נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

נייעס און באריכטן

די אחראים: יאנאש, אחראי, געלעגער

אוועטאר
זילבערווערק
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך זילבערווערק » מאנטאג מאי 09, 2022 6:02 am

ר' איד האט געשריבן:כ'קען נישט כאפן ווי זיין שכל איז געווען.
וואס האט עס עם אויסגעפעלט?

פאר ווער ס'געדענקט נישט...
די בג"ץ האט אים גע'פסל'ט פון לויפן פארן מעיאר בענקל אין אלעד...
ס'האט קנאפ מיט אידישקייט אנגעלעגנהייטן.

אוועטאר
זילבערווערק
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך זילבערווערק » מאנטאג מאי 09, 2022 6:06 am

זילבערווערק האט געשריבן:
ר' איד האט געשריבן:כ'קען נישט כאפן ווי זיין שכל איז געווען.
וואס האט עס עם אויסגעפעלט?

פאר ווער ס'געדענקט נישט...
די בג"ץ האט אים גע'פסל'ט פון לויפן פארן מעיאר בענקל אין אלעד...
ס'האט קנאפ מיט אידישקייט אנגעלעגנהייטן.

01.jpg
01.jpg (61.58 KiB) געזעהן 1353 מאל

אוועטאר
ר' איד
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך ר' איד » מאנטאג מאי 09, 2022 7:55 am

זילבערווערק האט געשריבן:
ר' איד האט געשריבן:כ'קען נישט כאפן ווי זיין שכל איז געווען.
וואס האט עס עם אויסגעפעלט?

פאר ווער ס'געדענקט נישט...
די בג"ץ האט אים גע'פסל'ט פון לויפן פארן מעיאר בענקל אין אלעד...
ס'האט קנאפ מיט אידישקייט אנגעלעגנהייטן.

האסט מיך אבער נישט גענטפערט,
פונקטלך וואס ער האלט אויף בג"ץ איז מיר נישט קיין חידוש ווייל יעדע חרידשע איד האלט פונקט ווי עם.
אבער פארוואס אזא שארפע סטעיטמענט,
וואס פארא קולות וואלט געגאנגען ובצדק, ווען איינער זאל זיך אנריפען אז ער וויל צופלאצען די בנין פון הרבנות הראשית.

מ'רעדט נישט אזוי, ער ווייס נישט אז ער איז א איש ציבור וואס איז מייצג די חרידישע ציבור און מדנ"י (כ'רעד נישט פון די ארצישראלדיגע אייוועלט ליינער), און ברויך אכטונג געבן רעדן ווי א מענטש.

ס'לייגט גארנישט צו פאר די רעקארד פון די פרומע אז אונז (זיי) האמיר א ח"כ מיט אזא סטעיטמענט אויף זיין רעקארד.

אוועטאר
זילבערווערק
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך זילבערווערק » מאנטאג מאי 09, 2022 9:30 am

ר' איד האט געשריבן:

איך האב דיר געענטפערט, די בג"ץ האט אים פערזענליך געטשעפעט, און דערפאר ווייסט ער נישט פון קיין גרעניצן...

אגב, בכלל וואלט די מצב פון חרדי'שע אידן אין ארץ ישראל געווען פיל בעסער אן קיין רעליגיעזע חברי כנסת המינים

אוועטאר
זילבערווערק
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך זילבערווערק » מאנטאג מאי 09, 2022 9:31 am

און וואס נאך?
ציוניסטישער אויסערן מיניסטער און ראש ממשלה חליפי יאיר לפיד, איז היינט געקומען "באשיינען" א מסיבת יום הולדת פאר משה גפני פארזיצער פון "דגל התורה" פארטיי, צום זיין זיבעציגסטע געבורטס'טאג

אוועטאר
ר' איד
שר חמש מאות
תגובות: 929
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך ר' איד » מאנטאג מאי 09, 2022 9:45 am

