באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 9:12 am
זיי פארמאכן נאר די סטאר אין מאנהעטן, זייער וועבזייטל בלייבט אפן.
Advertisement
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 9:42 am
BORO PARK: Many school buses from Yeshivos and Schools didn't start this morning, after at least 1 of their batteries were stolen overnight.
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:28 am
לכתחילה אריבער האט געשריבן:"J & R מוזיק און קומפיוטער וועלט" אריבער די ברוקלינער בריק, שפארט אפ!! מארגען איז די לעצטע טאג.
זיי האבן זיך געוואנדן צו פאקוס קעמרע אז ער זאל אפקויפן דאס געשעפט, אבער ער האט דאס צוריקגעוויזן (נישט פארמישן מיט פאקוס עלעקטראניקס)
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 11:03 am
green האט געשריבן:BORO PARK: Many school buses from Yeshivos and Schools didn't start this morning, after at least 1 of their batteries were stolen overnight.
פאריגע וואך האציך געטאהן א רעדער געשטעכעריי אויף באסעס אין ב"פ.
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 1:01 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:זיי פארמאכן נאר די סטאר אין מאנהעטן, זייער וועבזייטל בלייבט אפן.
אזוי? קוקט אויס נאך א קרבן פון די אינטערנעט שאפינג עפאכע.
גראדע האבעך ערגעץ געליינט - גיי געדענק ווי - אז א געוויסע גרויסע אנליין פירמע גייט עפענען ספעציעל א געשעפט נישט צו פארקויפן, נאר פאר א "שאו רום"! ווי באוויסט פלאגען זיך די געשעפטן געפערליך, אז גער עולם קומט אריין קוקען די מאדעלן און דערנאך גייט מען אנליין קויפן ווייל עס איז ביליגער, און די פירמע האט גאר באשלאסען טאקע צו עפענען אזא געשעפט פאר די צוועק!
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 2:18 pm
מאנ-יימער האט געשריבן:זיי פארמאכן נאר די סטאר אין מאנהעטן, זייער וועבזייטל בלייבט אפן.
זיי האלטען נאר אפען די וועב סייט ביז ער ווערט פטור פין זיין סטאק
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 2:39 pm
private האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:זיי פארמאכן נאר די סטאר אין מאנהעטן, זייער וועבזייטל בלייבט אפן.
זיי האלטען נאר אפען די וועב סייט ביז ער ווערט פטור פין זיין סטאק
חידוש!
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 2:55 pm
די ריזען כשרע עסן פירמע "מאנעשעוויץ" איז געווארן פארקויפט. "סענקעטי עדווייזערס" האט עס אפגעקויפט און זיי האלטן אז זיי קענען פארברייטערן די קוסטעימער באזע, מיטן מאכן די "הכשר" נישט נאר א רעליגיעזע מעלה, נאר אלס א מעלה אויף קוואליטעט און ריינקייט.
עס איז שוין לאנג דא אסאך גוים וואס זיכען כשרע עסן, פאר די סיבות.
אין א זייטיגע אנעקדאוט, די פירמע "סענקעטי עדווייזערס" איז א אפטיילונג פון "בעין קעפיטאל" די פירמע וואס
מיט ראמני האט אויפגעשטעלט, און איז געווען א גרויסע אישא אין די 12' פרעזידענטליכע וואלן.
לעצט פאראכטן דורך
לכתחילה אריבער אום דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:51 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:42 pm
וועלכע פירמע?
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:52 pm
יוסף שרייבער האט געשריבן:וועלכע פירמע?
אופס "עיקר שכחתי"! שוין צוגעלייגט.
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 4:18 pm
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 6:48 pm
מחותן האט געשריבן:דער עולם האט היינט גערעדט פינעם נעכטען שיינעם סיום אין ב"פ, עמעציר דא איז דארט געווען? אפולע באריכט ביטע..
איך האניש קיין ווערטער נאכן זעהן דעם קליפ. שווערע הונדערטער בעלי בתים לערנען און חזר'ן יעדן טאג א גאנצע בלאט גמרא, און ענטפערן בחינות בעל פה?! בעלי בתים ליגן אין לערנען! מה נאמר, מחייבים את התהלים אידן.
די התרגשות איז קענטליך אויפן ציבור דארט, זעהט נאר די ריקודין אינמיטן די מעמד!
https://www.dropbox.com/s/9do6sukosf9n6 ... %D7%99.mp4
פרייטאג אפריל 11, 2014 11:01 am
א שוידערליכע פאטאלע עקסידענט אין לאס אנדזשעלעס קאלפארניע די נאכט וואס האט איבערגעלאזט 9 טויטע.
