בלאט 176 פון 286

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:00 am
דורך וויכטיג מאכער
סאכדעס האט געשריבן:קיינער באגריסט נישט משזר, זיינע נייעס, זענען זיך צום באלעקן, עס נעמט נישט אוועק פון די אנדערע פארציילער, אבער זיינס איז שמייכל'דיג אויך.



אמת אמת, מ'דארף זיך באדנקן פארן ברענגען די נייעס... אבער ער דארף שרייבן אז דאס איז נישט אייגענס, ער שרייבן אז סיז קאפי פעיסט אדער עניטינג...

די נייעס ווערט געשריבן דורך די ניק "ראפאגאש" דא פון אונזער וועלטל, ער האט נישט געהעריג קיין אינטערנעט עקסעס, שרייבטערעס אויף א BB גרופ, און פון דארט פארטעס ארום...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 21, 2013 12:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
דזשארדזש סאראס וואס ווערט דערמאנט דא אין שטיבל אויף עטליכע ערטער, האט זוכה געווען צו באקומען א פריצייטיגע הספד פון רויטערס נייעס אגענטור!

זיי האבן ארויס געגעבן א לאנגס און א ברייטס, איבער דאס לעבן און שאפן פונען אינגערישען, נאר אויסלאזענדיג די דאטום און יארגאנג, ווא איז געווען פארטרעטן מיט "XXXXX".

דערנאך האבן זיי זיך אנטשולדיגט, און ........ שוין!

וואס מיר באדערט איז אז ביי זיין יארגאנג האבן זיי נאר געהאט צוויי XX'ס, דאס מיינט אז זיי רישען זיך אז ער וועט נישט זיין עלטער פון 99 ווען ער גייט אין אייביגען וועג. פון ווי נעמען זיי דאס???

פשוט אנטעסעמיטן :evil: :evil:

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 21, 2013 1:59 pm
דורך געלעגער
דערמאנט מיך פון די היימישע אויסגאבעס וואס שרייבן אראפ דעם רבין'ס היטארישען באזוך און זיי לייגן שפעטער אריין די פרשה און די רביס נאמען

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 21, 2013 4:27 pm
דורך פאטאקי08
ביי די איזראלישטיסע צייטונגען איז שוין די בילדער אויך מסודר פון פאראויס

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 21, 2013 9:26 pm
דורך מחותן
:!: :!: :!: :!: Iranian Agent With Canadian Passport Caught Monitoring The Chabad Center :!: :!: :!: :!:

Bulgaria - Police officers last summer arrested a Canadian citizen linked to the Iranian government who engaged in surveillance of the local Chabad center in the capital of Sofia, a well-placed and reliable local source told The Jerusalem Post last week, on condition of anonymity due to security reasons.
An Iranian-sponsored female agent in her 50s, holding a Canadian passport, traveled from Istanbul to Sofia several weeks after the bombing of the Israeli tour bus in the Black Sea resort town of Burgas in July 2012. She was arrested on her first day in Sofia after the Bulgarian police, on high alert, noticed she was monitoring the Chabad center.
Her mission was to survey the Chabad center – which houses a synagogue – and not the main Sofia Sephardi synagogue, as first reported.
The Canadian may be a dual Iranian-Canadian citizen.
The source added that Bulgarian security officials detained a group of individuals after the Burgas terror attack. It is unclear who the detainees were.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:48 am
דורך סאכדעס
די מעשה איז שוין נישט אזוי פשוט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 1:42 pm
דורך טראנספארט
Fox News: BREAKING NEWS: MAJOR TERROR PLOT BROKEN UP BY CANADIAN AUTHORITIES

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 1:48 pm
דורך טראנספארט
סארי, איך האב נישט קיין צייט עס איבערצוזעצן, דאס איז וואס כ'האב באקומען פון פאקס ניוז אין א אימעיל:

Canadian authorities are expected this afternoon to announce the arrests of suspects who planned a major terrorist attack, possibly in the U.S., Fox News has confirmed. A Justice Department source confirmed the arrests Monday. There is no definite word on the target of the attacks, but New York City may have been one of the targets. An official says there is no current credible threat to New York City.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 2:27 pm
דורך שנאפס
5 מענטשן זענען געשאסן געווארן צום טויט היינט צופרי ביי א אפארטמענט קאמפלעקס אין סיאטעל, וואשינגטאן, אריינגערעכענט דער שיסער וואס איז אראפגעקניידלט געווארן דורך די פאליציי

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 2:54 pm
דורך derech eretz
Yiddish News ‏@YiddishNews 12m
U/D Canadian security forces thwart plot to blow up rail line between Canada and US, police and intelligence agencies said.

