נייעס מיט א שמייכל

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאליטישע עקספערט
שר עשרת אלפים
תגובות: 13421
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:23 pm
פארבינד זיך:

Re: נייעס מיט א שמייכל

תגובהדורך פאליטישע עקספערט » דאנארשטאג יוני 09, 2022 3:32 am

פארווייטאגט האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די פיטא גרופע וועלכע קעמפט פאר רעכטן פון באשעפענישן האט גערופן אויף די באקאנטע לעגא פירמע צו טוישן איר נארוואס ערצייגטע פארעם קינדער שפילצייג סעט זינט עס טוט לויט זיי פרעזענטירן א פאלשע און פארפירערישע בילד פון באשעפעניש אגריקולטור

די ארגאנאזאציע באשולדיגט אז די אינדוסטריע פון האדעווען די באשעפענישן אין פארמס איז א בלוטיגע און סאדיסטישע און פירמעס, איבערהויפט אזעלכע וואס ערצייגן פראדוקטן פאר קינדער, זאלן עס נישט ארויסהייבן

זיי באשולדיגן אז דאס פארקויפן אזעלכע פראדוקטן טוט ריינוואשן די שרעקליכע רעאליטעט פון פון לעבן און טויט פון באשעפענישן וועלכע עסן אינדוסטריעס האדעווען זיי צו קענען פיטערן פאר מענטשן

זיי ערקלערן די געפאר אז ווען קינדער וואקסן אויף מיט אזלעכע שפיצלצייג נאך איידער זייער פארשטאנד איז אנטוויקלט פארבלייבט עס שוין אונטער זייער באוואוסטזיין אלץ נארמאלע ערשיינונג צו זיין אנגעוויזן אויף באשעפעניש פלייש, אייער און מילך

די פארלאנג פון די ארגאנאזאציע איז אז די פירמע זאל טוישן די נאמען פון די סעט צו באשעפעניש שוץ היים וואס וועט העלפן קינדער ארויסהאבן אז פארמס דארפן צו זיין פלעצער וואו מען גיבט זיך אפ און קימערט זיך פאר די וואוילזיין פון די באשעפענישן און אז זיי זענען ברואים מיט הרגשים וועלכע שפורן פארגעניגן, ווייטאג און ליבשאפט און זאלן נישט סערווירן צו דעקן די רייץ פון פראדוצירער זיי אויסצונוצן און פייניגן

א. א דאנק הבל פאר אלעס.

ב. דער ארטיקל קומט און שמייכל? יעדער מאל איך זעה אזעלכע זאכן, ווי די לינקע פראבירן מחנך זיין מיינע קינדער, מיט וואס פאר א וועג איך מעג טראכטן, און ווי אזוי איך מעג קוקן אויף דער וועלט, ווערט מיר פון פריש שווארץ פאר די אויגן.
עס כאפט א פחד און שרעק, וואס גייט נאך הייסן נארמאל ביז א פאר קורצער יאהרן.
היינט מיינסטו עס איז ווערטל, מ'דארף ציטערן אז ביז אפאר יאהר זאלן אונזער קינדער חלילה נישט פסל'ן אונזער הייליגער ספרים, ווייל עס שטייט דארט הלכות שחיטה.
מ'זאל חלילה נישט אסר'ן אונזער הייליגער תורה, ווייל דארט שטייט פון קרבנות.
מ'זאל חלילה נישט אסר'ן מתפלל צו זיין אויף בנין בית המקדש, וואס זאל שוין א ודאי זיין אסאך פריער.

דער משוגעים ומטורפים, וואס דערווייל ארבייטן אז משפחה קען זיין וואס עס קען זיין (ווי רופט עס הבל? כ'געדענק שוינישט), אבער מיין פראבלעם איז אסאך גרעסער, ווייל האלב פון זייערע שטותים ווערט ליידער צוביסלעך אריינגעשווארצט אין אונזערע אידישער יוגענט, סלאולי באט שארלי ה"י.

פאר יעדער מאל איך זעה אזא משוגעת, ווער איך א ריפובליקאנער עקסטראמיסט, און איך בין גרייט צו שרייען אויף אלע גאסן, אז טראמפ איז עכט פרעזידענט, און מ'טאר נישט לאזן קיין געווער געזעצן אין לאנד, און מ'דארף..... יא נעים איט.
פשוט זיך צו דערווייטערען פון די לינקע דת האהבה והרחמים ה"י.

