בלאט 181 פון 286

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 12:42 pm
דורך derech eretz
Yiddish News ‏@YiddishNews 9m
Michigan: BREAKING Saudi man with a false passport and pressure cooker has been arrested at Detroit airport

Yiddish News ‏@YiddishNews 36s
U/D Suspect Hussain Al Kwawahirman removed page from his passport & lied to federal agents about having pressure cooker, his arraigned today

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 4:15 pm
דורך לכתחילה אריבער
אכמאדינעדזשאד פון איראן האט באגלייט א קאנדידאט צו רעגעסטרירן אין די קומענדיגע וואלען. דאס איז געזעהן געווארן ווי א "אינדאורסמענט" פון יענעם קאנדידאט, צו ניצן אן אפיציעלע שטעלע אויף פאליטיק, איז קעגן די געזעץ.

די שטראף פאר דעם? ....... 74 שמיץ!

#ווארט'ס נישט שטייעדיג

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 5:15 pm
דורך שנאפס
מאסיווע עקספלאזיע ביי א גאז טראנספער פלענט אין פאקא, וועסט ווירדזשיניע

ביזדערווייל ווערט באריכטעט 2 פארוואונדעטע

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 11:08 pm
דורך לכתחילה אריבער
וואס מייקראסאפט - מיט זייער פי. סי. - איז פאר סתם מענטשען, און וואס עפל - מיט זייער מעקענטאש - איז פאר גראפיקער, און וואס גוגל איז פאר סערטש וכו' וכו' איז בלומבערג פאר ביזנעס.

מ'קען זאגן, אז בלומבערג איז די רוקען ביין פון ביזנעס אין אמעריקע, פונקט ווי גוגל איז די רוקען ביין פון די אינטערנעט. דאס הייסט מ'קען אנגיין אנדעם, אבער רוב באנוצען זיך דערמיט.

איינע פון די וועגן וואס בלומבערג האט א "גריפ" אויף ביזנעס, איז מיט "בלומבערג טערמינאל".

"בלומבערג טערמינאל", איז א קומפיוטער אפערעטינג סיסטעם, וואס געהערט פאר בלומבערג, און זי טוט עס "פארליסען" פאר ביזנעסער ארום די וועלט. עס איז געשאצט, אז 300,000 פון די גרעסטע ביזנעסער, באנוצען זיך מיט "בלומבערג טערמינאל". פונקט ווי ווינדאס אדער עפל, איז בלומבערג טערמינאל א אייגענע אפערעטינג סיסטעם, וואס בלומבערג האט געבויט פאר אירע קוסטעמער'ס געברוך. און נאך מער אייגענארטיג ווי עפל אדער מייקראסאפט, האט עס א "אייגענע" קיבאורד" אפי', און נישט מיט קליינע שינויים - וואס עפל האט קעגן מייקראסאפט - נאר אסאך אנדערע פונקציעס און אפציעס.

עס גלייבט זיך שווער, אבער די אפערעטינג סיסטעם איז נאך באזירט אויף "דאס"! (פאר די אינגערע צווישען אונז, דאס איז די יסוד פון ווינדאס, דאס איז געווען די ערשטע ערענסט סוקסעספולער אפערעטינג סיסטעם פון מייקראסאפט).

די סיסטעם איז נישט געמאכט פאר וואס א אלגעמיינע אפערעטינג סיסטעם איז געמאכט. עס האט באגרענעצטע און זייער ספעסיפישע באניצונגען. עס איז געמאכט פאר ביזנעס, און נאר ביזנעס. דארט קען מען באקומען אלס ואוס מען דארף האבן צו פירען א "פיינענטשעל" ביזנעס. אנגעהויבן פון אזא פשוטע זאך ווי די לעצטע פאנאנציעלע נייעס ארום די וועלט. און איר באקומט עס די מערסטע "אפ טו דעיט" פון ווי אימער. ביז א פונקטלעכע טשארט פון יעדע קאמפאני אין די וועלט. יעדע שראפעלע אין יעדע דיטעיל, ווי ווייט עס איז מעגליך צו האבן.

דארט קען מען באקומען דיטעיל אויף יעדע סטאק, אויף יעדע קארענסי, יעדע באנד, אא"וו, און פארשטייט זיך נאכקוקען די היסטאריע די פונקטליכע פרטים פון יעדע סטאק, פון איר געבורט.

