באריכטן און אנאליזן
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 11:14 am
Advertisement
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 11:41 am
private האט געשריבן:קודם גייעט עפל מאכן געלט פין די סיטי.. אבער וויזוי קען עס זיין אפען אין אזעלעכע ביטירע קעלטען
איז אפשר מעגליך אז זיי האבן סטים?
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 11:44 am
שנאפס האט געשריבן:private האט געשריבן:קודם גייעט עפל מאכן געלט פין די סיטי.. אבער וויזוי קען עס זיין אפען אין אזעלעכע ביטירע קעלטען
איז אפשר מעגליך אז זיי האבן סטים?
עפעל זאל האבן היעט?!... פון וועם? פון סעמסאנג? פון גוגל?... נעה, זיי האבן לכאורה נישט קיין סטים
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 12:45 pm
א פישערמאן אין ניו זילאנד מיטן נאמען Stewart Fraser האט זיך באגעגענט צוויי טעג צוריק מיט א דורכזיכטיגע פיש, ער האט עס צוריק געשיקט צום וואסער, אבער געכאפט עטליכע בילדער בעפאר.
Salpa maggiore הייסט די סארט פיש.

- 1.jpg (6.81 KiB) געזעהן געווארן 640 מאל

- 2.jpg (8.63 KiB) געזעהן געווארן 640 מאל
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 12:51 pm
מה רבו מעשיך ה'
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 2:45 pm
וואו
געוואלדיג
געראדע אין ענגלאנד איז דא א פלאץ ווי מען קען זעהן כל מיני פיש
אויך ממש מעורר צו דערזעהן נפלאות הבורא
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 2:54 pm
מיר קוקט עס אויס ווי א פלעינע ספרינג וואסער באטעל...
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 3:11 pm
shmate האט געשריבן:מיר קוקט עס אויס ווי א פלעינע ספרינג וואסער באטעל...
דו קיסט מיר אויס ווי א פלעינע לץ... (ח"ו נישט אויף קיין שלעכטע וועג, שטייצעך)
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 3:14 pm
קוקענדיג יעצט צום צווייטן מאל זע איך אויך דעם פלעסטיק באטל... גאנץ גוט!
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 7:46 pm
אויף טויסט מיט וואסער האב איך היינט געהערט א נייעס:
א מעקסיקאנער וואס האט יארן צוריק גע'הרג'עט א פאליצינעט אין טעקסאס, איז נעכטן הינגעריכטעט געווארן, טראץ די פארלאנגען פון די מעקסיקאנער רעגירונג, און פון די "סטעיט דעפארטמענט" נישט דורכצופירן דעם אורטייל.
עס איז מיר געווען אינטערעסאנט וויל איך געדענק נישט אז די סטעיט דעפארטמענט זאל מאכן א טעלעפאן קאל ביי די גראסמאן פרשה, אפצושאפן די טויט אורטייל, האבן זיי טאקע מער א רחמנות געפיל פאר א מעקסיקאנער ווי פאר אן אייגענע בירגער?
עס האט מיר אויך געפאלן די סטעיטמענט פון גאווערנער פערי'ס אפיס אז אפגעזעהן פון ווי מען קומט שטייט מען אויס אזא שטראף פאר די סארט פארברעכן" ווי איינער זאגט איך פארשטיי אז ער איז א מעקסיקאנער דארף איך רחמנות האבן אויף אים אבער פארפאלן דאס איז דער שטראף וואס מען באקומט,
אשאד גראסמאן איז נישט געווען אן אומלעגאלע מעקסיקאנער אימיגראנט, ווען יא וואלט ער מעגליך אויסגעמיטען טויט-שטראף,
וויאזוי האט ר' סענדר דייטש געזאגט, "קאמענטארן זענען גענצליך איבעריג"
דאנערשטאג ינואר 23, 2014 11:04 pm
ר' מצב
די סטעיט דעפארטמענט איז בלויז פאר אויסערליכע איינגעלעגנהייטן, זיי קענען זיך נישט מישן אין אינערליכע זאכן.