ג. מ'דארף באהאלטן, א ספאדיק אן אלטן וכו'.
אזא תגובה מעג מען ליידער אויך באהאלטן, אז מ'זאל געדענקען אז אמאל איז עס געווען לאכעדיג.
צוזאמן מיט'ן נייעס אז דער עלעפאנט האט אויך רעכטן, חוץ אויב ער איידענטיפייעט זיך אלס ריפאבליקאנער.....

נ. ב. כ'האב מיר דא אויסגעגעבן, איך פיל מיר שוין בעסער ב"ה.
יעצט קען מען שוין פארמעקן.

ואסיים כעין הפתיחה, הבל, יו אר דה בעסט.
און מזל טוב פאר שר 22222

עס ברענגט א שמייכל ווייל לעגא איז פון די סאמע ליבעראלסטע קינדער שפילצייג פירמעס, און זיי געבן טאקע נישט קיין געווער פאר די פאליציי אין זייערע סעטס..........
ביים מעלדן א נייעס פראביר איך צו לייגן מיינע פאליטישע נייגונגען אין א זייט - אבער איך איגנאריר עס נישט.
בילד
קרעדיט: @רעים

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 23875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 09, 2022 10:12 am

אין א פרישע פרואוו צו אדרעסירן קלימאטן טויש האט די ניו זילאנד רעגירונג אויפגעוויקלט ארויפצושטעלן א שטייער אויף פארמער פון שאף און רינדער וועלכע גרעבצן און ווערט געשאצט צו זיין אן ערנסטע ביישטייערער צו גרינהאוז גאז

אוועטאר
Jhon
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 19, 2009 7:57 pm

Re: נייעס מיט א שמייכל

תגובהדורך Jhon » דאנארשטאג יוני 09, 2022 10:45 am

    הכל הבל האט געשריבן:אין א פרישע פרואוו צו אדרעסירן קלימאטן טויש האט די ניו זילאנד רעגירונג אויפגעוויקלט ארויפצושטעלן א שטייער אויף פארמער פון שאף און רינדער וועלכע גרעבצן און ווערט געשאצט צו זיין אן ערנסטע ביישטייערער צו גרינהאוז גאז

    שוין גארנישט קיין שמייכל

    אוועטאר
    enjoy
    שר ארבעת האלפים
    תגובות: 4409
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 28, 2021 5:01 pm
    לאקאציע: אייוועלט.קאם

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך enjoy » דאנארשטאג יוני 09, 2022 1:26 pm

    הכל הבל האט געשריבן:אין א פרישע פרואוו צו אדרעסירן קלימאטן טויש האט די ניו זילאנד רעגירונג אויפגעוויקלט ארויפצושטעלן א שטייער אויף פארמער פון שאף און רינדער וועלכע גרעבצן און ווערט געשאצט צו זיין אן ערנסטע ביישטייערער צו גרינהאוז גאז

    :shock: :roll: :lol:
    געב א שמייכל.. געב א געב א שמייכל..... געב שמייכל give a smile.....
    געב א שמייכל.. געב א געב א שמייכל..... be the reason someone smiles......

    הכל הבל
    ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
    תגובות: 23875
    זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג יוני 13, 2022 4:52 pm

    אין 2018 למספרם האט א באשעפעניש באשוצער גרופע פארלאנגט פון די קאליפארניע פיש קאמיסיע צו דעזיגנירן פיר סארטן באמבל בינען (די קראטש, פרענקלינס, סאקלי און קאקו) צו זיין באשוצט אונטער די CESA (אקראנים פאר קאליפארניע באשעפענישן אונטער געפאר אקט)

    יענע געזעץ באשוצט באשפענישן וועמענ'ס פאפולאציע איז אין געפאר פון שרונקען אבער טוט בלויז אריינרעכענען פויגל, פיש און נאך עטליכע סראט באשעפענישן אבער נישט קיין אינזעקטן

    טענה'ט די גרופע אז סעקשאן 45 פון די געזעץ וועלכע באשליסט וואס עס גייט אלץ אריין אונטער די פיש קאטעגאריע דארף ווערן איבערגעמאכט אריינצונעמען די סארט בינען

    ווען די געזעץ רעכנט אויס וואס גייט אריין אין גדר פון פיש שרייבט עס צווישן אנדערן איבער באשפענישן וועלכע פארמאגן נישט קיין חוט השדרה און דעריבער פארפירט די גרופע אז די געזעץ דארף כולל זיין אלע סארט חוט השדרה'לאזע באשעפענישן און נישט בלויז דגי הים נאר אויך אינזעקטן אויף די טרוקעניש

