בלאט 182 פון 286

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 3:01 am
דורך msp
געווען א שרעקליכע טארנאדא אין אוקלאהאמא
זיי זאגען אז אזא איז נאך נישט געווען אין אמעריקא
בערך 90 געהרג'עטע
השם יצילנו

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 7:26 am
דורך ידיד
msp האט געשריבן:געווען א שרעקליכע טארנאדא אין אוקלאהאמא
זיי זאגען אז אזא איז נאך נישט געווען אין אמעריקא
בערך 90 געהרג'עטע
השם יצילנו

viewtopic.php?f=6&t=20012

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 8:22 am
דורך שאינו יודע
איך ווייס נישט אויב איינער האט עס שוין געמאלדן דא.

אין ליכט פון די לעצטערע התעוררות קעגן טעקסט מעסעדזשעס, האט גוגל אויפגעהערט מיט זייער SMS SEARCH לדאבון לב כל בעלי פליפ פאון'ס.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 8:38 am
דורך מייקראסאפט
לכתחילה אריבער האט געשריבן:און ער איז א איד וואס וואונט אין וויליאמסבורג

דעס איז א וויץ אדער ערענסט?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 10:06 am
דורך זייער נייגעריג
יעצט דורכגעליינט די לעצטע פאר בלעטער, ס'קוקט אויב צו א שטארקע מיש מאש,
לכתחילה'ס תגובה איבער די בלומבערג טערמינעל קען גיין אין א עקשטרע אשכול, די נייעס איבער די יאהו אפקויף קומט ביי טעכנעלאגיע, און אזוי ביי אסאך אנדערע.

כ'שרייב עס דא מ'זאל וויסן ווי צו פלאצירן אויף להבא, יעצט מאכט זיך אז נייעסער קענען געמאלדן ווערן אויף צוויי פלעצער, ס'דא וואס דרייען זיך ביי טעכנעלאגיע נייעס און קומען נישט אריין דא וכן להיפך.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 10:35 am
דורך משזר
אופס, נישט באמערקט.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 10:42 am
דורך מאנ-יימער
למעלה האט דיר שוין אויסגעכאפט, קוק צוריק עטליכע תגובות.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 10:48 am
דורך מידער
דאס האט שוין למעלה נעכטן געברענגט. א ראפאגאש באריכט קען מען גראדע ליינען דריי מאל און סעט נאכאלס זיין אינטערסאנט.

זייער נייגעריג האט געשריבן:יעצט דורכגעליינט די לעצטע פאר בלעטער, ס'קוקט אויב צו א שטארקע מיש מאש,
לכתחילה'ס תגובה איבער די בלומבערג טערמינעל קען גיין אין א עקשטרע אשכול, די נייעס איבער די יאהו אפקויף קומט ביי טעכנעלאגיע, און אזוי ביי אסאך אנדערע.

כ'שרייב עס דא מ'זאל וויסן ווי צו פלאצירן אויף להבא, יעצט מאכט זיך אז נייעסער קענען געמאלדן ווערן אויף צוויי פלעצער, ס'דא וואס דרייען זיך ביי טעכנעלאגיע נייעס און קומען נישט אריין דא וכן להיפך.

יישר כח פארן מיר באמיען צוריקצומישן א בלעטל, זייער אינטערסטאנט לכתחילה'ס ארטיקל, קיינמאל געהערט פונעם בלומבערג טערמינעל.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 1:19 pm
דורך לכתחילה אריבער
מייקראסאפט האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:און ער איז א איד וואס וואונט אין וויליאמסבורג

דעס איז א וויץ אדער ערענסט?

עס איז גאר ערענסט! ער איז נישט קיין פרומער איד. ער וואוינט צווישען אונזערע שכינים פון די לעצטע צייטן הנקראים "יאפיס", "ארטיסטען" וכו'.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 1:22 pm
דורך לכתחילה אריבער
זייער נייגעריג האט געשריבן:יעצט דורכגעליינט די לעצטע פאר בלעטער, ס'קוקט אויב צו א שטארקע מיש מאש,
לכתחילה'ס תגובה איבער די בלומבערג טערמינעל קען גיין אין א עקשטרע אשכול, די נייעס איבער די יאהו אפקויף קומט ביי טעכנעלאגיע, און אזוי ביי אסאך אנדערע.

