טעגליכע קורצע אינטערסאנטע נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 7:04 pm

כ׳האב דירעקט געשריבן אזוי.. אויב דער דרייווער האט איבערגעלעבט זאל ער זיך איינרעדן אז עימיצער האט אנגענומען זיין גרסי פון די מעשה
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 468
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

תגובהדורך קניידל פארעם » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:53 pm

@כאפצעם, אונז דארף מיר טשאדעלע זאל מעלדן די נייעס דייקא אויף אזא מין אופן, דאס איז א חלק פון די אינטערעסאנטקייט פון די נייעס.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:30 pm

מען מעג דא באריכטן די שווינדל אין ארץ ישראל פון טיקעטס קיין אומאן??
לעצט פאראכטן דורך שטיין אום דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:33 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Have it in mind don't be right be smart

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:31 pm

שטיין האט געשריבן:מען מעג דא באריכטן די שווינדל אין ארץ ישראל פון טקעטס קיין אמאן??

צ"ל טיקעטס קיין אומאן
אמאן איז א אראבישע לאנד אין די מיטל מזרח
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

בעקיטשע
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 12:51 am

תגובהדורך בעקיטשע » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 8:58 pm

שטיין האט געשריבן:מען מעג דא באריכטן די שווינדל אין ארץ ישראל פון טיקעטס קיין אומאן??

א שאלה איז טרייף!
דו גיב איבער דעם באריכט, אז ס'וועט אויספעלן וועט מען שוין קער נעמען.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:31 pm

שטיין האט געשריבן:מען מעג דא באריכטן די שווינדל אין ארץ ישראל פון טיקעטס קיין אומאן??

פארוואס נישט?
אוודאי. נו לאמיר הערן.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2540
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:55 pm

איינער האט צוזאמענגענומען געלט פאר צוויי טויזענט טיקעטס, און ער איז נאכנישט אנגעקומען צו קויפן די טיקעטס פאר די מענטשן זיינען אנגעקומען אין לופטפעלד צו קענען פליען קיין אומאן
בוי זיך זעלבסט

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:19 pm

צו געזונט האט געשריבן:איינער האט צוזאמענגענומען געלט פאר צוויי טויזענט טיקעטס, און ער איז נאכנישט אנגעקומען צו קויפן די טיקעטס פאר די מענטשן זיינען אנגעקומען אין לופטפעלד צו קענען פליען קיין אומאן

ער האט פשוט נישט אנגעיאגט די ארבעט צוליב די גרויסע טרענזעקשאנן'ס וואס זענען אריין צו זיין בענק אקאונט האט אים זייער אנגעשטרענגט...
ער האפט אז אלעס וועט זיין בסדר אין א וואך צוויי :lol: :lol:

בד"וו ס'נישט די ערשטע שווינדל היי יאר
כ'האב שוין איינגעמאלדן פאר מיין בעלעבוס אז איבער'ס יאר אי"ה האב איך א אנדערע זשאב אויפן זוממער

#מניעות

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:24 pm

יאפ ליידער ליידער היימשע ינגערלייט
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:28 pm

*טויזענטער אידן פארכאפט אין אומאן שווינדל*
_פון גמליאל כ"ץ_

ירושלים - די מדינת ישראל פאליציי האט געעפנט א דרינגליכע אויספארשונג, נאכדעם וואס מער ווי צוויי טויזנט היימישע אידן וואס האבן געמאכט פלענער צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און זענען אריינגעכאפט געווארן אין א פאלשע טיקעט שווינדל. עס זעהט אויס, ווי איבער א מיליאן דאלער ווערט פון פארקויפטע טיקעט, זענען געווען פאלש.

די אויטאריטעטן האבן אנגעהויבן אריינצוקוקן אין די פראבלעם, נאכדעם וואס צוויי מענטשן האבן זיך אפגערעדט אז זיי האבן באצאלט $635 פאר יעדע טיקעט צו "אירופנים", און זענען געמאלדן געווארן געווארן דורך די לופטליניע א טאג פאר די פלייט, אז זייערע טיקעסט זענען גארנישט ווערד און אז זיי קענען נישט צוריקבאקומען זייערע געלד.

די צוויי הויפט פארדעכטיגטע, די צוויי 29-יעהריגע בעלי בתים פון די אירופנים (Europnim) פירמע, זענען זונטאג ארעסטירט געווארן. א דריטער איז ארעסטירט געווארן מאנטאג אין די בן גוריון‎ לופטפעלד, פרובירנדיג צו אנטלויפן פון לאנד.

