Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג יוני 29, 2012 12:02 am

ענדליך א פאזעטיווע ארטיקל 'פאר עי טשעינדזש'

Advertisement

פרייטאג יוני 29, 2012 12:48 am

...a change of clothing we believe in

פרייטאג יוני 29, 2012 2:05 am

שוטה האט געשריבן:...a change of clothing we believe in

;l;p-

פרייטאג יוני 29, 2012 7:54 am

יישר כח אריסטאקראט פארן ברענגן די נייעס

פרייטאג יוני 29, 2012 8:06 am

שוטה האט געשריבן:חסידים און היץ, דער טיימס באשרייבט:

http://www.nytimes.com/2012/06/29/nyreg ... l?_r=1&hpw


אויב עס איז מעגליך פאר איינעם אראפצושרייבן בקיצור נמרץ -אין דריי שורות- וואס זיי שרייבן דארט, לתועלת הרבים פאר ווער עס וויל נישט גיין אויף יענעם סייט.

ישר כח למפרע

ואני מעתיק מה שכתוב האחראי אינעם איינצוגס דרשה:
געלעגער האט געשריבן:און צוגאב צו דעם וויל איך בעטן אז מען זאל נישט סתם שרייבן צוויי ווערטער און דערנאך לייגן א לינק צו די זייטל וואו די נייעס ווערט באריכטעט ווייל אסאך אידן קענען נישט דארט אנקומען. ביטע נעמט דאס צום באטראכט און שרייבט אראפ די נייעס דא אנשטאט שיקן מענטשען אהין.
אויב קענט איר נישט שרייבן קיין לאנגע זאכן קענט איר עס שרייבן בקיצור אבער עפעס מער ווי א פשוט'ע לינק.

פרייטאג יוני 29, 2012 8:18 am

זיי ברענגען ארויס ווי אזוי אידן ספראווענען זיך מיט די היצן אנגעטון מיט די שמונה בגדים

פרייטאג יוני 29, 2012 8:21 am

שכח געלעגער

פרייטאג יוני 29, 2012 12:45 pm

סי.ען.בי.סי. באריכטעט אז קאן עדיסאן ארבעטערס סטראשענען צו סטרייקן -אין מיטן די יעצטיגע היץ כוואליע- אין ניו יארק.

וואו נעמט מען א גאווערנאר וואלקער?

פרייטאג יוני 29, 2012 1:15 pm

און א גאווארנער קריסטי איז שלעכט?

פרייטאג יוני 29, 2012 2:33 pm

נייעס אין קורצן:

פרעזידענט אבאמא באזוכט ביי די קאלאראדא פייערן, וואס האט אפגעפלאקערט 347 הייזער. דער באזוך איז נאכן אינטערשרייבן א 'פעדראלע דיזעסטער ארדער' פאר פרישע שטיצע צו די באטראפענע.

א יו. עס. עי. טודעי גאלאפ פאלל גנומען נעכטן דארנעשטאג נאכן 5-4 סופרים געריכט פסק אז אבאמא'ס העלטקעיר געזעץ איז קאנסטיטוציע - אויסגעהאלטן צייגט אז א קליינע מערהייט פון אמעריקאנער בירגער האלטן אז כאטש א חלק פון די בילל זאל ווערן ריפיעלד.

פיטער מעידאף, 66, א ברודער מיט בערני מעידאף און א הויכראניגער איינגעשטעלטער אין 'בערני ל. מעידאף אונוועסטמענטס און סעקיורעטיס ללק.' האט זיך דערקלערט שולדיג - אויפן פארלעצונג פון קאנספיראציע און פאלשע אינוועסטמענט רעקארדס. "איך ווייס אז מיין אויפירונג איז געווען אומריכטיג און איך בין טיף פארשעמט" האט פיטער געזאגט ביים געריכט. עס ערווארט אים 10 יאר אין טורמע אלס א חלק פון פליע דיעל.

שבת יוני 30, 2012 11:33 pm

אבנארמאלע שווערע היצן האבן זיך אראפגעלאזט אין אסאך געגענטער. אנגעפאנגען פון ברוקלין אראפ ביז וואשינגטאן די סי. מיליאנע מענטשען האבן פארלוירן לעקטעריסעטי און וואוינען אין די היצן. אבער קאן עדיסאן יוניען ארבעטער סטראשענען מיט א סטרייק אויב גייט זייער פארלאנג דורך פאלן. די סטרייק קען זיך אנפאנגען אזוי פרי ווי היינט נאכט.