    די קאמיסיע האט באוויליגט אנצוהויבן די פראצעדור פון שטימען אויף די פראגע אבער איז דאן געווארן אנגעקלאגט דורך 7 אגריקולטור גרופעס וועלכע האבן זיך אפגערעדט אז עס וועט שעדיגן פארם פראדוקציע

    אין 2020 למספרם די קאליפארניע סופעריאר געריכט האט זיי געגעבן גערעכט אבער די קעיס האט איז געווארן אפעלירט צום סטעיט דריטע דיסטריקט אפעלאט געריכט

    אצינד האט די דריי ריכטער פאנעל צוריקגעדרייט די באשלוס פון די נידריגע געריכט און זיך געשטעלט אין ליניע מיט די גרופע וועלכע האט געזוכט צו דעזיגנירן די בינען

    זיי זענען געקומען צום אויספיר אז טראץ וואס אין אלגעמיין וועלן מענטשן נישט אפלערנען בינען אלץ פיש קען מען עס אבער יא אנקוקן אזוי אין א געוויסע קאנטעקסט אריינגערעכנט די שפראך וואס די ספעציפישע געזעץ נוצט צו באצייכענען פיש

    דערווייל איז אומקלאר אויב די געריכט וואלט אויך ערלויבט אז מען זאל אנהויבן טונקן די שבת חלה אין בינען זאפט

    אוועטאר
    myrtle
    שר חמישים ומאתים
    תגובות: 438
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 25, 2019 4:42 pm

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך myrtle » מאנטאג יוני 13, 2022 4:58 pm

    הכל הבל האט געשריבן:אין 2018 למספרם האט א באשעפעניש באשוצער גרופע פארלאנגט פון די קאליפארניע פיש קאמיסיע צו דעזיגנירן פיר סארטן באמבל בינען (די קראטש, פרענקלינס, סאקלי און קאקו) צו זיין באשוצט אונטער די CESA (אקראנים פאר קאליפארניע באשעפענישן אונטער געפאר אקט)

    חוץ תשרי איא?
    צו בארשט דארף מען נישט שטיין אין די ליין
    קרעדיט ...

    Gevald Geshrigen
    שר שלשת אלפים
    תגובות: 3590
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג יוני 23, 2022 4:29 pm

    הכל הבל האט געשריבן:אין 2018 למספרם האט א באשעפעניש באשוצער גרופע פארלאנגט פון די קאליפארניע פיש קאמיסיע צו דעזיגנירן פיר סארטן באמבל בינען (די קראטש, פרענקלינס, סאקלי און קאקו) צו זיין באשוצט אונטער די CESA (אקראנים פאר קאליפארניע באשעפענישן אונטער געפאר אקט)

    יענע געזעץ באשוצט באשפענישן וועמענ'ס פאפולאציע איז אין געפאר פון שרונקען אבער טוט בלויז אריינרעכענען פויגל, פיש און נאך עטליכע סראט באשעפענישן אבער נישט קיין אינזעקטן

    טענה'ט די גרופע אז סעקשאן 45 פון די געזעץ וועלכע באשליסט וואס עס גייט אלץ אריין אונטער די פיש קאטעגאריע דארף ווערן איבערגעמאכט אריינצונעמען די סארט בינען

    ווען די געזעץ רעכנט אויס וואס גייט אריין אין גדר פון פיש שרייבט עס צווישן אנדערן איבער באשפענישן וועלכע פארמאגן נישט קיין חוט השדרה און דעריבער פארפירט די גרופע אז די געזעץ דארף כולל זיין אלע סארט חוט השדרה'לאזע באשעפענישן און נישט בלויז דגי הים נאר אויך אינזעקטן אויף די טרוקעניש

    די קאמיסיע האט באוויליגט אנצוהויבן די פראצעדור פון שטימען אויף די פראגע אבער איז דאן געווארן אנגעקלאגט דורך 7 אגריקולטור גרופעס וועלכע האבן זיך אפגערעדט אז עס וועט שעדיגן פארם פראדוקציע

    אין 2020 למספרם די קאליפארניע סופעריאר געריכט האט זיי געגעבן גערעכט אבער די קעיס האט איז געווארן אפעלירט צום סטעיט דריטע דיסטריקט אפעלאט געריכט

    אצינד האט די דריי ריכטער פאנעל צוריקגעדרייט די באשלוס פון די נידריגע געריכט און זיך געשטעלט אין ליניע מיט די גרופע וועלכע האט געזוכט צו דעזיגנירן די בינען

