Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך מאי 22, 2013 5:27 pm

משזר האט געשריבן:סאיז געווען אויף אמעריקאנע טערעטאריע?

דריי אין תימן, איינער אין פאקיסטאן.

Advertisement

ראפאגאש נייעס

מיטוואך מאי 22, 2013 10:18 pm

די פייערלעשער יוניאן האבן זיך געלאזט הערן קעגן דעם פייער קאמישאנער פארן פארשנעלערן די מינוטן וואס געדויערט די רעספאנד אנצוקומען צו א פייער. "מיט די אלע צוגעלייגטע מינוטן" זאגט די רעפארט "וויל די בלומבערג אדמיניסטראציע פארמאכן צוואנציג פייער סטאנציעס אין די סיטי". א ווארטזאגער לייגט נאך צו: "מ'ברויך צולייגן נאך עטליכע לאנגע מינוטן צום רעפארט אנשטאט". "דאס איז ווילאנג ס'דויערט פארן 911 רעפערזענעטיוו אויצוהייבן דעם פאון".

איינגעשטעלטע און הויעכראנגיגע אין ניו ג'ערסי האבן ארויסגעגעבן א באלוינונג פון צוואנציג-טויזענט טאללער פאר דער וואס פירט צום ארעסט פונעם פארברעכער וואס האט געווארפן אויפרייס מאטריאל אויף א פאליציי קעפטאן'ס וואוינונג. ס'האט גענומען פופצן מינוט פאר די פייער דעפארטמענט צו ברענגען דעם צוויי-שטאקיגן בילדינג אונטער קאנטראל. ס'איז נישט קלאר די גענוי מינוטן פונעם רעספאנד.

דער בירגערמייסטער בלומבערג האט זיך ווידעראמאל צעלאזט. זאגט פריעדמאן, דער אייגנטומער פון א געלע-טעקסי סטאנציע. לעצטע וואך זיצנדיג ביי א ספורטס שפיל ווען אלע ארום האבן געשריגן, האט זיך בלומבערג צושריגן אויף זיין שטייגער, שרייענדיג "ווארט נאר אויף קומענדיגע יאר ווען כ'וועל שוין נישט זיין אין אפיס, כ'וועל ענק אלע אונטערברענגען". וויילער זענען אין א דילעמא, און ווייסן שוין נישט וואס וועט זיין ערגער, בלומבערג'ס ארויסגיין אדער ווינער'ס אריינגיין..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קאוקא-קאולע'. מיר פארשנעלערן די מינוטן צו בלומבערגס ארויסגיין. אונז וועלן עפענען נאך צוואנציג סטאנציעס אין די סיטי.

מיטוואך מאי 22, 2013 11:33 pm

לאנג איילענד, נוי יארק.

פאליציי און לאנג איילענד האט צוריק געפענט די קעיס פון הבחור חיים ווייס ע"ה, וואס איז ערמארדעט געווארן און זיין דארמיטארי צימער אום נאוועמבער 1,1989.

עס איז ערווארטעט אז די פאליציי וועט האלטן א פרעסס קאנפרענס נעקסטע וואך אינאיינעם מיט די משפחה, אין וועט העכערן די באלוינונג פאר אינפארמאציע וואס וועט פירן צום ארעס פונעם מערדער.
לעצט פאראכטן דורך משזר אום דאנערשטאג מאי 23, 2013 12:15 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מיטוואך מאי 22, 2013 11:42 pm

די מעשה איז זייער א שרעקעדיגע און שאנדפולע, זייער זייער פארנעפעלט.

די פופצן יעריגע בחור האט מען געטראפן אין זיין דארמיטארי צימערל פון ישיבה ד'לאנג ביטש ל"ע דערשטאכן. קודם האט מען חושד געווען אנטיסעמיטזם, אבער נאכדעם האט מען געזען אז די פענצטער איז געווען אפען ווי די מנהג ביי יציא"נ, אויך האט געברענט דארט א לעכט.

די הנהלת הישיבה האט זיך אנטזאגט פון ענטפערן פראגן פאר די פאליציי אלס חשש מסירה (...).

די מעשה קוקט נישט אויס צו זיין צו געשמאק.

דאנערשטאג מאי 23, 2013 1:12 am

פאר די פאליציי איז עס זייער גוטע שפעקעלאציעס... בא א מאזלעם וואלט איך עס נאך געקענט קאנסידערן, אבער א יוד וואס איז א רוצח גייט נישט עפענען קיין פענצטער, ממש דער רוצח איז מקפיד אויף אלע מנהגים.. די פענצטער איז געווען אפען ווייל עס איז געווען הייס, און די לעכט האט געברענט ווייל עס איז געווען שבת ביינאכט...

דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:55 am

כאפט א שרעק

ראפאגאש נייעס

דאנערשטאג מאי 23, 2013 9:56 pm

א ניו ג'ערסי טשיף פונעם לאקאלע פאליציי האט פארענדיגט און אפגעצייכנט א מיילשטיין מיטן לויפן הונדערט-זעקס מייל, אלס אנדענק פאר סענדי געליטענע. ער איז געלאפן דרייסיג שעה אן אפשטעל. די היינטיגע רעגן האבן אים נישט אפגעהאלטן, טראצן ווערן דורכגעווייקט. זאגנדיג "די סענדי געליטענע זענען שוין נאס פול לענגער". העט ווען די ארטיגע גאווערנער נאכגעטוהן, הער ער זיך ווען נישט געברויכט בינדן.

פאליציי אין ניו ג'ערסי האבן ארעסטירט דעם געזיכטן פארברעכער וואס האט געווארפן אויפרייס מאטריאל און אונטערגעצינדן דעם פאליציי קעפטאנס וואוין ארט. דער ארעסטירטער איז א פאליס אפיציר זעלבסט. 'מייקל דאטראו' איז אנגעקלאגט געווארן מיט פונף קאנטעס פון מערדער, און פארן אונטערצינדן א בילדינג. אטוריטעטן ווייסן נאכנישט זיין מאטיוו. "נאך וואס א אפיציר איז געלאפן אין די טעג" זאגט א פאנטעזירער "איז דאס ווארשיינליך אלס אנדענק צום באסטאן מעריטאן".

שלעפער טראקס זענען די מערסט באנוצטע אין די ניו יארק פאליציי פלאטע. דאס מאל איז א ציווילע שלעפער טראק געקומען צו הילף פאר פאליציי. נאכיאגנדיג און כאפן א דרייווער אין קווינס, וואס איז אנטלאפן פון נאך א עקסידענט סצענע. דער דרייווער איז דורכפארן א רויטע ליכט איבערפארנדיג א ניינצן יעריגער דורכגייער, און איז בלאקירט געווארן מיטן טראק עטליכע גאסן דערנאך. העט ער ווען געהאט א טלית, העט ער ווען געקענט אריבערלויפן אויפן טראק.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פארקאש טליתים'. די היינטיגע רעגן האלטן אונז נישט אפ, טראצן ווערן דורכגעווייקט. די קאנטרי געליטענע זענען שוין נאס פול ערגער.

דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:17 pm

The Washington State Patrol says the Interstate 5 bridge over the Skagit River at Mount Vernon has collapsed, dumping vehicles and people into the water

דאנערשטאג מאי 23, 2013 10:53 pm

וואס גייט דא פאר??? איין מאדנע עפיזאד נאכן צווייטן!!! ווי איז חזקיהו המלך?...

דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:30 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
The Washington State Patrol says the Interstate 5 bridge over the Skagit River at Mount Vernon has collapsed, dumping vehicles and people into the water
עטעטשמענטס
bridgecollaspe12.jpg

פרייטאג מאי 24, 2013 10:11 am

די פלארייד אין וואסער האט אראפגעשלעפט די ברידזש!

א שטודיע אויף וויקיפעדיע ווייזט אז די לופט העכער פלארייד ווערט זייער שווער ווען עס מישט זיך אויס מיט ראבער און אייזן, ווייל די אייזן ציט עס צו די זייט, און ראבער ווי באקאנט דרייט זיך אגאנצן צייט, די גראוויטי ווערט צומישט און א פונט לופט ווערט בערך 5.7 פונט, אין קיוביק פונט קומט עס אויס צו בערך 6.3258 פונט, ממילא ווען א 20 טויזענט פונטיגע טרעילער פארט דורך ווערט די לופט און די ברידזש צומישט, און די לופט ווערט 126,516 טויזענט פונט, דאס איז חוץ די וואג פונעט טרעילער, און די ווינט וואס א טרעילער שטופט גיבט אויך צו, און עס געשעט וואס עס געשעט

איר גלייבט נישט, נאך אייך א לינק

פרייטאג מאי 24, 2013 10:18 am

וואו איז די לינק?
ס'מאכט סענס וואס דו זאגסט, נאכדערצו וואס מ'האט לעצטענס וואקסינירט אלע בריקן.