פרייטאג ינואר 24, 2014 10:14 am
א קייט עקסידענט פון פערציג קארס טראקס נעכטן אויפן I-94 איבערלאזענדיג דריי טויטע ר״ל און אסאך פארוואנדערטע.
- עטעטשמענטס
-

-

פרייטאג ינואר 24, 2014 10:28 am
שרעקעדיג!
שבת ינואר 25, 2014 9:11 pm
דער קאנטרעווערסיאלער אריזאנא שעריף דזשאו ארפייאו האט ארויפגעלייגט 38 ארעסטאנטן אויף א ברויט און וואסער דייעט פאר׳ן פארשוועכן דעם אמעריקאנע פאן.
דאס קומט נאך א לעצטעריגע פאליסי פון ארפייאו אריינצולייגן אמעריקאנע פענער אין די תפיסה צימערן, און די ארעסטאנטן האבן געשעדיגט די פענער מיט׳ן עס צורייסן אדער אוועקווארפן.
די אזויגערופענע ״ברויט און וואסער דייעט״ באשטייט למעשה פון א געבאקענע לאוף וואס אנטהאלט צומאלענע פרוכט, גרינצייג, מילך שטויב, טייג, און אנדערע אינגרידיענטס, וואס טראץ וואס עס קומט נאך די נוטרישאן פארלאנגען איז עס אבער זייער אומאפעטיטלעך.
דער שעריף זאגט ״סיי וועלכער ארעסטאנט וואס וועט שעדיגן א פאן וועט באקומען צוגעטיילט דעם דייעט (אנע עסצייג) פאר 2 וואכן.
שבת ינואר 25, 2014 9:45 pm
עס איז געווען א שיסעריי אין א מאל אין באלטימור. דריי זענעו טויט.
שבת ינואר 25, 2014 9:46 pm
די FDA האט געמאלדען אז מען גייט איבערמאכען און פארבעסערן די "נוטרישען פעקטס" וואס קומט לויטן געזעץ אויף אלע עסן פרודוקטן.
שבת ינואר 25, 2014 10:54 pm
מער פין דריי הינדערט מענטשן זענען קראנק געווארען אויף א שיף וואס פארט מיט ארום דריי טויזענט מענטשן, מען ווייסט נישט פין וואס עס קימט,
שבת ינואר 25, 2014 10:58 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:עס איז געווען א שיסעריי אין א מאל אין באלטימור. דריי זענעו טויט.
דער שיסער האט געהאט מיט זיך אויפרייס וואפען. ער האט זיך אליינס געשאסען,
שבת ינואר 25, 2014 11:19 pm
יישר כח ענק אלע פאר די נייעס באריכטען
זונטאג ינואר 26, 2014 12:40 am
די סטעיט דיפארטמענט האט היינט נאכאמאל ארויסגעגעבן א ווארענוג אז די וואס גייען צו די אלימפיק שפילען קיין רוסלאנד זאלן זיין געווארענט איבער טעראר אטאקעס און שטארק אכטונג געבן נעבן וועם זיי דרייען זיך און ווי זיי גייען.
מנהלים: זייט׳ס גרייט מיט אשכול ״רוסלאנד: אלמפיק שפילען טעראר אטאקע (פארמיטען.. האפענטליך)״ עס זעט אויס ווי מען וועט דארפן אזא אשכול.
זונטאג ינואר 26, 2014 1:47 am
Michael's די לאנד׳ס גרעסטע ארטס & קרעפטס קייט געשעפט, האט היינט געמאלדן אז ס׳איז דא מעגליכקייט פון א דעטע סעקיורעטי ארויסרינונג, וואס קען האבן אפעקטירט טייל פון די קוסטעמער׳ס קרעדיט קארדס.