שבת יוני 30, 2012 11:40 pm

אריסטאקראט האט געשריבן:
פיטער מעידאף, 66, א ברודער מיט בערני מעידאף און א הויכראניגער איינגעשטעלטער אין 'בערני ל. מעידאף אונוועסטמענטס און סעקיורעטיס ללק.' האט זיך דערקלערט שולדיג - אויפן פארלעצונג פון קאנספיראציע און פאלשע אינוועסטמענט רעקארדס. "איך ווייס אז מיין אויפירונג איז געווען אומריכטיג און איך בין טיף פארשעמט" האט פיטער געזאגט ביים געריכט. עס ערווארט אים 10 יאר אין טורמע אלס א חלק פון פליע דיעל.

איז ער דער וואס האט זיך גענומען דאס לעבן גלייך נאכן זיך דערקלערן שולדיג?

קאן עדיסאן יוניאן ארבייטער סטרייק

זונטאג יולי 01, 2012 3:16 pm

קאן עדיסאן יוניאן ארבייטער

פארהאנדלונגען צווישן די קאמפאני און די יוניאן ארבייטער האבן זיך פארהאנקערט זונטאג קורץ בעפאר 2:00 פארטאגס, עטליכע שעה נאך וואס די פארגאנגענע קאנטראקט איז אויסגעלאפן. די האנקער האט פאסירט פונקט אין די צייט וואס ניו יארק גרייט זיך צו הויכע טעפרעטוארן וועלכע וועט פארגערעסערן די פארלאנג פאר עיר קאנדישאן צווישן די פירמעס 3.2 מילאן קאסטומערס.

זונטאג אינדערפרי האט די פאליציי אויפגעשטעלט באריקאדעס פארענט פון קאן עדיסאנס הויפטקווארטיר נאנט צו יוניאן סקוער אין מאנהעטן. בלויז צוויי ארבעטער זענען געשטאנען דארט, אבער האבן געזאגט אז עס ווערט ערווארטעט מער ארבעטער ווען זיי וועלן אויפשטיין און געוואר וואערן איבער די סטרייק.

סאדע פראדאצירער הייבן אן צוריק-קעמפן די ניו יארק זיסע געטראנ

זונטאג יולי 01, 2012 3:17 pm

סאדע פראדאצירער הייבן אן צוריק-קעמפן די ניו יארק זיסע געטראנק פארבאט.

לאביאיסטן פון קאקאו קאולא און נאך גרויסע סאדע קאמפאניס האבן זיך געטראפן מיט מעיאר קאנדידאטן און סיטי קאנסול מעמבערס. די געטראנק אינדאסטריע האט געדונגען א גרופע וואס גייען ארום אפשטעלן ניו יארקע איינוואוינער אינטערצושרייבן א פעטיציע קעגן די פארבאט. פעיסבוק און טוויטער זייטן זאגן די ליינער צו 'זאגן ניין צו #סאדעבען' (=סאדע פארבאט).

אויסשטייענדיג א ערענסטע קאנפראנטאציע אויף אירע זיסע געטראנקן, הייבט די 'אמעריקאנע לייכטע-געטראנקן אינדוסטריע' אן א אגרעסיווע קאמפיין צוריקצוקעמפן ניו יארק סיטי'ס פארגעשלאגענע באגרעניצונגען אויף זיסע געטראנקן.

דער 'געטראנק פארבאנד' וויל נישט אויסזאגן די געשאצטע בודזשעט פאר די ניו יארקע קאמפיין, דאך האט א ווארטזאגער געזאגט אז "די פארבאנד איז גרייט אויסצונוצן יעדן מיטל וואס עס וועט זיך אויספעלן".

די סיטי פאר זיך פירט אויך אן א ערענסטע קאמפיין צו באיינפלוסן די דעת הקהל. זינט יאר 2009 איז שוין געלאפן 5 אדווערטייסינג כוואליעס, אין סובוועי, געדרוקט, אויף די אינטערנעט און טעלעוויזיע אנצייגענדיג א פארבינדונג פון סאדע צו ווערן פעשער. די קאמפיין האט שוין אפגעקאסט 2 מיליאן 8 הונדערט טויזענט דאלער ($2,800,000), וואס 87 פערצענט דערפון איז באצאלט געווארן דורך די פעדראלע רעגירונג.

