באריכטן און אנאליזן
דינסטאג פבואר 18, 2014 6:06 pm
קולמע, אקטועלע נייעס. 1-1-6 פון די מעין מעניו.
Advertisement
דינסטאג פבואר 18, 2014 6:10 pm
יעצט איז די ערשטע מאל וואס ס'באדערט מיר אז כ'האב נישט אויסגעהערט קול מבשר...
מיטוואך פבואר 19, 2014 7:46 pm
קאנגרעס האט דורכגעפירט א געזעץ, אז אלע "אמעריקאנע פענער" וואס ווערט געקויפט ביי די דעפארטמענט אוו דיפענס - דאס ווערט גענוצט אויף די אפיציעלע פונקציעס ווי אויף שיפן, באזעס, לוויות וכדו' - מוזן זיין "מעיד אין אמעריקע".
דאס קומט נאכדעם ווי א קאנגראסמאן איז געוואור געווארן, אז מען קויפט פענער מעיד אין טשיינא.
#גאד בלעס אמעריקע!
פרייטאג פבואר 21, 2014 8:46 am
א מיליטערישע פליגער פון ליביע, וואס האט געפירט פאציענטן, האט היינט אראפגעקראכט נעבן טוניזיע׳ס הויפט שטאט, אומברענגענדיג אלע 11 מענטשן וואס האבן זיך געפונען דערויף.
פרייטאג פבואר 21, 2014 10:41 am
אין ווענזועלא גייט שוין אן עטליכע וואכן פראטעסטן קעגן די רעגירונג, אין דער הויפט שטאט קאראקאס, און אזוי אין אנדערע גרויסע שטעט.
די וואך איז די פראטעסטן ארויף א שטאפל, נאך וואס מען האט ארעסטירט דער פירער פון די אפאזיציע.
עס זענען דא עטליכע טויטע, און א צאל פארוואונדעטע, די רעגירונג האט אריינגעשיקט קיין טאקריא 3,000 פאראטראפערס.
זונטאג פבואר 23, 2014 1:20 am
מעקסיקא האט געכאפט היינט וואס זיי זאגען איז די וועלטס מאסט וואנטעד דראג לארד.
- עטעטשמענטס
-

זונטאג פבואר 23, 2014 1:11 pm
ס'איז מורא'דיג צו ליינען די דעטאלן וועגן זיין פארכאפונג. זיי געבן נישט ארויס צופיל. אבער פון וואס זיי ווייסן יא, רעדט זיך דא פון איינער וואס אנטלויפט שוין פון יוסטיץ דרייצן יאר. ער האט געהאט א פינעף מיליאן דאלער באלוינונג אויף זיין קאפ פון די אמעריקאנע רעגירונג.
מ'האט אים שוין אסאך מאל פראבירט צו פארכאפן אבער ער האט זיך אייביג באוויזן ארויסצודרייען.
ער איז שטענדיג געווען ארום גענומען מיט צענדלגיע גארדס און א הונדערטער גאנס. ליינט וויפיל מ'האט אנדעקט יעצט ביי זין ארעסט: The authorities seized an arsenal during his arrest, suggesting the lengths he went to protect himself: 97 large guns, 36 handguns, 2 grenade launchers, a rocket launcher, and 43 vehicles, several of them armored.
און די חידוש איז אז מ'האט אים יעצט ארעסטירט אן קיין שאס! זיי געבן נישט ארויס קיין דעטאלן. אבער זיי זאגן אז זיי ארבעטן שוין חדשים אויף דעם קעיס.
