טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » דינסטאג ינואר 29, 2019 6:31 pm

און לויף פון וויפיל יאר?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 30, 2019 9:49 pm

א העלישע פייער ברענט אצינד אין בערגן קאונטי ניו דזשערזי, נישט ווייט פונעם ניוארק עירפארט, ווי א גרויסע סטרוקטור איז גענצליך איינגעהילט אין העלישע פלאמען.

די בילדינג באלאנגט פאר די באקאנטע מארקאל פּעפער קאמפעני, די פייער טשיף אוו די צענע האט עס יעצט געהעכערט צו א 8 אלארם פייער.

קליפיטשעס
דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 30, 2019 9:53 pm

די פייער ברענט שוין עטליכע שעה, און דערווייל איזעס ארויס פון קאנטראל. די שטארק ווינטיגע וועטער פארשווערט נאר די ארבעט פאר די פייערלעשער.

דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך ינואר 30, 2019 10:43 pm

הארט קעגן איבער (די טייך) פון A&B געפילטע פיש.

https://goo.gl/maps/oPJiVjwjgAm

אפשר העט זיין צו באקומען סמאוקד געפילטע פיש די נעקסטע פאר וואכן.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 30, 2019 10:55 pm

דער גיגאנטישער בנין וויזוי ס׳האט אויסגעקוקט פון 1950, ביז היינט פארנאכטס.

060AEBDF-88EA-4473-851C-BA16DDD99F33.jpeg
060AEBDF-88EA-4473-851C-BA16DDD99F33.jpeg (103.48 KiB) געזעהן 3082 מאל
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מיטוואך ינואר 30, 2019 10:57 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:אפשר העט זיין צו באקומען סמאוקד געפילטע פיש די נעקסטע פאר וואכן.

הא הא הא

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 30, 2019 10:59 pm

די מארקאל פירמע איז באקאנט מיטן פראדעצירן פאפיר, אריינגערעכנט אשר יצר פאפירן.


DECAC954-F8E2-491F-96C8-19938336285F.jpeg
DECAC954-F8E2-491F-96C8-19938336285F.jpeg (67.47 KiB) געזעהן 3065 מאל


יעצט אז זייער ווערהאוז האט אפגע׳שרפ׳ט, איז כדי מ׳זאל מארגן אינדערפרי ביפארן זיך איינשפארן צו די הכנות, זיכער מאכן אז ס׳איז פארהאן גענוג פאפיר אינעם האלטער.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 9:27 am

איי, א פרישע אישו
א מאנגל פון טישו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג פאברואר 05, 2019 4:38 pm

צען זענען אומגעקומען און נאך אמווייניגסטנס דרייסיג זענען ערנסט געשעדיגט געווארן ווען א העלישע פייער האט איינגעהילט א פילשטאקיגע געביידע אין פאריז, די העלישע פלאמען האבן העל געמאכט די טונקעלע נאכט אין פאריז, און האט זיך געזען פאר מיילן ווייט.

דער פייער האט אויסגעבראכן אויפ׳ן זעכצנטן שטאק פונעם געביידע און האט גענומען איבער פינף שעה צו ברענגען אונטער קאנטראל.

פאליציי האט ארעסטירט א פערציג יעריגע איינוואוינערין אין די געביידע וואס לויט די עדות פון שכנים איז זי פאראנטווארטליך פאר די שריפה וואס זי האט אונטערגעצינדן צוליב א סכסוך מיט א שכן. דער שריפה איז די טויטליכסטע אין פאריז זינט 2004 ווען א פייער אין א האטעל האט אומגעברענגט 24 געסט.

קליפ פונעם פייער
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
moishy56
שר חמשת אלפים
תגובות: 5872
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך פאברואר 06, 2019 6:48 am

פעיק נוז האט געשריבן:צען זענען אומגעקומען און נאך אמווייניגסטנס דרייסיג זענען ערנסט געשעדיגט געווארן ווען א העלישע פייער האט איינגעהילט א פילשטאקיגע געביידע אין פאריז, די העלישע פלאמען האבן העל געמאכט די טונקעלע נאכט אין פאריז, און האט זיך געזען פאר מיילן ווייט.

דער פייער האט אויסגעבראכן אויפ׳ן זעכצנטן שטאק פונעם געביידע און האט גענומען איבער פינף שעה צו ברענגען אונטער קאנטראל.

פאליציי האט ארעסטירט א פערציג יעריגע איינוואוינערין אין די געביידע וואס לויט די עדות פון שכנים איז זי פאראנטווארטליך פאר די שריפה וואס זי האט אונטערגעצינדן צוליב א סכסוך מיט א שכן. דער שריפה איז די טויטליכסטע אין פאריז זינט 2004 ווען א פייער אין א האטעל האט אומגעברענגט 24 געסט.

קליפ פונעם פייער

Wow

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך פאברואר 06, 2019 1:32 pm

די פייער לעשער זענען עכט ברעיוו, זיך זעצען אינדרויסן פון א בילדינג צען שטאק אין די הייעך עטליכע מילימעטער אוועק פון העלישע פייער צינגען, דאס דארף מען קאנען...

