נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
ר' איד
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך ר' איד » מיטוואך ינואר 19, 2022 3:57 am


אוועטאר
ר' איד
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך ר' איד » מיטוואך ינואר 19, 2022 3:57 am

נעכטען איז אויפגעדעקט געווארען אז פאליציי נוצט NSO's Pegasus שפיאנאז' געצייג צו נאכקוקען פארדעכטיגטע פארשוינען אן קיין באשטעטיגונג פון געריכט.
ווייזט זיך אויס אז צווישען אנדערע וועם די פאליציי האט נאכגעקוקט זענען אויך געווען אומשילדיגע מענטשען, וואס פאליציי האט אונטגעהערט זייערע פאון קאלס און געליינט זייערע מעסעדז'עס.
בעיקר האט די פאליציי נאכגעפאלגט די הויפטן פון די די וואס האבען אנגעפירט די מחאה "הדגלים השחורים" אונדרויסען פון בלפור קעגן די דעמאלטדיגע פרעמיער ביבי נתניהו, און אזוי אויכעט האבען זיי געזוכט פראוו פאר שוחד ביי צוויי מעיאר'ס.
די מפכ"ל קובי שבתאי, האט נעכטן גענטפערט אז אלעס וואס זיי האבען געטוהן איז יא געווען מיט באשטעטיגונג פון געריכט, בעצם מיט דעם האט ער מאשר געווען אז זיי האבן טאקע געמאכט די מעשים, נאר ער טענה'ט אז ער האט א אישור.

אוועטאר
ר' איד
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך ר' איד » מיטוואך ינואר 19, 2022 4:01 am

די פרשה וואס האט זיך נעכטען אנגעהויבען, האט ווי פארשטענדליך באקומען תגובות פון אלע זייטען פון די פאליטשע פירער, ווי רעכטע מיט לינקע ביינאזאם האבן שווער פארדאמט די פרשה.
היינט גייט די וועדת חוץ ובטחון פונעם כנסת המינים זיך זעצן איבער די פרשה וואס קען שטארק זיין אז זיי וועלן מחליט זיין צו עפענען א אפציעלע "פארשינג קאמיסיע" (גוט געשריבען?) וואס זאל חוקר זיין די פרשה ווי עס דארף צו זיין

אוועטאר
ר' איד
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך ר' איד » מיטוואך ינואר 19, 2022 4:13 am

און אנדערע נייעס לגבי די פלי פאר'ן פריעדיגע פרעמיער נתניהו
נאך דעם וואס נעכטען איז געווארען גאר ערענסט און ס'האט אויסגעזען אז מ'גייט שוין אט אט חתמענען, נאכדעם וואס מאיז צוגעקומען צו די פשרה אז ביהמ"ש וועט מכריע זיין לגבי די 'קלון',
געבן היינט באריכטען איבער אז נאך א מיטינג מיט די פראסקעיוטער, האט מנדלבליט באקומען קאלטע פיס, און יעצט עקשנט ער זיך אז די קלון זאל זיין א חלק פונעם הסכם, וואס נתניהו וויל נישט מסכים זיין דערצו.
ווי עס קוקט אויס יעצט איז דא גאנץ שוועאכע צ'ענסעס פאר א פלי יעצט נאכדעם וואס יעדע עקשענט זיך אויף די נושא.

נאכאלס האבן די לויערס פון נתניהו יא געבעטן אז זיי ווילן נאכאמאל זיצען ממשיך זיין די הסכם, אבער מנדלבליט זאגט אז אויב זיי זאגן נישט פאראויב אז זיי זענען מסכים צו די תנאי פון קלון, איז נישט דא אויף וואס צו זיצען.