פרייטאג מאי 24, 2013 10:34 am

שנאפס האט געשריבן:די פלארייד אין וואסער האט אראפגעשלעפט די ברידזש!

א שטודיע אויף וויקיפעדיע ווייזט אז די לופט העכער פלארייד ווערט זייער שווער ווען עס מישט זיך אויס מיט ראבער און אייזן, ווייל די אייזן ציט עס צו די זייט, און ראבער ווי באקאנט דרייט זיך אגאנצן צייט, די גראוויטי ווערט צומישט און א פונט לופט ווערט בערך 5.7 פונט, אין קיוביק פונט קומט עס אויס צו בערך 6.3258 פונט, ממילא ווען א 20 טויזענט פונטיגע טרעילער פארט דורך ווערט די לופט און די ברידזש צומישט, און די לופט ווערט 126,516 טויזענט פונט, דאס איז חוץ די וואג פונעט טרעילער, און די ווינט וואס א טרעילער שטופט גיבט אויך צו, און עס געשעט וואס עס געשעט

איר גלייבט נישט, נאך אייך א לינק

דא איז די לינק

די לינק איז אנדעקט געווארן ווען די יוסטיץ דעפארטמענט איז געווארן אויסגעפארשט דורכן יוסטיץ דעפארטמענט.

געספאנסערט דורך: יוסטיץ דעפארמענט

פרייטאג מאי 24, 2013 10:45 am

מאנ-יימער האט געשריבן:ס'מאכט סענס וואס דו זאגסט, נאכדערצו וואס מ'האט לעצטענס וואקסינירט אלע בריקן.

דא האסטו א קלארע בילד ווי מען וואקסינירט די בריק (מערקט ווי עס איז גאווערמענט באאמטע וואס כאפן שטארק אן די בריק וואס לאזט זיך נישט שטעכן)
עטעטשמענטס
vacciein.jpg
vacciein.jpg (11.47 KiB) געזעהן געווארן 582 מאל

פרייטאג מאי 24, 2013 11:55 am

טראנסי כהאניש געוואוסט דו קענסט אויך...

פרייטאג מאי 24, 2013 12:28 pm

שנאפס האט געשריבן:די פלארייד אין וואסער האט אראפגעשלעפט די ברידזש!

א שטודיע אויף וויקיפעדיע ווייזט אז די לופט העכער פלארייד ווערט זייער שווער ווען עס מישט זיך אויס מיט ראבער און אייזן, ווייל די אייזן ציט עס צו די זייט, און ראבער ווי באקאנט דרייט זיך אגאנצן צייט, די גראוויטי ווערט צומישט און א פונט לופט ווערט בערך 5.7 פונט, אין קיוביק פונט קומט עס אויס צו בערך 6.3258 פונט, ממילא ווען א 20 טויזענט פונטיגע טרעילער פארט דורך ווערט די לופט און די ברידזש צומישט, און די לופט ווערט 126,516 טויזענט פונט, דאס איז חוץ די וואג פונעט טרעילער, און די ווינט וואס א טרעילער שטופט גיבט אויך צו, און עס געשעט וואס עס געשעט

איר גלייבט נישט, נאך אייך א לינק


מיינסט צו זאגען
fluoride?

פרייטאג מאי 24, 2013 12:28 pm

יא...

פרייטאג מאי 24, 2013 12:31 pm

אוי וויי
נאך א מעשה'לע קעגען פלוארייד.....

פרייטאג מאי 24, 2013 2:01 pm

צום צווייטן מאל אין א קורצע צייט האט אבאמא פוגם געווען אין די כבוד פון די מארינ'ס.

פאריגע וואך, האט ער געבעטען צוויי מארינען, זיי זאלן האלטן שירעמעס פאר אים און פאר די פרעימער מיניסטער פון טערקיי. מארינען דארפן לויטן פראטאקאל האלטן די רעכטע הענט אויפן בויך. און דא האבן זיי געהאלטן א שירעם.

כאטש וואס לעגאל האט די פרעזידענט רעכט צו הייסן א מארין ברעכען פראטאקאל, איז עס אבער נישט עפעס וואס א פרעזידענט טוט געווענדליך.

היינט האט ער נישט "סעלוטירט" דעם מארין וואס שטייט נעבן די פרעזידענט'ס העליקאפטער, יעדעס מאל וואס די פרעזידענט גייט ארויף. כאטש עס איז נישט קיין געשריבענע געזעץ, איז אבער די מנהג זייט רעיגן, אז ווען די פרעזידענט גייט ארויף די שטיגען, וועט די מארין אים "סעלוטן", (דאס איז יא פראטאקאל) און די פרעזידענט וועט צוריק סעלוטן.