שכח פ''נ פאר'ן ברענגען.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:24 pm

א ארעסטאנט פון א פעדעראלע טורמע אינעם סטעיט אינדיאנע, האט 3 טאג צוריק אדורכגעפירט א אנטלויף אקציע. די אקציע איז געגאנגען ווי געפלאנט, דאס הייסט ער טאקע באוויזן אריינצוקריכן אינעם דאך פונעם טורמע, אזוי צו קריכן ביזן עק. למעשה האט ער אבער נישט געוויסט אז אויף דראַפּ_סילינג טרעט מען נישט, ווייל ס׳קאן זיך איבער ברעכן.

ווי איז אבער דא דראַפּ_סילינג אין א תפיסה?.. טאקע אויפן ריכטיג פלאץ, ביי די אפיסעס! און דער אנטלויף אקציע האצעך טאקע דארט געענדיגט. ער איז אריינגעפאלן אינעם אפיס ווי די אפעצירן האבן געזעצן, אזוי זיי גרינגער געמאכט די ארבעט, מ׳האט אים פשוט אנגעגאפט און אים צוריקגעפירט דארט פון ווי ער איז געקומען און אלעס איז בסדר.

[אינטערוועגענס האט ער איבערגעריסן די טי-ווי קעבל. כ׳בין אבער זעכער אז זיי האבן אים מוחל געווען דערויף, ווייל ס׳איז 100% געווען בטעות]

דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:55 pm

איך האף אז מ'האט איהם טאקע נישט מעניש געוועזן, נאכן קריכן צווישן אלע שפין געוועב, שרצים, אראפ פאלן און זיך צוקלאפן, זען דעם גיהנם פתוחה מתחתיו, אומגעהויערע דורכפאל, סידאך ריכטיג נזק צער ריפוי שבת בשת, נאך מער מעניש זיין ווי דאס עצם כאפן?...
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

שרייזשע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

תגובהדורך שרייזשע » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:57 pm

א גרויסען יי"שכ טשאדעלע באדעלע

בד"וו איך האב היינט גערעדט צו מיינן קינדער וועגען דיר...

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:20 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:דער גיגאנטישער בנין וויזוי ס׳האט אויסגעקוקט פון 1950, ביז היינט פארנאכטס.

060AEBDF-88EA-4473-851C-BA16DDD99F33.jpeg

מען קען זען דארט מיין מאדעל עקס קאר...

עניוועי, האסט א בילד וויאזוי עס זעט אויס היינט צוטאג?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:37 pm

זשעף בעזאוס האט אויפגעריסן א באמבע נעכטן. ער גייט איצט דורך שווערע צייטן נעבעך... זיין שלום בית איז עפעס נישט אזוי איי איי איי. ער האט נישט ווער עס זאל אים קאכן און דרייען, ער האט נישט אויף וועמען צו שרייען... עניוועי, ער האט אויפגענומען א אויספארשער צו דערגיין זאכן איבער זיינע שונאים, און די שונאים -מען רעדט פון א מידיע גרופ- האבן געסטראשעט אז ער זאל זיך אפלאזן פון די אינוועסטיגעישענס ווייל אז נישט וועלן זיי אים מאכן בושות, און זיי גאראנטירן אים אז זיי האבן סחורה אויף אים.

נעכטן ער האט פאבליצירט א בלאג פאוסט ווי ער רייסט אראפ יענע מידיע קאמפאני, עס קען זיי קאסטן ערענסטע לעגאלע קאנסעקווענצן, ובתוך הדברים ברענגט ער אויף פארדאכטן אז יענע קאמפאני ווערט געטריבן פון פאליטישע מאטיוון ווייל דער שעף איז א פערזענליכע חבר פון טראמפ.

היינט בין איך רייכער פון דעם בעזאוס, היפש רייכער.

די אנטוויקלונג - ובפרט די נקודה אז ער האט אויפגענומען א אויספארשער ''וועם ער קען שוין פאר 20 יאר'' און ער האט אים געזאגט ''האסט א בלענק טשעק'' טו אלעס אין די וועלט צו דערגיין וויאזוי יענע חברה האבן באקומען די סחורה- טוט נאכאמאל קאנפירמען מיין אלטע הנחה אז זשעף בעזאוס מיט ווילאדימיר פוטין זענען אייניגע כיטרע מאניפיולעיטערס וועלכע ווייסן וויאזוי צו דרייען מיט די וועלט בכדאי אויפצובויען זייער מאכט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:43 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:זשעף בעזאוס האט אויפגעריסן א באמבע נעכטן. ער גייט איצט דורך שווערע צייטן נעבעך... זיין שלום בית איז עפעס נישט אזוי איי איי איי. ער האט נישט ווער עס זאל אים קאכן און דרייען, ער האט נישט אויף וועמען צו שרייען... עניוועי, ער האט אויפגענומען א אויספארשער צו דערגיין זאכן איבער זיינע שונאים, און די שונאים -מען רעדט פון א מידיע גרופ- האבן געסטראשעט אז ער זאל זיך אפלאזן פון די אינוועסטיגעישענס ווייל אז נישט וועלן זיי אים מאכן בושות, און זיי גאראנטירן אים אז זיי האבן סחורה אויף אים.

