Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג ינואר 26, 2014 2:19 am

צייט פאר דעם שעריף צו גיין, אמעריקע פירט זיך אויף מענטשליך צו די ארעסטאנטען ער איז פארפוילטער שלעכטער מענטש.

טוישט אויף די ווארט ״אמעריקע״ מיט די ווארט ״יאפאן״ דערנאך טוישט אויף די ווארט ״ארעסטאנטען״ מיט די ווארט ״בחורים עצורי יאפאן״ און איר וועט טרעפן נאך טויזענט סיבות פארוואס דער שעריף מוז גיין.

Advertisement

זונטאג ינואר 26, 2014 2:44 am

מיר איז א וואונדער וויאזוי ער איז נאך נישט געפלויגען פון זיין פאזיציע נאכן זיך אזוי אויפפירן אין די היינטיגע אמעריקא, עפעס האט ער שוין יא געהאט אביסל קאפווייטאג פון די אבאמא אדמיניסטראציע, אבער ס׳קוקט נישט אויס ווי ס׳איז עפעס געווארן דערפון.

זונטאג ינואר 26, 2014 2:45 am

מחותן, האסט אינטערגעשריבען פאר ביידע צדדים, קענסט אויסמעקן איינס

זונטאג ינואר 26, 2014 7:44 am

מחותן האט געשריבן:צייט פאר דעם שעריף צו גיין, אמעריקע פירט זיך אויף מענטשליך צו די ארעסטאנטען ער איז פארפוילטער שלעכטער מענטש.

ער פירט זיך נאך אויף גאנץ מענשטליך. די ארעסטאנטן געניסן נאך אלץ פון פרי מעדיקעל, אפילו אומזיסטע ציין באהאנדלונג. נאר וואזשע דען? מ'שטאפט זיי נישט מיט סעודות 3 מאל א טאג? און וויפיל גיבט מען צו עסן פאר ארעסטאנטן\ווי אזוי פירט מען זיך צו ארעסטאנטן אין תפיסות אין לאטיין אמעריקאנע לענדער?
וואס וואלט פאסירט פאר אן ארעסטאנט אין מעקסיקא וואס שענדעט די מעקסיקאנער פאן? ברויט וואלט ער יא באקומען?

זונטאג ינואר 26, 2014 1:17 pm

אוודאי האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ערשטע קלאס סטעמפס גייען ארויף צו 49 צענט, יאנואר 26 14'.


ערשטע קלאס סטעמפס זענען היינט ארויף מיט 3 צענט צו 49 צענט.


גיימער אנרופען די הנהלה פון מיידעל שולע אז איך וויל ארויפשטעלען מיין טאכטער צו צווייטע קלאס!

זונטאג ינואר 26, 2014 1:20 pm

יודל. בשנים קדמניות האב איך אים אויך אנגעקיט ווי א העלד אז דער האט געטראפן א לעגאלע וועג צו פייניגען זיינע ארעסטאנטען,
אבער די אמת איז אז עס איז אז דער איז נישט גערעכט, אמעריקע האט געזעצן און עס איז נישט א דריטע וועלט לאנד. און אויפן זעלבן אויפן וואס האט דיר געבאדערט אז נחמי וויבערמאן וויל נישט קיין באזיכער וויבאלד ער גייט דורוך דאס וואס ער גייט אדורוך ווען איינער קימט אים וויזיטען דארף דיר אויך באדערן דאס וואס מען פייניגט אומנוטיג מענטשן אשר בצלם עשה אותם, עס איז נישט קיין קונץ צי זיין א גיבור על החלשים...

עס קימט זיי נישט דאס וואס ער טוט מיט זיי.

זונטאג ינואר 26, 2014 1:37 pm

ר' יודל

במחכת"ה זעמיר אידישע קינדער רחמנים בני רחמנים. איך בין זיכער אז דו ביזט מסכים אז ס'איין זאך צו האבן קאנסערוואטיווע שיטות און עפעס אנדערש צו שעירן זייער אכזריות. ווען איינער פילט ביי זיך אז ער האט שוין פיינט דעם מינאריטי גוי פונקט ווי דער ווייסער סאקסאן האט אים פיינט איז צייט פאר א רימיינדער אז אונז זעמיר אויך א מינאריטעט.

זונטאג ינואר 26, 2014 3:05 pm

מחותן האט געשריבן:עס איז נישט קיין קונץ צי זיין א גיבור על החלשים...

