בלאט 178 פון 286

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 10:30 am
דורך משזר
ווי קען מען זיך ארויפסיינען אויף דע אימעיל גרופ?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 10:31 am
דורך שנאפס
עס איז א בבמ גרופע

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 10:32 am
דורך אונגארישער
משזר האט געשריבן:
אונגארישער האט געשריבן:משזר איר זענט גאר גאר גיט

כעל מיך נישט קריגן מיט אייך אז איך בין גוט, אבער ווי איר זעהט איזעס נישט מיינע ווערק.


איר ווייסט דאך געוויס אז א אינגערישערר כאפט אלעס א טאג שפעטער !

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 10:36 am
דורך ווינקל
שנאפס האט געשריבן:עס איז א בבמ גרופע

און וואו קען מען זיך ארויפסיינען אויף די בבמ גרופ?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 10:41 am
דורך שנאפס
ווען דו ווערסט געוואר, לאז מיך וויסן...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 10:55 am
דורך ווינקל
אקעי.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 10:59 am
דורך צייטליך
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
למשל די היינטיגע נייעס... היינט האט א פאליס אפגעשטעלט א יונגערמאן אין צענטער פון שטאט און געסטראשעט מיט 7 טיקעטס! דער יונגערמאן איז אויף א גרופ מיט ראפאגאש, די VIP גרופ פארוועם ער שרייבט די נייעס... סאו היינט האט בלומבערג געפיהלט וואו א פאליס שטעלט אים אפ אינמיטן שטאט אין גיבט אים 7 טיקעטס... איר כאפט וואס דא טוצעך? אזוי איזעס יעדן טאג! סאט געוואוסע קאודס... (נישט אלץ קעמען ארויסגיבן...)

ווי זאגט יענער (ווער?) ווען די נאר איז ווען נישט מיין וואלט איך אויך געלאכט...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:00 am
דורך ווינקל
המקום ימלא חסרונך!

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:06 am
דורך משזר
צייטליך האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
למשל די היינטיגע נייעס... היינט האט א פאליס אפגעשטעלט א יונגערמאן אין צענטער פון שטאט און געסטראשעט מיט 7 טיקעטס! דער יונגערמאן איז אויף א גרופ מיט ראפאגאש, די VIP גרופ פארוועם ער שרייבט די נייעס... סאו היינט האט בלומבערג געפיהלט וואו א פאליס שטעלט אים אפ אינמיטן שטאט אין גיבט אים 7 טיקעטס... איר כאפט וואס דא טוצעך? אזוי איזעס יעדן טאג! סאט געוואוסע קאודס... (נישט אלץ קעמען ארויסגיבן...)

ווי זאגט יענער (ווער?) ווען די נאר איז ווען נישט מיין וואלט איך אויך געלאכט...

וואס איז געבליבן, למעשה האסטע באקומען 7 טיקעטס אדער ער האט נאר געסטראשעט?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:20 am
דורך צייטליך
ב"ה מיינע PBA קארטלעך האבן געהאלפן און נאך א לעקציע איבער PBA קארטלעך האט ער געזאגט אז "ער וויל דאס מער נישט זעהן!"...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:39 am
דורך משזר
וואספארא חטא פארדינט 7 טיקעטס?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:55 am
דורך צייטליך
5 טינקעלע פענסטער, איין אויסגעברענטע ברעיק-לייט, לייסענס אויפן אלטן מאנראו אדרעעס. (אינשורענס פראוד, רופט ער דאס)

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:56 am
דורך לוי יצחק
איך עפן די אשכול פון "טעגליכע נייעס" און ס'רעדט פון באקומען 7 טיקעטס אויפאמאל... ביי מיר קיינמאל פאסירט.
א פלעין פארט צוריק צום נושא פאר העלף פרייס.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 12:04 pm
דורך צייטליך
לוי יצחק האט געשריבן:איך עפן די אשכול פון "טעגליכע נייעס" און ס'רעדט פון באקומען 7 טיקעטס אויפאמאל... ביי מיר קיינמאל פאסירט.
א פלעין פארט צוריק צום נושא פאר העלף פרייס.

