בלאט 177 פון 286
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 9:46 am
דורך שנאפס
די וואך האט זיך אנגעפאנגען..
איינער איז געשאסן געווארן פריער ביי א היי סקול אין סינסינעטי, אהייא
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:11 pm
דורך משזר
אין מאנהעטען איז פאריגע וואך געפונען געווארן ברוכוורג פון א פליגער וואב האט אריינגעקראכט אין די צווילינג טורעמעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:57 pm
דורך צייטליך
א טרעיקטאר טרעילער האט זיך איבערגעדרייט אויפן BQE איסט (קומענדיג פון ב"פ קיין ווילי) אונטערן ברוקלין בריק, ארויפאלענדיג האלב-ווועגס אויף א צווייטע קאר. אלע 3 לענס זענען אפגעשפארט שוין פאר די לעצטע צוויי שעה.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:09 pm
דורך פליגל
סארא מין פאריקט פלאץ דאס, ווי שמאל די לעינס זענען געווען האט מען זיי געמאכט נאך שמעלער, איין נישט גוטען מאנאווער דארט און עני טרעקטאר טרעילאר כאפט א קאצק.
מערקט אויפן בילד ווי די דעוויידער (צוים) איז געהעריג אריין אינמיטן פון די לעין.
#מ....-מעטארע
-----
בד"וו; ס'שוין צוריק אפן.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:44 pm
דורך שנאפס
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 9:48 pm
דורך טייבעלע
א טאטע אין אינדיע האט געשאנקען פאר זיין 9 יעריג קינד אלס א געשאנק צו דעם קינדס גבורטס-טאג אז ער זאל קענען פירען דעם טאטענס צוויי מיליאן דאלערדיגע פארארי, און דער פסאזשיר זיץ איז געזעצען זיין ברודער פון 7 יאר אלט,
די עלטערען זענען געשטאנען פון דערווייטענס און צוגעקוקט, און אזוי אויך געשעפט און געקוואלען פרייד, און פארשטייט זיך אפגעכאפט ווי דער קינד טרייבט דעם טייערען אויטא.
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 29, 2013 10:12 pm
דורך טייבעלע
מר אבאמא האט פארברענגט מער ווי טאפעלט די צייט פון זיין ערשטען טאג פונעם ערשטען טערמין אינעם ווייסען הויז צו שפילן זיין באליבטען שפיל גאלף (976 שעות), ווי דאס (474.4 שעות) וואס ער האט געגבן פאר זיין צוזאג אויף די עקנאמיע, ווי ער האט געזאגט אז ער וועט נישט רוהען און איינזיצען ביז ווען עס וועט זיך הייבען די עקאנאמיע, דאס איז זיין וויכטיגסטע ציל, דאס איז די ערשטע זאך וואס ער טראכט ווען ער שטייט אויף דער פרי, און מיט דער געדאנק גייט ער שלאפן.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:52 am
דורך סאכדעס
טייבעלע האט געשריבן:א טאטע אין אינדיע האט געשאנקען פאר זיין 9 יעריג קינד אלס א געשאנק צו דעם קינדס גבורטס-טאג אז ער זאל קענען פירען דעם טאטענס צוויי מיליאן דאלערדיגע פארארי, און דער פסאזשיר זיץ איז געזעצען זיין ברודער פון 7 יאר אלט,
די עלטערען זענען געשטאנען פון דערווייטענס און צוגעקוקט, און אזוי אויך געשעפט און געקוואלען פרייד, און פארשטייט זיך אפגעכאפט ווי דער קינד טרייבט דעם טייערען אויטא.
למעשה האבן זיי דאס דורכגעלעבט?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:57 am
דורך טייבעלע
איבער גלעבט און שיין פארקירט דעם אויטא, און ארויס פונעם אויטא אזוי גליקליך.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:03 am
דורך משזר
אין אינדיע? 2 מיליאן דאלארדיגע קאר? וואס גייט דא פאר.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:31 am
דורך סאכדעס
משזר האט געשריבן:אין אינדיע? 2 מיליאן דאלארדיגע קאר? וואס גייט דא פאר.
יא, מאכט נישט קיין סענס, לאקאציע און לינק ביטע.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:35 am
דורך צייטליך
טאקע אינטערסאנט און דעריבער איז דאס אין די אינטערסאנטע נייעס אשכול.
