Advertisement

באריכטן און אנאליזן
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מיטוואך יוני 20, 2012 10:24 am

wow
much too quick....

Advertisement

מיטוואך יוני 20, 2012 10:25 am

שכוח פאר:
פעדער ;l;p- / געלעגער ;l;p- / מש"פ ;l;p- / משה ;l;p-


קיפס אפ, איט איס ווערי אפריסיעיטעד.

מיטוואך יוני 20, 2012 10:53 am

געלעגער האט געשריבן:די שפיל האט אפגעקאסט פאר די שטייער צאלער אן ערך פון דריי הונדערט פיפציג טויזענט דאללער און די פאליציי זוכן דעם רופער.


איך שפיר טאקע לעצטנס מער טייט מיינע טאשן. נישטא קיין דאלער דארט פאר קיין רפואה. יעצט זעה איך שוין וואו מיין געלט איז אנגעקומען.

ייש"כ געלעגער!! זיס ווי אלעמאל! ;l;p-

מיטוואך יוני 20, 2012 12:12 pm

געלעגער האט געשריבן:די שפיל האט אפגעקאסט פאר די שטייער צאלער אן ערך פון דריי הונדערט פיפציג טויזענט דאללער און די פאליציי זוכן דעם רופער.

פון אנהויב האבן זיי געזאגט אז ס'אט זיי געקאסט 88,000 ווי איז אפיר געקומען נאך 262,000? אפשר דאס זוכן דעם רופער האט'ס ארויפגעטריבן ביז 350,000?

מיטוואך יוני 20, 2012 2:08 pm

מאכט דאס שטערקסטע סענס.

מיטוואך יוני 20, 2012 9:45 pm

בס"ד
אין ליכט פונעם רוף מגדולי הרבנים שליט"א ופוסקי הדור, האט דער מנהל פון חינוך עצמאי הרב אברהם יוסף לייזערזאן געלאזט אין גאנג שטרענגערע תקנות וועלכע וועלן פארסירט ווערן אין אלע מוסדות בעינא פקיחא, ווי פאלגענד: די פסק פון גדולי הרבנים איז א קלארע: מחנכים אינערהאלב דעם סיסטעם פון חינוך עצמאי דאס רעכנט אריין, מנהלים און מנהלות, מלמדים און לערערינס וואס וועלן פארמאגן צוטריט צו אינטערנעט אין זייער רשות, אדער מאובייל אהן א הכשר פון די וועדת הרבנים, טוען זיי דערמיט ווערן געפסלט און אומקוואליפיצירט צו קענען דינען סיי וועלכע אמט וואס האט צוטוהן מיט די חינוך פון אונזערע קינדער.

די שארפע און אומצוויידייטיגע ווערטער אין אזא יסודיות'דיגע געביט איז געזאגט געווארן ברוב עם אין א דרשה וואס הרב לייזערזאן האט געגעבן ביי א ריזן פארזאמלונג פון הונדערטער טיטשערס און מחנכות אין בית יעקב שולע זאגענדיג אינצווישן זיינע ווערטער, אז אינדערצייט וואס מ'נעמט זיך צוזאם רעדן וועגן די חשיבות און קדושה בטוהר מחנינו, איז א חוב אנצוווארענען און נישט אויסלאזן די געוואלדיגע וויכטיגקייט פון די לויערנדע סכנה וואס לאקערט אויף די יהדות צוליב די פארגעשריטענע טעכנעלאגיע און אירע שעדליכע רעזולטאטן

איך טוה מיט מיינע ווערטער קלאר מזהיר זיין אז דער וואס באנוצט זיך מיט אט די כלים, אינטערנעט, און טעלעפאונען, אהן א הסכמה פון רבנים און זייערע קלארע אנווייזונגען, טוט אזא איינער דערמיט פארלירן די זכות פון קענען ווייטער דינען אויף וואס אימערער פאסטן אין סיי וועלכע מוסד, און ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז די מחנכים און מחנכות זענען די ערשטע וואס דארפן ווייזן א מוסטער און סימבאל פאר אונזערע קינדער און דאדורך אויך אויף זייערע עלטערן וויאזוי זיך צו פירן אין אידישקייט