אויך קען מען מיט די סיסטעם קומיוניקעטען מיט אנדערע "בלומבערג טערמינאל" באניצער. און די קיבוארד, חוץ פון די "קוסטעם" באטענ'ס אנצוקומען מיט איין קלאפ, צו יעדע סארט פיינענטשעל אינדעסטרי עקסטער, ווי סטאקס, בענק, מארגידזשעס וכו', האט עס א "העלפ" קנעפל, ווי עס זיצען לעבעדיגע אפערעטער'ס - ארבייטער פון בלומבערג - גרייט צו ענטפערען יעדע סארט פיינענטשעל שאלה.

די סיסטעם קען ווערן פארשטייט זיך קוסטעמירט יעדע קוסטעמער פאר זיך. עס קומט געווענדליך מיט עטליכע סקרינ'ס, א עוורידזש פון צוויי ביז זעקס סקרינס, איז וואס רוב באנוצער האבן.

עס איז אזוי פונקטליך און רייך, אז אפי' די רעגירונגען ניצען דאס צו וויסען די מצב אין די וועלט. די דורעכשניטליכע פרייז איז 1,800 א חודש, פער באנוצער. און עס ברענגט אריין פאר בלומבערג א נישט קשה'דגע קרוב צו 6.5 ביליאן טאלער א יאר!

אז מ'קוקט אמאל אויף א בילד פון א "אינוועסטמענט אנעלעזירער" זעהט מען וואס קוקט אויס ווי אן אלטער קומפיוטער פוןנעם פאריגען יאר הונדערט, און מען ווינדער זיך, צו קען יענער וואס שפילט מיט מיליאנען דאלארען, נישט עפארדען א נייע אפגרעטעד קומפיוטער? די תירוץ איז "ער קען יא" און ער האט טאקע די נייסטע מאדעל פון יאר ......... 04'!! און אן דעם קען ער נישט אנגיין.

די סיסטעם ארבייט נאך מיטן אלטען וועג, מיט אינדעקסעס, און קאמענד'ס, און מען דארף אלעס אליינס צוזאם שטעלען, פונקט ווי אמאל פאר די וואס געדענקען נאך "MS-DOS" שווארצע סקרינס מיט ווייסע ווערטער, גרינע ווערטער, און נאר עטליכע סאליד קאלערס אא"וו.

ס'נאך דא אסאך צו שרייבן איבערדעם, אבער פאר יעצט איז עס גענוג. איך לייג נאר עטליכע בילדער, און כ'קום שוין צוריק פארוואס כ'האב דאס אלעס געשריבן.

כ'לייג א בילד פון א "קלאוס אפ" פון א סקרין. א בילד פון ווייטען, מיט עטליכע טשארטס. און אבילד פון א "בלומבערג טערמינאל קיבאורד".

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 11:17 pm
דורך לכתחילה אריבער
איז פארשטענדליך אויב אזוי, אז בלומבערג האט פונקטליכע אינפארמאציע איבער אלע פינאנציעלע אינסטעטוציעס איבער די וועלט. איז גווארן א סקאנדאל די וואך, ווען עס איז געווארן באקאנט אז בלומבערג האט פשוט ........ שפיאנירט איבער אירע קליענטען!!

עס ברענט און פלאקערט, און בלומבערג האלט זיך אין איין איבערבעטען, און בארואיגן אז זיי האבן ריסטריקטעד זייערע ארבייטער פון געוויסע דעטע בלא בלא בלא. אינצווישען זאגט שוין די פעד, אז זיי גייען אויספארשען.

#געשטעלט די קאץ איבער די מילך

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 14, 2013 6:10 am
דורך פליגל
מ'גייט'ם בראטן?

הלוואי...

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 14, 2013 6:36 am
דורך טייבעלע
רוסלאנד האט ארעסטירט א סי-איי-עי אגענט אין מוסקבה, עס איז געוועהן ווען ער איז געוועהן אויפן וועג צו רעקרוטירן א רוסישען אפיציר פאר די סי-איי-עי.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 14, 2013 7:23 am
דורך משזר
רוסיש נייעס אדער אמעריקאנע נייעס?,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 16, 2013 11:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
ביל געיטס איז צוריק די רייכסטע מענטש אין די וועלט. געווען די לעצטע מאל אין 07'.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 17, 2013 1:29 am
דורך יואל שווארטץ
האט ער געמאכט אזוי סאך געלט, אדער האט דאן קארלאס פון מעקסיקא פארלוירן אזוי סאך?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 17, 2013 1:58 am
דורך וויכטיג מאכער
ביידע! געיטס רייכער און דער מעקסיקאנער האט דערלייגט נאכדעם וואס מעקסיקאו האט געבראכן זיין מאנאפאול אויף די טעלעקאם אינדעסטרי...