שוין דא א "ביי מיר קיינמאל פאסירט" אשכול?

לאמיר צוריקדרייען דעם נושא.
א גנב וואס האט ארויסגעשיקט זיין שוועסטער צו גנב'נען גאזאלין ביים געז פאמפ האט באקומען מער געז ווי ערווארטעט.

אויפן ווידיאו זעהט מען ווי דער גאזאלין געשעפט מענעדזשר קומט קוקן די לייסענס פלעיט'ס פונעם קאר נאכן זיין פארדעכטיגט. די דרייווער זעהנדיג אז ער איז פארדעגכטיגט הייבט אן אפצוטראגן פון דארט מיטן קאר בעת די פייפ איז נאך אנגעשטעקט אונעם קאר און זיין שוועסטער שטייט דערביי. אוועקפארענדיג מיט א שנעלקייט האט ער מיטגעשפלעט דעם פייפ וועלעכע האט אימגעווארפן זיין שוועסטער אויף דער ערד, אפגעריסן די פייפ פונעם טאנק און באגאסן דעם שוועסטער/גנב מיט גאזאלין גלייך פונעם טאנק...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 12:21 pm
דורך משזר
און דורך וועם איז די נייעס געספאנסערט?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 12:40 pm
דורך קארן
דורך די אַלטע מאנרא אינשורענס מיט א אויסגעברענטע פענסטער און פינף טונקעלע פּי בּי עי'ס , סווערט געזוכט זיבן פאליציאנטן צו טיילן טיקעטס.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 1:05 pm
דורך לכתחילה אריבער
ברויך מען דרינגעד א עקסטערע אשכול פאר די "געספייסטע" כ'מיין "געפאנצערעטע" ... אופס, "געספאנצערעטע נייעס", ווייל די אשכול פאנגט אן אויסקוקען ווי די פורים אפטיילונג אין קולמע.

פארעפענטליכט: שבת מאי 04, 2013 9:32 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ווארען באפעט וואס איז שוין יארן צווישען די 2 3 רייכסטע מענטשען אויף די וועלט, און איז לויט געוויסע די געלונגענסטע אינוועסטירער אינעם דור, גרייט זיך........

ווארען באפעט איז באוויסט אלס איינער וואס זיין ערשטע רול אין אינוועסטמענט איז אז ער אינוועסטירט נאר אין א קאמפאני וואס ער פארשטייט ווי אזוי די זאך וואס די קאמפאני מאכט ארבייט.

ער איז דעריבער אוועק געשטאנען פון אלע טעכנעלאגיע פירמעס, וויסאלד ער זאגט אז ער פארשטייט נישט צו די נייע טעכנעלאציע. און ביי די גרויסע "טעק באבל" ווען די נעסדעק סטאק - ווי רוב גרויסע טעק פירמעס זענען - האט מיס געקראכט און שאדן געמאכט טריליאנען דאלארן פאר ריזיגע עשירים, האט ער נישט דערלייגט גארנישט, ווייל ער איז נישט געווען אינוועסטירט דארט.

אבער זעהט אויס אז מען קען די טעכנעלאגיע נישט אינגאנצען איגראנירן. האט באפעט פאריגע וואך זיך איינגעשריבן אין טוויטער. אין די ערשטע 45 מינוטן האט ער שוין געהאט 45,000 נאכפאלגער!! יעצט האט ער שוין 363,078 נאכפאלגער!