כ'שרייב עס דא מ'זאל וויסן ווי צו פלאצירן אויף להבא, יעצט מאכט זיך אז נייעסער קענען געמאלדן ווערן אויף צוויי פלעצער, ס'דא וואס דרייען זיך ביי טעכנעלאגיע נייעס און קומען נישט אריין דא וכן להיפך.

בלומבערג טערמינעל זעה איך דאך אז עס איז נישט געווארן קיין שמועס צופיל. טאמבלער האבעך זיך געגרייט צו שרייבן, און כ'וואלט עס טאקע געשריבן אין טעכנעלאגיע נייעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 21, 2013 1:32 pm
דורך האלץ האקער
שאינו יודע האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב איינער האט עס שוין געמאלדן דא.

אין ליכט פון די לעצטערע התעוררות קעגן טעקסט מעסעדזשעס, האט גוגל אויפגעהערט מיט זייער SMS SEARCH לדאבון לב כל בעלי פליפ פאון'ס.

די לאכסט איך גיי מער נישט אויף די וועב אויף מיין פאלם בכלל די תירוץ פאר מיין גיין פלעג זיין איך גיי פארן וועטער איך פלעג ניצן און גרויסן גוגל און יעצט האב איך עס נישט מער סאיז געווען א געלעגענהייט פארן מלאך המות ב"ה איך גיי נאך אלטץ נישט ארויף אויפן וועב פאר די וועטער

ראפאגאש נייעס

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 10:18 am
דורך משזר
א צוויי-און-פערציג יעריגער פאליס דעטעקטיוו, איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פארן העקן אין אנדערע אפיצירן אימעיל אדרעסס. 'עדווין ווארגעס' איז ארעסטירט געווארן דורך די עף-בי-איי, נאך וואס פראפעסאנאלע העקערס האבן געזאגט אז ער האט זיי באצאלט איבער פיר-טויזענט טאללער, אריינצוהעקן אין אקאונטס וואס ער האט נישט אליינס געקענט העקן. "מיט די געלט האבן אונז געעפענט פרישע אקאונטס אויף די אפיצירן'ס נעמען" זאגט א העקער. "יאהאא וואלט זיך באלעקט מיט אזעלכע דעטעקטיוון".

באן פאסאנזשירן ברויזן ווידעראמאל, נאך וואס אין די היינטיגע נאכמיטאג פארנומענע שטונדן זענען אלע טראנזיט באנען צווישן ניו גערסי און ניו יארק שטעקן געבליבן, און איינגענומען א פארשפעטיגונג פון א שטונדע, צוליב א פראבלעם ביי די סיגנאלן. פארשער פרובירן צו דערגיין די מעגליכקייט אויב פייגלעך זענען אריינגעפלויגן אינעם מאפלער. "שוין צייט צו אינסטאלירן דיספאוזעבל באן סטאנציעס אויף די גאסן" זאגט א פאסאנזשיר "זאל זיך יעדער נעמען א באן פאר זיך, און רייזן אן קיינע פראבלעמען".

די פארט-אטארוטי פאליציי האבן ארעסטירט א מאן אין קענעדי לופטפעלד נאך וואס מ'האט געפונען ביי אים אין האנט באגאדש א אנגעפולטן גאן, און צוגאב נאך א רונדע קוילן. דאס איז שוין די צווייטע מאנספארזוין וואס איז ארעסטירט געווארן אינעם לופטפעלד מיט א גאן אין די לעצטע פאר טאג. "לויטן טעגליכן שטייגער" זאגט א ציווילער "ווען זיי טרעפן א אנגעפולטן באטל וואסער, ליידיגן זיי דאס אויס אין זיי". "אינטערסאנט אין דעם פאל, האבן זיי דאס נישט אויסגעליידיגט אין זיי."

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'יופאק'. א שאד אזעלכע דעטעקטיוון, מ'וואלט ליבערשט אריינגעהעקט אינעם באן קאנדאקטאר'ס צימער, און פארן ווייטער אנע פראבלעמען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 12:26 pm
דורך טייבעלע
ענגלאנד: א סאלדאט פונעם רויאל ארטילערי איז בארבאריש ערמארדעט געווארן לעבן א מיליטערישע באזע אין לאנדאן, צוויי אינגען האבן דורכגעפירט די אטאקע, זיי זענען געשאסען געווארן דורך פאליציי און פארוואונדעט געווארן, עס הייסט אז עס איז געוועהן א טעראר אטאקע.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 1:38 pm
דורך צום זאך
געלעגער האט געשריבן:אינטערעסאנט אז קיינער האט דאס נאכנישט געמאלדן.
יאהו האט היינט געשלאסן א דיל אפצוקויפן 'טאמבלער' דאס איז א ריזיגע בלאג וועב זייטל מיט מיליאנע פאסטס א טאג. די פרייז וואס זיי גייען צאלן איז 1.1 ביליאן דאלער. יעצט כאפט אייך שטארק אן. די בעל הבית פון די קאמפעני איז זעקס און צוואנציג יאר אלט!!