נעכטן ער האט פאבליצירט א בלאג פאוסט ווי ער רייסט אראפ יענע מידיע קאמפאני, עס קען זיי קאסטן ערענסטע לעגאלע קאנסעקווענצן, ובתוך הדברים ברענגט ער אויף פארדאכטן אז יענע קאמפאני ווערט געטריבן פון פאליטישע מאטיוון ווייל דער שעף איז א פערזענליכע חבר פון טראמפ.

היינט בין איך רייכער פון דעם בעזאוס, היפש רייכער.

די אנטוויקלונג - ובפרט די נקודה אז ער האט אויפגענומען א אויספארשער ''וועם ער קען שוין פאר 20 יאר'' און ער האט אים געזאגט ''האסט א בלענק טשעק'' טו אלעס אין די וועלט צו דערגיין וויאזוי יענע חברה האבן באקומען די סחורה- טוט נאכאמאל קאנפירמען מיין אלטע הנחה אז זשעף בעזאוס מיט ווילאדימיר פוטין זענען אייניגע כיטרע מאניפיולעיטערס וועלכע ווייסן וויאזוי צו דרייען מיט די וועלט בכדאי אויפצובויען זייער מאכט.

ביטע האלט אן אויג אויף זיינע שונאים וויזוי זיי נעמען נקמה און לאז אונז אינפארמירט

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג פאברואר 08, 2019 12:56 pm

זיי פארשטעקן זיך, בעזאוס איז די בעסטע סטראטעגיסט וואס איז נאר פארהאן, ער שפילט שאך מיט יעדע טריט זיינער, און ער רעכנט אויס אלע מעגליכקייטן און דאן באשליסט ער.

ער איז פארלאפן די וועג פאר זיינע שונאים דארעך ארויסקומען זאגן אז ער איז גרייט אז זיי זאלן טון וואס זיי ווילן, ווייל אויב ער - די רייכסטע מענטש און די וועלט- קען זיך נישט ארויסשטעלן אנטקעגן די געמיינע באטריגער, וויאזוי וועלן שוין די שוואכערע און נעבעכדיגע מענטשן זיך באשיצן? אשר על כן האט ער זיך אויפגעשטעלט און באשלאסן אראפצושטעלן א פיס און נישט מיטארבעטן מיט זיי, ער וועט נישט אויפהערן מיט זיינע אינוועסטיגעישענס, און זיי זאלן טון וואס זיי ווילן.

יענע מידיע קאמפאני האט ארויסגעגעבן א דעמאראליזירטע סטעיטמענט זאגענדיג אז ''זיי קוקן איבער זייער פראקטיצירונג''

ער האט זיך גאר גוט אפגעפארבט ווי א העלד וואס איז גרייט זיך ארויסצושטעלן אנטקעגן די געמיינע מענטשן.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » פרייטאג פאברואר 08, 2019 1:18 pm

דער ענין נעמט אויך אריין די קאשאגי מארד, און טראמפס רעאקציע צו סאדי אראביע.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » פרייטאג פאברואר 08, 2019 1:47 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:דער ענין נעמט אויך אריין די קאשאגי מארד, און טראמפס רעאקציע צו סאדי אראביע.

אביסל מער הסבר ביטע?
יישר כח.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג פאברואר 10, 2019 1:17 pm

איצל פיצל האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:דער ענין נעמט אויך אריין די קאשאגי מארד, און טראמפס רעאקציע צו סאדי אראביע.

אביסל מער הסבר ביטע?
יישר כח.

קאשאגי איז געווען א שרייבער פון די וואשינגטאן פאוסט, זשעף בעזאוס איז דער אייגינטימער פון וואשינגטאן פאוסט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג פאברואר 10, 2019 1:27 pm

קאשאגי איז געווען א שרייבער פון די וואשינגטאן פאוסט, אזוי ווי עליזעביט ווארען איז א נעטאו אמעריקען.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג פאברואר 10, 2019 1:56 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קאשאגי איז געווען א שרייבער פון די וואשינגטאן פאוסט, אזוי ווי עליזעביט ווארען איז א נעטאו אמעריקען.


גענאגלט!
;l;p-
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1841
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » זונטאג פאברואר 10, 2019 6:14 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:קאשאגי איז געווען א שרייבער פון די וואשינגטאן פאוסט, אזוי ווי עליזעביט ווארען איז א נעטאו אמעריקען.


וואס איז מיין טעות?
WP.PNG
WP.PNG (335.58 KiB) געזעהן 977 מאל
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג פאברואר 10, 2019 6:27 pm

די האסט נישט קיין טעות. האסט סימפלי נישט פארשטאנען מיין נקודה.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברוך, וימאןX3, ממש אזוי, משהלע, נישקשה, צפנת פענח און 55 געסט