דא האט אבאמא נישט סעלוטירט. ער איז ארויף, קוקט אויס איינער האט אים דערמאנט, ער איז צוריק אראפ, גערייכט די האנט פונעם מארין, און צוריק ארויף.

זונטאג מאי 26, 2013 10:11 am

Emergency personnel respond to the scene of a train derailment near Rockview, Mo. on Saturday, May 25, 2013. The National Transportation Safety Board has launched an investigation into the cause of a cargo train collision that partially collapsed a highway overpass in southeast Missouri, injuring seven people.
עטעטשמענטס
5-26-2013.jpg

ראפאגאש נייעס

זונטאג מאי 26, 2013 9:43 pm

פאליציי אין ניו ראשעל ניו יארק האבן אראפגעשאסן א מענטאל פאציענס נאך וואס זיי זענען ארויסגערופן געווארן צום פארשוין מיט א מעסער אין דעם בילדינג. דער פאציענט האט נישט געוואלט אראפלייגן דעם מעסער נאכן פארלאנג פון די אפיצירן, און האט זיי פרובירט צו אטאקירן דערמיט. "איך פארשטיי אז ער האט נישט גענומען זיינע פילן היינט" זאגט א אפיציר. "אבער א שטימפיגע מעסער איז פארט שעדליך".

א פאטאלער עקסידענט האט דערהרג'ט איינעם, און צוויי אנדערע זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין א קריטישע צושטאנד. אלע דריי פאסאנזשירן זענען אין די נידריגע צוואנציגער יארן. אויספארשער זענען נישט קלאר וואס האט געפירט צום עקסידענט אויפן גארדן סטעיט פארקוועי. גאווערנער קריסטי זאגט: "העט ווען די קאר געגאנגען אויף שטרענגערן דייעט, וואלט ער דאס זיכער פארמיטן".

א אנקעטע האט געוויזן אז א מערהייט ניו יארקע פארלאנגען מערערע זיכערהייטס קעמרעס אויף די גאסן. אזויפיל ווי צוויי-און-אכציג פראצענט אויסגעפרעגטע זאגן אז די סיטי ברויך זיין מער פארזיכטיג. אבער א מערהייט דערפון זענען קעגן בלומבערגס פלאן, אז די קעמרעס זאלן אויפכאפן און טיילן טיקעטס פאר שנעל-פארענדע דרייווערס. "ער וויל צוריקברענגען דעם 'קעי-די-סי' עפאכע" זאגט א אויסגעפרעגטער. "די סארט קעמרעס קענען אויפכאפן שנעל-פארענדע ביג-וויל'ס".

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'גאסטאו'. מיט אונזערע שטימפיגע קעמרעס, קענט איר זיכער זיין אז אייער קאר וועט אויך געהאלטן ווערן אונטער דעם שטרענגן דייעט.

מאנטאג מאי 27, 2013 7:00 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:צום צווייטן מאל אין א קורצע צייט האט אבאמא פוגם געווען אין די כבוד פון די מארינ'ס.

פאריגע וואך, האט ער געבעטען צוויי מארינען, זיי זאלן האלטן שירעמעס פאר אים און פאר די פרעימער מיניסטער פון טערקיי. מארינען דארפן לויטן פראטאקאל האלטן די רעכטע הענט אויפן בויך. און דא האבן זיי געהאלטן א שירעם.

כאטש וואס לעגאל האט די פרעזידענט רעכט צו הייסן א מארין ברעכען פראטאקאל, איז עס אבער נישט עפעס וואס א פרעזידענט טוט געווענדליך.

היינט האט ער נישט "סעלוטירט" דעם מארין וואס שטייט נעבן די פרעזידענט'ס העליקאפטער, יעדעס מאל וואס די פרעזידענט גייט ארויף. כאטש עס איז נישט קיין געשריבענע געזעץ, איז אבער די מנהג זייט רעיגן, אז ווען די פרעזידענט גייט ארויף די שטיגען, וועט די מארין אים "סעלוטן", (דאס איז יא פראטאקאל) און די פרעזידענט וועט צוריק סעלוטן.