זעהט נאך עקסקלוסיווע אינפארמאציע און בילדער: https://www.yiddish.news/2018/09/Europnim-Swindle.html
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:32 pm

א אינצעדענט האט היינט פאסירט און ארלענדאו פלארידע ווי א הויז איז געשטאנען און וועג פון א גיגאנטישער קרעין וואס האט אראפגעטראסקעט.

אייגענטליך, ס׳איז אים בכלל נישט געשטאנען און וועג...

https://www.dropbox.com/s/373xhnmg6rvu1 ... 6.mp4?dl=0
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:34 pm

די אומאן שווינדל נייעס איז שוין באריכטעט געווארן פריער און טאג דא אונעם אומאן אשכול
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:30 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א אינצעדענט האט היינט פאסירט און ארלענדאו פלארידע ווי א הויז איז געשטאנען און וועג פון א גיגאנטישער קרעין וואס האט אראפגעטראסקעט.

אייגענטליך, ס׳איז אים בכלל נישט געשטאנען און וועג...

https://www.dropbox.com/s/373xhnmg6rvu1 ... 6.mp4?dl=0

האלב פאר דיר און האלב פאר מיר...

שכח טשבאדעלע פאר די באריכטן.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16481
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:35 pm

א קאושער קוק מעסערל?

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:42 pm

יוראפ האט געשריבן:א קאושער קוק מעסערל?

איך בין נישט זיכער, אבער קיין טבילה איז זיכער ניט געוועזען...
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 11:42 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א אינצעדענט האט היינט פאסירט און ארלענדאו פלארידע ווי א הויז איז געשטאנען און וועג פון א גיגאנטישער קרעין וואס האט אראפגעטראסקעט.

אייגענטליך, ס׳איז אים בכלל נישט געשטאנען און וועג...

https://www.dropbox.com/s/373xhnmg6rvu1 ... 6.mp4?dl=0

Wow!
אינטערעסאנט! אזוי גוט אויסגערעכנט ביים בויען די הויז, געמאכט פונקט גענוג פלאץ און דער קרעין איז אריין טאקע פונקט אין זיין באשטומטע לאך!
#אינדזשענעריניג...
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
נתן אייזיקסאן
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 9:29 am
פארבינד זיך:

מאַן קראַכט אַריין אין פאַקס געביידע באַוואוסטזיניג

תגובהדורך נתן אייזיקסאן » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:16 am

טעקסאס - א פארשוין האט עטליכע מאל אריינגעקראכט זיין פּיקאָפּ-טראָק אין די געביידע פון "פאַקס 4 קעי-די-עף-דאבעליו" נייעס אגענטור און דאַלאַס, און דאן ארויסגעשפרינגן פון טראק און אנגעהויבן צו שרייען.

די געביידע איז עוואקואירט געווארן, נאכדעם וואס דער פארשוין האט איבערגעלאזט א פארדעכטיגטער פעקל. די פאליציי האט ארעסטירט דעם דרייווער, פאר די בייזוויליגע אטאקע.

(זעהט בילדער און ווידיאס)

בילד

קרעדיט: אידישע נייעס

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3251
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 9:20 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:א אינצעדענט האט היינט פאסירט און ארלענדאו פלארידע ווי א הויז איז געשטאנען און וועג פון א גיגאנטישער קרעין וואס האט אראפגעטראסקעט.

אייגענטליך, ס׳איז אים בכלל נישט געשטאנען און וועג...

https://www.dropbox.com/s/373xhnmg6rvu1 ... 6.mp4?dl=0

א נייע מעסער לכבוד ראש השנה
@החותך חיים לכל חי

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3571
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:39 pm

עפעס א יעניגער און אוקריינע האט געכאפט א נאפּעץ אינמיטן דרייוו׳ן זיין ווען, פליצלונג האט ער זיך אויפגעוועקט און זיך דערזעהן אהן נעגל וואסער.

https://www.dropbox.com/s/6rcuckgo3bu0v ... 3.mp4?dl=0

#מזל ווי א... טראמפ
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 11:55 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:עפעס א יעניגער און אוקריינע האט געכאפט א נאפּעץ אינמיטן דרייוו׳ן זיין ווען, פליצלונג האט ער זיך אויפגעוועקט און זיך דערזעהן אהן נעגל וואסער.

https://www.dropbox.com/s/6rcuckgo3bu0v ... 3.mp4?dl=0

#מזל ווי א... טראמפ

און ער גיבט נאך אן ענדיג צו די וואטסאפ מעסעדש וואס ער'ט געהאלטן אינמיטן שרייבן...
אדער שיקט ער יעצט ארום זיין סטעטוס...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 10:21 am

שטיין האט געשריבן:*טויזענטער אידן פארכאפט אין אומאן שווינדל*
_פון גמליאל כ"ץ_

ירושלים - די מדינת ישראל פאליציי האט געעפנט א דרינגליכע אויספארשונג, נאכדעם וואס מער ווי צוויי טויזנט היימישע אידן וואס האבן געמאכט פלענער צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, און זענען אריינגעכאפט געווארן אין א פאלשע טיקעט שווינדל. עס זעהט אויס, ווי איבער א מיליאן דאלער ווערט פון פארקויפטע טיקעט, זענען געווען פאלש.