אין אזעלכע שווערע שרעקליכע זמנים ווען די טריפה'נע כלים רייסן פון אונז אוועק אזויפיהל, איז גאר וויכטיג אויסצונוצן אזא פאסיגע צוזאמקום בכדי צו דינען פאר א מוסטער פאר די רבנים און כלל ישראל דא, און אין חוץ לארץ – אז מיר פאלגן אויס וואס די רבנים שרייען שוין אזוי ביטערליך די לעצטערע יארן איבעראל, אויף די גרויסע רוחניות'דיגע שריפה און ביטערע אומגליקן, נסיונות און קטרוגים, וואס די אלע שעדליכע כלים טוען פאראורזאכן צווישן די בעסטע פון אונזער מחנה.

די מחנכים און מחנכות דארפן געדענקען האט ער צוגעלייגט מיט התרגשות אז אין איין רגע קען מען פארלירן א וועלט, און אויב ווילן מיר אויספילן אונזער תפקיד מיט אמונה און ערמעגליכן אויפצוציען אונזער אינגע דור על ברכי התורה והיראה, איז די ערשטע זאך וואס ס'איז דא צוטוהן – צו פארזיכערן די "סור מרע" און אויספירן דאס וואס די רבנים הייסן אונז מיט די גרעסטע שטרענגקייט און אהנע אויסנאמען. – פארזיכערן אז אלע וואס טוען אין חינוך אין אלע מדריגות און שטאפלען, האלטן זיך צו די פארשריפטן וועלכע זענען באשטעטיגט געווארן דורך די גדולי דורינו. און גלייכצייטיג זיי מיט זייער השפעה אויף די תלמידים און תלמידות, זאלן ארויסווארפן פון זייער באזיץ, הייזער, און מוסדות די אלע כלים וועלכע זענען נישט מוכשר דורכן וועדת הרבנים און נאר אזוי וועלן מיר בסייעתא דשמיא מצליח זיין צו היטן אויף די קדושה און ריינקייט פון די אידישע זוהן און טעכטער, און מיר וועלן קענען בעזהשי"ת זיי אויפהאדעווען ווי ס'ברויך צו זיין.

אין צוזאמהאנג מיט דעם האט ער ציטירט די ווערטער פון מדרש אויפן פסוק אין שיר השירים "הגידה לי שאהבה נפשי איכה נרעה איכה נרביץ בצהרים וכו'" אין די צייט וואס כנסת ישראל פרעגט דעם באשעפער " וויאזוי וועלן מיר קענען פאסטעכן די שאף אין א 'מיטאג צייט' ווען ס'איז א שווערע צייט אין טאג פאר די שאף? און אויף דעם איז די תשובה, אין די קומענדיגע העלפט פסוק "צאי לך בעקבי הצאן ורעי את גדיותייך על משכנות הרועים" זייטס ענק מתבונן אין די וועגן פון אונזערע פריערדיגע עלטערן, גייטס אין זייערע וועגן און אזוי וועט עטס דורכדעם אפגעהיטן ווערן פון די מזיקים. "נאר מיטן זיך דערוויייטערן פון די געפארפולע כלים וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון די מזיקים" און מיר וועלן בע"ה קענען אויספירן אונזער ציהל און מטרה אין די ערציאונג פון דורו של משיח בב"א.

מיטוואך יוני 20, 2012 10:05 pm

האלטן עריק האלדער אין קאנטעמפ איז א שרעקליכע חוצפה וואס פעלאסי קען ממש נישט אראפ שלינגן און נישט פארשטיין.

"איך וואלט געקענט ארעסטירן קארל ראוו סיי וועלכע טאג," שוימט פעלאסי מיט כעס. "איך מאך נישט קיין וויץ. ס'איז פארהאן א טורמען דא אין די קעפיטאל. אויב אונז וואלט מיר אים באמערקט אין די קעפיטאל וואלטן מיר אים געקענט ארעסטירן."

מערקוועדיג, אפילו פעלאסי אנערקענט האלדער אלץ אן אבאמא 'ראטגעבער' און נישט אלץ אטורני דזשענערעל...

