Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג יוני 22, 2012 3:08 pm

סייענטיסן פון "דוק יוניווערסיטי" ארבייטן צו בויען א "גיגע פיקסעל" קאמערע

זיי געבן אן אז ביז 5 יאר וועט זיין א 50 "גיגע פיקסעל" קאמערע

Advertisement

פרייטאג יוני 22, 2012 3:17 pm

צים פינטעל האט געשריבן:סייענטיסן פון "דוק יוניווערסיטי" ארבייטן צו בויען א "גיגע פיקסעל" קאמערע

זיי געבן אן אז ביז 5 יאר וועט זיין א 50 "גיגע פיקסעל" קאמערע

געט א קוק פון דא אין ווייטער:
viewtopic.php?p=584421#p584421

זונטאג יוני 24, 2012 12:14 am

פלארידע מיליאנער געזוכט

די פלארידע אויטאריטעטן זוכן ארום א אידישן מיאליאנער גומא עגיוער וואס איז פארשוואונדען געווארן ווי אין וואסער אריין. שוין אפאר טאג וואס מ'הערט נישט און מ'ווייסט נישט קייו שפיר פון אים. מ'האט געפונען זיין שיפל מיט די מאטאר אנגעצינדען און זיין בערזעל דעראינען אבער פון אים זעלבסט ווייסט מען גארנישט. שוין אפאר טאג וואס די קאוסט גארדס זוכן אים אבער דערווייל אן קיין ערפאלג. מאנכע זאגן אז ס'איז צום גלייבן אז ער לעבט און דאס איז א שפיל צוליב א משפחה מחלוקה. אנדערע זאגן אז ער ליידט אויף די בענדלעך און דאס מאכט אים טון געוויסע אינטערעסאנטע שריט ווי למשל דאס אז ער שרייט אז ער איז משיח.

דערווייל האבן די אויטאריטעטן אויפגעגעבן מיטן זוכן.

זונטאג יוני 24, 2012 4:19 pm

נו אויב איזער משיח, אחכה לו בכל יום שיבוא, צו וואס ברויך מען זוכן...

מאנטאג יוני 25, 2012 2:43 am

ברוך דיין האמת
לאונסאם דזשארדזש, א ריזיגע טשערעפאכע פון די גאלאפאגאס אינזלען איז נעבעך אוועק
לפי די יודעי דבר איז ער נאך געווען בדמי ימיו....
http://timesofindia.indiatimes.com/home ... 385791.cms
לעצט פאראכטן דורך msp אום מאנטאג יוני 25, 2012 2:48 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

מאנטאג יוני 25, 2012 2:44 am

סאכדעס האט געשריבן:נו אויב איזער משיח, אחכה לו בכל יום שיבוא, צו וואס ברויך מען זוכן...

:lol: :lol: :lol:

מאנטאג יוני 25, 2012 6:23 pm

שאלת_חכם האט געשריבן:א וויליאמסבורגער איד האט געהאט א מזל טוב די נאכט 3 פארטאגס אויפן ווערעזאנא בריק צווישן די טאל באטס


די נאכט געווען א ענליכע מעשה אין איסט הארלעם, ווי א טאו טראק דרייווער האט ערלעדיגט די זאך

מזל טוב!

מאנטאג יוני 25, 2012 10:25 pm

א גמרא פונעם גר"א מיט הונדערטער הגהות בכתב ידו צום פארקויפן, הייבט זיך אהן ביי א האלב מיליאן דאלער.

http://www.vosizneias.com/108562/2012/0 ... -in-israel

דינסטאג יוני 26, 2012 10:59 am

פרעזידענט פון רוסלאנד אויף א באזוך אין איזראעל

פוטין איז אויפגענומען געווארן מיט גרויס כבוד דורך צה"ל מיליטער און האט אויפגעטרעטן פאר די איזראעלישע פרעסע צוזאמען מיט פרעזידענט שמעון פערעס ווי צווישן אנדערע האט פערעס געזאגט צו פוטין אז זיין באזוך טראגט א באדייטפולע אינטערעסע פאר די איזראעלישע בירגער צוגעבנדיג אז די דארטיגע איינוואוינער זעען אין אים א 'פירער וואס זיינע פאליסיס זענען וויכטיג און חשוב פאר וועלט סטאביליטעט'

פערעס האט אויך צוגעלייגט אז ער איז איבערצייגט רוסלאנד שפילט א הויפט ראלע אין לעזן די אלטוועלטליכע זארגן אנבאלאנגט די געפארן וואס איראן ברענגט צו גלאבאלע פרידן. "איך ווייס אז רוסלאנד ווארפט אפ סיי וועלכע באשילדוגונג דאס זי העלפט איראן פאבריצירן מאסן פארניכטיגונגס וואפן" און אריינקוקנדיג אין פוטין'ס געזיכט האט ער אויסגעפירט דרוקנדיג יעדעס ווארט – האסט עס דייטליך דערקלערט, אלזא איז גאר וויכטיג אז די אנשטרענגונען זיך אפצוהאלטן דערפון זאלן ווייטער פארזעצן.

