באריכטן און אנאליזן
מאנטאג מרץ 18, 2013 11:55 am
מען מעג נאך רייכערן אויפן גאס?
Advertisement
מאנטאג מרץ 18, 2013 2:25 pm
עקסידענט אין מיסיסיפי
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג מרץ 18, 2013 3:29 pm
WOW!!!!!!!
מאנטאג מרץ 18, 2013 7:24 pm
וואס גייט דארט פאר? אראפגעפאלן אדער ארויף געפאלן?
דינסטאג מרץ 19, 2013 3:58 pm
די DOT פון ניו יארק סיטי איז פארנומען מיט ווינקן פארן עולם דורך טוויטער אז ספידינג קעמרעס זענען אויפן אגענדע צי ווערן אינסטולירט לענג אויס די סיטי.
דינסטאג מרץ 19, 2013 4:12 pm
שנאפס האט געשריבן:מען מעג נאך רייכערן אויפן גאס?
נאר אינטער 16 יאר
דינסטאג מרץ 19, 2013 11:37 pm
ברוקלין - באאמטע פון די פראספעקט פארק אלייענס (א קאמיטע וואס פארפיגט אויף די פראספעקט פארק אין ברוקלין) האבן ארויסגעגעבן א פרעס ריליעס פארגאנגענע וואך, געצילט צו אינפארמירן די לאקאלע אידן אז די אידישע מנהג פון אריינווארפן די חמץ אין וואסער בעפאר פסח (תשליך?) טוט נעגעטיוו אפעקטירן די געזונטהייט פון די קאטשקעס וואס געפונען זיך אין די לעיק פונעם פארק.
http://www.vosizneias.com/126600/2013/0 ... s-release/
דינסטאג מרץ 19, 2013 11:58 pm
די זעלבע פראבלעם קען ווערן חול המועד סוכות ווען מ'טרעפט זיך מיט אגאנצע זאפאס פון האלבע חלות און מ'זוכט מוצא צי זיין די פייגלעך מיט די מצוה פון בל תשחית.
מיטוואך מרץ 20, 2013 3:51 am
אל תסתכל בק"נקן
עסז איז שוין 150 יאהר זייט די סאבוועי, דמתקריא די טיוב, האט זיך געעפענט אין לאנדאן
די מלכה עליזאבעט, וואס ערהוילט זיך פון א וויירוס, וועט קומען צו די צערעמאניא
אין דרום קארעא איז צופאלען די קאמפיוטער סיסטעם און די אינטערנעט
מען האט מורא אז דאס איז א המשך צו די שטארקע רעטאריק פון צפון קארעא
און זיי הייבען אהן א קריג של ממש
דאנערשטאג מרץ 21, 2013 2:17 pm
דער הויפט פירער פון די PKK רעבלען גרופע עבדוללה אוצ'לאן, האט ארויסגעגעבען א באפעל פון זיין טורמע צעל אז די אויפשטאנד אנטקעגען די טערקען איז פאראיבער, עס איז פארגעקומען אין די לעצטע צייט א רייע גשפרעכען אויף א פייער שטילשטאנד מיט דער פירער פון די PKK, היינט איז געקומען ענדליך א דער דורך-בראך אין דער פארהאנדלונג.
מיטוואך אפריל 03, 2013 1:59 pm
אין א גאר גינסטיגע דערגרייכונג, ווערט געמאלדען, אז ניו יארק איז איינגעגאנגען צו באצאלן פאר סראנספעטאציע אהיים צו פירן די קינדער נאך 4:00 אזייגער.
ביז היינט האט מען נאר געקענט האבן שטאטישע טראנפעטאציע ביז 4:00, וואס דעמאלס גייען אהיים די סעקלוארע שולעס, און אהיים צו גיין שפעטער האט מען געדארפט אליינס באצאלען. אצינט וועט מען קענען געניסען פון די טראנספעטאציע אפי' שפעטער.