---
מ'דארף שוין עפענען א טעראר אפטיילונג דא אויף אייוועלט אלע טעראר נייעס זאל זיין שיין מסודר אויף איין פלאץ..

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 3:00 pm
דורך יוראפ
derech eretz האט געשריבן:Yiddish News ‏@YiddishNews 12m
U/D Canadian security forces thwart plot to blow up rail line between Canada and US, police and intelligence agencies said.

---
מ'דארף שוין עפענען א טעראר אפטיילונג דא אויף אייוועלט אלע טעראר נייעס זאל זיין שיין מסודר אויף איין פלאץ..

לאמיר האפן אז מ'זאל נישט דארף צוקומען דערצו

ראפאגאש נייעס

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:12 pm
דורך געלעגער
‫‫א באס דרייווער איז אנגעקלאגט געווארן פארן אנטלויפן נאכן אראפקלאפן און הארגענען א איין-און-זעכציג יעריגער מאן אין ניוארק לופטפעלד. די פראסעקיוטער זאגט אז ס'איז נישט וויכטיג פאר וועלכע באס קאמפעני ער האט געדרייווט בשעת'ן עקסידענט. "די באס איז זיכער נישט שולדיג נאך וואס ער האט נישט געסטאפט בעפארן פאראורזאכן דעם עקסידענט". דער דרייווער זאגט אז ער וועט אנהייבן דרייוון א פילאט-לאזע באס.‬‬

‫‫ניו יארקע רייזערס פלאגן זיך נאך וואס די פעדעראל האט געשניטן זיבן-און-פערציג-טויזענט ארבעטערס פון די לופטפעלדער. "אין קענעדי איז נאר דא פונעף קאנטראלערס אנשטאט די געווענליכע צוועלעף" זאגט די לופט קאנטראלער פרעזידענט. אין לעגווארדיע איז א דורכשניט פון אנדערהאלבן שטונדע שפעטיגונג ביי יעדע פליגער. טי-עס-עי לייגט אפ קלאנגען אז ס'איז צוליב די אפלייג פון פלאן ארויפצולאזן מעסערלעך, וואס האט געברויכט אריינגיין אין קראפט לעצטן דאנארשטאג. "פיאות שניידט מען מיט שערלעך" זאגן זיי.‬‬

‫‫צוועלעף פראטעסטירער זענען ארעסטירט געווארן אויף די שטיגן פונעם פעדעראל קאורט-הויז. די גרופע זענען געקומען אלס פראטעסט פארן האלטן טעראריסטן אין די גונאנטענאמא בעי. און פארן צווינגען די פיר-און-אכציג חברה וואס זענען איינגעגאנגען אויף א הונגער סטרייק לעצטן חודש, און מ'צווינגט זיי צו עסן. א דורכגייער זאגט: זאלן זיי קומען קיין ניו יארק, דא צווינגט מען איינצוגיין אויף א סטרייק אויף יעדע נארמאלע עסן און טרינקן.‬‬

‫‫די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'גונאנטענאמא בעי' שטיגן. קויפט און געווינט א פרייע פראטעסטירער, די בעסטע אפציע פאר א פילאט-לאזע קאנטראלער.‬‬

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:15 pm
דורך געלעגער
עלעקטעראנישע טעקסיס זענען היינט אריין אין קראפט. די שטאט האט אריין געברענגט אפאר שטיק צו זען וויאזוי זיי פארן און וואס די אפעקטס זענען. די מעיאר האט געהאט די זכי' צו פארן דערמיט און זיך אויסגעדרוקט זייער אפטעמיסטיש. (לאמיר זען ער זאל פארן דערמיט נאכוואס עס וועט זיין אין דינסט א יאר צייט.. ווען די זיצן זענען שוין אויליג.. קיינמאל)