די אויטאריטעטן האבן אנגעהויבן אריינצוקוקן אין די פראבלעם, נאכדעם וואס צוויי מענטשן האבן זיך אפגערעדט אז זיי האבן באצאלט $635 פאר יעדע טיקעט צו "אירופנים", און זענען געמאלדן געווארן געווארן דורך די לופטליניע א טאג פאר די פלייט, אז זייערע טיקעסט זענען גארנישט ווערד און אז זיי קענען נישט צוריקבאקומען זייערע געלד.

די צוויי הויפט פארדעכטיגטע, די צוויי 29-יעהריגע בעלי בתים פון די אירופנים (Europnim) פירמע, זענען זונטאג ארעסטירט געווארן. א דריטער איז ארעסטירט געווארן מאנטאג אין די בן גוריון‎ לופטפעלד, פרובירנדיג צו אנטלויפן פון לאנד.

זעהט נאך עקסקלוסיווע אינפארמאציע און בילדער: https://www.yiddish.news/2018/09/Europnim-Swindle.html


איך ווייס נישט אויב ס'איז נאר איך, אבער עפעס שטימט מיר נישט מיט די מעשה. אפשר קען איינער בעסער מסביר זיין?

א קאמפאני - א לעגיטימע קאמפאני, וואס איז נישט באשאפן געווארן איבער נאכט נאר זיי זענען אין ביזנעס שוין א שטיק צייט, האט באשלאסן צו סתם גנבנ'ן א מיליאן דאללער, אויף אן אופן וואס ס'איז קלאר אז מ'ווייסט ווער זיי זענען, און מ'ווייסט וואו זיי זענען, און אז זיי קענען זיכער שפארן דעם געשעפט ווען מ'ווערט דאס געוואויר, און ס'איז זיכער אז מ'גייט געוואויר ווערן. עפעס שטימט מיר נישט.

ס'זעהט מער אויס עכ"פ אין מיינע אויגן ווי א דורכגעפאלענע פראוו פון זיי צו באקומען עפעס טיקעטס מיט א טריק וויאזוי צו מאכן מער געלט, אבער נישט א לכתחיל'הדיגע גניבה. נאך איינער זעהט עס אזוי? אדער קען איינער בעסער מסביר זיין וואס איז פארגעקומען?

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 10:44 am

ווער זאגט אז עס איז א לעגיטימע קאמפני
די ווייסט אזוי ? ווי איך פארשיי האבן זיי פשוט אדוועטייזט אז זיי האבן זייער בילגע טיקעטס און אולם גוילם האט געקויפט
Have it in mind don't be right be smart

אוועטאר
נתן אייזיקסאן
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2018 9:29 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך נתן אייזיקסאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:19 am

אבוויעסלי איז עס א אנגייענדיגע אויספארשונג, און די רעזולטאטן זענען אומבאקאנט. איך האב גראדע געהערט פארשידענע אינפארמאציע, אבער אין שפיר נישט באקוועם מיט די פארלעסליכקייט דערפון, האב איך מיך צוריקגעהאלטן עס צו ארויסלייגן.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 11:34 am

גערעכט. אויב איז עס נאר א קאמפאני וואס איז אויפגעשווימען יעצט, שטימט עס בעסער. איך האב נאך נישט געהערט די נאמען בעפאר.

משה בעלז
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

בראזיל - רעכטער פראנט רוננער קאנדידאט פאר פרעזידענט געשטאכן

תגובהדורך משה בעלז » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:49 pm

בראזיל - רעכטער פראנט רוננער קאנדידאט פאר פרעזידענט געשטאכן ביי א קאמפעין ראללי
לעצט פאראכטן דורך משה בעלז אום דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], Majestic-12 [Bot], אור, איך ווייס בעסער..., אמביציע, הרב_שלום, יש ברירה, כתמר יפרח, נו שוין, נעכטן, פאליק, פייווישעל און 55 געסט