אגב איז די וואך געווען די יערליכע מיטינג וואס באפעט האט איינגעפירט מיט זיינע שעיר האלדערס. און צו זיין א שעיר האלדער אין באפעט'ס פירמע "בעקשייער העטעוועי" איז נישט קיין ביליגע עסק. די סטאק האט זיך פארמאכט פרייטאג - נאכדעם ווי בעקשייער האט געמאלדען רעקארד פארפיטן, דעם קווארטל - מיט א העכערונג פון 1.2 פראצענט וואס קומט אויס צו ......... 1,993 . דאס איז נישט די סטאק פרייז, דאס איז די "העכערונג פון פרייטאג!!! די סטאק פרייז איז .........

162,904 א שטיקל!!

יא איר הערט גוט! הונדערט צוויי אין זעכציג טויזענט, ניין הונדערט און פיר, יעדע שעיר!!

אגב באפעט איז היינט די פערטע רייכסטע מענטש אין די וועלט.

פארעפענטליכט: שבת מאי 04, 2013 9:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
נאך א קלייניקייט.

די מיטינג איז אין א ריזגע זאל, און דאס יאר האבן זיך באטייליגט .... 30,000 מענטשען! צווישען די באטייליגטע איז געווען איינער מיטן נאמען "ביל געיטס".

אויפן אויבן אן זענען געזעצען באפעט וואס איז די "טשערמאן" פון בעקשייער, און זיין ווייס טשערמאן טשארלי מאנגער. באפער איז 82 יאר אלט, און מאנגער 89 יאר! און טאקע א גרויסע חלק פון די שמעוסען אין די קאמפאני לעצטענס איז געווען איבער ווער וועט זיי איבערנעמען.

פארעפענטליכט: שבת מאי 04, 2013 10:14 pm
דורך משזר
וווער וועט זיי איבער נעמען? ניט קיין פראבלעם, איך בין פולקאם גרייט.

שכח לכתחילה פאר די אפדעיטס.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 05, 2013 12:24 pm
דורך Chuchem Atik
[quote="לכתחילה אריבער"][quote="לכתחילה אריבער"]
ווארען באפעט וואס איז שוין יארן צווישען די 2 3 רייכסטע מענטשען אויף די וועלט, און איז לויט געוויסע די געלונגענסטע אינוועסטירער אינעם דור, גרייט זיך........[/quote]


162,904 א שטיקל!!

יא איר הערט גוט! הונדערט צוויי אין זעכציג טויזענט, ניין הונדערט און פיר, יעדע שעיר!!

אגב באפעט איז היינט די פערטע רייכסטע מענטש אין די וועלט.[/quote]

דאס איז די פרייז פאר איין פארפאליאו BRK.A, סאיז דא נאך א פארטפאליאו וואס איז בערך 110 א שטיקל BRK.B.

זיין זון הואערד גייט אים לכאורה איבער נעמען אלץ די פירער פון העיטעוועי (ער איז אלע יארן געווען א קארן פלאנצער) די שאלה איז נאר ווער סוועט אים איבערנעמען אלץ הויפט אינוועסטירער. דאכצעך אז די אנגענומענע מיינונג איז אז דאס וועט זיין א אינגער העדזש פאנד מענעדזשער פון קאנעקטיקוט, כ'דענק נישט זיין נאמען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 2:36 pm
דורך טייבעלע
דייטשלאנד האט ארעסטירט א מאן מיטן נאמן האנס ליפשיז אויף דער שולד אז ער איז געוועהן א וועכטער אינעם אוישוויץ טויט לאגער, דער מאן איז אין די עלטער פון 93 יאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 11:07 pm
דורך leiby
א פרוי וואס איז געקידנעפט געווארן 10 יאר צוריק אין אהייאו איז הייינט ארויס אויף די פריי, זי האט געקאלט 911 אז זי אויף די פריי און מ'זאל איר קומען נעמען.

דעטאלן זענען נאכנישט קלאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 11:09 pm
דורך לכאורה
אויף טעלמי האבן זיי דאס געהאט אלס די ערשטע נייעס, אבער זיי האבן גערעדט פון 2 פרויען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 06, 2013 11:18 pm
דורך leiby
נאר צוויי האבן זיך אידענטיפיצירט.