בלאט 179 פון 286

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 2:59 am
דורך msp
איך האב געהערט היינט וועגען דריי פרויען אין קליוולאנד

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 4:16 am
דורך הלשון
מ'רעדט פון "דריי" פרויען וואס זענען נעלם/געקידנעפט געווארן בערן צען יאר צוריק, (לפי השמועה האט מען אויך ארויסגעראטעוועט 1-2 בעיביס פון יענע הויז)

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 6:41 am
דורך derech eretz
"@NewsInTime:
OHIO: 3 women 16, 14 and 20 who went missing 10 years ago found alive in a house near where they were last seen, a 52 y/o man is in custody."

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 6:53 am
דורך פער בריסטאו
10 יאר געדוירט ביז מען געפינט זיי?,
עפעס שטימט נישט דא.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 7:05 am
דורך msp
זעהט אויס אז אפילו אין די גאלדענע אמעריקא קען מען באהאלטען געקידנאפטע פרויען פאר צעהן יאהר
עס איז שייך אויב מען מאכט אויף זיי א פחד אז מען וועט זיי הרג'נען וכדומה עמאציאנעלע בלאקמעיל

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 7:17 am
דורך געלעגער
יא. מ'האט זיי געטראפן געבינדן... א פחד צו קלערן וואס זיי זענען דורך די צען יאר

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 7:25 am
דורך פער בריסטאו
ני ווי אזוי האבן זיי יא יעצט געקענט רופן פאליס?,
אויב זיי זענען געבינדן אין קייטן?
אין אנדערע ווערטער, וואס איז יעצט געשען עפעס אנדערש ווי פריער? פארוואס האבן זיי נישט געקענט קאלן פאריאר?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 7:35 am
דורך געלעגער
איינער האט זיך ארויסגעריסן און געשריגן פאר הילף. א שכן האט געהערט און געהאלפן עפנען די טיר און דערנאך גערופן הילף.

דריי ברודערס זענען ארעסטירט געווארן

ראפאגאש נייעס רעפארטאזש נעכטן נאכט

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 9:45 am
דורך למעלה משבעים
פאליציי האבן נאך א לענגערע געיעג באוויזן צו ארעסטירן א פארברעכער וואס איז אנטלאפן נאכן ווערן ארעסטירט, זייענדיג ארעסטירט. דער מאן איז לעצטע וואך ארויס אויף בעיל, און נאך א רויבעריי פארמיטאג, איז ער אנטלאפן מיט די האנט פארבינדן פון ארונטער. עס האט געפירט אז פיר באנען זאלן אויסגעשאלטערט ווערן פון לעקטער. וואס דאן איז ער געצווינגען געווען צו לויפן דורך די גאסן וואו מ'האט אים ווידער ארעסטירט. "ער איז אזוי שנעל געלאפן" זאגט א פאסאנזשיר "פון זיין שאטן איז קוים עפעס געבליבן".

ווידעראמאל אין די נייעס: לעגאלע עקספערטן האבן אריינגעגעבן א פרישע קלאגע קעגן די סיטי בייק סטאנציעס. א קאליציע פון עטליכע בילדינגס אין מענהעטען האבן אריינגעגעבן א צווייטע רונדע קלאגעס נאך וואס א אנדערע געגענט האט שוין אנגעקלאגט די סיטי. לויט באריכטן זענען נאך פונף בילדינגס גרייט אריינצוגעבן קלאגאס. די בייק אטורני זאגט: ווילאנג זיי קלאגן נישט די בייק-ליניעס, איז קיין אפהאלט. "וואו וועלן פארן די בייקס די טאג וואס די ליניע וועט באשיינען אין קאורט?!"

פאליציי אין ראקוויל-סענטער זיכן נאך צוויי רויבערס וואס האבן בא'גנב'עט עטליכע רייזענדע אויף די לאנג-איילענד-רעיל-ראוד. ווי פאליציי גיבן איבער, האט שוין פאסירט מערערע פארברעכן אין די לעצטע פאר טאג ביי די באן שינעס. "די געגענט איז אלץ געווען א שטילע געגענט" זאגט א איינוואוינער. "די שינעס מאכן שוין געניג א הויכע גרידער". א אנדערער זאגט "וואו וועלן פארן די באנען די טאג וואס די שינעס וועלן באגאסן ווערן מיט דאבעליו-פארטי?".

