טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 1:18 pm

טשאדעלע, נעם אפאר ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 2:26 pm

טערסאנט דער באניקע קומט צו פארן זייער שטאט?!
. . . . . . .

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4690
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 6:50 pm

טשאדעלע דו בוסט זיס ווי ציקער....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4790
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 8:30 pm

א בריק אין מאסקעווע רוסלאנד האט זיך איבערגעבראכן בעת ווען ס׳האבן זיך דערויף געפונען פילע מענטשן פאר א חעפּינאָיער פייערונג. בלויז פינעף מענטשן זענען געשעדיגט געווארן.

קליפיטש קרעדיט: הרוצה בעילום ניקו

דראפבאקסגוגל דרייוו

———

יענער פרעגט מיר, אויב כ׳פארשטיי וויזוי ס׳איז מעגליך אז בלויז 5 זענען פארוואנדערט געווארן. די תירוץ איז פשוט, א קשיא אויף א מעשה.

למען האמת אבער, למשל דא אין אמעריקא אויב געשענט אזאנס וואלט דאס געפירט אז אלע פענער זאלן גענידערט ווערן אויף האלב, די FDR וואלט געווען פארשלאסן פאר 3 חדשים, א טראגעדיע פון וואס 762 מענטשן זענען געשעדיגט געווארן. ווייל אפילו דער וואס איז געשטאנען 70 מייל אוועק קען באשליסן אז זיין פינגער קיצלט אים, אזוי ארום צו קלאגן די סיטי.

דער איירכעטעקטאר וואס האט דיזיינד דעם בריק וואלט פארלוירן די לייסענס איבערנאכט, זיינע ביזנעסער וואלטן געווארן געאודיט פאר די קומענדע דרייצן יאר, און וואלט אויסגעשטאנען א געלט שטראף פון 50 מילאון דאלער, ביסיידס אלע לא סוט׳ס, זיינע קינדער וואלט מען ארויסגעווארפן פון די מוסדות.

למעשה האטעס פאסירט אין רוסלאנד, דארט עגזעסטירט נישט די אלע קרעעפּ. איז בלויז די וואס זענען פארוואנדערט געווארן קענען קאנסירערט ווערן ״געאינדזשערד״.

כ׳וועל דיר זאגן נאכמער, אויס מיינסטע אז דאס איז אבסעלוט פאזעטיוו, ש׳ממש אזוי, ס׳איז מעגליך אז עימיצער איז גאר אוגענומען פונעם צוזאמפאל, נאר די רעגירונג האט סייווי געזיכט פטור צו ווערן פון יענעם, סאו הייסט עס נישט קיין טראגעדיע בכלל.

א גוטן.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 8:33 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א גוטן.

:lol: :lol:
די פאנטש ליין!
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 537
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 8:48 pm

איראניש שפילט פון אונטן דער רוסישער אנטעם (הימנע בלע״ז).

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 10:30 pm

ס'איז א פלעזשער צו ליינען דיינע נייעס

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4790
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 10:35 pm

א דרייווער איז ארעסטירט געווארן ביים גרעניץ פון מאראקא ביים פראבירן צו שמוגלען און אריבערפירן אומליגאלע געווירצן פון אפריקע קיין יוראפ.

ביים אפגעשטעלט ווערן ביי די גרעניץ טשעק פוינט האבן די גרופע וועכטער תיכף פארדעכטיגט אז די צוויי מאטראצן ארויפגעבינדן אויפן דאך פונעם SUV זענען נישט געמאכט פאר בעטן!

אומר וחושד, זיי האבן אפיר געהאלטן דעם דרייווער ביי די זייט, אויפגעבינדן זיין לאוד, אראפגענומען און עס אויפגעשניטן. און Wאאאאאאפפפפססססססענייעס!

דראפבאקסגוגל דרייוו

ס׳ווערט גרינטליך געזיכט עסקנים זאלן גיין פרעגן די צוויי חברה ווזוי זיי פילן, און אויב ברויכן זיי עלעס צו טרינקן. ווייל ווי ס׳קוקט אויס ווייסן זיי ניטאמאל אויף וועלכער פלאנעט זיי געפינען זיך. איינער פארשטייט פארוואס ער פיצט זיך אפילו אפ פון די ווייסע שטויב?.. וואסע שלעכט וויזוי ס׳איז!? חמאנע לצלן.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 10:56 pm

געהעריג גזל שינה

פראהביטש
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 10:59 pm

טשאדעלע ביסט געבאלדיג!! כ'מיין די בריק אין רוסלאנד האט טראמפ אינטערגעשטעלט

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3168
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 11:04 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א דרייווער איז ארעסטירט געווארן ביים גרעניץ פון מאראקא ביים פראבירן צו שמוגלען און אריבערפירן אומליגאלע געווירצן פון אפריקע קיין יוראפ.

ביים אפגעשטעלט ווערן ביי די גרעניץ טשעק פוינט האבן די גרופע וועכטער תיכף פארדעכטיגט אז די צוויי מאטראצן ארויפגעבינדן אויפן דאך פונעם SUV זענען נישט געמאכט פאר בעטן!

אומר וחושד, זיי האבן אפיר געהאלטן דעם דרייווער ביי די זייט, אויפגעבינדן זיין לאוד, אראפגענומען און עס אויפגעשניטן. און Wאאאאאאפפפפססססססענייעס!