    זיי זענען געקומען צום אויספיר אז טראץ וואס אין אלגעמיין וועלן מענטשן נישט אפלערנען בינען אלץ פיש קען מען עס אבער יא אנקוקן אזוי אין א געוויסע קאנטעקסט אריינגערעכנט די שפראך וואס די ספעציפישע געזעץ נוצט צו באצייכענען פיש

    דערווייל איז אומקלאר אויב די געריכט וואלט אויך ערלויבט אז מען זאל אנהויבן טונקן די שבת חלה אין בינען זאפט

    ראש השנה ווען מען טונקט די חלה אין די האניג קען מען שוין אויך זאגן דעם יהי רצון פון די פיש
    Two for the price of one

    הכל הבל
    ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
    תגובות: 23875
    זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 30, 2022 5:01 pm

    אן אנאליסט פאר באנק אוו אמעריקא וועלכע האט באזוכט לאקאלן פון די בעד בעט און בעיאנד ריז באריכט אז די ריטעיל נעץ וועלכע גייט אריבער שווערע עקאנאמישע צייטן האט אונטערגענומען א רייע שריט צו שפארן געלט אריינגערעכנט שפארן געוויסע פון אירע געשעפטן פריער און פארלעשן די עיר קאנדישאן אין טייל געשעפטן

    א ווארטזאגער פאר די פירמע לייקנט אז עס זאל האבן געקומען אזא פארארדערענונג פון די פירערשאפט פאר די געשעפטן

    הכל הבל
    ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
    תגובות: 23875
    זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 4:38 pm

    א מאן וועלכע האט זיך איינגעהאנדלט א גרויסע ווייטבאורד האט זיך אפגערעדט אז אויסער וואס די טאוול איז געקומע מיט א גרויסע קריץ אינמיטן מוטשעט ער זיך ביים שרייבן דערויף אז אלעמאל קומט מיט אן ארומיגע שאטן ארום די בוכשטאבן אדער בילדער וועלכע ער פירקלט דערויף און די געשריבענע האלטן זיך קיינמאל נישט פאר לענגער ווי טאג און באזונדער אז ווען ער פארמעקט וואס ער האט געשריבן בלייבט איבער צייכנס פון זיינע ווערק און עס בלייבט שמוציג וואס מאכט עס אומנוצבאר

    צוליב וואס עס האט געדויערט עטליכע מאנאטן ביז ער האט עס באקומען האט ער באשלאסן נישט זיך צו פארען מיטן צוריקשיקן דעם טאוול נאר דערווייל האט ער עס גענוצט צו פלאצירן דערויף אלע זיינע מאגענטישע איבעקטן

    נאך לאנגע מאנאטן האט ער באשלאסן אז עס איז געקומען די צייט צו טוהן עפעס צו פאררעכטן דעם טאוול און איר צוריקשטעלן אין באנוץ און זיך איינגעהאנדלט א ספעציעלע כעמיקאל איר צורייניגן

    שטייענדיג מיטן שפריצער אין די האנט האט ער באמערקט אז ביים ווינקל פונעם טאוול איז אנגעקלעבט א שטיקל פלעסטיק

    ער האט עס געוואלט באזייטיגן און ביים שלעפן געכאפט אז ער שלעפט בלויז די אנהויב פון א ריזיגע פלאסטיק וואס האט צוגעדעקט די טאוול און אז די לעצטע 2 מיט א האלב יאר האט ער געשריבן אויף די באשיצונג פלאסטיק און נישט אויפן טאוול זעלבסט
    לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:52 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

    אוועטאר
    רעגענדיג
    שר האלפיים
    תגובות: 2509
    זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2022 9:15 pm

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך רעגענדיג » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 4:43 pm

    :lol: :lol: :lol:
    ניו יארקער אידנטום פאראייניגט אפצוראטעווען דעם עתיד פון אונזער ריינעם חינוך

    אונזער אויסוואל אין נאוועמבער איז קלאר: לי זעלדין פאר גאווערנאר

    שרייבט יעצט אונטער די פעטיציע צוריקצודרייען בעיל רעפארם

    אוועטאר
    How Is Your Day
    שר חמש מאות
    תגובות: 559
    זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2021 2:22 pm

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך How Is Your Day » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 5:04 pm

    שלא עשני גוי...