די קאמפעני האט דערווייל נישט ארויסגעגעבן מער דעטאלן ווי וויפיל קוסטעמער׳ס זענען געווארן אפעקטירט דערפון, און ווען דאס האט פאסירט, און אויב עס איז געווען ביי אונליין אדער אין-סטאר איינקויפער.
זונטאג ינואר 26, 2014 1:58 am
אוודאי האט געשריבן:דער קאנטרעווערסיאלער אריזאנא שעריף דזשאו ארפייאו האט ארויפגעלייגט 38 ארעסטאנטן אויף א ברויט און וואסער דייעט פאר׳ן פארשוועכן דעם אמעריקאנע פאן.
דאס קומט נאך א לעצטעריגע פאליסי פון ארפייאו אריינצולייגן אמעריקאנע פענער אין די תפיסה צימערן, און די ארעסטאנטן האבן געשעדיגט די פענער מיט׳ן עס צורייסן אדער אוועקווארפן.
די אזויגערופענע ״ברויט און וואסער דייעט״ באשטייט למעשה פון א געבאקענע לאוף וואס אנטהאלט צומאלענע פרוכט, גרינצייג, מילך שטויב, טייג, און אנדערע אינגרידיענטס, וואס טראץ וואס עס קומט נאך די נוטרישאן פארלאנגען איז עס אבער זייער אומאפעטיטלעך.
דער שעריף זאגט ״סיי וועלכער ארעסטאנט וואס וועט שעדיגן א פאן וועט באקומען צוגעטיילט דעם דייעט (אנע עסצייג) פאר 2 וואכן.
נישט קיין שלעכטע דיעטע, וואס איז זייער מעניו געווענליך? קרעפטיגע זופ מיט סטעיק?
זונטאג ינואר 26, 2014 1:59 am
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ערשטע קלאס סטעמפס גייען ארויף צו 49 צענט, יאנואר 26 14'.
ערשטע קלאס סטעמפס זענען היינט ארויף מיט 3 צענט צו 49 צענט.
זונטאג ינואר 26, 2014 2:02 am
AHA האט געשריבן:אוודאי האט געשריבן:דער קאנטרעווערסיאלער אריזאנא שעריף דזשאו ארפייאו האט ארויפגעלייגט 38 ארעסטאנטן אויף א ברויט און וואסער דייעט פאר׳ן פארשוועכן דעם אמעריקאנע פאן.
דאס קומט נאך א לעצטעריגע פאליסי פון ארפייאו אריינצולייגן אמעריקאנע פענער אין די תפיסה צימערן, און די ארעסטאנטן האבן געשעדיגט די פענער מיט׳ן עס צורייסן אדער אוועקווארפן.
די אזויגערופענע ״ברויט און וואסער דייעט״ באשטייט למעשה פון א געבאקענע לאוף וואס אנטהאלט צומאלענע פרוכט, גרינצייג, מילך שטויב, טייג, און אנדערע אינגרידיענטס, וואס טראץ וואס עס קומט נאך די נוטרישאן פארלאנגען איז עס אבער זייער אומאפעטיטלעך.
דער שעריף זאגט ״סיי וועלכער ארעסטאנט וואס וועט שעדיגן א פאן וועט באקומען צוגעטיילט דעם דייעט (אנע עסצייג) פאר 2 וואכן.
נישט קיין שלעכטע דיעטע, וואס איז זייער מעניו געווענליך? קרעפטיגע זופ מיט סטעיק?
ווייסעך נישט, ס׳נישט געמאלדן געווארן.
זונטאג ינואר 26, 2014 2:16 am
אוודאי האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:ערשטע קלאס סטעמפס גייען ארויף צו 49 צענט, יאנואר 26 14'.
ערשטע קלאס סטעמפס זענען היינט ארויף מיט 3 צענט צו 49 צענט.
זיי גייען דערלייגען מיט דריי סענט ווייניגער פער פעקל.