בנוגע בלומבערג, אוי הלואי...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 17, 2013 2:50 am
דורך msp
די קעזקוכען איז געווען געלונגען

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 1:33 pm
דורך שנאפס
60 זענען פארוואונדעט געווארן ביי א באן עקסידענט דעם פארגאנגענעם פרייטאג אין קאנעקטיקוט

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 1:35 pm
דורך שנאפס
צווישן 50 און 60 זענען פארוואונדעט געווארן שבת ווען א דרייווער איז ארויפגעפארן אויף א גרופע הייקערס ביי א פאראדע

באריכטן זאגן אז דער דרייווער האט א מעדיקעל קאנדישן, און איז נישט געטון געווארן בכוונה

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 1:38 pm
דורך אייער_קיכל
שנאפס האט געשריבן:60 זענען פארוואונדעט געווארן ביי א באן עקסידענט דעם פארגאנגענעם פרייטאג אין קאנעקטיקוט

איך האב געהערט 72 (קענזיין דאס איז לשיטת ר"ת...)

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 1:39 pm
דורך פארשטייטציך
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ביל געיטס איז צוריק די רייכסטע מענטש אין די וועלט. געווען די לעצטע מאל אין 07'.

קוקט נישט אזוי אויס אויף FORBES דארט זעהט מען אז Carlos Slim Helu & family פון MEXICO איז נאך אלץ רייכער מיט 7 BILLION פון GATES

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 1:40 pm
דורך שנאפס
אייער_קיכל האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:60 זענען פארוואונדעט געווארן ביי א באן עקסידענט דעם פארגאנגענעם פרייטאג אין קאנעקטיקוט

איך האב געהערט 72 (קענזיין דאס איז לשיטת ר"ת...)


הייסט דו ביסט מיך חושד אלס א וויזניצער??...

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 19, 2013 2:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
פארשטייטציך האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ביל געיטס איז צוריק די רייכסטע מענטש אין די וועלט. געווען די לעצטע מאל אין 07'.

קוקט נישט אזוי אויס אויף FORBES דארט זעהט מען אז Carlos Slim Helu & family פון MEXICO איז נאך אלץ רייכער מיט 7 BILLION פון GATES

כ'דענק אז פארבס מאכט א פרישע ליסטע איין מאל א יאר.ווייסעך נישט וואס גייט פאר.

ראפאגאש נייעס

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 20, 2013 2:28 pm
דורך משזר
א פערצן יעריג מיידל איז פאטאל געשאסן געווארן אויף א סיטי באס אין קווינס. פאליציי זיכן נאך דעם פארברעכער, וואס איז ארויפגעשטיגן אויפן באס ביים סטאפ בעפאר די שיסעריי איז פארגעקומען. קיינער אנדערש אויפן באס איז נישט געשעדיגט געווארן. די גרופע מיט וועמען די שיסער איז געווען אויפן באס, זענען געקומען פון א פארברענג, וואו זיי זאגן אז ס'איז נישט געווען קיינע שיסערייען. אלטערנעט סייד פארברענג פארבלייבט דערווייל סוספענדעט.

די מעטראפאליטאן טראנספארטאציע דעפארטמענט האט אנגעהויבן אפרייניגן די מעטראו-נארט שינעס וואס פירן צו קאנעטיקעיט, נאך וואס צוויי באנען האבן זיך צוזאמגעשטויסן לעצטע וואך. דערווייל איז צוגעשטעלט א שאטעל פון די ניו העיווען סטאנציע קיין ברידזשפארט. איבער צוויי-טויזענט פיס פון די שינעס איז געשעדיגט געווארן. די דעפארטמענט זאגט אז ס'איז א גרויסע שטער פאר די באנען, און ס'בלאקירט די טרעפיק. די פארוואלטער פון 'בלומען' האלט זיך צוריק פון גיבן זיין אנטווארט.

אלע איין-און-דרייסיג פאסאנזשירן זענען ארויס אן קיין וואונדן, נאך וואס זייער פליגער האט געברויכט לאנדן מיטן פנים-אראפ אן זיינע רעדער אין ניוארק לופטפעלד. דער פיילאט האט ביים אנהייבן לאנדן געלאזט וויסן פאר די קאנטראלירער אז דער פליגער לאזט זיך נישט געהעריג לאנדן, און לאזט נישט ארויס די רעדער. איינגעשטעלטע האבן אויסגעשפרייט פאום אויפן ראן-וועי. שומרים זאגט אז זינט די רעדער גנבים זענען נישט אין ברוקלין, זעהט זיך אן מערערע פראבלעמען ביי די לופטפעלדער.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'ראקלענד-קאושער'. די רעדער פון אונזערע וועגעלעך זענען נישט אויסגעשלאסן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 20, 2013 6:51 pm
דורך געלעגער
מזשר גיב קרעדיט פאר מר. ראפגאשן

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 20, 2013 7:15 pm
דורך דער תהילים איד
א פאטאלע שיסעריי איז פארגעקומען אין אר"י אין באר שבע.