אבער די אינדוסטריע שטייט אויס א ספעציעל שווערע קאמפף אין ניו יארק סיטי, ווייל די פארגעשלאגענע באגרעניצונגען פארלאנגט א באשטעטיגונג פון די 'ניו יארקע געזונט ראט', וועמענס מיטגלידער זענען געשטעלט געווארן דורך מר. בלומבערג זעלבסט. די געזונט ראט פלאנט אפצוהאלטן א עפענטליכע פארהער איבער די פארשלאג אום יולי 24, און די אינדוסטריע, אלס א ערשטע מיטל, האפט צו שטופן די מאסן צו ערשיינען דארט.

די בלומבערג אדמיניסטראציע זאגט אז זיי זענען נישט פארוואונדערט אויף די אינדוסטריעס באמיאונגען צו צישטערן דעם פלאן

טורקיי שיקט ארויס עף-16 דשעטס צירקולירן ביי די סיריע גרעניץ.

זונטאג יולי 01, 2012 3:29 pm

טורקיי שיקט ארויס עף-16 דשעטס צירקולירן ביי די סיריע גרעניץ.

טערקיי האט ארויפגעיאגט 6 F-16 קאמפף פליגער נעבן זייער גרעניץ מיט סיריע, נאכוואס סיריער העליקאפטערן זענען 3 מאל געקומען נאנט צום גרעניץ, האט די ארמיי איבערגעגעבן.

פארגאנגענעם מאנאט, האבן די סיריעשע קרעפטן אראפגעברענגט א טערקישע דזשעט ביי די גרעניצן, פארשארפערענדיג די באציאונגען צווישן די צווי געוועזענע נאנט פארבינדעטע

זונטאג יולי 01, 2012 3:31 pm

יישר כח אריסטו פאר די באריכטן.

זונטאג יולי 01, 2012 3:35 pm

leiby האט געשריבן:
איז ער דער וואס האט זיך גענומען דאס לעבן גלייך נאכן זיך דערקלערן שולדיג?

ניין.
ווער איז דער וואס האט זיך גענומען דאס לעבן נאכן זיך דערקלערן שולדיג? האט דאס פאסירט אין געריכט זאל, אדער אין טורמע?

זונטאג יולי 01, 2012 4:34 pm

ווינקל האט געשריבן:יישר כח אריסטו פאר די באריכטן.

זונטאג יולי 01, 2012 4:36 pm

א ריזן דאנק אייך הרב אריסטאקראט.

זונטאג יולי 01, 2012 4:39 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:א ריזן דאנק אייך הרב אריסטאקראט.

זונטאג יולי 01, 2012 5:06 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:א ריזן דאנק אייך הרב אריסטאקראט.

איי סעקאנד דעט!

שווינדלער צילן הייזער אין די עוועקואירטע זאנעס ביי די קאלארא

זונטאג יולי 01, 2012 7:21 pm

שווינדלער צילן הייזער אין די עוועקואירטע זאנעס ביי די קאלאראדא פייערן.
קאלאראדא ספרינג


מענטשען וועלכע זענען אנטלאפן פון די מערסט פארניכטונדע פייער אין קאלאראדא היסטאריע, ווערן ערלויבט צייטווייליגע באזוכן צו די פארניכטעטע געגענט.

אסאך וועלן געפונען אז זייערע הייזער זענען פון די כמעט 350 הייזער וואס זענען פארברענט צום גרונד, אין די צייט וואס אנדערע וועלן געפונען זייערע הייזער בארויבט.

קאלאראדא ספרינג פאליציי זאגט אז 24 רויבערייען און רויב פראווען זענען באריכטעט געווארן אין די אוועקואירטע געגענטער.

"ס'איז באלד אזוי שלעכט ווי ווען די הויז ווערט אפגעברענט", האט א בארויבטער געזאגט פאר די מידיע.

ארום 10,000 זענען פארבליבן אוועקואירט, אראפ פון 30,000 בעת די וואלדא קאניאן פייער הויעכפונקט אין קאלאראדא ספרינגס.

א בארויבטע מאלעריי קומט צוריק צו א מאנהעטאנער גאלאריע

זונטאג יולי 01, 2012 7:22 pm

א בארויבטע מאלעריי קומט צוריק צו א מאנהעטאנער גאלאריע
ניו יארק,

די ניו יארק סיטי פאליציי דעפ. זאגט אז א גע'גנב'טע סאלוואדאר דאלי מעלעריי ווערד א געשאצטע $150,000 איז געווארען אפגעגעבן.