עס קימט זיי נישט דאס וואס ער טוט מיט זיי.

אזוי? ווער האט זיי דען געצוואונגען צו שענדן די אמעריקאנע פאן?

גנב'סט זיך אריין אין יענעם'ס לאנד, א פארברעכן פאר וועלכע אין פיל לענדער (ווצב"ש מעקסיקא) באקומט מען הארבע שטראפן, און טוסט נאך שענדן דעם פאן? ביזט נאך מוסיף חטא על פשע?
ווי אזוי וואלסטו ערווארטעט מען זאל דיר באהאנדלען ווען דו טוסט דאס אין סיי וועלכע לאנד, פון ווענעזועלא ביז רוסלאנד ביז כינע?
נוצן זיי אויס אמעריקאנע גוט-הארציגקייט, און שפייען נאך אין פנים אויך?

וואס טוט ער זיי? ער לאזט זיי הונגערן? ער גיבט דאך זיי ברויט צו עסן.
מה כל הרעש? מ'קען נישט לעבן אויף ברויט? דער פסוק זאגט: כי לא על הלחם לבדו יחי' האדם. נישט נאר אויף ברויט, אבער אויף ברויט אליין איז דאך פשוט אז מ'קען לעבן.

איבריגס, האט דאך שעריף ארפעאו זיי געווארנט.

Outspoken, no-nonsense Sheriff Joe Arpaio placed the flags in jail cells two months ago, along with a stern warning: Deface the flags and live on a diet of bread and water for a week.

This was all a part of Arpaio’s effort to instill a sense of patriotism within the inmates. What he got instead, from 38 of them anyway, was disrespect, according to CNN.

“These inmates have destroyed the American flag that was placed in their cells,” Arpaio said. “Tearing them, writing on them, stepping on them, throwing them in the toilet, trash or wherever they feel
מחותן האט געשריבן:עס קימט זיי נישט דאס וואס ער טוט מיט זיי.
. It’s a disgrace … this is government property that they are destroying, and we will take action against those who act this way.”

They can’t say they weren’t warned.

"אין עונשין אלע אם כן מזהירין." דער נוסח האט מיין מנהל\מלמד אלעמאל געפרעדיגט. אז מ'שענדעט נישט יענעם'ס פאן, דארף זיין זעלבסטפארשטענדליך. דאס וואלט מען ניטאמאל געדארפט ווארנען. אין אן אראביש לאנד וואלט מען זיי געקעפיג'ט פאר קלענערע חטאים.
אבער אז ער האט זיי יא געווארנט, און דאך האבן זיי עס געטוהן?
נו נו, זאלן זיי עסן שטרוי.
כ'מיין, ברויט.

זונטאג ינואר 26, 2014 3:41 pm

ר' יודל, פון אייער תגובה קען זיך איינעם דאכטען אז דער שעריף איז בעצם א מענטש מיט א ווייעך הארץ וואס פראבירט אייביג צי זיין מענטשליך מיט זיינע ארעסטאנטען, אבל דא עקא אז דא האבן זיי פשוט געביסען די האנט וואס פיטערט זיי...

אפשר וואלט איר אבער געקענט ברענגען די באריכטען וואס שטורעמען "וואס פארא סאדיסט דער שעריף איז, און די אלע אנטי מענטשליכקייט טאקטיקען וואס ער באגייט אנטקעגען זיינע ארעסטאנטען? אנגעהויבען ביים האלטען אין זומער אין טענטס תחת כיפת השמים ווען די וועטער איז איבער 100+ !! ער באגייט זיך צי זיי ווי "זיין" פריוואטע אייגענטום! זיי האבן נישט קיין שום רעכטען ביי "אים" אין תפיסה!

און 'דאס' איז וואס מ'טענה'ט, נישט די 'עונש פארן שענדונג פונעם אמעריקאנעם פאן איז די פראבלעם אויף וואס מ'רידערט, (אודאי, דאס איז די יעצטיגע מעשה רב... אבעד) די פראבלעם איז בעיקר דאס עצם עקזיסטענס פון דעם פאריקטען שעריף!'און די אופן וויאזוי ער באהאנדלעט אמעריקאנע ארעסטאנען לויט וויאזוי אים שמעקט.

זונטאג ינואר 26, 2014 3:49 pm

דא
האט איר די יחוס עצמו פון דעם מטורף...