זילבערווערק האט געשריבן:
אגב, בכלל וואלט די מצב פון חרדי'שע אידן אין ארץ ישראל געווען פיל בעסער אן קיין רעליגיעזע חברי כנסת המינים

#טריקענע נייעס אלערט

אוועטאר
זילבערווערק
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך זילבערווערק » מאנטאג מאי 09, 2022 9:52 am

ענדליך:
א יאר נאך די שרעקליכע מירון טראגעדיע וואס האט געקאסט דאס לעבן פון 45 נשמות, האט די 'ועדת הכספים' פון כנסת המינים אנגעפירט דורך אלכס קושניר (פון ליבערמאנ'ס "ישראל ביתינו" פארטיי), היינט באשטיטיגט פארגיטונגס געלטער פאר די פאמיליעס פון די אומגעקומענע.
א האלב מיליאן ש"ח פאר יעדער קרבן
די געלט וועט פארטיילט ווערן פאר עלטערן/פרויען פון די קרבנות
טאמער וועט אין דער צוקונפט זיין א משפט וואס די רעגירונג וועט דארפן באצאלן גרעסערע געלטער, וועט די יעצטיגע געלט ווערן אראפגערעכנט פון יענע סומע.

אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך אחשוורוש דער דריטער » מאנטאג מאי 09, 2022 4:36 pm

פינדרוס האט זיך שפעטער פארענטפערט לייוו אויף די ערוץ 12 אז ער האט טאקע נישט ריכטיג געזאגט נאר האט געדארפט זאגן אז זיין חלום איז צו אריין ווארפן די בג''ץ מיט א ''מריצה'' אריין אין מיסט
ווען איר ציטירט לענגערע תגובות ביטע באנוצט אייך מיט א ספוילער
► הצג ספוילר

אוועטאר
דרייטצעך
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע: וואו דרייטצעך א איד?

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך דרייטצעך » מאנטאג מאי 09, 2022 5:49 pm

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן:פינדרוס האט זיך שפעטער פארענטפערט לייוו אויף די ערוץ 12 אז ער האט טאקע נישט ריכטיג געזאגט נאר האט געדארפט זאגן אז זיין חלום איז צו אריין ווארפן די בג''ץ מיט א ''מריצה'' אריין אין מיסט

;l;p- ;l;p- ;l;p-
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען, און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!

אוועטאר
זילבערווערק
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך זילבערווערק » דינסטאג מאי 10, 2022 6:49 pm

פירוד לרשעים
אין די קומענדיגע וואכן וועלן די ציוניסטן חאגען זייער יום ירושלים, און אפצייכענען 55 יאר זינט די מלחמת ששת ימי אפילה ווען זיי האבן איינגענומען אלט שטאט ירושלים.
יאר יערליך ווערט דער טאג געפייערט מיט א רייצערישע מארש מיט פענער אין די שער שכם, און אויך א צערעמאניע אין 'מרכז הרב' וואו דער פרעמיער מיניסטער ווערט געלאדנט.
אין ליכט פון די "אהבה ואחוה" וואס הערשט צווישן די מזרחיסטן און זייער פרעמיער בענעט, איז היינט באריכטעט געווארן, אז היי יאר, ווען זיי האבן שוין ענדליך דער ערשטער פרעמיער פון זייערע קרייזן מיט א קאפל אויפן קאפ, וועט בענעט צום צווייטן יאר נאכאנאנד נישט געלאדנט ווערן צום צערעמאניע...
מיר האפן אז די מדינה וועטשוין בטל ווערן ביז דאן, אז נישט וועלן מיר זיך שטארקן בחשכת הגלות מיטן פירוד לרשעים

אוועטאר
זילבערווערק
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך זילבערווערק » מיטוואך מאי 11, 2022 5:14 am

אזוי?!
חבר כנסת המינים מיקי זוהר פון די הליכוד פארטיי האט געלאזט הערן: "ווען אונזערע זיידעס און באבעס האבן גע'חלומ'ט פון ארויפגיין קיין ארץ ישראל, איז זיי נישט בייגעפאלן אז די איסלאמישע פארטיי (רע"ם) וועט אמאל באשליסן דער ראלע פון די רעגירונג".

