בלאט 231 פון 286

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 6:22 am
דורך מומחה עצום
אין פענסילוועיניע איז א פעדעקס ארבעטער געשטארבן, צו די באגרעבעניש זענען געקומען איבער הונדערט פעדעקס מיטארבעטער מיט זייערע ווענס

fexed_funeral_05.jpg

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 8:13 am
דורך פליגל
אומזיסט זוץ איך און ווארט אויף מיין פעקל.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 8:35 am
דורך msp
היינט איז 70 יאהר זייט דער גרויסע עסקעיפ
the great escape

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 8:42 am
דורך בנחיים_שמואלסאן
סידאס?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 1:15 pm
דורך מומחה עצום
msp האט געשריבן:היינט איז 70 יאהר זייט דער גרויסע עסקעיפ
the great escape

ווען 76 אילירטע זעלנער/פילאטן/אפיצירן, זענען אנטלאפן פון א דייטשע לאגער דורך א 336 פוס לאנגע טונעל וואס זיי האבן געגראבן.

נאר דריי זענען אנגעקומען אהיים

ליינט דא אביסל דערוועגן

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 1:29 pm
דורך להגדיל שמו
מומחה עצום האט געשריבן:
msp האט געשריבן:היינט איז 70 יאהר זייט דער גרויסע עסקעיפ
the great escape

ווען 76 אילירטע זעלנער/פילאטן/אפיצירן, זענען אנטלאפן פון א דייטשע לאגער דורך א 336 פוס לאנגע טונעל וואס זיי האבן געגראבן.

נאר דריי זענען אנגעקומען אהיים

ליינט דא אביסל דערוועגן

האה דעס קען זיין אן אינטרעסאנטע ארטיקל, ווער וויל מנדב זיין?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 1:40 pm
דורך Gevald Geshrigen
דאכט זיך אז עס איז געווען באשריבן אין פארזעצונגען ביי שאפערס רוט אדער איינע פון די ענליכע אויסגאבעס עטליכע יאר צוריק

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 3:09 pm
דורך פליגל
פליגל האט געשריבן:אין הארלעם האט איינער נעכטן געטראפן א בעיבי איינגעוויקלט אין א קערידזש נעבן א פארק אקייגן איבער א פייער סטעישאן, דער האט אפגעשטעלט א פייער טראק וואס איז צוריקגעקומען פון א קאל און זיי האבן אריינגענומען דאס קינד אין גאראדזש ווי מ'האט'ס אפגעפירט צום לאקאלען שפיטאל ווי עס'ז אונטערזיכט געווארן און באשטעטיגט אלס געזונט און שטארק.

די געזעץ אין ניו יארק סיטי איז אז מ'קען ווען אימער ציברענגען א קינד וואס מ'ברויך נישט מער(...) צי א פייער סטעישאן (ווי עס'ז דא שטענדיג א פראפעסיאנעלע שטאב) און אן קיין געפרעגטע פראגעס וועט מען דאס איבערנעמען, אבער דא איז דאס נאר איבערגעלאזט געווארן אויפן גאס אן קיין אויפזיכט.

קיינער האט נאך נישט צוריקגעבעטן דאס קינד דערווייל.

די עלטערן זענען אפיר געקומען, זיי האבן אריינשפאצירט אין די 32'סטע פאליס סטעישאן אין הארלעם. דערווייל האט מען זיי נאכניש אנגעקלאגט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 4:15 pm
דורך מצב כללי
אין א ווידיאו וואס איז געגאנגען וויירעל זעהט מען ווי א לעבענעזאר לערער גיט רשעות'דיגע קלעפ פאר זיינע תלמידים און זיי וויינען מיט בכיות, למעשה האט מען שוין אויפגעזאגט יענעם טיטשער.
(נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס די אראבישע יוגענט וואקסן אויף טעראריסטן, אין חדר גיט מען זיי טעראריסטישע קלעפ דער טיטשער גיט זיך אויס זיין כעס אויף די תלמידים)

שרייבט שמעון ראל סארקאסטיש אז די אלע סטודענטן גייען יעצט ווערן אידן...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 4:18 pm
דורך שנאפס
דער ווידיא איז שוין אלט אפאר חדשים, אינטערעסאנט ווי יעדעס קינד פארדינט זיך פעטש דארט..