אוועטאר
זילבערווערק
שר האלפיים
תגובות: 2835
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך זילבערווערק » מיטוואך ינואר 19, 2022 5:15 am

איזראעלי פּאליציי האט שפּיאנירט

אין מדינת ישראל וואקסט דער פארלאנג אויסצופארשן די פּאליציי'ס באנוץ פון דעם "פּעגאסוס" שפּיאנאזש געצייג קעגן אייגענע בירגער, אן ערלויבעניש פון געריכט. דער אפיס פון רעגירונג קאנטראלער מתני' ענגלמאן קוקט אריין אין באריכטן איבער די פּאליציי'ס באנוץ פון דער טעכנאלאגיע אויף ציווילע בירגער. לויט קוואלן האט די פּאליציי איינגעפלאנצט אונטערהער אפּאראטן אין די טעלעפאנען פון די אנפירער פון די א.ג. "שווארצע פאן" פּראטעסטירער וואס האט אנגעפירט וועכנטליכע פּראטעסטן קעגן געוועזענעם פּרעמיער מיניסטער ביבי נתני' וואס האבן געפאדערט אז ער זאל רעזיגנירן.

קרעדיט: דער איד דעילי

אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך סאבאבא » מוצ"ש ינואר 22, 2022 2:25 pm

פאליציי האט פארמאכט די קעיס פון די אטאקע אויף ח"כ עידית סילמאן פון ימינה נאכן נישט טרעפן קיין ערנסטע באווייזן צום געשיכטע אוון דערנאך וואס סילמאן אליין האט נישט מיטגעארבעט מיט פאליציי.

די מאדנע פרשה האט זיך אנגעפאנגען מיט עטליכע וואכן צוריק ווען סילמאן וואס איז א מעמבער אין פארטיי פון דער פרעמיער בנט האט אין א אינטערוויו געטענה'ט אז א פערשוין האט איר אטאקירט פיזיש אין א פעטראל סטאנציע אין שטאט מודיעין, מיט דעם האט זי געוואלט באשולדיגען די רעכטע לאגער וואס איז קעגן די ממשלה אז זיי באנוצן זיך מיט אלימות קעגן די אומשולדיגע נעבעכדיגע חברי כנסת פון ימינה.

פארשטייט זיך אז ביז א עטליכע מינוט איז די שטיקל ארומגעפארן וויראל, און מ'האט זיך אנגעהובען ווינדערן אויפן קול פארוואס סילמן האט נאכנישט אריינגעגעבן קיין קלאגע צום קצין הכנסת וואס איז געשטעלעט אויף די זיכערהייט פון די חברי כנסת. עטליכע זריזים האבן עספיעט נאכצוקוקן אז אין מודיעין איז נישט פארהאן מער ווי 18 גאזאלין סטאציאנען און אלע זענען
ארומגענומען מיט זיכערהייט קעמערעס, טא זאל סילמן נאר זאגן ווען ס'איז געשען און מ'וועט כאפן דעם פאברעכער אין א מינוט.
פון דא און ווייטער האבן זיך זאכן אנגעהויבן צו מסתבך זיין און די גאנצע פרשה האט אנגעהובן גיין בארג אראפ, סילמן אליין האט זיך סותר געווען עטליכע מאל און מיסטעריעז נישט געוואלט ארויסגעבן די צייט ווען די עפיזאד האט פאסירט טראץ די אלע בקשות פון גוטהארציגע מענטשן וואס זענען אויפגעשוידערט געווארן פון די שרעקליכע פאסירונג און האבן איר געוואלט העלפן.
דער עפעיזאד האט שטארק אויפגעהייטערט די געמיטער און ס'איז ענטשטאנען א גאנצע זשאנער פון דזשאוקס איבער דעם געהיימן 'אטאקירער' פון סילמאן, סילמאנ'ן האט נישט געהאט קיין ברירה און כדי צו ראטעווען די לעצט פארבליבענע כבוד האט זי געמוזט אריינגעבן א דלאגע אין פאליציי וואס האט נאך עטליכע וואכן מודיע געווען אז זיי פארמאכן דעם תיק.

