בלאט 230 פון 286
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 04, 2014 1:48 pm
דורך msp
און זי האט שוין געמיינט אז זיי זענען מחותנים מיט דאס געלט.....
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 04, 2014 4:04 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:א פארפאלק אין קאלעפארניע האבן געגראבן ביי זיי אין בעקיארד און געטראפן פעסער מיט גאלדענע מטבעות אין די ווערט פון איבער צען מיליאן דאלער!
הה"ד די עקאנאמיע איז אין די אדמה.

לויט די טעקס געזעץ פון יאר 969', איז א "מציאה" מחויב מיט טעקס, אינעם יאר וואס מען טרעפט עס. לויט די ראטע גייט ........... 47 פראצענט גיין פאר טעקס!!!
א היסטאריקער האט "אויפגעגראבען" א צייטונג פון די יאר 900', און דארט שטייט באשריבן אז עס איז געגנב'ט געווארן פון די "סאן פראנסיסקא מינט" א אוצר מיט גאלדענע מטבעות אין די ווערט - פעיס וועליו, וואלוטע ווערט - פון 30,000 דאלער!!
ער טענה'ט אז לכאורה איז דאס פון יענע גניבה! קודם שטימען די יארן וואס די מטבעות זענען, און אויך טוט דאס פארשטיין געבן ווי אזוי די מטבעות זענען אין אזא גוטע מצב!
נאך א אינטערעסאנטע ראיה לייגט יענער צו. איינע פון די מטבעות וואס מען האט געטראפן, איז א 866' ליבערטי גאלד 20 דאלער מטבע, אן די "אין ג-ד ווי טראסט" סלאגאן. דאס האט געקענט מאכען נאר איינער מיט צוטריט צו די מינט מאשינערי! און וויירשיינדליך האט עס איינער געמאכט פאר זיך אליין, און עס איז געגנב'ט געווארן אין יענע גניבה!
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 04, 2014 4:12 pm
דורך מאנ-יימער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:איינער קען אראפ לייגן אין קורצן וואס 'ביטקוין' איז? ס'איז זענען לעצטענס אסאך אין די נייעס אבער איך האב נישט פונקטליך ארויס די קאנצעפט. פון וואס איך פארשטיי איז עס ווי אנליין געלט. מ'האט זיך געהאט געשלאגן צו עס הייסט א געהעריגע קארענסי צו נישט. כ'כאפ נישט פונקטליך וואס וואו ווען.
איינער האט לכתחילה'ס נומבער?
שוין אסאך מאל זיך געוואלט נעמען צו אן ארטיקל איבער ביטקוין, און יעדעס מאל כ'האלט שוין אין גרעסטען ברען און פולען שוואונג (קרעדיט: יחצל) לאזן זיי מיך איבער מיט די צינג אינדרויסן! עס קומט פונקט יעמאלט ארויס א באריכט וואס קען אנדייטן די גענצליכע צוזאם פאל פונען גאנצען בנין.
שוין אבאוט טיים צו שרייבן א אפהאנדלונג איבער דעם, שוין די צווייטע מאל אין איין וואך וואס איך זעה עפעס נייעס דערוועגן, היינט איז באריכטעט אז "פלעקסקוין" א באנק פאר ביטקוינס האט צוגעמאכט נאכן האבן א ריזיגע גניבה ווען העקערס האבן אריינגעהעקט אין זייער אנליין באנק און אויסגעליידיגט זייער אוצר.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 04, 2014 4:41 pm
דורך Gevald Geshrigen
wasn't fdic insured ?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 04, 2014 6:31 pm
דורך פאר דוקא
משנה מקום האט געשריבן:ער איז אחראי אויף זיין טאכטער?
ער קען סוען זיין טאכטער יעצט
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 04, 2014 6:53 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
מאנ-יימער האט געשריבן: היינט איז באריכטעט אז "פלעקסקוין" א באנק פאר ביטקוינס האט צוגעמאכט נאכן האבן א ריזיגע גניבה ווען העקערס האבן אריינגעהעקט אין זייער אנליין באנק און אויסגעליידיגט זייער אוצר.
די גנבים זאלן בעסער אויפהערן גנב'נען, נאך איין גניבה און זייער גאנצע אוצר איז ווערטלאז.
מען דארף פרעגן חזקי' ס'קען זיין די nwo, העקט די ביטקאון אקאונטס.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 04, 2014 6:58 pm
דורך מחותן
משנה מקום האט געשריבן:ער איז אחראי אויף זיין טאכטער?
איר כאפט נישט..?? ער האט עס נישט געטארט פארציילען פאר זין טאכטער...! קאפשו?
ווי זאגט יענער, איר קענט האלטען א סוד? איך אויך דערפאר פארצייל איך עס נישט..
ער האט עס געמעגט איבערשמיעסן נאר מיט זיין ווייב און זיינע לויער'ס, און קארט האט ער געוואלט טענה'ן אז זיין טאכטער האט נאר אינטערגעהערט..
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 05, 2014 12:20 am
דורך מחותן
שרעקעדיג...
