טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20707
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג דעצמבער 02, 2018 12:03 pm

ס'נישט פאפולער? בלאש טשעבליעס בלייבט יא?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5217
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג דעצמבער 02, 2018 10:40 pm

אינטערעסאנט. איך האף בלאש בלייבט זינט איך ניץ עס פאר קידוש שוין א לאנגע צייט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג דעצמבער 02, 2018 10:50 pm

נאר רעד טשעבליס גייט אראפ פון טיש

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 02, 2018 11:17 pm

א פיקאפ טרעקל איז היינט שטעקן געבליבן אויף א רעיל_ראוד קראסינג אין טוסאן אריזאונע, און איז צושמעטערט געווארן פונעם שנעל לויפענדע באן וואס איז אנגעקומען סעקונדע׳ס דערויף.

ס׳איז נישט באקאנט פינקטליך אין וואס דער טרעקל האט זיך אנגעשטויסן וואס האט אים בשום אופן נישט פריי געלאזט, איך שיהי׳, דער באן קאנדאקטער וואס האט צוגעזעהן אין וואס זיין באן גרייט זיך אריינצובייסן, האט מיט זיין גרויסער פייפער היסטעריש אויסגעשריגן א הויכע ברכה. פונעם צווייטן זייט האט דער קאר נאך באוויזן אויסצופליקן זיינע רעדער אין זיינע לעצטע סקונדעס פון איר עקזעסטירונג.

דער דרייווער פונעם טרעקל האט געהאט שכל ארויסצושפרינגען ממש די לעצטע רגע ביפאר יציאת נשמה.

דראפבאקסגוגל דרייוו
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג דעצמבער 02, 2018 11:43 pm

שרעקעדיג! די קולות פון די ציקוקער לייגט נאך צו צום מצב.

שכח טשאדי פאר די באריכטן מיט די בייגעלייגטע לינקעס. שוין לאנג נישט באדאנקט...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:00 am

יאצמעך האט געשריבן:שרעקעדיג! די קולות פון די ציקוקער לייגט נאך צו צום מצב.

שכח טשאדי פאר די באריכטן מיט די בייגעלייגטע לינקעס. שוין לאנג נישט באדאנקט...

גא מ
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
פון ר"ח אדר אן דארף מען שוין נישט לייגן קיין סמייליס צי שמייכלן מ'מעג שוין אליינס לאכן אין שמייכלן ווען מ'וויל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג דעצמבער 09, 2018 9:35 pm

טיילאנד - א 27 יעריגער שלימזל האט עטליכע טעג צוריק געהאט א ביטערן דורכפאל ביים פראבירן צו בארויבן א צירינג געשעפט, ווען דער טויער צו וואס ער איז צוגעלאפן ווילענדיג אנטלויפן איז געווען פארשלאסן.

דער דורכפאל פון א מענטש, וואס האט פארלוירן זיין דזשאב עטליכע טעג פאר זיין גניבה פריוו, האט באשלאסן ארויסצוגיין זיכן ווי ער קען מאכן אביסל כשר געלט, אפילו אויב ס׳וועט זיך צו דעם אויספעלן דורכצופירן א גניבה.

ער האט אריין שפאצירט צו א לאקאלע צירינג געשעפט, ווי דער בעה״ב האט אים ווארעם באגריסט. דער געשעפטס׳מאן האט פארגעשטעלט עטליכע פון זיינע שרשרות זהבים, און דער ׳קאסטעמער׳ האט גענומען איינע פון די קייטלען און זיך עס אנגעטאן, זיכער צומאכן אז ס׳סייז פאסט פאר אים.

פליצלונג האט דער שׁנאָק ארויסגענומען זיינע פיס און א שפרינג געטאן צום טיר, ווילינדיג אפטראגן מיטן קייטל אנגעטאן אויפן האלדז. למעשה נאכן זיך באגעגענען מיטן פארשלאסענעם טיר, איז ער געצווינגען געווען צו מאכן א באו בשלום, און מיט א פארשעמטער פנים שיין אראפגעלייגט דעם קייטל אויפן טיש צוריק.

דער בעה״ב, זייענדיג א ארענטליכער מאן, האט אבער זייער געשוינט דעם שלימזל נאך זיין דורכפאל, האט ער תיכף זיך פארבינדן מיט די פאליציי וואס זענען טאקע אנגעקומען מינוטן דערויף, און זיי האבן צוגעשטעלט פארן גנב א ׳ברעיסלעט׳ וואס פאסט זיך אויף זיינע ביידע הענט.

#סוף גנב לקייטלעך.