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'דעילי-ניוס' קוקטס ארויס פאר אונזער אינטערוויאו מיט די שאטן פון בלומבערג. אנדערע פרעגן: וואו וועט גיין די שאטן די טאג פונעם אינטערוויאו?!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 1:59 pm
דורך שנאפס
וואס א ראוז פיבער ליידענדע דרייווער קען פאראורזאכן...

א מיסט-טראק דרייווער האט געסניזד אינמיטן דרייוון און פארלוירן קאנטראל, אריינגעקראכט אין א הויז אין ניו דזשערזי

1.jpg


2.jpg


קרעדיט: אמ"ג

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 2:24 pm
דורך משזר
וואס האט דאס מיט רויז פיבער? מען קען דאס טאן אנדעם אויך.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 3:23 pm
דורך לכתחילה אריבער
האט מען ארעסטירט א פרוי פארן דרייווען אנגעשיקערט. און ווען מען האט איר געפרעגט ווארום זי איז ארום געפארן אנגעטריקען? האט זי גענטפערט אז זי האט געטריקען צו "סעלעברעטן" דעם פאקט אז זי האט נארוואס צוריק באקומען אירע לייסענ'ס, וואס מען האט איר אוועק גענומען ............ פארן דרייווען שיכור!!

ווייייייייייל שיכורררררר איז דער גווווווי,
שיכוררררר איזזזז דער גווווווי,

שיקער איזער, טרינקען מיזער, ווייל ער איז א גוי,
שיקער איזער, טרינקען מיזער, וויייייייל ער איז א גוווווי,

(דער עולם קען די ניגון?)

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 3:25 pm
דורך מאנ-יימער
יא, יעדער קען די ניגון און יעדער געדענקט אז פנחס מאנדל האט געקענט באערדיגן איינעם אין ווייניגער ווי 18 שעה, הער שוין אויף צו פרעגן קשיות אין יעדע אשכול.......

#קידינג

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 3:30 pm
דורך ווינקל
יעפס, הערליך שטיקל חזנות!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 3:55 pm
דורך צייטליך
אז איך הער זינגען, - דערצו א ניגון וואס איך האב דעם שבת געהערט פון יענקל אונגאר - קומעך צו לויפן...

אין אנדערע נייעס:

א ענוועלאופ איז היינט אנגעקומען צום פעדעראלע בנין אין ברוקלין אויף קעדמען פלאזא מיטן אויפשריפט "ענטרעקס" מיט ווייסע פארדעכטיגטע שטויב דעראינען. פב"א פארשט די איצטידענט.

ראפאגאש נייעס רעפארטאזש

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 07, 2013 10:46 pm
דורך למעלה משבעים
א לאנג איילענד מאן איז ארעסטירט געווארן אין קענעדי לופטפעלד פארן האבן אין באזיץ פאלשע פי-בי-עי קארטלעך און פאליס דזשעקעטס. די טי-עס-עי אפיצירן האבן אנגעהויבן האבן פארדאכטן נאך וואס דער מאן האט זיך פרובירט דורכשטיפן די סעקיוריטי, און מאכן זיין וועג צום פליגער. "די קארטל איז ווערד ווי א געסיינטע מעטראו קארטל פונעם קאנדאקטאר".

עלעוו זענען אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל אין הארלעם, נאך וואס די לעקטער אויפן דריטן שטאק אין א שולע האבן ארויסגעגעבן א געדעכטע רויעך, געמישט מיט געז. די ניין קינדער און צוויי איינגעשטעלטע געפינען זיך אין א סטאבאלירטן צושטאנד. די בילדינג מענעדזשער איז נישט געווען צום געפינען ביים סצענע, נאכן וואך-נאכט די נאכט בעפאר. "די געז איז ווארשיינליך פון די געז באלונען וואס סטודענטן האבן געבלאזן" זאגט ער.