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2014 4:30 pm
דורך דער תהילים איד
מצב כללי האט געשריבן:שרייבט שמעון ראל סארקאסטיש אז די אלע סטודענטן גייען יעצט ווערן אידן...

;l;p-

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 4:27 pm
דורך לכתחילה אריבער
ווערט באריכטעד אז די הויפט רב פון איראן איז נפטר געווארן. חכם יוסף המעדני הכהן ע"ה. ער איז געווען רב זינט 94' אבער איז שוין לעצטענס געווען אין שטוב.

ווייסט איינער מער אינפא איבער אים? דא איז א בילד ווי ער טרעפט זיך מיטן איראנער פירער. דאס טרעפען איז געווען א גרויסע דורכברוך, וואס מען האט געהאפט וועט פירן צו בעסערע באציאונגען צווישען די אידן און די רעגירונג.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 4:29 pm
דורך יוראפ
וועכעלע פירער איז דאס?
און ווער נעמט איבער דאס רבנות פאסטן?

פאליטישע נייעס און נאטיצן

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 4:38 pm
דורך מצב כללי
אין קאליפארניע זענען 3 דעמאקראטישע געזעצגעבער ארעסטירט געווארן פאר'ן פארלעצן געזעצן.

סטעיט סענאטאר לילאנד יוו (Yee) ווערט אנגעקלאגט פאר'ן נעמען געלט און קאמפיין באשטייערונגען אין אויסטויש ארויסצוהעלפן מיט פאליטישע טובות פאר די באשטייערער, אזוי אויך ווערט ער באשולדיגט אין פארשפרייטן ביקסן פאר מענטשן אן לייסענס.

סטעיט סענאטאר ראן קעלדעראן ווערט אנגעקלאגט פאר'ן נעמען געלט פון מענטשן אין אויסטויש אויסצוברייטערן האליוואד טעקס קרעדיטס, ער האט זיך דערקלערט אומשילדיג אין געריכט.

סטעיט סענאטאר ראד רייט ווערט אנגעקלאגט פאר'ן ליגענט זאגן איבער זיין לעגאלע וואוינארט, זיין סענטעסינג וועט פארקומען אין מאי און שטייט אויס א מאקסימום פון 8 יאר אין טורמע.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 5:46 pm
דורך AHA
וויפיעל סטעיט סענעטארס איז דא אין קאליפארניע?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 7:04 pm
דורך זיי קלוגער
40

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 30, 2014 10:59 pm
דורך Shiala
איינער אינאך איטרעסירט אין ביקוינס?
וויפיל איך פארשטיי איז עס אן אונליין מטבע די ווערט דערפון איז ווייל סקאסט אסאך ענערגי עס צו מאכן סיז נישט טרעיסעבל אבער סיז דא א פינקטליכע חשבון וויפיל סיז דא דערפון סיז אוממעגליך צו פעלשן סארבעט מיט א שטארקע ענקריפשאן מברויך א וואלעט עס צו האלון די וואלעט ברויך זיין א פאוערפעל קאמפיוטער אדער לעפטאפ אז איינער גנבעט עס איז עס גאון מקען עס נישט צוריקבאקומען, סווערט בעיקר גענוצט פאר אונליין איליגעל סעילס, די ווערט דערפון דזאמפט כסדר סהאט זיך זייער געהויבן ווען סיז געווען אין די נייעס נאכדעם וואס מהאט אפגעשפארט א גרויסע וועבזייטל וואס האט פארקויפט אלעס אנגעהויבן פון דראגס ביז א היט אויף א מענטש, מהאט געכאפט דעם אנפירער און ביטקוינס איז געגאנגען ארויף צו איבער טויזנט א שטיקל, כעל שרייבן מער דערפון ווען כעל האבן צייט

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 31, 2014 8:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
די געוועזענע פאקיסטאנע פירער מושאראף איז אנגעקלאגט געווארן אויף "טריזען". דאס האט די פאטענשטעל צו ווערן באשטראפט מיט טויט.