דא האט אבאמא נישט סעלוטירט. ער איז ארויף, קוקט אויס איינער האט אים דערמאנט, ער איז צוריק אראפ, גערייכט די האנט פונעם מארין, און צוריק ארויף.

http://mahnishmah.com/system/scripts/mo ... +Salute%3F

ראפאגאש טעגליכע נייעס

מאנטאג מאי 27, 2013 7:37 pm

די ברוקלין בריק איז אפגעשפארט געווארן אין די נאכמיטאג שטונדען, נאך וואס ס'איז געפינען געווארן א פארדעכטיגטע קאר. ביידע זייטן זענען אפגעשפארט געווארן, ווי אויך די ביציקל ליניעס. דאס האט פאראורזאכט א שווערן טרעפיק אויפן מענהעטען בריק. מענהעטן בריק מאטאריסטן ברויזן "איינמאל דער אפיציר אינעם קאר מיט די הויעך ארויפגעצויגענע לייטס האט זיך אויפגעוועקט, ברויך ער נאכנישט איבערקערן א בריק".

סענעטאר שומער און קאמישאנער קעלי זענען צווישן די וואס זענען קעגן די נייע מאקסימום זיכערהייטס מיטלען ביים פרוי ליבערטי, און זאגן אז ס'קען אפילו אנמאכן מער שאדן. "ס'איז אזוי ווי פאסאנזשירן זאלן ווערן אונטערזיכט נאכן לאנדן מיט א פליגער" זאגט שומער. "נאכן אריבערגיין די זיכערהייטס אין מענהעטען ביי די שיפן ביזן ליבערטי, קען דאס נאר פארשווערן די ארבעט". פרוי ליבערטי אנטזאגט זיך פון קאמענטירן דערויף, ווילאנג די פילטער אויף די וואסערן ארום איר האט נאר איין פאראייניגטע אפשטימונג.

פאליציי אין לאנג איילענד האבן ארויסגעראטעוועט א צוויי-הונדערט פונטיגע פייגל פון א וואסער אפלויף. די פייגל 'אימאא' איז פון די גרעסטע סארט פייגל, ס'האט זיך פארלאנגט גרעסערע שטריקן דאס ארויצושלעפן. די סארט איז לעגאל צו האדעווען אינדערהיים. די פייגל איז צוריקגעקערט צו איר אייגנטומער. א פאמיליע מיטגליד זאגט אז ער האט ווארשיינליך געזיכט די נענסטע בייק סטאנציע, צום וועג אהיים.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פיטא ארג.' בלויז איין פאראייניגטע פראטעסט ערווארטעט פארן דיסקרימאנירן פייגל סטאנציעס.

דינסטאג מאי 28, 2013 3:08 pm

שוועמל האט געשריבן:פאליציי קאמישאנער בערנארד קעריק (סאונד פעמיליער?) האב באקומען היינט פיר יאר אונטער גראטעס.

קעריק, דער נאמען ליגט נאך אין די ביינער פון ניו יארקער, וועלכער האט געדינט אין די NYPD אונטער זשוליאני און בלומבערג צייטן, איז דורכגעגאנגען א פראצעס אין פעדעראלן געריכט פארן ליגנט זאגן אכט מאל פאר די גאווערנמענט, פיילן פאלשע טעקס ריטורנס און נאך קריימס.

ער האט געפליד גילטי און פראסעקיוטערס האבן פארלאנגט 61 יאר טורמע צו וועלכן דער זשאזש אין ווייטפלעינס, ניו יארק האט אים געגעבן בלויז פיר יאר.

ער איז דורכגעגאנגען גאר שווערע סטרעס במשך די צייט, ספעציעל ווען אויספארשער האבן אים אויסגעפרעגט עטליכע וואכן אין וועסטשעסטער קאונטי. דאקטוירים האבן באשטעטיגט אז די סטרעס האט אים צוגעטרעטן אבער ער ברויך נישט קיין מעדיקאלע הילף דערפאר.

היינט ארויס.

דינסטאג מאי 28, 2013 3:39 pm

האט אבאמא היינט געהאלטן א דרשה אין דזשורזי מיטן געוועזענעם "פאס" קריס קריסטי.

האט ער געוואלט דערמאנען איבער אקלעהאומע. האט ער אבער בטעות געזאגט די נישט ריכטיגע נאמען פאר די שטאט ווי עס איז פארגעקומען די טערנעדאו.

דאס איז נאך נישט אזא גרויסע נייעס.

נאר דאס איז שוין יא עפעס! אנשטאט זאגן "מור, אקלעהאמע" - דארט ווי עס איז טאקע פארגעקומען - האט ער געזאגט .......... מאנרא!!

ווייסעך נישט צו די עס האט צוטאן מיט די כינוס קעגן אינטערנעט......
שרייב א תגובה

Advertisement