נא, וועלן די מוסדות ענדיגען בעטן פאר טראנספאטאציע? אדער צוריק גייט א קאזע?
מיטוואך אפריל 03, 2013 2:51 pm
באקומען די מוסדות אין וויליאמסבורג טראנספארטאציע בכלל עפעס ביז היינט?
מיטוואך אפריל 03, 2013 3:22 pm
פאטאקי08 האט געשריבן:באקומען די מוסדות אין וויליאמסבורג טראנספארטאציע בכלל עפעס ביז היינט?
וויפיל איך פארשטיי ניצט מען אויפן וועג צום חדר יא די גוי'שע טראנספעטאציע.
יעצט אז דו זאגסט טראכט איך אריין, ביסט אפשר גערעכט, אפשר נאר אמאל, און כ'דענק אזוי פון גירסא דינקותא.
דאנערשטאג אפריל 04, 2013 7:07 am
עס הייצט זיך צווישען די קארעא'ס...
מאנטאג אפריל 08, 2013 2:23 pm
טייבעלע האט געשריבן:וויקיליקס גיט ארויס איבער צוויי מיליאן געהיימע דאקומענטען פון סיריע.
נאך 1.7 מיליאן געהיימע דוקיומענטען ארויס, דורך וויקיליקס.
מאנטאג אפריל 08, 2013 2:27 pm
"מארגערעט טאטשער" געוועזענע פרעימער מיניסטארשע פון ענגלאנד - די גרויס-בריטאנע ווערסיע פון ראנאלד רעיגען - וואס ווערט פארעכענט פאר איינע פון די בעסטע פירער פון די מאדערענע עפאכע, איז היינט געשטארבן.
מאנטאג אפריל 08, 2013 2:31 pm
farshlufen האט געשריבן:דזשאן - איוואן דעמיאניוק- דער גרויזאמער- דער נאצי וועכטער פון סאביבאר וואס האט יארן חאנג געהאט מיט אלע סארטן געריכטן איבער זייין אויסליפערונג פון די פאראייניגטע שטאטן האט געכאפט א פגירה.
--
וואו נעמט מען אהער ר' סענדער ז"ל?..
לכבוד דעם וואס מען האט אנגעקלאגט דעמיאניוק מיט מארד, כאטש וואס ער איז "נאר" געווען א וועכטער, האט עס געפענט א נייע פרעסידענט אין אנקלאגען נאצי קאלאבערירער, און דייטשלאנד האט אנגהויבן אויספארשן 50 געוועזענע וועכטער וואס לעבן נאך, צו זעהן צו מען קען זיי אנקלאגען.
מאנטאג אפריל 08, 2013 2:36 pm
א דאנק לכתחילה פאר די נייעס באריכטען.
מאנטאג אפריל 08, 2013 4:11 pm
(איז טאקע נישטא אין וועלטל באשריבן די מעשה מיט וועלערי פלעים אין סקוטער ליבי, כ'האב געזיכט ואנינו)
א פאקס ניוס ריפארטער האט פארציילט אין א ארטיקל, אז א געוויסע "לוא אינפארסמענט" (געזעץ היטער, ווי פאליציי וכדו') קוואל האט איר פארציילט, אז דער "ארורע" שיסער "האולמס", האט אין זיין "טאג בוך" געהאט געשריבן בילדער און ווילדע ווערטער וואס האט געקענט אנדייטען אז ער פלאנט די מאסן שיסעריי.
די לויער פון העלמס וויל וויסען ווער עס האט ארויס געגעבן די אינפארמאציע, אבער די ריפארטער וויל פארשטייט זיך נישט פארציילן. נארמאל דארף א ריפארטער נישט ארויס געבן אירע קוועלער, אבער א ריכטער קען צווינגען, און אזוי איז געווען יעצט.