דראפבאקסגוגל דרייוו

ס׳ווערט גרינטליך געזיכט עסקנים זאלן גיין פרעגן די צוויי חברה ווזוי זיי פילן, און אויב ברויכן זיי עלעס צו טרינקן. ווייל ווי ס׳קוקט אויס ווייסן זיי ניטאמאל אויף וועלכער פלאנעט זיי געפינען זיך. איינער פארשטייט פארוואס ער פיצט זיך אפילו אפ פון די ווייסע שטויב?.. וואסע שלעכט וויזוי ס׳איז!? חמאנע לצלן.


OMG דאס איז הילעריעס

טענקס טשאדי פאר דיינע שטענדיגע שמאלציגע באריכטן

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1081
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 11:05 pm

חמאנע לצלן, וואס דער ברענגט אונז נאר צאם דא.
דער סערווער איז צו שנעל, ממילא ביטע זיכט נישט איצטע

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג דעצמבער 31, 2018 11:51 pm

געמיינט איך וועל זעהן ווייסע געווירצן...

טשאדי, יאר די בעסט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דינסטאג ינואר 01, 2019 12:12 am

אמאאאל געווען א טשאדעלע באדעלע...

כאניש קיין אנונג פון וואס פאר אמאל דו רעדסט, אבער ביינונז אויפן וועלטעל לעבט און לאכט א טשאדעלע באדעלע אויף אלע באקן..

טשאדעלע, זעה נאר ממשיך צו זיין די סטארי טעלינג מנהג, וואס די האסט מקבל געווען פון דיינע עלטער זיידעס און באבעס אזש ס'זאל גיין א רויע.. אפפס איך מיין צו זאגן א געלעכטער.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1854
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג ינואר 01, 2019 12:36 am

יאצמעך האט געשריבן:געמיינט איך וועל זעהן ווייסע געווירצן...

טשאדי, יאר די בעסט.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג ינואר 01, 2019 2:29 am

א חידוש אז מהאט זיי דערווישט ביים לעבן. שכח טשאדי.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג ינואר 01, 2019 9:12 am

נעבעך, די פנימער דארטן דערציילן אלעס, ייש״כ פארן ברענגען.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20688
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 01, 2019 9:22 am

ס'קוקט אויס ווי די ווייסן וואס זיי זוכן, ובכן ווערט עס געהעריג פילמירט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג ינואר 01, 2019 10:00 am

בציון רבינו באומן התקיים הבוקר שמחת הברית מילה לבנו של ר' מיכאל גודריטש – שמו של הרך הנימול 'נ נח נחמ נחמן מאומן'...
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג ינואר 01, 2019 10:06 am

משה11 האט געשריבן:בציון רבינו באומן התקיים הבוקר שמחת הברית מילה לבנו של ר' מיכאל גודריטש – שמו של הרך הנימול 'נ נח נחמ נחמן מאומן'...

בוצין בוצין מקטפיה ידיע...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג ינואר 01, 2019 10:17 am

משה11 האט געשריבן:בציון רבינו באומן התקיים הבוקר שמחת הברית מילה לבנו של ר' מיכאל גודריטש – שמו של הרך הנימול 'נ נח נחמ נחמן מאומן'...

מ מש משו משוגע משוגע מעטארע

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4790
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג ינואר 01, 2019 10:22 am

אוי וויי נעבך. ביטול היש שוין ביים ברית!? זה הקטן גדול יהיה, וואס וועט ער אבער דאמאלטס מבטל זיין?

כ׳שוין אבער נישט דעם יונגל, ווייל אויב זיין טאטע איז אזוי משוגע בינעך זיכער אז ער וועט זיין אויסערזיך גליקלעך מיט זיין שיינע נאמען.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג ינואר 01, 2019 10:27 am

משה11 האט געשריבן:בציון רבינו באומן התקיים הבוקר שמחת הברית מילה לבנו של ר' מיכאל גודריטש – שמו של הרך הנימול 'נ נח נחמ נחמן מאומן'...

https://www.dropbox.com/s/zbbpzrkx5w9jd ... ..mp4?dl=0
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1486
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג ינואר 01, 2019 10:30 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:אוי וויי נעבך. ביטול היש שוין ביים ברית!? זה הקטן גדול יהיה, וואס וועט ער אבער דאמאלטס מבטל זיין?

כ׳שוין אבער נישט דעם יונגל, ווייל אויב זיין טאטע איז אזוי משוגע בינעך זיכער אז ער וועט זיין אויסערזיך גליקלעך מיט זיין שיינע נאמען.

זאג נאר פארן קינד ער זאל קיינמאל נישט אדורך גיין די TSA אין קאלעפארניע. אויב יא וועט ער אויסקיקן ווי ABCDE און די גאנצע מידיע וועט שמועסן פון אים... :lol:

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4790
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג ינואר 01, 2019 10:45 am

ביי די מזרחי׳ס, מתנחלים און נאך אזאנע, קעמען געבן אזאנע צודרייטע נעמען ווי ״טרעקטאר טרעילאר״.. עע נישט ממש, אבער בערך.

איז אמאל געקומען אזא איינער און אנגעפרעגט א רב וויזוי מ׳שרייבט עפעס א נאמען, צו מיט א ״ע״, אדער א ״א״, כ׳ווייס נישט גענוי אויף וועלכע נאמען זיין שאלה איז געווען, ס׳איז אים נוגע געווען פאר א כתיבה.

האט אים דער רב גע׳ענפערט, ״קענסט עס שרייבן וויזוי די ווילסט נאר, ס׳איז נישט קיין נאמען סייווי״.

[כ׳ווייס נישט אויב די מעשה איז אמת, א גוטס איזעס אבער.]
די קראך פון די פיקל.. יוי..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בין ישראל לעמים, מצפה לישועה, רואיג!, שטיל און 47 געסט