זונטאג ינואר 26, 2014 3:50 pm

שמאטע. RT האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון קיבארד.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום זונטאג ינואר 26, 2014 4:08 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

זונטאג ינואר 26, 2014 3:52 pm

כ'קלער צו אזא 'הייליגע קאנסטיטוציע' וואס ערלויבט אזא שעריף אנצוגיין איז אפשר טאקע ווערד צו שענדן איר פאן.

נאר בדרך אפשר..

זונטאג ינואר 26, 2014 3:58 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:כ'קלער צו אזא 'הייליגע קאנסטיטוציע' וואס ערלויבט אזא שעריף אנצוגיין איז אפשר טאקע ווערד צו שענדן איר פאן.

נאר בדרך אפשר..

זונטאג ינואר 26, 2014 5:33 pm

shmate האט געשריבן:ר' יודל, פון אייער תגובה קען זיך איינעם דאכטען אז דער שעריף איז בעצם א מענטש מיט א ווייעך הארץ וואס פראבירט אייביג צי זיין מענטשליך מיט זיינע ארעסטאנטען,

לא מיני' ולא מקצתי'. איך האב זיך באצויגן בלויז צו די לעצטע געשעהניש. עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס איך לייען פון זיינע מעשים טובים. האלטן ארעסטאנטן אין געצעלטן אין עקסטרעמע היצן איז אוודאי נישט אויסגעהאלטן, אבער אין דעם פאל פון דעם פאן האלט איך אז ער איז גערעכט.
איך בין אויך נאכנישט זיכער אז די געצעלטן טורמע איז צוליב סאדיזם, אדער א מאנגל אין פאנדינג. איך האב נישט דורכגעטוהן דעם נושא. בכל אופן, ווען איך זעה ווער זיינע קריטיקירער זענען בדרך כלל, די ACLU, אמענסטיע אינטערנעשאנעל, עריק האלדער וכאפטע דילי', קלער איך אז אפשר איז ער נישט אזוי אומגערעכט...

אגב, ארעסטאנטן פארמאגן נישט קיין רעכטן אין געווענליכע תפיסות אויך נישט. עכ"פ, נישט די רעכטן פון א פרייער בירגער.
און די אופן וויאזוי ער באהאנדלעט אמעריקאנע ארעסטאנען לויט וויאזוי אים שמעקט

אמעריקאנע ארעסטאנטן?

איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז די קאנסטיטוציע איז הייליג, אבער א דאנק אט די קאנסטיטוציע פון וועלכע איר שפעט אפ, לעבן אידן אין אמעריקע א בעסערע און פרייערע לעבן פון כמעט סיי וועלכע תקופה אין גלות.
יא, די קאנסטיטוציע גיבט דיר אפילו די רעכט צו שענדן די פאן. וויפיל נאך קאנסטיטוציעס ערלויבן דאס?
עס איז א רעכט וואס די לינקע נוצן טאקע אויס ביי יעדע געלעגענהייט, על אפם וחמתם פון פאטריאטישע אמעריקאנער.
איידער איך פארגעס: דאכצעך מיר, אז מ'קען זאגן בדרך אפשר, אז די חוב מתפלל צו זיין פאר שלום המלכות מיינט אויך די רשעות'דיגע מלכות פון אמעריקע.
איך זאג נישט להלכה, אפילו נישט לחידודי מילתא בעלמא, נאר בדרך אפשר...
פרעגט א רב אויב איר ווילט וויסן להלכה: אויב א איד וואס וואוינט אין אמעריקע מעג שענדן, אדער נאר אויסדרוקן שטיצע פאר שענדן די אמעריקאנע פאן.

זונטאג ינואר 26, 2014 7:14 pm

private האט געשריבן:קודם גייעט עפל מאכן געלט פין די סיטי.. אבער וויזוי קען עס זיין אפען אין אזעלעכע ביטירע קעלטען

היינט געווען ביי עפל מען דערקענט שוין נישט גארנישט אחוץ הויכע סקעטפאלדס. איך האב אפילו געפרעגט א ארבעטער וואס איז געווען ער זאגט אז ער איז נישט דארט געווען בשעת הקראך. אגב ס׳איז ליכאורה געשען פין איינעם וואס האט געפיצט די שניי פאר זיי נישט פין די סיטי ווייל דע גלאז איז א גיטע צוואנציג פיס אריין פין די סיידוואק. אין די סטאר איז א שטאק אראפ סא די קעלט קימט נישט דירעקט אריין אין דו סטאר.

