טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » דינסטאג ינואר 08, 2019 2:21 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:יא יא ס'איז שוין יעצט דריי פערטל טויט די וועלט,....

ווי איז ראבינאוויטש ווען מ'דארף אים?...

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג ינואר 08, 2019 7:21 pm

כ'האב עפעס א שטיקל נייעס אן קיין פינקטליכע דיטעילס. אי"ה ווען כ'וועל האבן מער דיטעילס וועל איך עס ברענגען.

איז די מעשה אזוי. די חברה זענען אדער גייען זיי אויפקומען מיט א נייע מין זאלץ פאר די שניי וואס די טראקס שיסן ארום. די מעלות זענען ווי פאלגענד: ס'גייט זיך גראד צולאזן אין די שניי און ס'וועט שנעלער צולאזן די שניי, ס'גייט נישט מאכן קיין חזרייען מער, ס'וועט עפעס בעסער העלפן אז די דינע אייז וועט זיך זייער שנעל צולאזן.

ווער ס'האט מער דיטעילס איז מכובד אריינצוקומען
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך ינואר 09, 2019 2:46 pm

אויסטראליע. - א ריזיגע ראוד סיין איז אראפגעפאלן אויף א דורכפארנדע קאר, די פרוי וואס האט געדרייווט די קאר איז וואונדערליך ארויס מיט מילדע שאדן.

https://www.dropbox.com/s/pqgub256x8zw4 ... n.mp4?dl=0

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך ינואר 09, 2019 3:06 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:אויסטראליע. - א ריזיגע ראוד סיין איז אראפגעפאלן אויף א דורכפארנדע קאר, די פרוי וואס האט געדרייווט די קאר איז וואונדערליך ארויס מיט מילדע שאדן.

https://www.dropbox.com/s/pqgub256x8zw4 ... n.mp4?dl=0



#ויפגע במקום. פר׳ רש״י שקפצה לו..

כ׳ווייס נאר נישט אויב איר פלאן איז געווען צו פארן דארט.
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך ינואר 09, 2019 3:09 pm

האט דאך שוין לכאורה צוגעצייכנט צום גמרא רגלוהי דאינש אינין ערבין לי'.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 15, 2019 2:40 pm

איך ווייס נישט אויב שוין געווען באריכטעט דא אויפן וועלטעל. אלענפאלס דאס איז די נייעס אין קורצן:

דער רייכסטער מענטש און די וועלט-זשעף בעזאוס- קען מעגליך דערלייגן האלב פון זיין רייכטום!

---
ומעשה שהיה קראך היה, בעפאר בעזאס האט געעפענט עמעזאון האט ער געארבעט אינאיינעם מיט זיין רעביצן ביי א ניו יארקער וואל סטריט פירמע, ויהי היום, איין טאג האבן זיי ביידע באשלאסן אריבערצומפן קיין סיאטעל וואשינגטאן און דארט עפענען א אייגענע ביזנעס, געטראכט און געטון... די פארל האט אריבערגעדרייווט די ברייט פון עמעריקע, פון ניו יארק ביז וואשינגטאן סטעיט. ארויסגעדינגען א בעיסמענט אין סיאטעל , איינגעקויפט עטליכע קאמפיוטערס, סערווערס, מיט א הינטל.

די פארל מיט נאך איין מענטש -א סאפטוועיר פראגראמער- האבן געמאכט די עמעזאון וועבסייט, גערופן בוק סופליי קאמפאניס, און אפילו געפאקט די בוכער און די שאכטלעך, און אפגעטראגן צום פאסט אפיס. און די פרייע צייט האבן זיי אלעמאל פארברענגט מיטן הינטל.