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 1:14 pm
דורך לכתחילה אריבער
אזוי ווי עס ווערט מער און מער אין סטייל צו העקען טוויטער קאנטעס - די וואך אליין האט מען שוין געהעקט צוויי קאנטעס פון סי. בי. עס. - האט מען היינט געהעקט די טוויטער פון די AP, און באריכטעט אז צוויי באמבעס האבן אויפגעריסן ביים ווייסען הויז, און די פרעזידענט איז פאוואונדערט!!

פאר די באריכט האט נאך געקענט ווערן געלייקענט, איז די דאו (סטאק מארקעט) געפאלען מיט 150 פונקטען! נאכן הערן אז עס איז נישט אמת, האט עס ריקאווערט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 1:24 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די טאכטער פון דזשערעמייע רייט - אמאמא'ס מורה דרך - איז געווארן אנגעקלאגט מיט געלט וואשעריי!

#שיינע פירות

לואיס "פאריקט אין קאפ" (פאריקאן) ס'זון, האט מקנה געווען ירמי'ן, האט ער פארשאפט נחת פאר זיין פאטער, און ווערט אויסגעפארשט אין מיסברויכן פון באניצען א "פאליס בעדזש" ווען למעשה האט ער נישט געדינט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 1:30 pm
דורך לכתחילה אריבער
לכתחילה אריבער האט געשריבן:אזוי ווי עס ווערט מער און מער אין סטייל צו העקען טוויטער קאנטעס - די וואך אליין האט מען שוין געהעקט צוויי קאנטעס פון סי. בי. עס. - האט מען היינט געהעקט די טוויטער פון די AP, און באריכטעט אז צוויי באמבעס האבן אויפגעריסן ביים ווייסען הויז, און די פרעזידענט איז פאוואונדערט!!

פאר די באריכט האט נאך געקענט ווערן געלייקענט, איז די דאו (סטאק מארקעט) געפאלען מיט 150 פונקטען! נאכן הערן אז עס איז נישט אמת, האט עס ריקאווערט.

פון געשטעטנער, די טוויט און די רעאקציע פונעם מארקעט.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 2:33 pm
דורך לכתחילה אריבער
מעקס באוקעס - זעקס טערמין דעמאקראט סענעטער פון מאנטענע - דער אזוי גערופענער "ארכטעקט פון אבאמאקעיר" - גייט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג.

ער האט שוין לעצטע וואך געמאכט נייעס, זאגענדיג אז ער האט מורא אז "אבאמאקעיר" וועט נישט ריכטיג איינגעפירט ווערן, און עס וועט צום סוף זיין א "טרעין רעק" (טרעין - קראך - חורבן).

דאס איז אויבן אויף א גוטע געלעגענהייט פאר די ריפאבליקענ'ס אויפצופיקן א סיט, מאנטענע איז א קאנסערוועטיוו שטאט.

ראפאגאש נייעס

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:01 pm
דורך געלעגער
א ניין-און-פערציג יעריגער מאן איז ארעסטירט געווארן נאכן געפינען ביי אים א אנגעפולטע גאן. די ארעסט איז געקומען נאך וואס צוויי אפיצירן האבן פאטראלירט אין די פאבליק פראדזשעקס. ווען זיי האבן געוואלט ארויפגיין אויפן דאך, די עלעוועיטאר טיר האט זיך געעפענט, און דער מאן האט זיך אנטפלעקט שפילנדיג מיטן גאן. ער האט דאס פרובירט צו באהאלטן, אבער ס'איז ארויסגעפאלן פון אונטער זיין הויזן. "קומענדיגע מאל וועליך פרובירן עס לייגן אויפן הויזן, וועט עס אריינפאלן אונטערן הויזן".‬‬