דראפבאקסגוגל דרייוו
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » זונטאג דעצמבער 09, 2018 11:00 pm

צוקער
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג דעצמבער 09, 2018 11:48 pm

אז מען פראביר צו מאכן כשר געלט פון ארענטלעכע געשעפט לייט....

טשאדי עז יוזשיועל!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1432
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 5:04 pm

טשאדעלע, דיין באריכט איז מיר אסאך מער אינטערסאנט ווי די קליפטשיג !

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 7:00 pm

נישט פשוט האט געשריבן:טשאדעלע, דיין באריכט איז מיר אסאך מער אינטערסאנט ווי די קליפטשיג !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » מאנטאג דעצמבער 10, 2018 11:08 pm

טשאדעלע דיין שפראך ווי אזוי די דערצייעלסט א שטיקל נייעס איז a-1 קיעפ איט אן
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » מיטוואך דעצמבער 12, 2018 12:30 am

זייער קלוג האט געשריבן:טשאדעלע דיין שפראך ווי אזוי די דערצייעלסט א שטיקל נייעס איז a-1 קיעפ איט אן

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 3:48 pm

א גרופע גנבים האבן זיך אין די טינקלקייט פון די נאכט איינגעבראכן און בארויבט א באנק אין אוסטראליע. זיי האבן זיך באניצט מיט א ספעציעלע שליסל וואס קען עפענען יעדע סארט שלאס, און אזוי זענען זיי אריין דורכן דרך המלך.

דראפבאקסגוגל דרייוו
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 4:31 pm

איך האב פאר א סעקונדע געמיינט אז דו האסט פארגעסן קאמעדי
אשרי מי שלא חטא ומי שחטא ישוב וימחול לו (קרעדיט: חסידים ואנשי מעשה)

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 5:02 pm

ווי אזוי אנטלויפט מען נאכדעם מיט אזא בילדאזער אין וואס טוט זיך מיט די גערודער וואס דעס מאכט ?

אוואדי נישט פארגעסן צי מאכן גערודער אין זיך באדאנקאן פאר טשאדעלע פאר די געשמאקע באריכטן אין א טשויס פון קליפין
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
פון ר"ח אדר אן דארף מען שוין נישט לייגן קיין סמייליס צי שמייכלן מ'מעג שוין אליינס לאכן אין שמייכלן ווען מ'וויל

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1432
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 5:26 pm

ביים ליינען די באריכט האביך געמיינט אז די ביסט נייאיוו אז סאיז דא א שליסל וואס קען עפענען יעדע טיר. יעצט בין איך נייאיוו.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2917
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 6:21 pm

טשאדעלע - ביזט גוט ביז גאר!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 10:05 pm

טשאדעלע!!!!!!!!!!!! ווי נעמט מען אחריות אזוי וויי צו טאן א איד אין זיינע מילצן?!....
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2018 10:18 pm

ליסן אין אסטראליא קען עס פארקומען
שכח טשאדי באדי
אלץ מיט א שמייכל נאר מיט קאך לא תשקאך . ,

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 12:56 pm

פאליציי פון יוסטון טעקסאס האבן ריליסד א ווידיאו וואס צייגט וויזוי א שווארצער מאן פראבירט צו בארויבן א פאָר_אדורך באנק טעלער.

ווי מ׳זעהט אויפן קליפ וואס א סערוועיליענס קעמערא האט אפגעכאפט, האצעך דער פארברעכער אפגעשטעלט מיט זיין קאר, ארויסגעקומען און זיך אריינגעבויגן אונעם קליינעם פענסטער׳ל ווי די טעלער שטייט, און מיט א אויסגעשטרעקטן ביקס פראבירט צו מאכן א לחיים.

למעשה האט דער גרויסער טעלער זיך קנאפע דערשראקן פונעם קליינעם ביקס, אנשטאטס אנטלויפן און אויסמיידן א פיצי בולעט וואס קען אים אוועקלייגן, האט ער צוגעשפרינגען צום פענסטער און פראבירט ארויסצובאקומען דעם ביקס פונעם פארברעכער׳ס האנט.

דער לא יצלח האט זיך דערשראקן אז יענער האצעך נישט דערשראקן. האט ער שנעל צוריק געטרויטן, געהויבן רעדער און אנטרינען.

דראפבאקסגוגל דרייוו
לעצט פאראכטן דורך טשאדעלע באדעלע אום מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:14 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פאליציי פון יוסטון טעקסאס האבן ריליסד א ווידיאו וואס צייגט וויזוי א שווארצער מאן פראבירט צו בארויבן א פאָר_אדורך באנק טעלער.