לימים האט בעזאוס איינגעזען אז די קאמפיוטערס דינען נישט די געברויך פון די ווארק לאוד. נו, וואס האט ער געטון? ער האט עס פשוט איינגעטוישט!
אביסל שפעטער האט בעזאוס איינגעזען אז די סערווערס קומט נישט נאך די פארלאנג וואס אזא מעכטיגע וועבסייט ברויך צו האבן, נו, וואס האט ער געטון? ער האט עס פשוט איינגעטוישט!
ויהי אחר הימים האלה און דער ביזנעס איז געוואקסן, בעזאוס האט אויפגענומען נייע פראפעסיאנאלע ארבעטערס פאר עמעזאון, און די חברה האבן אים אויפגעקלערט אז דער ערשטער ארבעטער איז טאקע גוט געווען צו פירן א קליינער קאמפאני, אבער ער איז נישט פאסיג אנציפירן אזא גרויסע אפאראט ווי עמעזאון איז געווען אין דריטן יאר פון איר עקזיסטענץ.
בעזאוס האט איינגעזען אז זיי זענען גערעכט,נו, וואס מיינט איר האט בעזאוס דאסמאל געטון? הער: ער האט עס פשוט איינגעטוישט!

אצינד איז נאך געבליבן דער הינטל די איינציגסטע אקטיווע מיטגליד מיטגליד -אויסער די בעזאוס פעמילי שטייצעך- וואס האט נאך געדענקט די ערשטע טאג פון עמעזאון.

אבער א הינט איז דאך נאר א הינט און סוף כל סוף איז דאס אויך אלט און קראנק געווארן, נו, אינז ווייס מיר דאך שוין וואס דער קלוגער בעזאוס טוט אין אזא פאל, ריכטיג? וואס האט ער געטון? יא, איר האט גוט צוגעטראפן! ער האט עס פשוט איינגעטוישט!

יעצט איז שוין נישט געבליבן נישט קיין סערווערס, נישט קיין קאמפיוטערס, נישט קיין ערשטע ארבעטערס און אפילו נישט קיין הינטל וואס האט מיטגעלעבט די דראמיטישע אנטוויקלונג פון עמעזאונ'ס ערשטע טאג ביז היינט, אצינד איז נאר געבליבן די בעזאוס פעמילי אליינס.

אבער א גוי איז דאך נאר א גוי, און זשעף האט איינגעזען אז זיין רעביצין דינט שוין אויך מער נישט זיינע געברויכן, נו אינז ווייס מיר דאך שוין וואס דער קאפשטיק בעזאוס טוט אין אזא פאל, ריכטיג? וואס האט ער געטון? יא יא, דו ווייסט גוט, ביסט ממש מכוון לדעתו ! ער האט איר פשוט איינגעטוישט!
--

אצינד שפעקאלירט מען אויף די מעגליכקייט אז מיסיס בעזאוס וועט נעמען האלב פון אלע מיסטער בעזאוס'ס עמעזאון סטאקס, דאס וואלט געמאכט מיסיס בעזאוס פאר די וועלטס רייכסטע פרוי, און ביל געיטס אלץ די וועלטס רייכסטע מענטש.
--
קליפס לאז איך פאר טשאדעלע (פונעם הינטל, פרויען טאר מען דאך נישט)
לעצט פאראכטן דורך דערבארומדיג'ער אום דינסטאג ינואר 15, 2019 3:25 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 831
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג ינואר 15, 2019 2:57 pm

בר דעת האט געשריבן:This whole divorce may be just a setup. Its the best way for him to sell a big chunk of his shares without causing the stock price to drop sharply.

פון דא.
@דערבארומדיג'ער,
וואס זאגסטו צו בר דעת'ענס סברא?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג ינואר 15, 2019 2:59 pm

פשוט איינגעטוישט!.. :lol:

איי דערבארומדיג׳ער... א וואנדערבארע ארבעט!!
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 15, 2019 3:10 pm

פארשער האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:This whole divorce may be just a setup. Its the best way for him to sell a big chunk of his shares without causing the stock price to drop sharply.

פון דא.
@דערבארומדיג'ער,
וואס זאגסטו צו בר דעת'ענס סברא?

