייערע מיליטערישע באראקן האט איבערגעלאזט עטליכע רוסישע שלום-טרופן טויט. ווי דער רוסישער פרעימער מיניסטער וולאדמיר פוטין האט געזאגט דעראויף "און פארשטייט זיך אז מיר וועלן ענטפערען דעראויף"
שלום טרופן פון רוסלאנד זענען שוין אין סאוט אסיטיע זינט 1992 צוזאמען מיט דזשארדזשיע און סאוט אסיטיע סאלדאדטן. "דזשארדזשיע האט זיך זייער שלעכט אנגעפאנגען" האט געזאגט דער רוסישער פארטיידונג'ס מיניסטער "מיר וועלן נישט לאזן אויף הפקר אינזערע שלום-טרופן".
סאקעסוויל טענה'ט אז דער מלחמה אז שוין א פון פריער געפלאנטע זאך. "די טרופן וואס זענען - יעצט - אין דזשארדזשיע זענען נישט דא אנגעקומען פלוצלינג, זיי דרייען זיך שוין דא אינטער די נאז פאר עטליכע חדשים" זאגט דער פרעזידענט "זיי האבן גע'טענה'ט אז זיי מאכן עקסערסייז, זיי האבן נאר געווארט אויף א גוטער גלעגענהייט און זיי זענען אריינגעקומען"
דזשארדזשיע איז ביים שווארצן ים צווישן רוסלאנד און טערקיי, סאוט אסיטיע איז צוטיילט מיט א חלק פון רוסלאנד שטיצער.