אויף דעם האט פוטין רעאגירט, דאס אז רוסלאנד טראגט א פליכט פון פארזיכערן פרידן פאר ישראל, און דערמאנט אז נאך דאן ווען זי האט זיך געגרינדעט האט דער סאוויעטן פארבאנד גענומען אויף זיך איר צו שטיצן. וואס שייך די באגעגעניש צווישן פוטין און נתניהו האט ער דאס באצייכנט אלס 'עפעקטיוו און פריוואט' אבער נישט אריינגייענדיג אין פרטים, נאכן רעדן צו די פרעסע האבן פערעס און פוטין פארגעזעצט זייער צוזאמנטרעף אונטער פיר אויגן, צווישן אנדערע איז ערווארטעט אז זיי וועלן רעדן פון איראנ'ס נוקלעארע פרשה און די אויפשטענדלער קאמפן אין סיריע.
-------
דאס באנייען אנדרטה און באגעגעניש מיט נתניהו

צוערשט האט זיך דער טאג אנגעהויבן מיט א גרויסארטיגע צערעמאניע פאר א ניי געפארטיגטע מאנומענט 'אנדרטה' אין נתניהו, אפצוצייכענען דאס געווינס פון די רויטע ארמיי איבער די נאצישע כוחות ביים צוייטן וועלט קריג. אין פוטין'ס רעדע האט ער באוואונדערט דעם מאנומענט און באטאנט אז איר באנייאונג טוט פארשטערקערן זיין עהרע וואס ער פיהלט כלפי דאס אידיש פאלק און מדינת ישראל.

דערנאך האט פוטין פארגעזעצט קיין ירושלים וואו ער האט זיך געטראפן מיט בנימין נתניהו אין זיין וואוינונג, די צוויי האבן גערעדט צווישן זיך ווי אויבן דערמאנט פאר העכער א שטונדע, פוטין האט שפעטער אנגעצייכנט אז די צוויי האבן גערעדט איבער א שטויס אנגעלעגנהייטן און ספעציעל איבער נושאים וואס נעמען אריין עקענאמיע, און אויך איבער פארדרייטע געפעלשטע פאקטן בשייכות די האלאוקאסט און דעם צווייטן וועלט קריג
ביים ענדיגן האט פוטין צוגעגעבן אז די שמועסן איבער איראן, זענען געווען גאר איינצעלהייטליך און זייער ווירקזאם"

-----------------------------------------------------------
אן עצרת אום 5 פארטאג, זיך מוסר נפש צו זיין געגן די גיוס

טויזנטער ערליכע אידן, מענער פרויען און קינדער האבן זיך באטייליגט מאנטאג פארטאג ביים עצרת תפילה און מחאה וואס איז אפגעהאלטן געווארן דורך די עדה החרדית אין ירושלים אנטקעגן דאס איינרוקן אין מיליטער תלמידי הישיבות.
די פראטעסטירער אין שפיץ פון די חושיבע רבנים האבן זיך פארזאמלט אין כיכר השבת נאנט צו 5 פארטאגס א טייל איינגעהילט אין צוריסענע זעק, פארזאגנדיג פסוקי תהילים, פיוטי סליחות , און פזמונים פון קינות, אויסשרייענדיג זייער ווייטאג געגן די סכנה פון גיוס

די גאב"ד פון עדה החרדית הרב יצחק טוביה ווייס שליט"א האט הויעך אויסגעשריגן "מיר וועלן נישט ערלויבן צו נעמען אונזערע אינגעלייט צום מיליטער אדער פאליציי, און מיר וועלן נישט באיינדרוקט ווערן פון אלע זייערע איבעררעדונגען" צוגעבנדיג אז דאס אלץ איז א פראוו פון די ממשלה צו איינווארפן און חרוב מאכן דעם עולם התורה.
אין א אומגעווענליכע שריט האבן זיך צו די דאמענסטראציעס אויך משתתף געווען אפילו חושיבע מעסיגערע רבנים וואס ציילן זיך נישט צוישן די עדה ווי הרב שמואל אויערבאך וואס האט אין א דרשה קלארגעשטעלט אז מען ברויך זיך קעגנשטעלן דעם גיוס מיטן פולסטן עקשנות, און דאס גייט אריין בגדר "יהרג ואל יעבור"