איך האב שוין אמאל צירוקגעצויגען און דיר גערעכט געגעבן לגבי בעזאוס.

אבער אצינד וואלט איך אפגעווארפן אזא סברה.

1. א גוי וואס טוישט איין זיין ווייב נאך 25 יאר איז זייער א נארמאלע זאך, נישטא קיין סיבה צו זוכן זייטיגע הסברים, מען ווייסט פון די מכשפה וואס ער וויל נוצן פאר א ערזאץ, אלעס איז גראד און פשוט. משא''כ א העכערונג און וועיזשעס פאר טויזענטער עמעזאון ארבעטער איז עפעס וואס מען דארף זוכן א הסבר.
2. איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס גייט אים העלפן פארדינען א דאללער אויף זיינע סטאקס, ער זוכט נישט סתם פטור צו ווערן פון זיין געלט.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 15, 2019 3:14 pm

אבער מען טאר דאך נישט לייגן אלע אייער אין איין קארב. וואס ביז יעצט האט ער נישט געקענט פארקויפן צופיל עמעזאן שעירס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג ינואר 15, 2019 3:26 pm

און וויאזוי פארקויפט ער עס אצינד?
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7358
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג ינואר 15, 2019 3:37 pm

פשוט איינגעטוישט!.. :lol:

איי דערבארומדיג׳ער... א וואנדערבארע ארבעט!!

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2579
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג ינואר 15, 2019 5:20 pm

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
פארשער האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:This whole divorce may be just a setup. Its the best way for him to sell a big chunk of his shares without causing the stock price to drop sharply.

פון דא.
@דערבארומדיג'ער,
וואס זאגסטו צו בר דעת'ענס סברא?

איך האב שוין אמאל צירוקגעצויגען און דיר גערעכט געגעבן לגבי בעזאוס.

אבער אצינד וואלט איך אפגעווארפן אזא סברה.

1. א גוי וואס טוישט איין זיין ווייב נאך 25 יאר איז זייער א נארמאלע זאך, נישטא קיין סיבה צו זוכן זייטיגע הסברים, מען ווייסט פון די מכשפה וואס ער וויל נוצן פאר א ערזאץ, אלעס איז גראד און פשוט. משא''כ א העכערונג און וועיזשעס פאר טויזענטער עמעזאון ארבעטער איז עפעס וואס מען דארף זוכן א הסבר.
2. איך פארשטיי נישט וויאזוי דאס גייט אים העלפן פארדינען א דאללער אויף זיינע סטאקס, ער זוכט נישט סתם פטור צו ווערן פון זיין געלט.

כ'וויל נישט אריינגיין אין פרטים, אבער עס קוקט אויס ווי ער איז געכאפט געווארן אין א פריוואטע סקאנדאל און דאס האט איהם געמאכט זיך צו צוטיילן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג ינואר 15, 2019 5:43 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פשוט איינגעטוישט!.. :lol:

איי דערבארומדיג׳ער... א וואנדערבארע ארבעט!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

looking forward
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 23, 2018 1:36 pm

תגובהדורך looking forward » דינסטאג ינואר 15, 2019 6:44 pm

איי וויי .... דעסשסז גוט געווען. ווען איך קען מיר ווען איינטוישן מיט דערבארומדיג׳ער.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3021
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג ינואר 15, 2019 7:10 pm

דערבארומדיגער:

סופער!!!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3086
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג ינואר 15, 2019 8:28 pm

מיסטערעז האט געשריבן:
פשוט איינגעטוישט!.. :lol:

איי דערבארומדיג׳ער... א וואנדערבארע ארבעט!!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך ינואר 16, 2019 10:01 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פשוט איינגעטוישט!.. :lol:

איי דערבארומדיג׳ער... א וואנדערבארע ארבעט!!