בקיצור די זעלבע ווי די עגיפטער פירער'ס און אנדערע. פארוואס איינער וויל נאך זיין א פירער איז איינע פון די לענדער וואס מען טוישט פרעזידענטען ווי אונטערוועש, און דער פריערדיגער גייט אין תפיסה אדער ערגער ווייסעך נישט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 01, 2014 7:02 am
דורך msp
דעמאקראציע נוסח בני ישמעאל...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:51 pm
דורך מחותן
די פאליציי אין Paramus ניו דשערזי האט אנגעהויבן א דריי וואכען Crackdown אויף אומזיכערע דריווען, זיי פארען מיט אומבאצייכענטע קארס און זיי טיילען טיקעטס פאר רעדן אדער טעקסן אויפן סעלפאון, עסן אדער טרעינקן נישט פארזיכטיג בשעת'ן דרייווען, ליינען אדער טייפען אויף א טעבלויט, די קאמפיין איז בעיקר אויפן NJ 17. ב

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:52 pm
דורך בנחיים_שמואלסאן
עסן ביים דרייון? א נייע געזעץ אדער וואס?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:52 pm
דורך Copy Paste
private האט געשריבן:ווי איך פארשטיי איז עס א פאליטישע געווינס פארן רעפובליקען לאגער


לכאורה איז עס א געווינס פאר די דעמאקראטן, ווייל זיי קענען יעצט אויך נעמען אנלימיטעד געלט פון מיליאנערן, און נאכמער שרייען אז די רעפובליקענס ווערן דערעגירט דורך גרויסע מיליאנערן און גרויסע ביזנעסער. ע"ע סופערפעקס, ווי זיי נעמען און גרויסען און שרייען אז די רעפאבליקענס/קאנסערוואטיוון זענען שרעקליך

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2014 2:57 pm
דורך מחותן
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:עסן ביים דרייון? א נייע געזעץ אדער וואס?


נאכגעשריבען פון דא: MYFOXNY

Police in Paramus, N.J., are out in force as part of a new statewide distracted driving crackdown

We rode along with Officer John Henderson, who checked drivers on Route 17. He pulled over a man he spotted talking on his phone. The man got a $130 ticket

But that's not the only action considered distracted driving. Texting, eating and drinking, putting on makeup, checking laptops and tablets, and watching movies; police here have seen it all

The heavy crackdown will continue for three weeks. After that, police will still issue tickets but they're hoping drivers will change their bad habits before the fines double this summer

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 02, 2014 3:06 pm
דורך צייטליך
בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:עסן ביים דרייון? א נייע געזעץ אדער וואס?

די געזעץ פארלאנגט אז דעם דרייווערס האנט ברויך זיין Hands-Free, ער טאר גארנישט האלטן אין די האנט, נישט קיין סעלפאון און נישט קיין קען סאדע. די געזעץ לכתחילה פארלאנגט אויך אז דרווייער דארפן אנכאפן די סטערינג-וויל (דרייווער בלע"ז) מיט ביידע הענט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 4:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די געוועזענע פאקיסטאנע פירער מושאראף איז אנגעקלאגט געווארן אויף "טריזען". דאס האט די פאטענשטעל צו ווערן באשטראפט מיט טויט.

בקיצור די זעלבע ווי די עגיפטער פירער'ס און אנדערע. פארוואס איינער וויל נאך זיין א פירער איז איינע פון די לענדער וואס מען טוישט פרעזידענטען ווי אונטערוועש, און דער פריערדיגער גייט אין תפיסה אדער ערגער ווייסעך נישט.

מושאראף האט איבערגעלעבט נאך א אנטענאנט פראוו. שוין נישט די ערשטע פראוו, ער האט שוין געהאט עטליכע אזעלעכע אינסידענטן.