נס בלייקווד: ילד נדרס ונותר בחיים • צפו בחילוץ הדרמטי, ילד כבן 9 נדרס על ידי טנדר בעיירה ליקווד שבארה"ב. למרות שהילד נגרר כ-25 מטרים על ידי הטנדר, הוא חולץ מבין גלגלי הטנדר בחיים • צפו ברגעי החילוץ הדרמטי.אירוע חריג או "נס" כפי שמכנים את הסיפור תושבי ליקווד, אירע הבוקר (ג') בעירה החרדית-אמריקנית. ילד כבן 9 חצה כביש עם אופניו בסביבות השעה 9:00 ה(שעון ארה"ב) ונדרס על ידי טנדר מסוג GMC וגרר את הילד לאורך הרחוב. הטנדר לא הבחין בילד, וגרר אותו לאורך 25 מטרים. למרבה הנס אל מול הטנדר הופיעה לפתע מכונית משטרה שסימנה לטנדר לעצור, רגע לפני שאירע הגרוע מכל. הילד נלכד מתחת לטנדר עם אופניו אך היה בחיים בעת שהגיעו לחלצו.
על פי הפרסום באתר "לייקווד סקופ", מתנדב מארגון 'הצלה חברים' הגיע למקום האירוע ומיהר לשלוף את הג'ק של רכבו כדי להרים את הרכב הפוגע ולחלץ את הילד. לאחר 15 דקות הצליחו המתנדבים והמשטרה לחלץ את הילד ואמבולנס פינה אותו כשהוא בהכרה מלאה לבית החולים.
הציבור מתבקש להתפלל עבור הילד מרדכי בן יהודית רות לרפואה שלימה.
פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 05, 2014 2:06 am
דורך שוועמל
אין אוקטובור 2011 האט א פלארידע הייוועי טרופער'קע אפגעשטעלט א לאקאלע פאליציי קאר וואס איז לויט איר געפארן (געפלויגן) אויף 120 MPH!
עס האט איר גענומען 7 מינוט נאכצופארן די פאליס קאר מיט לייטס און סיירין ביז מען איז געקומען צו אן אפשטעל. זי האט געקייטלט דעם אפיציר עט גאן פאוינט און ארעסטירט. דער אפיציר איז אויפגעזאגט געווארן, און איר האט מען רילאקעיטעד.
זינט דאן האט זיך אנגעהויבן שרעקליכע רדיפות קעגן איר פון פארשידענע לאקאלע פאליציי אגענטורן. אנגעהויבן פון איר נאכפארן, ארומנעמען איר הויז, צעשטערן איר פראפייל און פאליצייאישע פיילס (אפשר גאר פארווישן זיי די טיקעטס וואס זי טיילט..), באשטעלן פיצא אין איר נאמען, שיקן פייערלעשער, סטראשענדע טעלעפאן קאלס, און נאך. די רדיפות הערן זיך נישט אויף.
אצינד האט זי געקלאגט די אגענטורן פארן אינוועידן איר פרייוועסי, זי טענה'ט אז זינט דאן איז איר פראפייל געזען געווארן איבער 200 מאל, א אומדערהערטע נומער פאר אן אמטירענדע פאליציי. לויטן געזעץ איז יעדע אזא פארלעצונג באשטראפט מיט $2500. אויך קלאגט זי אז די רדיפות האבן איר שוין צוגעטרעטן.. און זי הייבט אן האבן לייכטע פאניק אטאקעס (NWO) שמירנישט דירניש, למשל ביים סטארטן איר קאר, מאכן לאנדרי, שרייבן א טיקעט אא"וו.
די אגענטורן האבן פארלאנגט פון קאורט צו ארויסווארפן די קלאגעס, ווייל די געזעץ זאגט נאר מען טאר נישט פארלעצן די פרייוועסי, ד"ה פארקויפן וכד', אבער סתם זען איז נישטא קיין איסור.
דערווייל איז עס אין קאורט ווארטענדיג אויף א אויסגאנג.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2014 6:39 am
דורך private
אין סאדעי אראביע זענען צוויי מענטשן געפינען געווארען שולדיג פארן חטא פין ניצען טוויטער צי העצן אנטקעגן די רעגירונג איינער האט באקימען צען יאר איינער אכט.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 11, 2014 3:31 pm
דורך msp
אפשר ווייל זיי האבען נישט געהאט קיין פילטער....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2014 4:49 pm
דורך מומחה עצום
אין סקאטלאנד האט א פארפאלק איבערגעלאזט דייער הינטל אין די קאר, און געגאנגען שפאצירן.
דער הינטל איז געווארן באליידיגט און האט אויסגעדרוקט זיין אויפברויז דורך פייפן די פייפער פון די קאר, ער האט געפיפן א שיינע 15 מינוט ביז זיי זענען געקומען צו לויפן און אים ארויסגענומען...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 13, 2014 7:16 pm
דורך והנה און נון
געוועזענ ניו דזשערזי גאווערנער דזשאן קארזיין'ס אינגסטע זון איז געפונען געווארן נישט ביים לעבן אין מעקסיקא סיטי. זעט אויס ווי זעלבסטמארד, ער האט זיך געשלאגן מיט סובסטענץ אביוז
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 14, 2014 8:15 am
דורך msp
מומחה עצום האט געשריבן:אין סקאטלאנד האט א פארפאלק איבערגעלאזט דייער הינטל אין די קאר, און געגאנגען שפאצירן.