זונטאג ינואר 26, 2014 8:05 pm

מילכיגער האט געשריבן:
משה קארנפעלד האט געשריבן:כ'קלער צו אזא 'הייליגע קאנסטיטוציע' וואס ערלויבט אזא שעריף אנצוגיין איז אפשר טאקע ווערד צו שענדן איר פאן.

נאר בדרך אפשר..

גאמאני מיצטארעף.

יודל, אויב איז די פרייהייט אין די אמעריקאנע קאנסטיטוציע מערקבאר בלויז מיטן פארגלייכן צו די דיקטאטורישע לענדער, דאן איז ביטערע צרות. ווייסט אוודאי דאס ווארט אויף "ולא לעם אחר".

מאנטאג ינואר 27, 2014 12:23 am

ניין, וואס איז די ווארט?

מאנטאג ינואר 27, 2014 8:15 am

private האט געשריבן:מער פין דריי הינדערט מענטשן זענען קראנק געווארען אויף א שיף וואס פארט מיט ארום דריי טויזענט מענטשן, מען ווייסט נישט פין וואס עס קימט,

האלט שוין ביי איבער זעקס הינדערט קראנקע. זיי האבען געמאלדן אז זיי גייען פארקערצרן די טריפ מיט צוויי טעג. די אירזאך פין דו אויסברוך ווייסט מען נאך נישט. פארשטיי איך נישט פארוואס מען האט נישט גלייך געסטאפט ווען עס איז געווען דריי הינדערט קראנקע.

מיטוואך ינואר 29, 2014 8:47 pm

לכאורה האט געשריבן:ר' מצב

די סטעיט דעפארטמענט איז בלויז פאר אויסערליכע איינגעלעגנהייטן, זיי קענען זיך נישט מישן אין אינערליכע זאכן.


לכאורה, מיין טענה איז נישט געווען פארוואס זיי האבן נישט אריינגערעדט ביי די גראסמאן פרשה נאר פארוואס זיי פארלאנגען אפצוהאלטן די הינרוכטינג פון איינעם וואס איז פאראורטיילט צום טויט.

מיטוואך ינואר 29, 2014 10:16 pm

און דער תירוץ דערויף איז, ווייל אלס די אחראים אויף אויסערן פאלעסי האבן זיי איינגעזען אז אזא טויט אורטייל קען שווער ווירקן אויף די באציאונגען צווישן אמעריקע און מעהיקא.

מיטוואך ינואר 29, 2014 10:22 pm

פלצתי פון דיין מעהיקא...

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 8:00 pm

יאהו האט געמאלדן דורך זייער בלאג אז אסאך (זיי זאגען נישט וויפיל) פין זייערע אימעל אקאנטס זענען געהעקט געווארען די יוזער נעם און פעסווארדס.

דאנערשטאג ינואר 30, 2014 8:58 pm

לכאורה האט געשריבן:און דער תירוץ דערויף איז, ווייל אלס די אחראים אויף אויסערן פאלעסי האבן זיי איינגעזען אז אזא טויט אורטייל קען שווער ווירקן אויף די באציאונגען צווישן אמעריקע און מעהיקא.


הוא אשר דיברנו, אויב ביזטו אן אומלעגאלער אימיגראנט און באגייסט א פארברעכן, ביזטו בעטער אףף ווי א לעגאלע בירגער.

זונטאג פבואר 02, 2014 2:47 am

קאליפארניע פלאגט זיך יעצט מיט אן ערנסטע טרוקעניש, וואס איז שוין לאנג נישט געווען דארט.

די באאמטע דארט האבן פרייטאג געמאלדן אז פון דעם ספרינג סעזאן וועט די סטעיט רעזערוואר זיין געשלאסן פאר ביזנעס, צום ערשטן מאל אין איר 54 יעריגע היסטאריע.

לויט די Department of Water Resources ברויך קאליפארניע זעהן העווי רעגן און שניי יעדן צווייטן טאג, פאר די קומענדיגע 3 חדשים, צוריקצוקומען צו איר געהעריגע שטאפלען.

זונטאג פבואר 02, 2014 7:42 am

די ישועה איז אויפן וועג, הגם נאך נישט קיין גענצליכע (נישט יעדן צווייטן טאג העווי רעגן און שניי), אבער ס'איז ערווארטעט עטליסט א פארבעסערונג אינעם טרוקעניש צושטאנד דורכאויס די קומענדיגע וואכן.
שרייב א תגובה

Advertisement