למעשה זאגט די ריפארטער אז זי האלט נישט ביים רעדן, און ס'קען זיין אז ס'ווארט איר תפיסה.
מאנטאג אפריל 08, 2013 8:12 pm
קוקט אויס ווי א פארטייאישע קאנפליקט וועגן די גאן קאנטראל דעבאטע????
כאפ איך נישט ווי דאס נעמט א נפקא מינה
מאנטאג אפריל 08, 2013 8:16 pm
קרעדיט אויפריכטיג אמ"ג: / קרעדיט ראפאגאש - אייוועלט.
א פיר-און-פערציג יעריגער מאן איז אנגעקלאט געווארן פארן שטעכן א דרייסיג יעריגע פרוי אין ברוקלין. ער איז נישט ארעסטירט געווארן, צוליב וואס ווען די פאליציי זענען אנגעקומען צום סצענע האט ער זיך שוין אויך געהאט געשטאכן, און געפונט זיך אין א קריטישע צושטאנד אין שפיטאל. אין ליכט פונעם פאטאלן געשעעניש, האט היינט אבאמא גערופן די קאנגרעס זאלן אונטערשרייבן דעם שטרענגערן גאן-קאנטראל געזעץ.
טעגליך אין די באן-שינעס: א שטאטישע ארבעטער 'דעני-העי' איז ארויסגעהויבן געווארן אלס א העלד נאכן ראטעווען דריי פערזוינען ביי די 'דעלענסי' סטאנציע אין מענהעטען. 'העי' שיינענדיג מיט זיין קליינעם פלעשלייט אויפן קעגנקומענדע באן, האט דער קאנדאקטאר טאטאל אפגעשטעלט דעם באן בעפארן איבערפארן דעם אריינגעפאלענעם מיט זיינע צוויי רעטער. 'העי' ווערט ערווארטעט צו באערט ווערן מיט א 'ליטטעל-טייקס' פאלשע ריסייקלינג באן שינעס, אונטערגעשריבן דורכן מעיאר זעלבסט.
זינט די האדסען ריווער טייך איז געווארן א צענטראלע לאנדונגס ארט פאר פליגערס, האבן זיך דאלפון'ס אויך געפונען ס'פלאץ פאר זייער לאנדונג. "איך כאפ דא פיש יעדן טאג, און היינט איז ס'ערשטע מאל איך זעה דאלפון'ס" זאגט האוזעי-גארסיא. צייגנדיג א ווידיאו פון די דאלפון'ס, וואס ער האט אפגעכאפט אויף זיין פאון. די מעטראפאליטאן קאמישענאר איז אבער נישט צופרידן. "מיר וועלן איינשטעלן קעמרע'ס, אזא שטייגער וואו ביי די רויטע-ליכט, און טיקעטס וועלן אפגעשיקט ווערן צו זייערע היימען".
די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קעי-די-סי'. אונזערע קעמרע'ס זענען אויסגעשטאט מיט די בעסטע סארט פלעש-לייטס.
מאנטאג אפריל 08, 2013 8:26 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:(איז טאקע נישטא אין וועלטל באשריבן די מעשה מיט וועלערי פלעים אין סקוטער ליבי, כ'האב געזיכט ואנינו)
א פאקס ניוס ריפארטער האט פארציילט אין א ארטיקל, אז א געוויסע "לוא אינפארסמענט" (געזעץ היטער, ווי פאליציי וכדו') קוואל האט איר פארציילט, אז דער "ארורע" שיסער "האולמס", האט אין זיין "טאג בוך" געהאט געשריבן בילדער און ווילדע ווערטער וואס האט געקענט אנדייטען אז ער פלאנט די מאסן שיסעריי.
די לויער פון העלמס וויל וויסען ווער עס האט ארויס געגעבן די אינפארמאציע, אבער די ריפארטער וויל פארשטייט זיך נישט פארציילן. נארמאל דארף א ריפארטער נישט ארויס געבן אירע קוועלער, אבער א ריכטער קען צווינגען, און אזוי איז געווען יעצט.