‫‫גאר גרויסע סענזאציעס האבן היינט פאסירט -האט זיך געליינט אויף 'לכאורה'ס' שרייב טישל - איינס אז דער פרעזידענט איז פארוואונדעט געווארן ביי אן אויפרייס אינעם ווייסן הויז, און צווייטנס אז עס איז געלונגען פאר העקערס זיך איינצוברעכן אין די טוויטער אקאונט פון די אסאושיעיטעד פרעס...‬‬
‫‫
א דריי-און-פערציג יעריגע פרוי פון לאנג איילענד איז היינט אנגעקלאגט געווארן פארן טראגן אירע קינדער זיך לערנען שיסן מיט ביבי-גאנס אין א פארק. "אנטוהן גאנס פאר יונגע קינדער איז פון די שעדליכסטע" זאגט די פראסעקיוטער. די פארדייטונגס אטורני זאגט "זינט קראק-פאטס, מיט ביבי פאונס זענען די היינטיגע וואפן. איז א ביבי-גאן א_ווי א ביפער סיין, אנע מוזיק געשעפט דערינטער". די פרוי איז ארויס פונעם געריכט זאל איבערגעדעקט מיט א דזשעקעט. ס'איז אומקלאר אויב זי האט געקוקט איר ביפער.‬‬

‫‫די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'גאגעל'. מיטן גאן אונטערן הויזן, און די ביפער אונטערן דזשעקעט. אונטערן ריקן האט 'לכאורה' געהעקט די ראפאגאש נייעס טישל.‬‬

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 23, 2013 10:11 pm
דורך moshele11211
געלעגער ! געספאנסערט .... די ביסט גוט ככככאאא........, א גרויסן שכח פאר יעדן טאג עקסטער, עס איז מורא'דיג געשמאק צו ליינען, נישט יעדן טאג קען מען זיך באדאנקן הצלחה אויף ווייטער

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 24, 2013 10:48 pm
דורך פליגל
א בארדזש אין אלאבאמא האט עקספלאדירט, שוין געווען 4 עקספלאזשיןס דערזייט, די שיף שטייט אינמיטן וואסער און פלאקערט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 8:51 am
דורך פליגל
מדינת ישראל האט פריער אראפגעשאסן א פליגער פון לבנון וואס איז געפלויגן העכער די וואסערן אקעגן איבער חיפה.

ראפאגאש נייעס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 10:33 am
דורך משזר
א קאנסולמאן פון ברוקלין האט זיך אנגענומען פאר די נייע בייק סטאנציעס וואס גייט אריין אין קראפט קומענדיגע חודש, נאך וואס אין פארט-גרין און אין קלינטן-היל געגענטער האבן איינוואוינער געווארפן לופלעטן דערקעגן. "אין אונזערע גאסן ברויכן מיר נישט בלומבערגס שמוץ" ליינט זיך אויף די איינוואוינערס שמוץ. "איך פארשטיי אז זיי ברויכן עס נישט נעבן זיי, אבער מ'ברויך נישט אוועקווארפן עפעס וואס זיי גלייכן נישט" זאגט די קאנסולמאן. "וואס?" שרייט א פראטעסטירער "בלומבערג ווארפט אוועק פון גאנץ ניו יארק זאכן וואס ער פערזענליך גלייכט נישט".

פאליציי אין נעסאו קאונטי זיכן נאך א פארברעכער וואס האט זיך אנגעטוהן ווי א יו-פי-עס ארבעטער, און ארויסגעשלעפט א גאן ווען די פונף-און-דרייסיג יעריגע פרוי האט געעפענט די טיר. ער האט איר דאן בארויבט געלט, קרעדיט קארטלעך, און ווערטפולע צירונגען בעפארן אנטלויפן. "איך גיי מער קיינמאל עפענען די טיר" זאגט א דערשראקענע שכן. "אלע מיינע דערליווערי'ס וועל איך באשטעלן זאל אנקומען צו מיין פענסטער אנשטאט".