מאנטאג פבואר 24, 2014 11:27 am
אוקריינע: פליגער פיל מיט אידן פון א נסיעה מיט ר' יוסף חיים גרינוואלד האבן געמאכט א עמערדשענסי לאנדונג צוליב א פאסאדשיר מיט הארץ פראבלעמען :קרעדיט טוויטער טעגליכע נייעס
מאנטאג פבואר 24, 2014 11:31 am
פייווישעל האט געשריבן:אוקריינע: פליגער פיל מיט אידן פון א נסיעה מיט ר' יוסף חיים גרינוואלד האבן געמאכט א עמערדשענסי לאנדונג צוליב א פאסאדשיר מיט הארץ פראבלעמען :קרעדיט טוויטער טעגליכע נייעס
א איד אדער א גוי??
מאנטאג פבואר 24, 2014 11:39 am
private האט געשריבן:מעקסיקא האט געכאפט היינט וואס זיי זאגען איז די וועלטס מאסט וואנטעד דראג לארד.
אמעריקע פארלאנגט אז זיי זאלן אים אהערגעבן פאר זיינע חטאים דא. די מעקסיקאנע זענען נאכנישט מסכים. זיי ווילן זיך קודם אפרעכענען מיט זיינע חטאים דארט.
לכאורה האט אמעריקע מורא אז ער גייט אנטלויפן פון די דארטיגע תפיסות אזויווי ער האט שוין געטון אין די פארגאנגענהייט
דינסטאג פבואר 25, 2014 8:34 am
private האט געשריבן:מעקסיקא האט געכאפט היינט וואס זיי זאגען איז די וועלטס מאסט וואנטעד דראג לארד.
זאגן זיי אז דו סיבה פארוואס ער האט זיך אינטער געגעבן ווי א טאטעלע איז פשוט ווייל ער איז געשלאפן... נישט ממש אזוי נאר מ׳האט עם איינגעשלעפט. נישט נאר עם נאר יעדער וואס איז דארט געווען. ווען מ׳האט עם געכאפט איז געליגען ממש לעבן עם א גאן אנגעפילט מיט סחורה ער האט עס נאר נישט געקענט ניצען.
דינסטאג פבואר 25, 2014 9:20 am
אין לאס וועגאס האט די שטאט געמאלדן אז פין מארטש 3 גייען זיי נישט מער ריספאנדען צו קאר עקסידענטס נאר אויך איינער איז פארוואנדערט געווארען!!! אז נישט וועט מען זיך דארפן אליינס א עצה געבן אויספילן א ריפארט אא״ו. זיי זאגן אז יעדע וואך געט די פאליס אוועק אן ערך פין צוויי הינדערט און פיפציג שעה פאר אזעלעכע עקסידענטס אין זיי קענען אין די זעלבע צייט זיך אפגעבן מיט גרעסערע קעסעס.
דינסטאג פבואר 25, 2014 10:55 am
תיקון טעות:
די לעצטע פאר ווערטער וואלטן זיך געדארפט ליינען "זיי קענען ווען אין די זעלבע צייט שפילן ענגרי בירדס מיט בריק ברעיקער און קענדי קראש".
דינסטאג פבואר 25, 2014 11:15 am
לכאורה האט געשריבן:תיקון טעות:
די לעצטע פאר ווערטער וואלטן זיך געדארפט ליינען "זיי קענען ווען אין די זעלבע צייט שפילן ענגרי בירדס מיט בריק ברעיקער און קענדי קראש".
דאס זענען די גרעסערע קעיסעס פון וואס זיי רעדן.
דינסטאג פבואר 25, 2014 1:14 pm
אין די סעריע פון מלכות של חסד אורטיילן האט די סופרים קארט היינט געאורטיילט אז PRETRIAL FREEZING OF ASSETS איז לעגאל.
דאס איז א טאקטיק וואס זיי האבן גענוצט ביי כמעט אלע מאחב"י הנתונים בצרה. איינמאל זיי האבן א אינדייטמענט קענען זיי סיזן אלע פארמעגנס אלס PROCEEDS OF CRIME. פון ווי זאל יעצט דער באשולדיגטער האבן געלט זיך צו פארטיידיגן? ער קען נעמען א פובליק דעפענדער...
