טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג מארטש 04, 2019 11:57 am

סארא אויסברוך פונעם ראשעקאאל!

;l;p-
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג מארטש 04, 2019 12:02 pm

האלט דיך רואיג - בערל...

לחיים טובים ולשלום!

א מין רייכע שפראך!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג מארטש 10, 2019 8:54 pm

ארום 10 מאכטפולע טארנעידאוס האבן דורכגעריסן געגנטער אין ארקענסעס און אין לואיזיאנא, אראפרייסנדיג דעכער און פאראורזאכן קורצשלוס'ן אין עטליכע געגנטער.

א קליפ דערפון, (טענקס קול העולם סטעטוס)
כדי נישט צו אנלייגן מיין דראפבאקס גיי איך אויסמעקן די קליפ אין א וואך ארום בעז"ה
דראפבאקס
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג מארטש 10, 2019 9:09 pm

א מעכטיגע אויפרייס האט היינט געטרייסעלט שטאקהאלם - די הויפט שטאט פון שוועדן - ווען א באס פונעם ארטיגן מאסן טראנזיט האט אויפגעריסן מיט א מעכטיגן בום, פאראורזארכנדיג א העלישער פייער.

פאסירט האט עס קורצליך ביפאר פארמיטאג, ווען דער באס האט אריינפארענדיג אין א ארטיגען טאנעל אריינגעקראצט אינעם צעמענטערנעם שטאנג העכער׳ן אריינגאנג, וואס האט אריינגעשניטן אין א גאז טאנק אויפן דאך פונעם באס.

די פאליציי האבן באלד ביים אנקומען אויפן צענע באשטעטיגט אז ס׳האנדלט זיך נישט פון קיין טעראר אקט, צום מזל איז דער באס - וואס איז געווען אויפן וועג צום סטאנציע - געווען ליידיג פון פאסאדזשירן, קיינער איז נישט פארוואנדערט געווארן אינעם אינצידענט, אחוץ דער באס דרייווער זעלבס וואס איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט ערענסטע ברען וואונדן.

קליפיטש;

דראפבאקסגוגל דרייוו
צוגעלייגטע
1EACDC85-6CB4-46EF-9DE2-F07C6C451AF2.jpeg
דער באס איינגעהילט אין העלישע פלאמען.
1EACDC85-6CB4-46EF-9DE2-F07C6C451AF2.jpeg (99.64 KiB) געזעהן 3795 מאל
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מיטוואך מארטש 20, 2019 12:55 am

איז Alan Krueger's דער לעצטער קרבן פון די קלינטאן-פריינד-זעלבסטמארד-גרופע?! אדער די ערשטער קרבן פון אבאמא'ס גרופע?!

נישטא (דערווייל) קיין זאכליכע סיבה פאר זיין באגיין סוסייד, א געלונגער מענטש מיט א גיטע רעזעמי, ער האט געארבייט פאר קלינטן און אבאמא און אויפגעטיען א געוואלד, א גיטע רעפעטאציע, זיין טויט איז א מיסטעריע.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 2:58 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב שוין געווען באריכטעט דא אויפן וועלטעל. אלענפאלס דאס איז די נייעס אין קורצן:

דער רייכסטער מענטש און די וועלט-זשעף בעזאוס- קען מעגליך דערלייגן האלב פון זיין רייכטום!

---
ומעשה שהיה קראך היה, בעפאר בעזאס האט געעפענט עמעזאון האט ער געארבעט אינאיינעם מיט זיין רעביצן ביי א ניו יארקער וואל סטריט פירמע, ויהי היום, איין טאג האבן זיי ביידע באשלאסן אריבערצומפן קיין סיאטעל וואשינגטאן און דארט עפענען א אייגענע ביזנעס, געטראכט און געטון... די פארל האט אריבערגעדרייווט די ברייט פון עמעריקע, פון ניו יארק ביז וואשינגטאן סטעיט. ארויסגעדינגען א בעיסמענט אין סיאטעל , איינגעקויפט עטליכע קאמפיוטערס, סערווערס, מיט א הינטל.