דערבארומדיג'ער, טשאדעלע סטייל

לייגט ער צו א קליפ(טשי) און איך וואלט קיינמאל געכאפט אז דאס האט נישט טשאדעלע געשריבן
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » מיטוואך ינואר 16, 2019 11:56 am

דערבארומדיג'ער האט געשריבן:אבער א גוי איז דאך נאר א גוי, און זשעף האט איינגעזען אז זיין רעביצין דינט שוין אויך מער נישט זיינע געברויכן, נו אינז ווייס מיר דאך שוין וואס דער קאפשטיק בעזאוס טוט אין אזא פאל, ריכטיג? וואס האט ער געטון? יא יא, דו ווייסט גוט, ביסט ממש מכוון לדעתו ! ער האט איר פשוט איינגעטוישט!
--
[/size]

איך שטיי שוין אין די ליין,
איין טאג וועט ער שוין נישט זיין אינטערעסירט אין די ביזנעס,
וואס מיינסטו העט ער טוהן, פשוט: איינטוישן.

נא בעקסיס טא לעט.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"

אוועטאר
פרעזידענט
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » מיטוואך ינואר 16, 2019 5:54 pm

עף בי איי האבן ארעסטירט א פארשוין פון אטלאנטא וואס האט פלאנירט אום מארגן צו אויפרייסן דער ווייסער הויז אין וואשינגטאן.
איינלאדענונג: יולי דעם פערטן, א מעכטיגע פארדע צו צייגן די שטארקייט פון מיין מלוכה, וואשינגטאן עיר הבירה, רעזעווירט דעם דאטום!

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3601
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 11:53 am

ווען דער "וואשינגטאן פאוסט" איז עכט "פעיק"

געדרוקטע קאפיעס פון "וואשינגטאן פאוסט" צייטונגען זענען פארשפרייט געווארן נעכטן לענגאויס וואשינגטאן די-סי, מיט א שרייענדיגע העדליין אז פרעזידענט טראמפ האט ענדליך אפגעטרעטן פון אמט.

דער פראבלעם איז אז די צייטונגען זענען געווען "פעיק ניוז", דאס הייסט אז ס'איז נישט געווען עכטע קאפיעס פונעם וואשינגטאן פאוסט, נאר עמיצער האט געדרוקט פאלשע צייטונגען. די פאלשע צייטונגען האבן געטראגן א שרייענדיגן העדליין "טראמפ פארלאזט אין איילעניש ווייסן הויז, ברענגענדיג ענדע צו קריזיס".

דער עכטער וואשינגטאן פאוסט האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז זי פארשט אויס ווער עס שטייט אונטער דעם.


unnamed.jpg
unnamed.jpg (57.54 KiB) געזעהן 1158 מאל


איד דעילי
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג ינואר 17, 2019 12:58 pm

פרעזידענט האט געשריבן:עף בי איי האבן ארעסטירט א פארשוין פון אטלאנטא וואס האט פלאנירט אום מארגן צו אויפרייסן דער ווייסער הויז אין וואשינגטאן.

:grin: :grin:

קודאס פאר די FBI פאר זייער גרונטליכע ארבעט!
כל הנגעים אדם רואה חוץ מנגעי עצמו (נגעים פ"ב מ"ה)
כל הנגעים אדם רואה חוץ - יעדע פעלער/עולה וואס א מענטש זעהט ביי א צווייטן, מנגעי עצמו - איז א סימן אז ער אליינס האט אויך פון דעם פעלער, אביסל אדער אסאך (בעשה"ק זי"ע)

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5371
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

אז מ׳באצאלט נישט, צאלט מען!

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג ינואר 21, 2019 9:19 pm

אנינטערסאנטע געשעעניש האט היינט פאסירט אין ליווערפּאָל - א קליינע געגענט אין ענגלאנד, ווי א האטעל וואס האט זיך געדארפט ווידער_עפענען אין די קומענדע טעג האט געמיזט אפרופן די פלענער.