    אוועטאר
    פרינדזשעס..
    שר האלף
    תגובות: 1359
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
    לאקאציע: מונקאטש

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך פרינדזשעס.. » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 5:27 pm

    ייש"כ הבל פאר די אשכול,

    ביטע ברענג מער אפט די מאדנע נייעסלעך.
    גילוי דעת
    שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
    זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

    ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.

    אוועטאר
    פרינדזשעס..
    שר האלף
    תגובות: 1359
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
    לאקאציע: מונקאטש

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך פרינדזשעס.. » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2022 5:31 pm

    הכל הבל האט געשריבן:א עלטערע פארפאלק אין אינדיע האט זיך געלאזט קאסטן פון זייער סעיווינגס אז זייער זוהן זאל זיך טרענירן אין אמעריקע צו זיין א פילאט און דאן אים אהערגעשטעלט א גאר רייכע הייראט צערעמאניע אין טיילאנד און געקויפט א גאר לוקסוזיערע אויטאמאביל און א וואקאציע פאר אים אין די נייע שנור אין אויסלאנד

    זיי זאגן אז די אינוועסטירונג אין זייער זוהן איז געקומען מיט די האפענונג אז זיי וועלן זיי צושטעלן די נחת ווען אן אייניקל וועט געבוירן ווערן ביים יונגן פארפאלק אבער דערווייל זענען יארן פארלאפן און עס האט נישט פאסירט און די דער זוהן האט זיי קלאר געמאכט אז זיי זענען נישט נייגעריג צו ווערן עלטערן צו קינדער

    זעקס יאר איז פארביי און די עלטערן וועלכע קוקן אזוי ארויס צו ווערן זיידע באבע האבן באשלאסן אז גענוג איז גענוג און עס איז צייט צו נעמען שריט און אריינגעטראגן א ציווילע אנקלאגע אין געריכט

    אין די קלאגע פארלאנגען זיי פון די יונגע פארפאלק כעת חי' אויפצוקומען מיט א קינד ביז א יאר און אויב נישט זאלן זיי אזוי גוט זיין און צוריקצאהלן 650 טויזנט דאלער אנטשעדיגונג

    די קלאגע איז געווארן אריינגעטראגן אין א דיסטריקט געריכט אין די שטאט האדידוואר אין צפון אינדיע

    וואס איז למעשה געווארן פון די קעיס?
    גילוי דעת
    שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
    זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

    ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.

    הכל הבל
    ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
    תגובות: 23875
    זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:41 pm

    א ניו יארק באזירטע מאטראצן פירמע האט ארויסגעשטעלט אן אנאנס אז זיי זוכן פאר אויסנאמליך פראפעסיאנאלע שלאפער

    די אויסדערוועלעטע קאנדידאטן וועלן דארפן לופטערן אויף סאושעל מידיא זייער ערפארונג אלץ פראפעסיאנאלע שלאפער און זיי בעפארצוגן אזעלכע גלייכן שטארק צו שלאפן וואס מער מיט קוואליפיקאציעס דורכצושלאפן לאנגע שטונדן אן ווערן געשטערט פון גערודער

    קאנדידאטן וועלן ארויפשטעלן זייערע ווידעאס אויף סאושעל מידיא אקאונטס פון די פירמע און דארפן זיין אזעלכע וועלכע גלייכן צו דערציילן פאר אנדערע איבער זייער שלאפן האבי

    (די ווייסע הויז האט נישט קאמענטירט אויב איינע פון זייערע רעזידענטן האבן ארויסגעשיקט אן אפליקאציע)

    שמחת התורה
    שר העשר
    תגובות: 25
    זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 13, 2021 2:15 pm
    לאקאציע: אין ביהמ"ד

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך שמחת התורה » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:48 pm

    הכל הבל האט געשריבן:
    (די ווייסע הויז האט נישט קאמענטירט אויב איינע פון זייערע רעזידענטן האבן ארויסגעשיקט אן אפליקאציע)

    :grin: :grin: :grin:
    אין שמחה כשמחת התורה! טעמו וראו כי טוב.

    אוועטאר
    טוה א טובה
    שר האלפיים
    תגובות: 2368
    זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 08, 2022 2:47 pm

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך טוה א טובה » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:59 pm

    הכל הבל האט געשריבן:
    (די ווייסע הויז האט נישט קאמענטירט אויב איינע פון זייערע רעזידענטן האבן ארויסגעשיקט אן אפליקאציע)

    :lol: :lol:
    אמעריקע איז טיף אינדערערד.