עניוועי, ס'איז אינטערסאנט און פרעגט נישט קיין קשיות, ליינט און האט הנאה! ווי יארמער רב זאגט אלעמאל ווען מ'כאפט אים מיט א סתירה, "די וועלסט הערן די מעשה אז די ווילסט זיך מתווכח זיין מיט מיר?"....
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:40 am
דורך יואל שווארטץ
נישט גאנץ אינדיע איז ארים, פונקט ווי נישט גאנץ וויליאמסבורג נעמט פוד-סטעמפס.
הייסט אפשר בלום? 41 מיליאן דאלער האסטו וואו צו לייגן?
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 10:50 am
דורך derech eretz
קוראם לכם בלום? היו לכם קרובי משפחה ניצולי שואה שהיגרו לארה"ב?
אם עניתם בחיוב על שתי השאלות הללו, יתכן ומגיעה לכם ירושה בסכום עתק של לא פחות מ-41 מליון דולר.
רומן בלום, יהודי ניצול שואה בן 97 שנפטר לפני מספר חודשים בסטאטן איילנד בניו יורק, והיה בחייו איל נדל"ן, הותיר ירושה של 41 מליון דולר, ללא יורשים וללא צוואה, כך מדווח ה'ניו יורק טיימס'.
בלום התאלמן מאשתו - ניצולת שואה אף היא - לפני שנה. בני הזוג הגיעו לארה"ב בשנת 1949 והתגוררו ברובע קווינס, שם החל בלום בצבירת הונו.
בית המשפט בריצ'מונד קאונטרי הורה למחלקה למנהל ציבורי לבדוק את כל נכסיו של בלום, ולערוך בדיקה מקיפה למציאת צוואה או שארי בשר שנותרו באירופה או בישראל.
לדברי מכריו, הם הופתעו מכך שאיש עסקים מאורגן כמו בלום לא הותיר צוואה מסודרת.
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=53975
ראפאגאש נייעס
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 2:15 pm
דורך משזר
די באנען וואס לויפן אונטערן ווארלד טרעיד סענטער, זענען נארוואס צוריק געשטעלט געווארן אין דינסט. די פעט באנען זענען סוספענדירט געווארן צוליב טעכנישע פראבלעמען. זייענדיג אין די פארנומענע שטונדען, זענען די סטאנציעס איבערגעפולט געווארן מיט רייזענדע. "שוין צייט ארייצונשטעלן בייק-סטאנציעס אין די באן סטאנציעס" זאגט א ביזנעסמאן. בלומבערג שטימט מיט: אין פאל פון א געשלעג, וועט מען אנשטאט אריינווארפן אין די באן שינעס, אריינווארפן אין די בייק שינעס. "סעיפטי-איז-אוער-גאול".
א פיר-און-פערציג יעריגער מאן פון ניו גערסי האט בארויבט א ליקער געשעפט געציילטע שטונדען נאכן ארויסגעלאזט ווערן אויף בעיל. איין אפיציר האט זיך צובראכן די האנט נאך וואס א העפטיגע געשלעג האט אויסגעבראכן ווען דער רויבער האט זיך געראנגעלט א לענגערע צייט מיט די אפיצירן וואס זענען אים געקומען ארעסטירן. "ער האט זיכער שוין געהאלטן נאך חי רוטל קאלעי-וואסער" זאגט א דעטעקטיוו.
אין סעריע פון נאכמאכן די פארלענגערטע בין הזמנים: ניו יארק סיטי האט פארגעשלאגן א פלאן צו פארלענגערן די סקול שעות אין צוואנציג שולע'ס, מיט איבער צוויי שעה אינעם טאג. די פלאן לויטעט אז די סטודענטן פון די מיטעלע קלאסן זאלן זיך לערנען שרייבן דעם ענגלישן שפראך אויף א העכערן פארמאט. "זאלן זיי זיך אויך אפלערנען פון אונז אז ביי די מיטעלע קלאסן וואו מ'לערנט שרייבן דעם ענגלישן שפראך אין פארלענגערטע שעות, העלפט דאס גאר אסאך"..
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'באורד-אוו-עדיוקעישאן'. האלטס טאקע די סטודענטן וואס לענגער אין שולע. 'סעיפטי-איז-אוער-גאול'.
פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:50 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
משזר האט געשריבן:די באנען וואס לויפן אונטערן ווארלד טרעיד סענטער, זענען נארוואס צוריק געשטעלט געווארן אין דינסט. די פעט באנען זענען סוספענדירט געווארן צוליב טעכנישע פראבלעמען
ווען האט דאס פאסירט? איך בין געווען דערויף היינט און נעכטן.
ראפאגאש נייעס
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 01, 2013 11:33 am
דורך משזר
פאליציי זיכן א רויבער וואס האט בארויבט א סופערמארקעט, און געשאסן דעם מענדזשער נאך וואס ער האט אים פרובירט אפצוהאלטן ביים טיר. דער מענעדזשער איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל וואו ער געפינט זיך אין א סטאבעלירטן צושטאנד. די אגענטור האבן פארשפרייט בילדער פונעם רויבעריי סצענע, פארלאנגענדיג פון דרויסנדיגע הילף אים צו כאפן. צוליב די טונקעלקייט פונעם רויבער, האט מען אים נישט געקענט כאפן רעד-הענדעד..
א פיר-און-אכציג יעריגע פרוי איז אומגעקומען און איר זוהן איז פארוואונדערט געווארן אין א העליש פייער וואס האט אויסגעבראכן אין זייער היים אין בראנקס. ביידע האבן געליטן פון ערענסטע ברען וואונדן. די זוהן געפינט זיך נאך אין א קריטישע צושטאנד. אינוועסטאגאציעס זענען אונטערגענומען געווארן ווער ס'איז געשטאנען אונטער די פייער. "אונטער די פייער, איז ווארשיינליך קיינער געשטאנען" זאגט א שכן. "ס'איז דאך געווען ביינאכט, זיי זענען אלע געלעגן אין בעט".
א צוזאמשטעל פון איינוואוינער אין א בילדינג אין וועסט-ווילידזש האבן אריינגעגעבן א אנקלאגע קעגן די בייק סטאנציעס. "ס'איז זייער קלאר די מיינונג פון די איינוואוינער" זאגט דזשאן. "דאס איז חוץ דעם פאקט אז מיין גאס איז אלץ אנגעלייגט מיט שמוציגע גרויסע קאפס וואס מ'ווארפט ארויס פון פענסטער, אויס מורא פון די מארשעלס". אבער נאך בעפאר די דזשאדזש האט דאס אנגענומען, איז שוין אינמיטן נאכט פארשווינדן געווארן די סטאנציע. צוליב די טינקעלקייט פונעם נאכט, האט מען זיי נישט געקענט כאפן אונטער די שיין פון די זין.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'מארשעל'ס'. מיר פארמאגן א גרויסן ווארט-זאל. אבער צוליב וואס ס'נישטא קיין בענק. קען מען נישט זיצן-און-ווארטן אויף קיינעם.
ראפאגאש נייעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 2:18 pm
דורך משזר
צוויי פליגער אין ניוארק לופטפעלד האבן זיך צוזאם געטראפן זייענדיג אויפן ראן-וועי בעפארן זיך הייבן. קיינע פארוואונדערטע, אבער די פאסאנדזשירן האבן געברויכט אראפשטייגן און ווארטן אויף א קומענדיגע פליגער. "שוין צייט צו מאכן פליגערס אנע פליגלען" זאגט דער טונקעלער דזשסעף. "חוץ ווען א פליגער לאנדעט אין האדסאן וואסער, זעה איך נישט ווען מ'ניצט די פליגלען" פירט ער אויס. "מ'קען נישט זיצן דארט, און מ'קען נישט לייגן קיין פעקלעך דארט. ס'איז טאוטעלי איבריג! שרייט ער.
א צוויי-און-דרייסיג יעריגע ניו יארק פאליס אפיציר'קע איז ארעסטירט געווארן און אנגעקלאגט געווארן פארן שלאגן איר ברידער אין זייער היים אין הארלעם. די ברידער האט געליטן שניטן אויף די ליפן. פאליציי זענען געריפן געווארן דורך א פאמיליע מיטגליד. "אונזערע אפיצירן ווערן ארעסטירט טעגליך" זאגט א סארזשענט. "איז נישט אבאמא גערעכט אז גאנס געפינען זיך נאר אין האנט פון פארברעכער?!"