דער ״טרעוועלאדזש״ האטעל וואס האט דעם היינטיגן אינדערפרי געענדיגט א קאנסטראקציע פראיעקט אויף זייער בנין, בשעת די רייניגונגס פירמע זענען שוין געווען טעיטיג צו ענדיגן אויפריינוגען און צוגרייטן דעם האטעל צום ווידער_עפענונג, האט אן ארבעטער פון די קאנטראקטאר וואס האט אנגעפירט די איבערבוי פראיעקט געמאכט א מכה בפטיש.

עפעס א געפעך האט ער געהאט מיט זיין בעה״ב וואס האט אים פארפעלט צו באצאלן עפעס איין פּעי טשעק פון £600, און ווי ס׳ווייזט אויס האט דער ארבעטער היינט אינדערפרי, זעהענדיג אז דער האטעל אייגענטומער האלט אט אט ביים געבן סיין_אףף פאר זיין בעה״ב, באשלאסן לערנען בלק מיט זיין ארבעט׳ס געבער.

ער האט געוואלט זיכערמאכן אז זיין בעה״ב איז נישט עובר אויף לא תלין פעולת שכיר, ווייל איינמאל זיין בעה״ב ערפילט אפציעל דעם קאנטראקט, וועט ער אטאמאטיש עובר זיין אויפן לאו. האט ער געזיכט א וועג צו ״עקסטענדן״ דעם קאנטראקט אויף נאך אפאר חדשים, אזוי פארדינט ער מער צייט...

ער האט זיך צוגעשארט צו איינע פון די טראקטאר׳ן וואס זענען געשטאנען אינדערויסן, זיך אריינגעזעצט דערין און צוגעפארן צום גרויסן טויער פונעם האטעל, ארויפצופארן די טרעפּ האט ער נישט געהאט קיין שוועריקייטן, ווייל די מאשין וואס ער האט געדרייווט איז דאך געבויט ממש פאר דעם.

קודם האט ער אראפגענומען דעם גרויסן - נארוואס אונסטאלירטער שיינע גלארזערנע טויער, אזוי האט ער געהאט פלאץ אריינצופארן אינעוויינוג ווי א מענטש, און איינמאל ער איז שוין געווען אינעוויינוג איז זיין ארבעט אנגעקומען גרינג.

בשעת זיין אקציע האט דער אנגעווייטאגטער ארבעטער כסדר געשריגן נאכאמאל און נאכאמאל, ״ככה יעשה לאיש וואס באצאלט נישט זיינע ארבעטער״...

זיינע געלעמטע קאלעגעס וואס זענען געשטאנען אינדרויסן, זעהנדיג וויזוי זייער ארבעט גייט לתמיון פארענט פון זייער אויגן זענען געווען שאקירט ביזן הימל. זיי האבן געשטאנען מאכטלאז ביז דער יקיש האט געענדיגט אפגעטאן זיינס און צוריק ארויסגעפארן פונעם זעלבן טיר ווי ער איז אריינגעפארן, הערשט דעמאלטס האבן זיי באוויזן צו פארלעשן דעם טרעקטאר.

ס׳האט גענומען איבער צוואנציג מינוט ביז פאליציי זענען אנגעקומען אויפן צענע, דער ״פיקסער מען״ איז אבער שוין לאנג נישט דארט געווען.

#בונה ע״מ לסתור
#דע בעגינינג אוו די ענד

קליפיטש אפגעכאפט פון אינדרויסן.
דראפבאקסגוגל דרייוו

קליפיטש אפגעגאפט פון אינעוויינוג.
דראפבאקסגוגל דרייוו
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 743
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:45 pm

תגובהדורך יא איך » מאנטאג ינואר 21, 2019 9:34 pm

אה טשאדעלע האט שוין א פרישע געשיכטע

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג ינואר 21, 2019 9:35 pm

טשאדי באדי!

פיינע ווארע מיט א קליפיטש אין די זייט וואס קען זיין בעסער?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”