א גרופע אקטיוויסטן פלאנירן צו אריינשטעלן א גאן אין די האנט פון יעדן לעגאלן ניו יארקע איינוואוינער. זיי וועלן צושטעלן א גאן פאר די אלע וואס זענען בארעכטיגט צו האבן א גאן, און זיי זאלן דאס האבן און טראגן מיט זיך. "ס'איז אלעס צו באשיצן די ציווילע בירגער" זאגט א וואלונטיר פארן ארגענעזאציע. "פארברעכן זענען דראסטיש געשטיגן, און דאס איז די בעסטע מיטל דערקעגן". בלומבערג שומפט: זאל מען אריינשטעלן א סלייס פיצא אין יעדן'ס האנט.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'נאכט לאמפ'. טראץ וואס בלומבערג פארמאגט א געסיינטע 'מענאפאלי' קארטל, זענען מיר די וואס האלטן בלומבערג אין טינקל, "אלעס צו באשיצן די ציווילע בירגער"

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 9:13 am
דורך ים רויבער
עפעס האב איך געזעהן אז מ'האט ארעסטירט דרייסיג חברה וועגן די דיימאנט רויבערי אין בריסעל לופט פעלד א שטיק צייט צוריק

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 10:11 am
דורך משזר
נו, אז די האסט יא געזעהן ביטע לאז דיך הערן מיט אביסל מער פרטים.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 10:42 am
דורך יוראפ
שנאפס האט געשריבן:וואס א ראוז פיבער ליידענדע דרייווער קען פאראורזאכן...

א מיסט-טראק דרייווער האט געסניזד אינמיטן דרייוון און פארלוירן קאנטראל, אריינגעקראכט אין א הויז אין ניו דזשערזי

1.jpg


2.jpg


קרעדיט: אמ"ג

נאך א מזל איך דרייוו נישט קיין גארבידז טראק

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 10:45 am
דורך שנאפס
משזר האט געשריבן:וואס האט דאס מיט רויז פיבער? מען קען דאס טאן אנדעם אויך.


איך וואלט ערווארטעט א אנדערע פראגע:

וואס האט דאס מיט סניזען? מען קען קראכן אנע סניזן אויך...

ווילסט הערן א מעשה אדער פרעגן קאשעס?

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 2:03 pm
דורך שנאפס
שנאפס האט געשריבן:שוין דערמאנט געווארן ערגעץ? א גרויסער בנין אין בענגלאדעש איז צוזאמגעפאלן פאריגע וואך, עס האלט יעצט ביי 397 טויטע, און נאך הונדערטער פעלן

דער בעה"ב פונעם בנין איז היינט ארעסטירט געווארן נעבן די גרעניץ מיט אינדיע, וואו ער האט געפלאנט צו אנטלויפן

איבער 3000 ארבעטער פלעגן ארבעטן אין דעם ריזיגן בנין, מער ווייניגער קליידער פעקטאריס וואס האבן געהייסן די ארבעטער ווייטער בלייבן ארבעטן אפילו די דרויסענדיגע ווענט האבן באקומען דינסטאג ריזיגע קרעקס


עהההם, עס האלט יעצט ביי 819 טויטע, באקומען פריער אזא טעקסט:

Dear poor Bangladesh people: Time is running out! Don't miss the last chance to die in the collapsed bldg.

קרעדיט: Mutche

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 4:19 pm
דורך צייטליך
די דזשורי אין די קעיס פון מערדעריי פון טרעוויס אלכסנדר איז ארויסגעקומען מיט א שולדיג אורטייל קעגן זיין פרוי דזשודי אריעס.

די מעשה האט זיך אפגעשפילט אין 2008 אין אריזאנא, אלכסנדר איז געפינען געווארן אין זיין היים טויט דורך עטליכע אופנים, אריינגערעכנט א קויל אין קאפ און צושניטענע אברים. די קעיס און טרייעל האבן באקומען ברייטע מידיאו דעקונג איבערן לאנד נאכדעם וואס אריעס האט געטענה'ט אז זי האט אים בלויז גע'הרג'ט אין זעלבסט באשיצונג.

עס איז געווען א שווערע קעיס צוזאמצושטעלן אבער די דזשורי איז יעצט ארויסגעקומען אז זי איז "שולדיג".

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 10:35 pm
דורך געלעגער
שוין געווען באריכטעט אז פיטא איז ברוגז אויף קריס קריסטי פארן הארגענען א ספיידער פארענט פון קינדער.

לצים זאגן אז נאך א מזל ער האט זיך געבענדלט ווען נישט וואלט ער עס אויפגעגעסן...