דער הינטל איז געווארן באליידיגט און האט אויסגעדרוקט זיין אויפברויז דורך פייפן די פייפער פון די קאר, ער האט געפיפן א שיינע 15 מינוט ביז זיי זענען געקומען צו לויפן און אים ארויסגענומען...
זיי קענען נאך באקומען א קרימינעלע באקלאגונג פאר איבער לאזען זייער הינטעלע....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 20, 2014 2:33 pm
דורך לכתחילה אריבער
א יוגענטליכער האט באוויזען זיך אריינצוכאפן אין די נייע פרידעם טורעם, און ארויף קריכער ביז די טאפ צו כאפן בילדער!!
ער איז געכאפט געווארן אופן וועג אראפ, און א גארד איז געווארן געפייערד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 20, 2014 6:40 pm
דורך פליגל
דער גארד ביים עלעוועיטאר האט אים גארנישט געפרעגט, דער גארד אויבן איז פשוט געשלאפן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 20, 2014 9:12 pm
דורך משנה מקום
סאו וועלכע האט מען געפייערט אין אנדערע ווערטער וועלכע איז ערגער?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 20, 2014 9:24 pm
דורך מאנ-יימער
און מ'האט אים נעבעך אוועקגענומען די קאמערע, יעצט האט ער ניטאמאל די בילדער מיט וואס צו שטאלצירן.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 1:07 am
דורך מייקראסאפט
אין מען גייט אים אנקלאגען אין געריכט, דיבלאזיאוי אין נאך זענען סורפרייזד וויאזוי אזא פלאץ וואס איז געשעהן אזא מעשה זאל יעצט נישט האבן די מינדענסטע סעקיארעטי...
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 3:13 am
דורך אוודאי
אין א סורוועי וואס ווערט גענומען יערליך דורך ארבייטער, אויף די קאמפעני ריוויאו וועבסייט
Glassdoor ווי עס ווערט אויסגעפיקט 50 טאפ רעיטעד סי-אי-או׳ס (CEO) פון גרויסע פירמעס (מיט מינימום 1000 ארבייטער), איז די CEO פון LinkedIn דזשעף וויינער ארויסגעקומען די געווינער אויפן ערשטן פלאץ, מיט א פערפעקטע 100 פראצענט.
די פאריעריגע געווינער מארק צוקערבערג CEO פון פעיסבוק איז געפאלן צום ניינטן פלאץ, פון 99 פראצענט לעצטע יאר צו 93 היי יאר.
14 פון די 50 CEOs זענען פון טעק קאמפעניס, געפאלן פון 20 לעצטע יאר, אין די 14 זענען אריינגערעכנט די CEOs פון גוגל (10), עפל (17), עמעזאן (32), יאהו (49), און נאך.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 7:50 am
דורך געלעגער
אינטערעסאנט.
איך זעה אז עמעזאן סיאיאו דזשעף בעזאעס איז נומער צוויי און דרייסיג. אינטערעסאנט ער איז אזוי הויעך. לויט ווי מ'לייגט אים אראפ באלאנגט ער ערגעץ אין די ניינציגערס
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 8:36 am
דורך שוועמל
וואס הייסט ניינציגערס? מען רעיט דאך נאר די טאפ 50 ?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 21, 2014 9:09 am
דורך געלעגער
בילאו זיראו קאנצעפט
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 5:44 am
דורך פליגל
אין הארלעם האט איינער נעכטן געטראפן א בעיבי איינגעוויקלט אין א קערידזש נעבן א פארק אקייגן איבער א פייער סטעישאן, דער האט אפגעשטעלט א פייער טראק וואס איז צוריקגעקומען פון א קאל און זיי האבן אריינגענומען דאס קינד אין גאראדזש ווי מ'האט'ס אפגעפירט צום לאקאלען שפיטאל ווי עס'ז אונטערזיכט געווארן און באשטעטיגט אלס געזונט און שטארק.
די געזעץ אין ניו יארק סיטי איז אז מ'קען ווען אימער ציברענגען א קינד וואס מ'ברויך נישט מער(...) צי א פייער סטעישאן (ווי עס'ז דא שטענדיג א פראפעסיאנעלע שטאב) און אן קיין געפרעגטע פראגעס וועט מען דאס איבערנעמען, אבער דא איז דאס נאר איבערגעלאזט געווארן אויפן גאס אן קיין אויפזיכט.
קיינער האט נאך נישט צוריקגעבעטן דאס קינד דערווייל.
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2014 6:11 am
דורך pianist
איך האב שוין געדאווענט היינט, אבער דער מארגען׳דיגע שלא עשני גוי, וועט זיך זאגן מיט מער כוונה..