ווי מ׳זעהט אויפן קליפ וואס א סערוועיליענס קעמערא האט אפגעכאפט, האצעך דער פארברעכער אפגעשטעלט מיט זיין קאר, ארויסגעקומען און זיך אריינגעבויגן אונעם קליינעם פענסטער׳ל ווי די טעלער שטייט, און מיט א אויסגעשטרעקטן ביקס פראבירט צו מאכן א לחיים.

למעשה האט דער גרויסער טעלער זיך קנאפע דערשראקן פונעם קליינעם ביקס, אנשטאטס אנטלויפן און אויסמיידן א פיצי בולעט וואס קען אים אוועקלייגן, האט ער צוגעשפרינגען צום פענסטער און פראבירט ארויסצובאקומען דעם ביקס פונעם פארברעכער׳ס האנט.

דער לא יצלח האט זיך דערשראקן אז יענער האצעך נישט דערשראקן. האט ער שנעל צוריק געטרויטן, געהויבן רעדער און אנטרינען.

דראפבאקסגוגל דרייוו

כ'האב עס 3 מאל איבערגעקוקט אולי וועל איך טרעפן א מענטש, א מייז אדער א שלאנג גאר (קען איך מיר אויסרעכענען מיטן טשאדעלע...) אבער זילטש .

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:16 pm

nmi האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פאליציי פון יוסטון טעקסאס האבן ריליסד א ווידיאו וואס צייגט וויזוי א שווארצער מאן פראבירט צו בארויבן א פאָר_אדורך באנק טעלער.

ווי מ׳זעהט אויפן קליפ וואס א סערוועיליענס קעמערא האט אפגעכאפט, האצעך דער פארברעכער אפגעשטעלט מיט זיין קאר, ארויסגעקומען און זיך אריינגעבויגן אונעם קליינעם פענסטער׳ל ווי די טעלער שטייט, און מיט א אויסגעשטרעקטן ביקס פראבירט צו מאכן א לחיים.

למעשה האט דער גרויסער טעלער זיך קנאפע דערשראקן פונעם קליינעם ביקס, אנשטאטס אנטלויפן און אויסמיידן א פיצי בולעט וואס קען אים אוועקלייגן, האט ער צוגעשפרינגען צום פענסטער און פראבירט ארויסצובאקומען דעם ביקס פונעם פארברעכער׳ס האנט.

דער לא יצלח האט זיך דערשראקן אז יענער האצעך נישט דערשראקן. האט ער שנעל צוריק געטרויטן, געהויבן רעדער און אנטרינען.

דראפבאקסגוגל דרייוו

כ'האב עס 3 מאל איבערגעקוקט אולי וועל איך טרעפן א מענטש, א מייז אדער א שלאנג גאר (קען איך מיר אויסרעכענען מיטן טשאדעלע...) אבער זילטש .

טשאדעלע. מ'האט דיר געפאקט. טשעק אויס די גוגל דרייוו לינק...

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:20 pm

שוין פאראכטן. מעסאַרי.

אגב, פאר א דיסקריפציע פונעם בטעות געלייגטע קליפ זעה דא
די קראך פון די פיקל.. יוי..

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4840
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג דעצמבער 20, 2018 12:08 am

שוין ווידער א מאנסע מיט א באניקע וואס האט געמיזט אדורך געפארן פונקט דארט ווי עימיצער, א לאנגע טרעילאר איז שטעקן געבליבן. דאס מאל אין טעקסעס.

דער פלאכער_אינטן האצעך אין עפעס פארהאנקערט און זיך נישט געקענט ארויסזעהן, דער באניקע האט, א_ווי זיין חבר פארגאנגענע וואך אין אריזאונע געהאקט מיטן גלעקל בינג בינג בינג, ס׳האט אבער נישט אויפגעטאן מער ווי פארטרייבן עטליכע פייגלען.

דער באן האט אריינגעשמעטערט און מיטגענומען דעם גאנצער טרעילאר, והגלילות. פונעם טראק איז נישט געבליבן מער ווי א הויפן מעטאלנע שטיקער, גענוג און נאך פאר די וואס נעמען צוזאם דיזע זאכן. דער דרייווער איז אבער יא ארויס באצייטענס.

דער קליפיטשע.

דראפבאקסגוגל דרייוו
די קראך פון די פיקל.. יוי..


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איד_איד, אלי' מקוה יוד, בארג, וויכטיג מאכער, יאנקעל פעדראטשיק, יישר כח, נא_שכל, שלום הצינורות און 40 געסט