בראוואו! האט בלומבערג געיובעלט. נאך וואס זינט דעם היינטיגן טאג וועט מען קענען רעסייקלען מערערע סארט פלאסטישע הענגערס און שיסלעך. "ס'וועט שפארן פאר די סיטי זעקס-הונדערט טויזענט דאללער" זאגט א פרייליכע בלומבערג. "זיבעציג פראצענט פון די ענערדזשי ווערט צוקוועטשט אינעם גארביטש". איצט איז געבליבן צום האפן אז פון אזויפיל פלאסטישע הענגערס, וועט גרעסער ווערן די באראבישע קליינע ווישי דעקלעך אויף די גרויסע גאלאן'דיגע באטלעך.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'יו-פי-עס'. אונזער פענסטער דעליווערי, זענען אויסדרוקליך נאר פאר גלאזענע. די פלאסטישע פענסטער, זאל גיין מיט די פלאסטישע בייקס.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 26, 2013 2:43 am
דורך msp
אין סאן פאולא האבען א חברה באנדיטען אונטערגעצינדען א דענטיסט
נאך דעם וואס איר באנק קארטע האט זיי נישט באפרידיגט
וויבאלד זיי האבען נאר מצליח געווען ארויס צו נעמען עטליכע דאללאר
זי איז נעבאך פארברענט געווארען צום טויט

ראפאגאש נייעס

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 26, 2013 7:23 am
דורך געלעגער
אין ליניע צו פראטעסטירן קעגן די נייע בייק סטאנציעס: די גאסן פעדלערס.
אין מענהעטען זענען זיך צוזאמגעקומען פופצן פעדלערס ארויסצייגן זייער
קעגענשאפט. "ס'גייט מיך נישט אן אז די שטאט מאכט געלט דערויף, אבער אויף
די נעקסטע בלאק איז דא א פארק וואו מ'קען דאס פלאצירן" זאגט א פעדלער.
"איך שטיי שוין יארן אויף דעם זעלבן פלאץ, איצט איז דאס פארנומען מיט די
בייקס" שרייט א צווייטער. "איך האב שוין חזקה דא מיט די שיפע בענקל און
מילך קעסטל".

דריי זענען פארוואונדערט געווארן נאך וואס א קאר איז אריינגעפארן אין א
פורניטשער געשעפט אין די לאנג איילענד. די קאר איז דורכגעפארן דעם
גלאזענעם וואנט און ווייטער געמאכט זיין וועג ביז אינעם געשעפט. די
געשעפטס אייגנטומער זאגט אז ער האט שוין געקלערט בעפאר פון מאכן א
'דרייוו-טראו' סטאנציע, אבער לייגן דעם גלאז פון פארענט איז נישט געווען
קיין גוטע פלאן דערפאר..

קאמאנדאו'ס אין סטעטן איילענד. ספעציעלע איינהייט קרעפטן זענען
ארויסגערופן געווארן אין סטעטן איילענד נאך וואס א הינט איז איינגעזינקען
געווארן אין מאראסט. די רעטונגס מיסיע האט געהאלטן געשפאנט די הינט'ס
גאנצע פאמיליע און אלע שכינים ארום. "ס'האט אויסגעקוקט ווי ער גייט שוין
קיינמאל ארויסקומען" זאגט א היסטערישע מיטגליד. שכינים און גוטע פריינט
האבן זיך פארגענומען צו האלטן זייערע הינט מיט א בענדל פערציג טעג אין א
ציה.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'קאמערציאלע דרייוו-טראו
סינק'. ס'גייט אונז נישט אן אז די מילך קאמפעני מאכט געלט אויף אונזערע
קעסטלעך. פערציג טעג וועלמיר דאס האלטן ביים פעדלער. מער וועלן זיי דאס
נישט ניצן.

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 28, 2013 6:52 am
דורך שנאפס
שוין דערמאנט געווארן ערגעץ? א גרויסער בנין אין בענגלאדעש איז צוזאמגעפאלן פאריגע וואך, עס האלט יעצט ביי 397 טויטע, און נאך הונדערטער פעלן

דער בעה"ב פונעם בנין איז היינט ארעסטירט געווארן נעבן די גרעניץ מיט אינדיע, וואו ער האט געפלאנט צו אנטלויפן

איבער 3000 ארבעטער פלעגן ארבעטן אין דעם ריזיגן בנין, מער ווייניגער קליידער פעקטאריס וואס האבן געהייסן די ארבעטער ווייטער בלייבן ארבעטן אפילו די דרויסענדיגע ווענט האבן באקומען דינסטאג ריזיגע קרעקס