אין די רעזאלטירנדע באשלוסן פונעם עצרת איז פארשריבן געווארן דאס די ציבור זעט אין די געשטעלטע עסקנים א פאראנטווארטליכקייט אין דעם אויסגאנג פון די געזעץ און לויט ווי זיי באשליסן דאס איז יעדעם מחייב, אריינגערעכנט דאס אז אויף יעדעם ליגט א חיוב זיך געגן צושטעלן מיטן הארץ און זעהל ממש ביז צו מסירת נפש געגן די נידריגע גיוס-פארשלאגן: פארגרעסערן די צאל חרדים וואס דארפן איינרוקן, און שרינקונג פון די 'פטורים' וואס ווערן געגעבן פאר 'תלמידי ישיבות' וואס ס'איז 'תורתם אומנותם'.

דורכאויס די הפגנות איז נישט פארצייכנט געווארן קיין אויסעראדנטליכע געשעהענישן, אויסער דאס אז עטליכע זשורנאליסטןוואס זענען געקומען דעקן די מצב זענען באווארפן געווארן מיט שטיינער, פאלציי איז פונקט נישט געווען דאן אויפן ארט צו זעהן דעם אטאקע.

אין א מודעה וואס די רבני עדה החרדית האבן פובליצירט אין צוגרייטונג צו די פראטעסטן האבן זיי געווארנט און קלאר געמאכן פארן ציבור אז אין אזא צייט וואס די באהערדע זוכט אפצוטוהן דעם מסך המבדיל צווישן די ערליכע אידן און פרייע מחללי התורה זיי אויסצומישן אין איין טאפ, איז נישט קיין צייט צו מאכן פשרות און וויתורים נאר א צייט אויפצורידערן א וועלט 'יהיה מה שיהיה'. און דאס זעלביגע האבן די רבנים מחוץ לעדה החרדית געשריבן: אז מיר זענען מחויב זיך מוסר נפש צו זיין דערויף און נישט נאכגעבן קיין פינטל, ווייל דאס רירט אן אין די יסודות און שורשים פון דעם רוחניות'דיגן און גשמיות'דיגן עקזיסטענץ פון עם ישראל.

דינסטאג יוני 26, 2012 12:59 pm

פעדער, כ'מיין אז דיינע נייעסער געהערן ע"פ רוב אין די אשכול.

הצלחה.

מיטוואך יוני 27, 2012 2:47 am

א שטעטעל סטאקטאן אין קאליפארניע איז פושט רגל....

מיטוואך יוני 27, 2012 8:52 am

עפעס טוט זיך אין די נייעס איבער א שיף וואס איז געקומען פון אינדיע און מען האט געטראפן מענטשן דערויף

מיטוואך יוני 27, 2012 9:03 am

דערווייל נישט קיין מענטשען. מ'האט נאר געהערט גרודער פון די קאנטעינער און ס'דאכט זיך אז ס'איז דא לעבעדיגע דעראינען.

די קאוסט גארד האט איבערגענומען די קאנטעינער

מיטוואך יוני 27, 2012 10:21 am

ירושלים - צוויי העלישע וואלד פייערן אין די אומגעגנטן ארום ירושלים האבן פארנעפלט די שטאט, און צייטווייליג פארשלאסן די הויפט הייוועי קיין תל אביב איינע פון די פארנומענסטע שאסייען אין לאנד,

פאליציי געבט איבער: א צאל מענטשן זענען באהאנדלט געווארן צוליבן אריינאטעמען רויעך און א אומבאשטימטע צאל מענטשן זענען עוואקאואירט געווארן פון די עפעקטירטע טעריטאריעס אידער די פלאמען זענען געברענגט געווארן אונטער קאנטראל.

דער ירושלימ'ער פאליציי טשיף האט געזאגט: די פייערן זענען בייזוויליג אינטערגעצונדן געווארן, און א צאל ארעסטן זענען שוין געמאכט געווארן די לעצטע פאר וואכן נאכפאלגענדיג א רייע אינטערגעצינדענע פייערן וועלכע האבן אנגעמאכט אסאך שאדן אין ארץ ישראל