די פארל מיט נאך איין מענטש -א סאפטוועיר פראגראמער- האבן געמאכט די עמעזאון וועבסייט, גערופן בוק סופליי קאמפאניס, און אפילו געפאקט די בוכער און די שאכטלעך, און אפגעטראגן צום פאסט אפיס. און די פרייע צייט האבן זיי אלעמאל פארברענגט מיטן הינטל.

לימים האט בעזאוס איינגעזען אז די קאמפיוטערס דינען נישט די געברויך פון די ווארק לאוד. נו, וואס האט ער געטון? ער האט עס פשוט איינגעטוישט!
אביסל שפעטער האט בעזאוס איינגעזען אז די סערווערס קומט נישט נאך די פארלאנג וואס אזא מעכטיגע וועבסייט ברויך צו האבן, נו, וואס האט ער געטון? ער האט עס פשוט איינגעטוישט!
ויהי אחר הימים האלה און דער ביזנעס איז געוואקסן, בעזאוס האט אויפגענומען נייע פראפעסיאנאלע ארבעטערס פאר עמעזאון, און די חברה האבן אים אויפגעקלערט אז דער ערשטער ארבעטער איז טאקע גוט געווען צו פירן א קליינער קאמפאני, אבער ער איז נישט פאסיג אנציפירן אזא גרויסע אפאראט ווי עמעזאון איז געווען אין דריטן יאר פון איר עקזיסטענץ.
בעזאוס האט איינגעזען אז זיי זענען גערעכט,נו, וואס מיינט איר האט בעזאוס דאסמאל געטון? הער: ער האט עס פשוט איינגעטוישט!

אצינד איז נאך געבליבן דער הינטל די איינציגסטע אקטיווע מיטגליד מיטגליד -אויסער די בעזאוס פעמילי שטייצעך- וואס האט נאך געדענקט די ערשטע טאג פון עמעזאון.

אבער א הינט איז דאך נאר א הינט און סוף כל סוף איז דאס אויך אלט און קראנק געווארן, נו, אינז ווייס מיר דאך שוין וואס דער קלוגער בעזאוס טוט אין אזא פאל, ריכטיג? וואס האט ער געטון? יא, איר האט גוט צוגעטראפן! ער האט עס פשוט איינגעטוישט!

יעצט איז שוין נישט געבליבן נישט קיין סערווערס, נישט קיין קאמפיוטערס, נישט קיין ערשטע ארבעטערס און אפילו נישט קיין הינטל וואס האט מיטגעלעבט די דראמיטישע אנטוויקלונג פון עמעזאונ'ס ערשטע טאג ביז היינט, אצינד איז נאר געבליבן די בעזאוס פעמילי אליינס.

אבער א גוי איז דאך נאר א גוי, און זשעף האט איינגעזען אז זיין רעביצין דינט שוין אויך מער נישט זיינע געברויכן, נו אינז ווייס מיר דאך שוין וואס דער קאפשטיק בעזאוס טוט אין אזא פאל, ריכטיג? וואס האט ער געטון? יא יא, דו ווייסט גוט, ביסט ממש מכוון לדעתו ! ער האט איר פשוט איינגעטוישט!
--

אצינד שפעקאלירט מען אויף די מעגליכקייט אז מיסיס בעזאוס וועט נעמען האלב פון אלע מיסטער בעזאוס'ס עמעזאון סטאקס, דאס וואלט געמאכט מיסיס בעזאוס פאר די וועלטס רייכסטע פרוי, און ביל געיטס אלץ די וועלטס רייכסטע מענטש.
--
קליפס לאז איך פאר טשאדעלע (פונעם הינטל, פרויען טאר מען דאך נישט)

למעשה האבן זיי זיך פארשטענדיגט ביים בי״ד, מיסיס עמעזאן וועט באקומען א גט און גובה זיין מכתובתה 25% פון די עמעזאן שעירס, דאס קומט אויס [לויט די יעצטיגע ווערד] ארום 38 מעלאונעס מיט א פארשטאפטע נאז..

אין אנדערע וועטער מיינט דאס אז דזשעף גייט פאלן פון די ליסטע רייכסטע מענטשן פון דער וועלט אראפ ביז אינטער ביל געיטס. חבל חבל..