און וואס וועט זיין מיטן בייזווייליגער אטאקירער? ער וועט ווייטער ארומדרייען זיך פראנק און פריי און ערשיינען ביי אומצאליגע דזשאוקס וואס וועלן מהנה זיין דעם עולם נאך א לענגערע תקופה..
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך sababaivelt@gmail.com

אוועטאר
ר' איד
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך ר' איד » זונטאג ינואר 23, 2022 1:54 am

פאריגע וואך האט מדנ"י סוף סוף געחתמ'ט אויף א קאנטארקט מיט א דייטשע פירמע צו קויפן דריי סאבמערינס ביי די סכום פון בערך דריי ביליאן יורו,

די משא ומתן אויף דעם גייט שוין אן היבש אפאר יאר, און ס'האט זיך אפגעשטעלט פאר א וויילע נאכדעם וואס פאליציי האט אנגעהויבען חוקר זיין בשעתו אויף מעגליכע קאראפציע צווישען די וואס האט רעפרעזנטיט די דייטשע פירמע און צווישען די וואס האט פרעזענטירט די מדינה, וואס ביידע זענען געווען מקורבים ביי די דעמאלטיגע פרעמיער נתניהו, וואס האט זיך שפעטער אויסגעלאזט אלס פרשת 3000, און און די טעג איז עס ווידער און די העדליינס.

למעשה נאך דעם וואס די דייטשע פירמע האט מסכים געווען זיך צוריק זעצן צום טיש איז די פרייז געשפרינגען מיט דאפעלט, און יענע וואך האט מען געחתמ'ט אויפ'ן קאנטראקט סופי אויף צו עס קויפען, פאר ארום די דריי ביליאן יורו.

אוועטאר
ר' איד
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך ר' איד » זונטאג ינואר 23, 2022 2:17 am

אריה דרעי יו"ר פון די ש"ס פארטיי גייט זיך היינט אפזאגען פון כנסת, לפי די הסכם וואס ער האט ג'חתמ'ט מיט די אטארני דשענעראל מנדלבליט,
מארגען גייט זיין א דיון און בית משפט, ווי די הסכם גייט ווערן פארגעלייגט, און ס'איז ערווארטעט אז בימ"ש וועט עס מאשר זיין.

לפי די הסכם דארף ער זיך יעצט אפזאגען אבער ביי די קומעדיגע בחירות וועט ער קענען נאכאמאל לויפן געהעריג.

אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4480
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך יקוש פייוויש » זונטאג ינואר 23, 2022 2:19 am

סאו די מדינה אליינס האט דערלייגט ס׳מערסטע פון די גאנצע אויספארשונג..
ווען איך זאג עס איז א פראבלעם.. אבער יקוש פייוויש.. ער מעג..

Those who would give up essential Liberty, to purchase a little temporary Safety, deserve neither Liberty nor Safety."
Benjamin Franklin

שנעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך שנעלער » זונטאג ינואר 23, 2022 2:23 am

יקוש פייוויש האט געשריבן:סאו די מדינה אליינס האט דערלייגט ס׳מערסטע פון די גאנצע אויספארשונג..

זיי זענען ארויס מיט שרעקליכע בזיונות, ווייל דעם פלי דיעל איז אנשטאנען נאך וואס סאיז ארויס גערינען א ריקארדינג ווי מנדילבליט זאגט אז סאיז נישטא אין דעם קעיס אפילו קיין 'עכברון' [גראדע ווייס איך נישט די טייטש דערפון]

אוועטאר
יקוש פייוויש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4480
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 16, 2021 12:34 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך יקוש פייוויש » זונטאג ינואר 23, 2022 2:26 am

שנעלער האט געשריבן:
יקוש פייוויש האט געשריבן:סאו די מדינה אליינס האט דערלייגט ס׳מערסטע פון די גאנצע אויספארשונג..

זיי זענען ארויס מיט שרעקליכע בזיונות, ווייל דעם פלי דיעל איז אנשטאנען נאך וואס סאיז ארויס גערינען א ריקארדינג ווי מנדילבליט זאגט אז סאיז נישטא אין דעם קעיס אפילו קיין 'עכברון' [גראדע ווייס איך נישט די טייטש דערפון]

מיין תגובה איז ארויף אויף די סובמארינען דיעל, אז די פרייז איז יעצט דאפלט ווי ווען מ׳האט עס אפגעשטעלט צוליב אויספארשונגען
ווען איך זאג עס איז א פראבלעם.. אבער יקוש פייוויש.. ער מעג..

Those who would give up essential Liberty, to purchase a little temporary Safety, deserve neither Liberty nor Safety."
Benjamin Franklin

שנעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך שנעלער » זונטאג ינואר 23, 2022 2:29 am

יקוש פייוויש האט געשריבן:
שנעלער האט געשריבן:
יקוש פייוויש האט געשריבן:סאו די מדינה אליינס האט דערלייגט ס׳מערסטע פון די גאנצע אויספארשונג..