די שאלה איז געווען צו כאטש איז דער DEFENDANT בארעכטיגט פאר א הירינג וואו ער וועט טענה'ן אז ער איז נישט לייקלי צו געפונען ווערן שולדיג (אזוי ווי א בעיל הירינג למשל) און אזוי ארום קענען נוצן דאס געלט. די פסק איז אז ניין.
מיטוואך פבואר 26, 2014 9:21 am
א פארפאלק אין קאלעפארניע האבן געגראבן ביי זיי אין בעקיארד און געטראפן פעסער מיט גאלדענע מטבעות אין די ווערט פון איבער צען מיליאן דאלער!
מיטוואך פבואר 26, 2014 9:22 am
געלעגער האט געשריבן:private האט געשריבן:מעקסיקא האט געכאפט היינט וואס זיי זאגען איז די וועלטס מאסט וואנטעד דראג לארד.
אמעריקע פארלאנגט אז זיי זאלן אים אהערגעבן פאר זיינע חטאים דא. די מעקסיקאנע זענען נאכנישט מסכים. זיי ווילן זיך קודם אפרעכענען מיט זיינע חטאים דארט.
לכאורה האט אמעריקע מורא אז ער גייט אנטלויפן פון די דארטיגע תפיסות אזויווי ער האט שוין געטון אין די פארגאנגענהייט
מעקסיקא האט געלאזט וויסן פאר אמעריקא אז זיי גייען אים האלטן ביי זיך.
מיטוואך פבואר 26, 2014 9:23 am
געלעגער האט געשריבן:א פארפאלק אין קאלעפארניע האבן געגראבן ביי זיי אין בעקיארד און געטראפן פעסער מיט גאלדענע מטבעות אין די ווערט פון איבער צען מיליאן דאלער!
הה"ד די עקאנאמיע איז אין די אדמה.
מיטוואך פבואר 26, 2014 9:28 am
חחח.. ביי מיר אין בעק יארד ליגט נישט אזאנע פעסער
מיטוואך פבואר 26, 2014 9:34 am
האסט שוין פראבירט צו גראבן?
מיטוואך פבואר 26, 2014 9:54 am
ידיד האט געשריבן:האסט שוין פראבירט צו גראבן?
מיר פעלט די בעק יארד. נישט די פעסער
מיטוואך פבואר 26, 2014 10:21 am
איינער קען אראפ לייגן אין קורצן וואס 'ביטקוין' איז? ס'איז זענען לעצטענס אסאך אין די נייעס אבער איך האב נישט פונקטליך ארויס די קאנצעפט. פון וואס איך פארשטיי איז עס ווי אנליין געלט. מ'האט זיך געהאט געשלאגן צו עס הייסט א געהעריגע קארענסי צו נישט. כ'כאפ נישט פונקטליך וואס וואו ווען.
איינער האט לכתחילה'ס נומבער?
מיטוואך פבואר 26, 2014 10:32 am
איך ווייס נישט קיין פינקטלכע פרטים איבער דעם אבער איך האלט שוין מיט די אפעס אין דאונעס אפאר חדשים עס איז א מוראדיגע שרעקדיגע ראלעקאסטער א טאג 600 700 א טאג 1000 1100 אין א טאג שפעטער 400 500 הערשט פאריגע וואך האט עס איין טאג געהאלטען ביי 278 אין א טאג נאך דעם 566
מיטוואך פבואר 26, 2014 11:41 am
ידיד האט געשריבן:האסט שוין פראבירט צו גראבן?
גערעכט, ס'וועט נאך זיין אזוי ווי די מעשה אינטערן בריק אין פראג...
מיטוואך פבואר 26, 2014 1:55 pm
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן:א פארפאלק אין קאלעפארניע האבן געגראבן ביי זיי אין בעקיארד און געטראפן פעסער מיט גאלדענע מטבעות אין די ווערט פון איבער צען מיליאן דאלער!
הה"ד די עקאנאמיע איז אין די אדמה.