ראפאגאש נייעס

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 08, 2013 10:37 pm
דורך געלעגער
‫‫א מאן ווערט געזיכט אין בראנקס, נאך וואס ער האט גערויבט פונף-הונדערט טאללער פון א דריי יעריג קינד אין א וויין געשעפט. דאס קינד איז דארט געווען מיט איר מאמע, ווארטנדיג צו באצאלן, האט זי ארויסגענומען דאס געלט פונעם טאש-בוך, ווען די קינד האט דאס איבערגענומען און די רויבער האט דאס ארויסגעכאפט און אנטלאפן. "ס'איז פארגעקומען אזוי שנעל" זאגט די מאמע "קוים וואס כ'האב געהאט צייט עס אפציילן". די קינד געדענקט אויך נישט דעם גענויעם ציפער. אבער זאגט אז ס'איז געווען נאכגעמאכטע פלעי-מאני, אויף א גרויסן פארמאט.  ‬‬
‫‫דריי ברידער פון לאנג איילענד זענען ארעסטירט געווארן פארן באשווינדלען א  לאטארי געווינער. צוויי פון די ברידער האבן געארבעט אינעם וואלעראו גאז סטאנציע וואו דער געווינער איז געקומען קוקן זיין טיקעט. נאך וואס זיי האבן באמערקט דעם געווינס פון פונף-און-זיבעציג-טויזענט דאללער, האבן זיי אים דערלאנגט בלויזע אכט-הונדערט טאללער, און האבן זיך צעטיילט מיט די איבריגע אכט-און-פערציג-טויזענט. 'מעדאף' האט זיך געלאזט הערן: אין וואלעראו איז אויך געווען מיין ערשטע פאנזי שווינדל. קויפנדיג א קאווע און גענומען צוויי שטרוי'ס פאר די פרייז פון איינס.‬‬
‫‫'סענדי' איז שוין כמעט פארגעסן. די וואסער איז שוין צוריק אראפ. די ברוכווארג שוין אוועקגעפירט. און מעריטאן שוין אפגעזאגט. אבער די נייעס האט זיך אויפגעפרישט נאך וואס א פיר יעריג קינד אין ניו גערסי האט גענייעט א סחורה'נע האלטער פאר די טעפ אין קאך. ווען שכינים האבן דאס געזעהן האבן זיי דאס געבעטן, דערביי געבנדיג אפאר טאללער דערפאר. ווען דאס קינד האט נישט געוואלט נעמען דאס געלט, האט זי אפגעמאכט דאס צו שענקן פאר די סענדי געליטענע. ס'קינד האט שוין הונדערט-אכציג באשטעלטע ארדערס. עמעזאן פרובירט זיך צו פארבינדן מיטן קינד אויף זיין פערצן טשענעל.‬‬
‫‫די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קינדערגארטן'. ווען דער דריי יעריגס וויל זיך משתתף זיין אינעם פיר יעריגערס ארגענזאציע. שפרינגט דער מעדאף ווידער אריין אינדערצווישן.‬‬

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:05 am
דורך שנאפס
שנאפס האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:שוין דערמאנט געווארן ערגעץ? א גרויסער בנין אין בענגלאדעש איז צוזאמגעפאלן פאריגע וואך, עס האלט יעצט ביי 397 טויטע, און נאך הונדערטער פעלן

דער בעה"ב פונעם בנין איז היינט ארעסטירט געווארן נעבן די גרעניץ מיט אינדיע, וואו ער האט געפלאנט צו אנטלויפן

איבער 3000 ארבעטער פלעגן ארבעטן אין דעם ריזיגן בנין, מער ווייניגער קליידער פעקטאריס וואס האבן געהייסן די ארבעטער ווייטער בלייבן ארבעטן אפילו די דרויסענדיגע ווענט האבן באקומען דינסטאג ריזיגע קרעקס


עהההם, עס האלט יעצט ביי 819 טויטע, באקומען פריער אזא טעקסט:

Dear poor Bangladesh people: Time is running out! Don't miss the last chance to die in the collapsed bldg.

קרעדיט: Mutche


יעצט ביי 943

עס וואקסט שנעלער ווי די לאטערי

אין אנדערע נייעס איז געווען נעכטן א פייער אין א קליידער פעקטארי אין בענגלאדעש, 8 ארבעטער זענען טויט