    אוועטאר
    פרינדזשעס..
    שר האלף
    תגובות: 1359
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
    לאקאציע: מונקאטש

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך פרינדזשעס.. » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 2:59 pm

    טוה א טובה האט געשריבן:
    הכל הבל האט געשריבן:
    (די ווייסע הויז האט נישט קאמענטירט אויב איינע פון זייערע רעזידענטן האבן ארויסגעשיקט אן אפליקאציע)

    :lol: :lol:
    שמחת התורה האט געשריבן:
    הכל הבל האט געשריבן:
    (די ווייסע הויז האט נישט קאמענטירט אויב איינע פון זייערע רעזידענטן האבן ארויסגעשיקט אן אפליקאציע)

    :grin: :grin: :grin:
    גילוי דעת
    שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
    זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

    ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.

    הכל הבל
    ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
    תגובות: 23875
    זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 3:15 pm

    א מאן פון מאנטשעסטער נעמט אונטער א פראיעקט צו בויען א שיפל און זיך ארויסלאזן אויפן אטלאנטיק פאר א צוויי מאנאטן רייזע צו האבן א באגעגעניש מיט אילאן מאסק

    הכל הבל
    ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
    תגובות: 23875
    זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 3:17 pm

    באב סאלעם האט געבראכן א רעקארד ארויפצושטופן די שנעלסטע א ניסל ביז צו א שפיץ בארג נוצנדיג זיין נאז פאר דעם צוועק

    דער ניסל האט דערגרייכט דעם שפיץ פון א בארג אין קאלאראדא נאך זיבן טאג וואס איז מיט איין טאג ווייניגער ווי די פריערדיגע רעקארד פון אכט טאג

    סאלעם איז געווען אויסשטאפירט מיט ספעציעלע געצייג אויף זיין נאז צו פארזיכערן אז עס ווערט נישט געשעדיגט און אויפן וועג ארויף האט ער זיך ערנערט דורך א דיעטע פון ניס, קרעקערס, און אן אלטע קאנזערוו פון עסן וועלכע איז געווען אוועקגעלייגט פון 1964 למספרם ספעציעל צו קענען איבערלעבן אין נויטפעלער

    ווען סאלעם איז אנגעקומען צום שפיץ בארג האט אים שוין דארט אפגעווארט א פארשטייער פון די סיטי און באלוינט מיט א צירונג שאכטל וואו ער וועט קענען אוועקלייגן די היסטארישע ניסל

    הר ניסי

    אוועטאר
    פרינדזשעס..
    שר האלף
    תגובות: 1359
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
    לאקאציע: מונקאטש

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך פרינדזשעס.. » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 3:25 pm

    הכל הבל האט געשריבן:באב סאלעם האט געבראכן א רעקארד וכו'

    הר ניסי

    ייש"כ הבל פאר די אלע נייעסער,
    ובפרט פאר די זיסע אויספיר.
    גילוי דעת
    שלא יאמרו מדשתקי רבנן שמע מינה ניחא להו,
    זענען מיר מוחה אויף כבוד התורה!

    ולא חרבה ירושלים אלא שביזו בה תלמידי חכמים.

    אוועטאר
    צעטל קלעבער
    שר חמש מאות
    תגובות: 661
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 25, 2021 4:15 am

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך צעטל קלעבער » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 3:42 pm

    שמחת התורה האט געשריבן:
    הכל הבל האט געשריבן:
    (די ווייסע הויז האט נישט קאמענטירט אויב איינע פון זייערע רעזידענטן האבן ארויסגעשיקט אן אפליקאציע)

    :grin: :grin: :grin:

    ;l;p- ;l;p- ;l;p-
    :lol: :lol: :lol: :lol:

    אוועטאר
    יאנאש
    שר עשרת אלפים
    תגובות: 11071
    זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
    לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך יאנאש » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 4:14 pm

    פאני איט איז, די נייעס אבער נאך מער די צוקאשדיגע לשונות.

    אוועטאר
    אוראייניקל
    שר עשרת אלפים
    תגובות: 14157
    זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:05 am

    Re: נייעס מיט א שמייכל

    תגובהדורך אוראייניקל » דינסטאג אוגוסט 09, 2022 4:39 pm

    מאדנע..

    און איך האב אייביג געמיינט אז א ניסל גייט אויף אראפ..

    אל גינת אגוז ירדתי..

    עולם הפוך ראיתי.. עליונים למעלה ותחתונים למטה..

    צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

    ווער איז אונליין

    באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Ice, winner, בילדער, יחיד מומחה, נייע שטאט, קאפ און אקסל, שטענדיג צופרידען און 72 געסט