#מיקי, דיינע זיידעס אין מאראקא או טוניסיע, האבן אויך נישט געקלערט אז מ'קען זיין א איד אָן היטן שבת...

אוועטאר
זילבערווערק
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך זילבערווערק » מיטוואך מאי 11, 2022 10:00 am

דער צעיושטער חבר כנסת המינים איתמר בן גביר האט זיך אריינגעריסן צו א פרעסע קאנפרענץ פון דער אראבישער חבר כנסת המינים מנסור עבאס, און אים געשריגן 'מחבל'.
ס'איז 'כמעט' געגאנגען קלעפ דארט...

לתפארת די ציוניסטישע פארלעמענט

אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע: שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך אחשוורוש דער דריטער » מיטוואך מאי 11, 2022 11:57 am

זילבערווערק האט געשריבן:אזוי?!
חבר כנסת המינים מיקי זוהר פון די הליכוד פארטיי האט געלאזט הערן: "ווען אונזערע זיידעס און באבעס האבן גע'חלומ'ט פון ארויפגיין קיין ארץ ישראל, איז זיי נישט בייגעפאלן אז די איסלאמישע פארטיי (רע"ם) וועט אמאל באשליסן דער ראלע פון די רעגירונג".

#מיקי, דיינע זיידעס אין מאראקא או טוניסיע, האבן אויך נישט געקלערט אז מ'קען זיין א איד אָן היטן שבת...

;l;p-
ווען איר ציטירט לענגערע תגובות ביטע באנוצט אייך מיט א ספוילער
► הצג ספוילר

אוועטאר
יוסף פריעדמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5809
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 4:31 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך יוסף פריעדמאן » מיטוואך מאי 11, 2022 12:10 pm

זילבערווערק האט געשריבן:דער צעיושטער חבר כנסת המינים איתמר בן גביר האט זיך אריינגעריסן צו א פרעסע קאנפרענץ פון דער אראבישער חבר כנסת המינים מנסור עבאס, און אים געשריגן 'מחבל'.
ס'איז 'כמעט' געגאנגען קלעפ דארט...

לתפארת די ציוניסטישע פארלעמענט

ווען א פרענק טרעפט זיך מיט א ערבוטשי...
בעסטע בחור האט געשריבן:"ונאכלין בכל אייר"

אוועטאר
זילבערווערק
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: נייעס און קרישקעלעך פון מדינת ישראל

תגובהדורך זילבערווערק » פרייטאג מאי 13, 2022 1:40 am

האט איר געהערט אז די רוסן האבן דעם 9'טן אין מאי, נישט אפגעראכטן די פאראדע מיט די פליגער'ס "צוליב די וועטער"...
ליינט אצינד אן אינטערעסאנטע צושטעל:
אין ארץ ישראל טוט זיך לעצטנס איבער משונה'דיגע קולות וואס קומען צומאל אין רעזולטאט פון מיליטערישע פליגערס וואס פליען אויף א הויכער ספיד שנעלער ווי דער קול.
ווען די זאכן האבן פאסירט אין די דרום זייט פון מדינת ישראל האט קיינער געשמוסעט דערפון, לעצטנס האט מען דאס געהערט עטליכע מאל אין תל אביב, און די מידיא איז ארויסגעקומען פארהאלטן די מיליטער, היתכן זיי דערשרעקן א גאנצע שטאט מיט טויבנדע קולות.
די וואך איז געווען אזא אינצידענט, די מידיא האט געהאט טענות, און וואס דער האט ווארטזאגער פון די ציוניסטישע מיליטער געמאלדן? ליינט און שטוינט:
"די פילאטן האבן געטון אלס לויטן סיסטעם, זיי זענען נישט שולדיג אין די הויכע גערויש, ס'האט געהאט מיט די וועטער..."

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”