למעשה זאגט די ריפארטער אז זי האלט נישט ביים רעדן, און ס'קען זיין אז ס'ווארט איר תפיסה.
די סיבה פארוואס די לויער וויל וויסען, איז ווייל די קארט האט ארויף געלייגט א "געג אדרער" גראד נאכן ארעסט, דאס מיינט אז קיינער טאר נישט ארויסגעבען קיין אינפארמאציע איבער די קעיס, ווייל עס קען גורם זיין אז דער אנגעקלאגטער זאל נישט קענען האבן א פעיר טרייל.
און אז די רעגירונג האט ארויס געגעבן די אינפארמאציע איבער די דייערי, האבן זיי ווייעלעטעד די געג ארדער.\
למעשה האט די שופט היינט אפגעשטיפט ווען ער וועט ארויס געבן די פסק, עס האט געדארפט היינט ארויס צו קומען.
מאנטאג אפריל 08, 2013 10:34 pm
געלעגער האט געשריבן:טעגליך אין די באן-שינעס: א שטאטישע ארבעטער 'דעני-העי' איז ארויסגעהויבן געווארן אלס א העלד נאכן ראטעווען דריי פערזוינען ביי די 'דעלענסי' סטאנציע אין מענהעטען. 'העי' שיינענדיג מיט זיין קליינעם פלעשלייט אויפן קעגנקומענדע באן, האט דער קאנדאקטאר טאטאל אפגעשטעלט דעם באן בעפארן איבערפארן דעם אריינגעפאלענעם מיט זיינע צוויי רעטער. 'העי' ווערט ערווארטעט צו באערט ווערן מיט א 'ליטטעל-טייקס' פאלשע ריסייקלינג באן שינעס, אונטערגעשריבן דורכן מעיאר זעלבסט.
אזוי ווי ווען איך פאר מיטן באן שטיי איך אויוון אן און קאנטראליר די סיטואציע בשעת'ן פארן, האב איך מיטגעהאלטן איין מאל ווען די באן איז אנגעקומען אין א אונטערערישע סטאנציע, האט עפעס א חכם געשיינט גלייך אנפאנג פון די פלאטפארמע וואו די באן קומט אריין מיט א לייט פון זיין קלוגן פאון, און דער באן האט געמאכט א האסטיגע שארט סטאפ און געבליבן שטיין פאר 2 מינוט, ער האט געמיינט אז מסתם איז דארט עפעס געשען (די ארבעטערס וואס ארבעטן אין די אלע טונעלן שיינען אויך מיט פלעש לייטס פארן דרייווער אז מען זאל זיי באמערקן וואו זיי שטייען), ב"ה עס איז גארנישט געווען דארט, נאך 2 מינוט האט דער דרייווער געגעבן 2 אזאנע פייפעס אלס נקמה אז איך גלייב יענער וועט שוין נישט מאכן נאכמאל די חכמה
דינסטאג אפריל 09, 2013 3:28 pm
אן ערד-ציטערניש געמאסטען 6.1 אויפן ריכטער וואגשאהל האט געטראפן אירן אינעם געגענט פון דער באשהאר נוקלעארע איינריכטונג.
עס ווערט באריכטעט אויף דערווייל 37 טויטע און איבער אכט הונדערט פארוואונדעטע.
דינסטאג אפריל 09, 2013 4:37 pm
עס איז ארויס גערינען א ריקארדינג פון די אפיס פון מיטש מעקאנעל, ווי מען הערט ווי מען שמועסט פרייוואטע אינער-פארטיי שמועסען איבער געוויסע קאנדידאטען.
מעקאנעל'ס אפיס שרייט אז מען האט געבאגט זייער אפיס, און מען האט שוין אריינגעמישט די עפ. בי. איי.
#ניקסען סטייל