א מאסיווע בליץ קאמפיין ווערט אצינד ארגענעזירט צו העלפן דזשעף׳ן זיך שטעלן אויף די פיס, עסקנים וועלן ארומגיין אגאנצע וואך און מ׳בעט דעם עולם זיך ווארעם אנצורופן.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 3:02 pm

מיט מצי'נג ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5018
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 11:27 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:

מיט אזא גרויסע חלק שעירס וועט דזשעף׳ן נאך האבן אסאאך צרות פון איר...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אפריל 05, 2019 12:31 am

זיי זאגן אז זיי בלייבן פריינט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג אפריל 07, 2019 12:32 am

פארגאנגענעם דאנערשטאג האט א העליקאפטער געמאכט א עמערדזשענסי קראך לאנדונג אויף א פארנומענע גאס אין טעמפאו פלארידא.

איין מאן איז אומגעקומען אונעם אינצעדענט נאכדעם וואס דער טעיל פראפעלער האט אדורכגעשניטן די פענסטער פון זיין פיקאפ טרעקל און אים געשאכטן. ביידע מענטשן אויפן העליקאפטער זענען ארויס אהן קיין וואנדן.

דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3083
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג אפריל 07, 2019 3:37 am

צל עובר האט געשריבן:זיי זאגן אז זיי בלייבן פריינט.

ער בלייבט מיט די וואוטינג פאוער אויף אירע שעירס.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג אפריל 29, 2019 10:24 pm

מען האט ארעסטירט א מאן אין קאליפארניע און אים געסטאפט פון דורך פירן א געפלאנטע טעראריסטישע אטאקע אויף א ווייסע מארש.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
וואס טוט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 01, 2019 11:14 pm

און, ווער געדענקט די מעשה דריי חדשים צוריק מיטן יונגעטליכע און די נעיטיוו אמעריקאן אין פארנט פון א מוזעם, די יונגעטליכע האט געסאוט נ.ב.ס. פאר 275,000,000$, פארן פארשפרייטן פאלשע נייעס דעמאָלטס, און ער מישט אריין פאלאטיקס ווען זיין לויער שרייבט "די אנטי טראמפ נערטיוו נ.ב.ס..
....
כאפ איך נישט, ערשטענס זענען זיי דען געווען אונטער שבועה, האבן אונז דען נישט קיין ערשטע אמענדמענט?
שרייט מען נישט אייביג דא עס איז נישט דא קיין קריים זאגן ליגנט?
דיסקלעימער, נ.ב.ס. איז טאטאל ווראנג פארן עס טוען, אבער סאון???
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2397
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דאנארשטאג מאי 02, 2019 2:10 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:און, ווער געדענקט די מעשה דריי חדשים צוריק מיטן יונגעטליכע און די נעיטיוו אמעריקאן אין פארנט פון א מוזעם, די יונגעטליכע האט געסאוט נ.ב.ס. פאר 275,000,000$, פארן פארשפרייטן פאלשע נייעס דעמאָלטס, און ער מישט אריין פאלאטיקס ווען זיין לויער שרייבט "די אנטי טראמפ נערטיוו נ.ב.ס..
....
כאפ איך נישט, ערשטענס זענען זיי דען געווען אונטער שבועה, האבן אונז דען נישט קיין ערשטע אמענדמענט?
שרייט מען נישט אייביג דא עס איז נישט דא קיין קריים זאגן ליגנט?
דיסקלעימער, נ.ב.ס. איז טאטאל ווראנג פארן עס טוען, אבער סאון???

ס'דא א זאך וואס הייסט דיפימעישען/לייבעל = הוצאות שם רע.
ווען איינער פארשפרייט "ליגנט" אויף א מענטש וואס טוט איהם שעדיגן קען מען יענעם אנקלאגן.

די טענה אויף צוריק וועט אייביג זיין אז איך האב נישט אויפגעמאכט די ליגנט, כ'האב עס נאר געהערט אין מקוה... אדער כ'האב עס נישט געמיינט ערנסט וכדו'..
פאר מער פרטים עי' ב'וויקיפעדיע
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג מאי 13, 2019 4:49 pm

א קליין פריש געבוירענע בעיבי הערשעלע איז געראטעוועט געווארן דורך פייערלעשער נאכן פארשוועמט ווערן אין א סוער אפלויף רער אין פעסיפיקא, א סיטי אין קאלעפארניע.