דריי ניינצן יעריגע חבירים פון די באסטאן טעראריסטן זענען ארעסטירט געווארן פארן זיי ארויסהעלפן נאכן אטאקע. "זיי זענען געגאנגען באהאלטן די איבריגע וואפן און אויפרייס מאטריאל וואס איז נאך געווען אין זייער באזיץ" זאגט די באסטאן מעיאר. "דאס איז אייניגע טעראר". די ניו יארק מעיאר גלייכט דאס צו, א_ווי ווען מ'כאפט איינעם טרינקן זעכצן אונס, און א צווייטער טרינקט אויס ס'איבריגע. די ניו גערסי מעיאר גלייכט דאס א_ווי איינער וואס עסט א שטיק בהמה פלייש, און גיבט אים נישט א שטיקל.
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'ען-וויי-פי-די'. ווערט געזיכט פרישע אפיצירן, ברויך האבן קורצקעפיגע קוואלעפיקאציעס, מיט טונקעלע בהמה פלייש.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 3:20 pm
דורך אונגארישער
משזר איר זענט גאר גאר גיט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:08 pm
דורך ראפאגאש
שכוח אונגארישער. און שכוח משזר פארן עס אהער דעליווערן די לעצטע שטיק צייט. און שכוח אלע מגיבים. און א ספעציעלע שכוח פאר וויכי'ן.
א באזונדערע דאנק פאר 'לכאורה' פאר אייערע הערות אינעם אמ"ג.
איצט צום שרייב טישל מיט די היינטיגע נייעס:
די פאליטישע וועלט איז אויפגעשוידערט, און אמעריקאנע הויכראנגיגע אין אלגעמיין זענען אויפגעטרייסלט נאך וואס האט פאסירט אינעם קליינעם ברוקלינע שטעטל.
אנגעהויבן האט זיך עס ווען דער ניו יארק מעיאר בלומבערג איז אריין אין א רעסטעראנט אינאיינעם מיטן סיטי קאמפטראלער דזשאן-ליא פארלאנגענדיג א סלייס פיצא. -די גענוי ציפער פון די גלעזלעך געטראנקן איז דערווייל אויפן קאלקולעיטאר אויספארשונג.
נאכן פארענדיגן דעם ערשטן סלייס, פארלאנגענדיג א צווייטע, איז זיין פארלאנג צוריקגעוויזן געווארן. "איי-עם-סארי סיר. איר האט דערגרייכט אייער פיצא-סלייס-לימיט" איז געקומען דער ענטפער פונעם געשעפטס אייגנטומער.
נאך א שטילקייט פון אפאר שנעלע מינוטן, האט זיך בלומבערג קאנצעטרירט, און געענטפערט: אקעי, דאס איז א פיינער וויץ. -נישט וויסנדיג וואס ווארט אים אפ- און מיט טרערן אין די אויגן (וואו דען?) האט ער זיך געבעטן "ביטע, איך האב נאך גארנישט געגעסן היינט. ברענג מיר נאך א סלייס". צולייגנדיג, "כ'האב נישט געגעסן קיין פרישטאג. כ'קען עסן פיר סלייסעס".
אבער דער שטייפער אייגנטומער האט זיך נישט פארלוירן פון די געוויין, און האט נאכאמאל געלאסן איבערגעזאגט ס'זעלבע. "איר זענט שוין איבערגעגאנגען דעם פיצא-סלייס-לימיט. ס'איז נישט געזונט פאר דיר". און מיט א קלארע מיינונג אויסגעפירט, "קענסט גיין צו פיר אנדערע רעסטעראנטן, און עסן א סלייס אין יעדע".
און נאכן געפינען נאך א איבריגע קליין פעקל זאלץ, האט דער בעה"ב צוגעגאסן: "אזוי וואקענדיג צווישן איין רעסטעראנט און ס'אנדערע, וועסטו כאטש אפוואקן די עסן אויך"...
א אויפגעברויזטער בלומבערג האט זיך אויפגעשטעלט, און צושפאצירט צו א דערנעבנדיגן רעסטעראנט, און באשטעלט נאך א סלייס פיצא.