די 1949 מעלעריי איז פארשווינדען געווארן פון 'די ווענוס איבער מאנהעטאן' גאלאריע אויף מעדיסאן עוועניו אום יוני 19, אבער עס איז מיסטעריעז צוריקגעשיקט געווארן צו JFK לופטפעלד פון אייראפא.

א בליצבריוו איז געשיקט געווארן צו די גאלאריע מיט די ארטיקלס טראקינג נומער.

זוכערהייט קאמערעס האבן אויפגעפאסט א מאן אריינשפאצירן אין די גאלאריע מיט א שווארצע שטאפענע טאשקע, ער איז געווען געווארן שפעטער פארלאזענדיג דאס ארט מיט די מעלעריי.

פאליציי גייט נאך אן מיט א אויספארשונג, ביזדערווייל אן קיין ארעסטן.

די גאלעריע אנטזאגט זיך צו קאמענטירן.


סאלוואדאר דאלי, 1904-1989 איז א פראמינענטער שפאנישע מעלער, מיט אסאך ווערטפולע מעלערייען אויף זיין קאנטע.

באריכט: איראן וועט שיסן מיסילס בעת א מיליטעריש דרילל

זונטאג יולי 01, 2012 7:43 pm

באריכט: איראן וועט שיסן מיסילס בעת א מיליטעריש דרילל
איראן

איראן וועט פרובירן-ארויסשיסן מיסילס דורכאויס 'מלחמה שפיעלן' געפלאנט אויף די וואך, האט די האלב-אפיציעלע 'מעהר' נייעס אגענטור באריכטעט זונטאג.

די דריי טאג איבונגען, וואס איז ערווארטעט זיך אנצוהייבן מאנטאג, וועט צילן מדבר באזעס וואס זענען אויסגעשטעלט ווי לופטבאזעס פון 'דרויסענדיגע קרעפטן', האט די אגענטור געזאגט.

"דורכאויס די צייט פון די איבונגען וועלן גענוצט ווערן לאנג שטרעקיגע, מיטל שטרעקיגע און קורצשטרעקיגע מיסילס, און וועלן ארויסגעשאסן ווערן פון 100 אנדערע דעזיגנירטע פונקטן איבער די לאנד," האט בירגאדע גענעראל אלי האדזיזעידען געזאגט פאר רעפארטערס, לויט מעהר.

די מעלדונג קומט אינעם זעלבן טאג וואס די עמבארגא אויף איראנע אויל דורך די אייראפאישע פאראיין גייט אריין אין קראפט. די פולער עמבארגא און די אנדערע סאנקיציעס איז געשטעלט צו דרוקן אויף איראן אויפצוגעבן זייערע נוקלערא פראגראם. אזויפיל ווי 80% פון איראנ'ס אויסלאנדישע הכנסות קומט פון אויל עקספארטן.

יצחק שמיר, געוועזענער איזראעלישער פריים מיניסטער, געשטארבן.

זונטאג יולי 01, 2012 8:01 pm

יצחק שמיר, געוועזענער איזראעלישער פריים מיניסטער, געשטארבן.
ירושלים

יצחק שמיר, וועלכע האט געדינט צוויי טערמינען אלס הויפט מיניסטער אין די ציוני'סטישע ממשלה, איז געשטארבן דעם שבת, האט די פריים מיניסאריום אפיס איבערגעגעבן.

שמיר, 96, האט געדינט אלס הויפט מיניסטער תשמ"ג - תשמ"ד, און תשמ"ו - תשנ"ב. ער איז אויך געווען אויסערן מיניסטער תש"מ - תשמ"ו.

געבוירן אין פולין, האט שמיר זיך אריבערגעצויגן קיין פאלעסטינע און געקעמפט פאר זעלבסטשטענדיגקייט. ער האט זיך אנגעשלאסן אין די ליכוד באוועגונג, דינענדיג אלס א מיטגליד פון די איזראעלישע פארלימענט, און אויך געארבעט פאר די שפיאנאזש דינסט, מוסד.

שמיר האט באזיגט מנחם בעגין אלס ראש ממשלה אום תשמ"ג.

שמיר איז אויך געווען א פירער פון די ציוני'סטישע אונטערגרונד גרופע וועלכע האבן אפגעקעמפט די מאנדאט אין די ת"ש יארן.

עס האבן גערעדט איבער אים די איצטיגע פריים מיניסטער נתניהו, די פרעזידענט שמעון פערעס, די אמעריקאנע אויסערן מיניסטארשע הילערי קלינטאן און נאך אסאך פאליטישע פירער.
שרייב א תגובה

Advertisement