ווי ס׳קוקט אויס זאגט דער ארטיגער פייער טשיף, איז דער הערשעלע פארכאפט געווארן אין וואסער אפלויף כוואליעס נאך שווערע רעגענעס וועלכע האבן זיך אראפגעלאזט אין די געגענט. ס׳איז אבער נישט קלאר וויזוי דער הערשעלע - וועלכע זעהט נישט אויס צו זיין מער ווי איין טאג אלט - האט זיך דארט אריינדערזעהן און עס איבערגעלעבט.

ארטיגע איינוואוינער וואס האבן געהערט די שטילע רופן פונעם פארכאטן בעיבי הערשעלע האבן אראפגערופן די פייערלעשער. די רעטונג׳ס אקציע אים ארויסצונזעהן פון דארט האט גענומען נישט מער ווי 10 מינוט, און דער הערשעלע געפינט זיך אין א גוטע געזונט צושטאנד.

ווי די באאמטע געבן איבער איז דורכאויס די צייט וואס דער הערשעלע איז פארכאפט געווען אינעם רער געזעהן געווארן א ערוואקסענע הערש זיך דרייען ארום יענעם שטח, וואס ווייזט אויס צו זיין די צובראכענע מאמע. צום באדאערונג האט זי אבער צוריקגעוויזן דאס קינד.

א ווארטזאגער פאר די פעסיפיקא שעריפס דעפארטמענט געט איבער, אויב וועט די מאמע נאכאנאנד צוריק ווייזן איר קינד וועט דער הערשעלע אפגעפירט ווערן צום ארטיגן חיות שעלטער.

קליפיטש פונעם רעטונג׳ס אקציע;

דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג מאי 13, 2019 5:10 pm

אה אה ברוך הבא טשאדעלע באדעלע איז דא אה אה ברוך הבא... זינגטס מיט

אה ס'ספירה מ'טאר נישט יוש....

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מאנטאג מאי 13, 2019 5:11 pm

זייער זייער אינטערסאנט. וואסי פשט אז די מאמע וויל נישט קענען די קינד?

קיפיראפ טשאדעלע.

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » מאנטאג מאי 13, 2019 6:03 pm

1. ווער זאגט ס'איז די מאמע.
2. ס'גערוך פון די אפלויף איז משפיע
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מאנטאג מאי 13, 2019 6:07 pm

שכח טשאדעלע פאר די פיינע נייעסל (און פארן צוריקקומען)

אידישע מוח
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » מאנטאג מאי 13, 2019 8:10 pm

אה !!!
טשאדעלע אוי האב מיר זיך געבענקט נאך דיר
יישר פאר צירוקומען

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג מאי 13, 2019 9:57 pm

וועלקאם בעק טשאדעלע!!!

יוש האב איך רחמנות אויף דעם הערשעלע... נעבעך... שעפעל...כמיין הערשעלע...
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » מאנטאג מאי 13, 2019 11:30 pm

אידישע מוח האט געשריבן:אה !!!
טשאדעלע אוי האב מיר זיך געבענקט נאך דיר
יישר פאר צירוקומען

אוועטאר
א גוטע ניק
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » דינסטאג מאי 14, 2019 9:01 am

ס'זעהט אויס סתם א דרעניטש פייפ
גרייט אייך צו א גרויסע מזל טוב ווינטשן! פאר ווערן שר חמישים ומאתים! נאך 79 תגובות

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מאי 14, 2019 9:33 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:זייער זייער אינטערסאנט. וואסי פשט אז די מאמע וויל נישט קענען די קינד?

קיפיראפ טשאדעלע.

אפשר איז זי נאר א חברים מעמבער'טע
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
חברים
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2013 11:33 am

תגובהדורך חברים » דינסטאג מאי 14, 2019 9:41 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:זייער זייער אינטערסאנט. וואסי פשט אז די מאמע וויל נישט קענען די קינד?

קיפיראפ טשאדעלע.

איינמאל א פרעמדער האט צוגערורט דעם קינד, וויל די מאמע מער נישט צוריק דעם קינד.
https://ecosystems.psu.edu/research/projects/deer/news/2015/deer-don2019t-touch-that-baby

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Belz123, private, טעאריע וואס לעבט, כאפצעם, קליינקעפיק און 45 געסט