-------------------------------
הגר"ח קנייבסקי אנקומענדיג צום קבר שונמית אין כפר הערבי
הגר"ח קנייבסקי איז אנגעקומען צום קבר פון שונמית אין צפון אין באגלייטונג פון זיינע צוויי אייניקלעך, דער גאון איז געקומען מתפלל זיין דעם ספעציעלן תפלה פאר עקרות זיי זאלן געבענטשט ווערן מיט זרע של קיימא, און היינט שפעטער אין טאג איז באשטימט געווארן א צייט ווען עס אפצורעכטן
מיטן גאון זענען אויך מיטגעקומען א צאל מענטשן און מקורבים, צווישן זיי אויך די ברודער פון הרב גרוסמאן פון מגדל העמק, הרב אנשיל פריעדמאן; די רב פון מחוז הצפון משטרה,. און דער פארזיצער פון זק"א יהודא משי זהב. און נאך אפאר זק"א וואלונטירן וועלכע האבן אויפגעשטעלט לכבודו א ספעציעלן שאטער, בכדי צו באשיצן די עולם פון די שטארקע היצן

א שטענדער איז אוועקגעשטעלט געווארן נעבן קבר, און הגר"ח האט אנגעהויבן מיטן פארזאגן פסוקי תהילים, דערנאך האט מען פארגעלייענט דעם פרק פון שונמית אין תנ"ך. און באלד דערויף האט דער גאון גענומען קוויטלעך פון די אלע וואס ברויכן ישועות.

ביים באזוך האט זיך אויך באטייליגט די ראש העיר פונעם געגענט.

מיטוואך יוני 27, 2012 10:32 am

געלעגער האט געשריבן:דערווייל נישט קיין מענטשען. מ'האט נאר געהערט גרודער פון די קאנטעינער און ס'דאכט זיך אז ס'איז דא לעבעדיגע דעראינען.

די קאוסט גארד האט איבערגענומען די קאנטעינער

לעבעדיג:
http://www.myfoxny.com/category/237002/skyfoxhd

מיטוואך יוני 27, 2012 10:53 am

Fraud Ring In Hacking Attack On 60 Banks

Some 60m euro is stolen from bank accounts in a massive cyber raid, after fraudsters raid dozens of banks around the world.

מיטוואך יוני 27, 2012 10:55 am

צייטליך האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:דערווייל נישט קיין מענטשען. מ'האט נאר געהערט גרודער פון די קאנטעינער און ס'דאכט זיך אז ס'איז דא לעבעדיגע דעראינען.

די קאוסט גארד האט איבערגענומען די קאנטעינער

לעבעדיג:
http://www.myfoxny.com/category/237002/skyfoxhd

55 מענטשן געפינען דערין.

דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:15 am

וואו האסטו געזען די באריכט?
איך ליין יעצט אז קיינער איז נישט געפונען געווארן אויפן שיף

דאנערשטאג יוני 28, 2012 8:38 am

נעכטן האב איך באקומען אזא טוויט.

14 יעריגע אינגעל לעבן געבליבן נאכן ווערן געשאסן

דאנערשטאג יוני 28, 2012 4:45 pm

א 14 יעריגער אינגעל פון ברוקלין לעבט געבליבן נאכן געשאסן ווערן אין קאפ ביים אהיימגיין פון א פארטי.

ניו יארק


אקיעל קריסטאפער, 14 איז געשאסן געווארן נעכטן מיטוואך בערך 11 אויפדערנאכט, נאך וואס א גאסן געשלעג איז ארויס פון די גרענעצין מיטן עפענען הייסע גאן פייער.

אקיעל איז געווען אויפן וועג אהיים מיט זיינע חברים, ווען א צווייטע גרופע אינגעטלעכע זענען זיי אנטקעגן געקומען ביי די ווינקעל פון עווערגרין עוו. און קארניליע סט.

נאך א קורצע ווערטער אויסטויש האט איינער פון די צווייטע גרופע ארוסגעצויגן א האנדגאן און אריינגעריקט א קויל גראד אין אקיעל'ס קאפ.

אקיעלס איז אריינגעפירט געווארן אין ברוקדעיל אוניווערזיטי שפיטאל, אין א קריטישע צישטאנד.

קיינע ארעסטן זענען ביזדערווייל גאמאכט געווארן, די פאליציי גייט אן מיט א אויספארשונג.

באמבע אויפרייסן אין און ארום באגדאד

דאנערשטאג יוני 28, 2012 4:45 pm

עטליכע באמבע אויפרייסן אין און ארום באגדאד האבן גע'הרג'ט אומווייניגסטענס 21 מענטשן און פארוואונדעט אריבער הונדערט.

באגדאד, איראק


דעם דאנערשטאג האבן עטליכע באמבעס אויפגעריסן אין און ארום די אירקער הויפט שטאט באגדאד, עס איז שוין באריכטעט 21 אומגעקומענע און איבער 100 פארוואונדעטע.