אקעי טאמבלער האסטו גאנץ פיין דעסקרייבט, אבער וואס איז יאהו?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 1:48 pm
דורך שנאפס
חחחח

שנאפס אין די אינטערעסאנטע טעקסט מעסעדזשעס אשכול האט געשריבן:Just accidentally used yahoo to search for something. I think the entire Yahoo! Search staff are having a party and high fiving each other.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 1:49 pm
דורך משזר
שנאפס, ווען נישט די שרייבסט "חחחח" וואלט איך קיינמאל נישט געוויסט אז סאיז פאני.

#just saying

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 1:55 pm
דורך שנאפס
ווען דו שרייבסט ווען נישט אז דו וואלטסט נישט געוואוסט איז עס איז פאני וואלט איך קיינמאל נישט געוואוסט אז עס איז דא זאכן וואס דו ווייסט נישט

און טאקע ווייל איך האב געשריבן די חחחח האב איך דיר געהאלפן ארויסברענגען דיינע (אומ)וויסנשאפטן...

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 2:03 pm
דורך משזר
אנטשולדיגט, איך האב דיך נישט געמיינט אויפצירעגן.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 2:09 pm
דורך שנאפס
איך האב דיך נישט געמיינט צו מאכן אנטשולדיגן

--

פרעמיער מיניסטער פון ענגלאנד וועלכער איז אין פאריז גייט צוריק צום ענין פריער ווי.. אופס... צוריק אהיים פריער ווי געפלאנט צוליב די טעראר אטאקע

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 2:20 pm
דורך משזר
וואס איז דאס פריער ווי אופס?

just kidding#

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 4:17 pm
דורך leiby
א פרוי האט געטוויט אז זי האט אראפגעהאקט א בייקער, און ס'גייט איר נישט אן וויבאלד זי האט געהאט די רייט אף וועי, און נאך צוגעלייגט א העשטעג #Bloodycyclists.
איינער האט עס געשיקט פאר די לאקאלע פאליס, האבן זיי איר געשיקט א טוויט אז זי זאל זיך באצייטענס איבערגעבן.
http://news.cnet.com/8301-17852_3-57585 ... t-cyclist/

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 4:24 pm
דורך מאנ-יימער
leiby האט געשריבן:א פרוי האט געטוויט אז זי האט אראפגעהאקט א בייקער, און אז זי האט געהאט די רייט אף וועי, און נאך צוגעלייגט א העשטעג #Bloodycyclists.
איינער האט עס געשיקט פאר די לאקאלע פאליס, האבן זיי איר געשיקט א טוויט אז זי זאל זיך באצייטענס איבערגעבן.
http://news.cnet.com/8301-17852_3-57585 ... t-cyclist/

איינע פון די העדליינס ליינען זיך "טוויט ענד ראן"
א פרישע ווארט אינעם טעכנעלאגיע דזשארגאן.

איר טוויטער אקאונט איז שוין פארמעקט.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 5:11 pm
דורך שנאפס
אטארני דזשענערעל עריק האלדער האט היינט אין א בריוו צו סענעטאר פעטריק לעי פון ווערמאנט, מודה געווען אז זינט 2009 זענען שוין פיר אמעריקאנער סיטיזענס געהארגעט געווארן אין דראון אטאקעס

ער זאגט אז איינעם, דער אל-קיידע פראפאגאנדע גלח אל-אWלאקי, האט מען דירעקט געהארגעט, און די איבריגע דריי זענען געהארגעט געווארן דורך אטאקעס וואס מען האט נישט דירעקט געצילט אויף זיי

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 5:12 pm
דורך משזר
סאיז געווען אויף אמעריקאנע טערעטאריע?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 22, 2013 5:15 pm
דורך שנאפס
איך געדענק נישט פון א דראון אטאקע אויף אמעריקאנער באדן, און א שנעלע גוגל זוכעניש ברענגט נישט קיין פאזיטיווע רעזולטאטן