אבער דער סלייס -זאגן מאנכע- האט שוין נישט געהאט קיין שום טעם. "ס'האט זיך געשפירט ווי אריינבייסן אין א רויע לעמאן, און צוטרינקענדיג זויערע לעמאן-דזשוס דערנעבן" זאגט א בלומבערג ווארטזאגער. "ס'האט זיך געשפירט ווי ווען א פאליציאנט שטעלט אפ אינעם צענטער פון שטאט, און אינעם סאמען ברען פון די ראש-אוער טרעפיק, און גיבט זיבן טיקעטס דערביי אויפהאלטנדיג א לענגערע וויילע.
אבאמא און אנדערע וועלטס פירער זענען נאך דערווייל געפלעפט. קיין סטעיטמענט זענען נאכנישט ארויסגעגעבן געווארן.
'אכמאדינעדזשאד' זאגט אז די איראנע פאן וועט אראפגענידערט ווערן, אלס צייכן פון טרויער אויפן נידריגן מעיאר.
פון געציילטע באריכטן הערט זיך רידערייען אינערהאלב דעם ווייסן הויז קיך. "אלע פיצא סלייסעס וועלן איבערגעדעקט ווערן מיט א שווארצע בענדל, ארויסצייגן טרויער" זאגט איין באריכט. "אלע איינגעשטעלטע וועלן געצווינגען ווערן צו עסן די פיצא מיט א שטימפיגע מעסער, אלס צייכן צום שטימפיגן מעיאר".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'יו-ען'. אונזערע טרופן וועלן מארשירן דעם רעסטעראנט, אויס מורא פאר כעמישע פיצא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 10:49 pm
דורך לוי יצחק
איז דער מעשה אמת? אוי הלואי!!
אגב וועלכע הכשר האט דאס רעסטאראן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:11 pm
דורך משזר
ראפאגאש, אויס די ביזט די מקור פון די אלע נייעסן וויל איך מיר העפליך באדאנקען פאר דיין גוטע ווערק, אין איך האף אז די וועסט שרייבן לענגער אין אויפטער.
דעס איז געספאנסערט דורך דאנאלד טראמפ, אז מעסט פיצא מיט א גאפעל איזעס מצער די פיצא.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:15 pm
דורך משזר
אונגארישער האט געשריבן:משזר איר זענט גאר גאר גיט
כעל מיך נישט קריגן מיט אייך אז איך בין גוט, אבער ווי איר זעהט איזעס נישט מיינע ווערק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 02, 2013 11:28 pm
דורך פליגל
וואאאאףףף!
כ'האף אז דער האט דאס געזאגט מיטן זעלבן צינישן שמייכל ווי באמבערג אליין, זאל'ר אמאל שפירן וואס אנדערע שפירן שוין פאר 11.5 יאר.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 03, 2013 1:50 am
דורך וויכטיג מאכער
העי ראפא, וואטס אפ?!
קודם ווילעך דער עולם זאל וויסן אז די מעשה פון בלומבערג איז געווען אין א צייטונג א שטייגער וואו די "צוויבל", זיי פראדוסן 16 אנסיגע נייעסער טעגליך...
בנוגע דעם ראפאגאש מיט זיינע קריספי נייעס... איך ווייס נישט וויפיל אירע ס'כאפן, אבער אין יעדע נייעס איז דא באהאלטענע טיפזיניגע קאודס וואס נאר די VIP חברה כאפן...
למשל די היינטיגע נייעס... היינט האט א פאליס אפגעשטעלט א יונגערמאן אין צענטער פון שטאט און געסטראשעט מיט 7 טיקעטס! דער יונגערמאן איז אויף א גרופ מיט ראפאגאש, די VIP גרופ פארוועם ער שרייבט די נייעס... סאו היינט האט בלומבערג געפיהלט וואו א פאליס שטעלט אים אפ אינמיטן שטאט אין גיבט אים 7 טיקעטס... איר כאפט וואס דא טוצעך? אזוי איזעס יעדן טאג! סאט געוואוסע קאודס... (נישט אלץ קעמען ארויסגיבן...)
און די מעלה איז, אז ס'איז אינטערעסאנט פארן פשוטן ליינער אויך...
ראפאגאש! וועלקאם בעק, ענד קיפ איט אפ!