די אנגעצויגענגייט אין איראק איז שוין פון ווען די אמעריקאנע טרופן האבן פארלאזט דאס לאנד אום דעצעמבער, מיט די אנגייענדע פאליטשע רייבערייען צווישן איראקס הויפט פראקציעס די שיהאטן, סוני'ס און קורדן, און פארדאכטן אז די קריזיס וועט נאר שארפער ווערן.

אין די טויטליכסטע אינצידענט ד זענען אומווייניגסטענס 8 גע'הרג'ט געווארן און 30 פארוואונדעט, ווען א באמבע און א געפארקטע טעקסי האט אויפגעריסן ביי די אריינגאנג צו א באגדאד מארקעט פלאץ, און די שיאטישע דיסטריקט פון וואשאהאש.

מערסטנס פון די קרבנות זענען געווען לאקאלע פארקויפער וועלכע האבן געהאלטן אינמיטן אויסשטעלן זייער סחורה צום פארקויפן אין די פריע שטונדען בעפאר די איינקויפער קומען ארויס אויפן מארק.

די הילפס גרופע פרובין נאך ארויסצוהעלפן מיטן טרעפן קערפער טיילן צווישען די ברוכווארג, און אפפירן די קריטישע צו די ארומיגע שפיטעלער.

דאנערשטאג יוני 28, 2012 4:49 pm

שכוח אריסטאקראט

רים פאלט - גוגל מתנות

דאנערשטאג יוני 28, 2012 5:21 pm

ֿפינאנץ

רי"ם שעירס געפאלן מיט 17%ֿ

ריסערטש אין מאושען לימיטעד האט געמאלדן אז די קומענדיגע בלעקבערי - א דעווייס אויף וואס די קאמפאני עקזיסטענץ איז שטארק אנגעוואנדן - וועט נישט ארויסקומען פאר א יאר, פארפעלנדיג די קריטישע האלידעי שאפינג סיזאן, און ארויפברענגעדיג די פראגן צי די קאמפאני וועט קענען דורכשוויצן מיט שוואכע סעילס און א געפאלענע סטאק מארקעט.

די סטאק פון די קאנאדישע קאמפאני האט צוליב דעם באקומען א שארפן גליטש, ביי א פונקט אינמיטן טאג ווען עס איז געפאלן מיט אזויפיל ווי 17%. די קאמפאניס ווערד איז יעצט געפאלן צו אונטער $4 בילאן.



גוגל איי או מתנות: $1,176

'עס איז חאגע אין יוני' האט זיך איינער אויסגעדרוקט שטיינעדיג אין די שורה ביי די גוגל איי או קאנפרענץ פארגאנגענעם מיטוואך.

יעדעס יאר ביים קאנפרענץ 'טיילט' גוגל פאר די משתתפים הארדוועיר וואס לויפט אויף גוגל סאפטוועיר און סערוויסעס. דער פראגראם איז נישט ביליג פאר גוגל, אבער עס איז ווערד.

דאס יאר האט די 'פעקל' פאר די משתתפים אנטהאלטן 4 שטיקער פון גוגל סאפטוועיר, מיט א טאטאל ווערד פון $1,176

נעקסוס 7 טעבלעט
$199
נעקסוס קיו
$299
גאלאקסי נעקסוס פאון
$349
קראומבאקס
$329
ֿֿֿֿֿֿֿֿֿֿֿֿֿֿֿֿ
$1,176
(די פרייזן זענען די ריטעיל פרייזן)

גוגל רעכנט געלט פאר מערסטנס פון די פארזאמעלטע, פאר דעוועלאופערס קאסט $900 א גוגל איי או טיקעט, סטונדענטן קענען אריינקומען פאר $300, דזשורנאליסטן (אין מן הסתם נאך גערופענע געסט) באקומען א רשות צעטיל בחנם. פאר דעוועלאופערס וועלכע צאלן די פולע פרייז פאר א טיקעט איז די באנוס ווערד ווייניגער ווי $200, אבער פאר אזעלכע וואס באקומען די טיקעט אויסגעצאלט פון די ארבעט פלאץ, איז עס א שיין ביסל ווערד.

דאנערשטאג יוני 28, 2012 5:24 pm

שלום עליכם 'אריסטוקראט'. קוקסט אויס פיינע נייעס

דאנערשטאג יוני 28, 2012 11:12 pm

חסידים און היץ, דער טיימס באשרייבט:

http://www.nytimes.com/2012/06/29/nyreg ... l?_r=1&hpw
שרייב א תגובה

Advertisement