זיי זענען ארויס מיט שרעקליכע בזיונות, ווייל דעם פלי דיעל איז אנשטאנען נאך וואס סאיז ארויס גערינען א ריקארדינג ווי מנדילבליט זאגט אז סאיז נישטא אין דעם קעיס אפילו קיין 'עכברון' [גראדע ווייס איך נישט די טייטש דערפון]

מיין תגובה איז ארויף אויף די סובמארינען דיעל, אז די פרייז איז יעצט דאפלט ווי ווען מ׳האט עס אפגעשטעלט צוליב אויספארשונגען

כאפ איך סתם אזוי נישט פארוואס ביי דעם פאריגן פרעמיער איז עס געוועהן א פאברעך און יעצט איז עס מותר לכתחילה, [נישט אז אין די פארדרייטע מדינה איז עס בכלל א קשיא]

אוועטאר
ר' איד
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך ר' איד » זונטאג ינואר 23, 2022 2:58 am

יקוש פייוויש האט געשריבן:סאו די מדינה אליינס האט דערלייגט ס׳מערסטע פון די גאנצע אויספארשונג..

ביג טיים,
און דאס איז און די זעלבע טעג וואס די וואס חתמנ'ן יעצט אויפן הסכם גייען שפעטער און זענען דן אויף עפענען א "וועדת חקירה ממלכתית" אויף ווי אזוי די פריעדיגע ממשלה האט באהאנדלט די דיעל. בשעת וואס זיי מאכן יעצט די זעלבע דיעל נאר מיט איינס א האלב ביליאן מער.
ס'בכלל נישט קיין סתירה עז לאנג אז די ביסט אויף די רייט סייד.

שנעלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 06, 2021 10:05 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך שנעלער » זונטאג ינואר 23, 2022 3:03 am

עפעס איז געוועהן אין די נייעס אז מגייט אנאלירן די תו ירוק פאר די וואקסענירטע, מיינט דאס אז מגייט קענען אריין פארן קיין א"י אן א וואקסין?

אוועטאר
וואס עפעס?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3268
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג ינואר 23, 2022 6:30 am

פארווואס א נייע אשכול ?

אוועטאר
ר' איד
שר חמש מאות
תגובות: 933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך ר' איד » זונטאג ינואר 23, 2022 7:45 am

צו געדענקען ווי מ'איז, און זיך האלטען און די ראמען.

אוועטאר
נאר מיט שמחה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7522
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך נאר מיט שמחה » זונטאג ינואר 23, 2022 9:38 am

שנעלער האט געשריבן:עפעס איז געוועהן אין די נייעס אז מגייט אנאלירן די תו ירוק פאר די וואקסענירטע, מיינט דאס אז מגייט קענען אריין פארן קיין א"י אן א וואקסין?

וואסי דאס 'תו ירוק'?

#גרינע נאוט!
דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!דיסקלעימער: נמ"ש מיט א נו"ן, נישט מיט א למ"ד!!

אוועטאר
שבח ארואל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 26, 2021 12:06 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך שבח ארואל » זונטאג ינואר 23, 2022 1:33 pm

נאר מיט שמחה האט געשריבן:וואסי דאס 'תו ירוק'?

#גרינע נאוט!

:lol:

זיראנץ
קען זיין עס קומט א פיינע אדר אוועטאר, סטעי טונד...

אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך אחשוורוש דער דריטער » זונטאג ינואר 23, 2022 1:47 pm


א דאנק פארן מחדש זיין דעם אשכול
לאמיר האפן אז די עולם וועט זיך האלטן אין די ראמען.
ווען איר ציטירט לענגערע תגובות ביטע באנוצט אייך מיט א ספוילער
► הצג ספוילר

אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1729
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך אחשוורוש דער דריטער » זונטאג ינואר 23, 2022 1:50 pm

די אטארני דזשענעראל אביחי מנדלבליט האט געלאזט וויסן אז די וואך וועט ער באשליסן וועגן די פרשת אהוביה סנדק ע''ה
ווען איר ציטירט לענגערע תגובות ביטע באנוצט אייך מיט א ספוילער
► הצג ספוילר

אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך סאבאבא » זונטאג ינואר 23, 2022 3:52 pm

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:די אטארני דזשענעראל אביחי מנדלבליט האט געלאזט וויסן אז די וואך וועט ער באשליסן וועגן די פרשת אהוביה סנדק ע''ה

ס'שיינט אז די קעיס גייט זיך פארמאכען און קיין שום שריט גייט נישט גענומען ווערן קעגן די פאליציאנטען (ביטע פראבירן אויסצוזען סופרייזט)
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך sababaivelt@gmail.com

אוועטאר
שבח ארואל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3351
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 26, 2021 12:06 pm

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך שבח ארואל » זונטאג ינואר 23, 2022 3:55 pm

סאבאבא האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:די אטארני דזשענעראל אביחי מנדלבליט האט געלאזט וויסן אז די וואך וועט ער באשליסן וועגן די פרשת אהוביה סנדק ע''ה

ס'שיינט אז די קעיס גייט זיך פארמאכען און קיין שום שריט גייט נישט גענומען ווערן קעגן די פאליציאנטען (ביטע פראבירן אויסצוזען סופרייזט)

מען רעדט דא פון די מתנחל וואס איז אנטלאפן פון די פאליציי מיט א קאר?
קען זיין עס קומט א פיינע אדר אוועטאר, סטעי טונד...

אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך סאבאבא » זונטאג ינואר 23, 2022 3:55 pm

שבח ארואל האט געשריבן:
סאבאבא האט געשריבן:
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:די אטארני דזשענעראל אביחי מנדלבליט האט געלאזט וויסן אז די וואך וועט ער באשליסן וועגן די פרשת אהוביה סנדק ע''ה

ס'שיינט אז די קעיס גייט זיך פארמאכען און קיין שום שריט גייט נישט גענומען ווערן קעגן די פאליציאנטען (ביטע פראבירן אויסצוזען סופרייזט)

מען רעדט דא פון די מתנחל וואס איז אנטלאפן פון די פאליציי מיט א קאר?

יא
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך sababaivelt@gmail.com

אוועטאר
סאבאבא
שר האלפיים
תגובות: 2490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2021 8:35 am
לאקאציע: וואנזיניגאציע

Re: פארטריקענטע נייעס און קרישקעלעך פון מדנ"י

תגובהדורך סאבאבא » זונטאג ינואר 23, 2022 4:22 pm

הויפט פון די ש"ס פארטיי אריה דרעי האט היינט זיך אפגעזאגט פון כנסת און ראם פון א דיעל צווישן אים און די אטארני דזשענעראל וואס וועט די וואך קומען אין געריכט. דרעי וועט ווייטער דינען אלץ יו"ר ש"ס און וועט קענען ווידער לויפן צום 25'טע כנסת.
דאס איז א שטארקע קלאפ פאר די אפאזיציע וואס דרעי איז געווען פון די שטערקסטע פירער אירע און האט מצליח געווען צו מחבר זיין אלע אירע עקן און נאכאנאנד דערלאנגען מיאוסע קלעפ פאר די קאאליציע.
.i'm not normal. i'm me

מיין טיר איז אפן פאר אייך sababaivelt@gmail.com

דיסענטיס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 287
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2021 8:09 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך דיסענטיס » מאנטאג ינואר 24, 2022 12:59 pm

נתניהו האט פריער געמאלדן אין א דראמאטישער קליפ אז ער רישט זיך ווייטער צו פירן די ליכוד און די רעכטע לאגער מיטן פלאן צוריקצוקומען צום פירערשאפט פון לאנד .
ווי אויך האט ער קאטאגאריש געלייקנט צו האבן איינגעגאנגען אויף קלון אין די ראמען פונעם עסקת טיעון, און האט געגעבן אנצוהערן אז דער פלי בארגען איז אראפ פון טיש.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: a yiddish hartz, rogers, איש אורג, אכט, בינוני, ברוכאוויטש, גראסערי מאן, הלל, חיים ברוך, טשיינע רב, מאירים, מילא, ס'גוט און 122 געסט