א טור באס אנגעפילט מיט סטודענטען וואס זענען געפארן אויף א 'קאלידזש טריפ' איז זיך געמיטליך געפארן אויפן איי-5 הייוועי ווען א פעדעקס טרעילאר איז אריבערגעשפרינגען דעם דעוויידער פון די אנדערע דיירעקשאן און אריינגעקראכט מיט אן אומפעט אינעם באס העד-אן און ווי אויך אין א קאר, ביידע זענען אריינגעפלויגן צו די רעכטע זייט פון די הייוועי ווי די באס האט עקספלאדירט אין א שריפה אומבראכענדיג 9 סטודענטען פונעם באס.
די באס און די טרעילאר זענען ביידע פארברענט געווארן עד הסוף.
דא אויפן הענהעלד איז מיר שווער צילייגן בילדער, ווער עס האט איז מכובד ארויפצילייגן.
פרייטאג אפריל 11, 2014 11:21 am
בילד
- עטעטשמענטס
-

פרייטאג אפריל 11, 2014 11:23 am
WOW
פרייטאג אפריל 11, 2014 11:23 am
scary
פרייטאג אפריל 11, 2014 11:24 am
פחד פחדים
פרייטאג אפריל 11, 2014 2:44 pm
private האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:ליינענדיג די נייעס האב איך זיך דערמאנט פון אלען גראס וואס זיצט נעבעך אין טורמע דארט. מ'האט אים איינגעשפארט אנגעבליך וועגן שפיאנאזש קלאגעס אז ער האט געזוכט אומצואווארפן די רעגירונג דארט. ער זאגט אז ער איז געקומען העלפן ציווילע מיט פאון ליינס.. הממ.. נאכן ליינען די נייעס האבן זיך זאכן געשטעלט אביסל אין פערספעקטיוו
גראס האט היינט אנגעהויבן א הינגער סטרייק. דאכט זיך שוין נישט די ערשטע מאל. ער זיצט שוין נעבעך פיר יאר.
אלען האט אויפגעגעבן די סטרייק אויף די בקשה פון זיין מוטער.
פרייטאג אפריל 11, 2014 6:06 pm
Wow ער האט נאך א מאמע! ווי אלט איז זי?
שבת אפריל 12, 2014 10:26 pm
I went in to a bank in Williamsburg this week
and I was surprised to see that there was two separate lines,
one with men & the other with women,
I was thinking "mi k'amchu yisroel" so frim, that in the bank there is separate lines,
then someone told me the mens line was for "Deposits Only"
while the womens line was for "Withdrawals"
שבת אפריל 12, 2014 10:29 pm
private האט געשריבן:Wow ער האט נאך א מאמע! ווי אלט איז זי?
איינאעםניינציג צו לאנגע געזינטע יארן.
זונטאג אפריל 13, 2014 4:16 am
wow!!
ווער האט געגלייבט אז ביי דעי יארן וועט מען נאך דארפן מוטשענען די קינדער צו עסן...
זונטאג אפריל 13, 2014 5:24 am
דניאל האט געשריבן:I went in to a bank in Williamsburg this week
and I was surprised to see that there was two separate lines,
one with men & the other with women,
I was thinking "mi k'amchu yisroel" so frim, that in the bank there is separate lines,
then someone told me the mens line was for "Deposits Only"
while the womens line was for "Withdrawals"
מילתא דבדיחותא
מיטוואך אפריל 23, 2014 12:39 am
יונהלע האט געשריבן:wow!!
ווער האט געגלייבט אז ביי דעי יארן וועט מען נאך דארפן מוטשענען די קינדער צו עסן...
דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:57 pm
א רעליגיעזער פארשוין פון די "סיק" רעליגיע איז אין די נייעס ווייל ער זאגט אז זיינע רעכטען ווערן פארלעצט.
אין די רעליגיע ברויך מען טראגען אזא סארט שווערד מיט זיך די גאנצע צייט (אריין אין "זאכען וואס כ'בין היינט געוואר געווארן" אשכול) און פארשטייט זיך אז אין א רעגירונג געביידע קען מען מיט אזא סארט מכשיר נישט אריין גיין.
ער איז גערופען געווארן צו דזשורי דוטי און זיי האבן אים אנגעזאגט אז ער מוז אויסטאן די מעסער ווען ער קומט אין קארט. זאגט ער אז עס איז זיין "רעכט" צו דינען אין דזשורי דוטי, און מען צווינגט אים "אויפצוגעבן זיינע רעכטען" אדער גיין קעגן די רעליגיע!
עס איז אינטערעסאנט מיטצוהאלטן, ווייל די אויסקים קען נוגע זיין פאר להבדיל אידן אויך ביי אונזערע זאכן.
אין א זייטיגע נאוט - געלעגער וואלט עס דא צוגעשריבן (איר געדענקט נאך די גוטע צייטן ווען געלעגער פלעגט שרייבן "נייעס")- איין באמטער האט זיך געלאזט הערן זאגענדיג: "די פארשוין איז סיי ווי נישט גוט פאר א דזשורער, ווייל איינער וואס פייט צו קענען גיין אין דזשורי דוטי ...... איז ל"ע נישט מיט אלעמען"....