א פארברעכער איז אריינגעקוןמען אין א באנק, געהאלטן פאר'משכון'ט א פרוי און דערשאסן צום טויט פיר ארבעטער.

ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דאס א געוועזענער בארדער-פאליס-מאן פון איזריעל, וואס האט אין די פארגאנגענהייט געקריגן א מעדאל פארן הארגענען א טעראריסט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 20, 2013 7:42 pm
דורך געלעגער
אינטערעסאנט אז קיינער האט דאס נאכנישט געמאלדן.
יאהו האט היינט געשלאסן א דיל אפצוקויפן 'טאמבלער' דאס איז א ריזיגע בלאג וועב זייטל מיט מיליאנע פאסטס א טאג. די פרייז וואס זיי גייען צאלן איז 1.1 ביליאן דאלער. יעצט כאפט אייך שטארק אן. די בעל הבית פון די קאמפעני איז זעקס און צוואנציג יאר אלט!!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 20, 2013 8:54 pm
דורך לכתחילה אריבער
און ער איז א איד וואס וואונט אין וויליאמסבורג

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 20, 2013 9:47 pm
דורך געלעגער
ווידער איז געווען אין די נייעס היינט וועגן א יונגסטער וואס איז אויפגעקומען מיט אן איידיע פון טשארדזשען א פאון אין דרייסיג סקונדעס. אויב גייט דאס דורך וועט ער אויך ווערן א מ/ביליאנער בקרוב

ראפאגאש נייעס

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 20, 2013 10:01 pm
דורך למעלה משבעים
ניו יארקע זענען שוין געוואוינט צו זעהן די היימ-לאזע פארשוינען אויסלייגן ארענדזשע ענוועלאופס אויף קארס. אבער היינט איז דאס געווען א_ווי פון שטאל ארויס, און זיי האבן אנגעהויבן טיילן טיקעטס פאר פארקירטע קארס ביי די ניי-אינסטאלירטע בייק-סטאנציעס. א קעמרע אויף פופצנטע סטריט אין מענהעטען צייגט אז צוואנציג מינוט נאכן הענגען דעם שילד, האבן שוין אויף אלע קארס געפלאטערט דעם טיקעט. "זאל מען הענגען דעם טיקעט, און פלאטערן מיטן שילד" זאגט דער אייגנטומער "לאזט די היים-לאזע אין שטאל, וועלן זיי נישט ברויכן סטאנציעס וואו צו האלטן זייערע בייקס".

א זעקס חדשים'דיג הינטל איז אפגעפינען געווארן אומגעשעדיגט און איז אפגעפירט געווארן אהיים אין ניו גערסי. דאס הינטל זיכט מען שוין זינט פרייטאג ווען ער איז אנטלאפן פון פייגלעך. ספעציעלע איינהייט קרעפטן מיט שמעק הינט זענען גערופן געווארן ארויסהעלפן מיטן זיך-אקציע. "דער קליינער הינטל האט ווארשיינליך נישט געקענט אליינס שמעקן" זאגט א וואלאונטיר מיט מיטלייד. "אזש מ'האט געברויכט ברענגען אנדערע הינטלעך אויפן סצענע צו שמעקן פאר אים אין די צייט".

א זעכציג יעריגער מאן איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ארויסגעפאלן פון זיין פענסטער אין די מידטאון געגענט. דער מאן איז ארויפגעפאלן אויפן אוינינג פונעם אונטערשטן שכן, און געפינט זיך אין א סטאבעלעזירטן צושטאנד. דער אונטערשטער שכן זאגט אז אויב ווייסט ער בעפאר, וואלט ער ליבערשט פארמאכט זיין פענסטער און געעפענט דעם אוינינג. ס'איז נישט קלאר אויב דער מאן האט נישט געזעהן בעפארן פאלן. צענדליגער גלעזער וואלטן געברויכט ארויסגעריפט ווערן צום סצענע.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'גערטנער'ס שטאל'. אלעס צוריק אין שטאל, אלטערנעט אסעמבלי-זיץ איז אין אפעקט.