מיטוואך יוני 20, 2012 10:11 pm

געלעגער . משפ. און משה . א שיינעם דאנק פאר האלטן ס'עולם געשפאנט מיט די נייעס. ס'גיסט זיך כמים המתגברים.

מיטוואך יוני 20, 2012 10:21 pm

פעדער. ווען די דאנק קומט פון אזא איד א-ווי אייך טראגט עס גאר אן אנדערע געוויכט.
אלס איינער וואס ליינט אסאך נייעס און פראבירט צו שרייבן לויט וויפיל די צייט ערלויבט ווייס איך וויאזוי אפצושאצן דיין ארבעט און דיין פלאג.
וויסן זאלסטו אז מ'ליינט עס מיט דורשט. ווען מ'זעהט פעדער'ס נאמען פיגורירן ביים סוף פון אן אשכול גיט מען זיך א קעם אויס די בארד, א צי אריין מיט די נאז, און מ'זעצט זיך ליינען מיט א געשמאק.

האלט אן ווייטער! מיר דארפן עס!

דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:09 am

געלעגער; האסט א בארד?

דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:49 am

20 "קוועיקער אוטס" (וסימנך שוועמל'ס אוועטאר) ארבעטער אין אייווא האבן געוואונען א פאוערבאל לאטערי פון 241 מיליאן דאלער.

דאנערשטאג יוני 21, 2012 9:52 am

צים פינטעל האט געשריבן:געלעגער; האסט א בארד?


ולכוותך, א נאז האט ער דען יא? נאוואדען? ער רעדט פונעם בעיסיק עולם וואס האט, הכא נמי וועט מען זאגן אז ער רעדט פונעם בעיסיק עולם וואס האט.

דאנערשטאג יוני 21, 2012 2:07 pm

א נאז א פאר אויגען א מויל און אביסעל האר אויפן קאפ זעהט מען אז ער האט משא"כ א בארד.

דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:10 pm

אן אלטטישטקע באס מאניטער 68 יאר אלט איז געווארען געפאניגט פון די קינדער אויפן באס, איינער האט געכאפט א ווידיא און עס איז געגאנגען וויירעל (זייער אסאך מענטשען האבן עס שוין געקוקט) יעצט האבן עס שוין געקוקט 2,222,743 מענטשען.

עס איז געווען אין די נייעס אין גרויסען, און איינער האט אויפגעשטעלט א פאנד, צוזאמצו שטעלען געלט זי זאל קענען פארן וואקאציע, עס שטייט שוין יעצט ביי $338,166 !!! פאר א פרוי וואס מאכט סך הכל 15,000 $ א יאר!!!

http://www.indiegogo.com/loveforkarenhklein

דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:29 pm

גיי בעהט איר די מעשר געלט.

דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:31 pm

די קאמפעין האט נאך 29 טעג צוגיין, דאס מיינט אז זי וועט ווערן א מיליאנער

דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:34 pm

גבריאל האט געשריבן:די קאמפעין האט נאך 29 טעג צוגיין, דאס מיינט אז זי וועט ווערן א מיליאנער

הלוואי! ווי איך ליין אין די באריכטען, האבן זיי איר ערענסט גערודפ'ט און פארשעמט פאר 10 מינוט מיט די ערגסטע ווערטער און פערזענליך פארשעמט, איין באריכט שרייבט, אז אינצווישען האבן זיי געשריגען אז זי האט נישט קיין משפחה ווייל אלע זענען באגאנגען זעלבסטמארד ווייל זיי ווילען נישט האבן קיין שיכות מיט איר, און אין "ריל לייף", איז איר זין טאקע באגאנגען זעלבסט מארד.

די קינדער זענען ערענסטע רשעים.

ס'האלט ביי $344,557.

דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:40 pm

אינטערעסאנט ווי אזא 'מין' נייעס קען איבערנעמען גאנץ אמעריקע
יעדער איז פארנומען, -מיט געפיל- פאר די פרוי

פרייטאג יוני 22, 2012 3:12 am

דאס איז שוין נישט אזוי פאני
אין אלדהאם מנשסתר האט די פאליציי ארעסטירט א פאר פאלק וואס זענען מושפע געווארען פון אל קאידא און זענען באשולדיגט אז זיי האבען פלאנירט צו אטאקירען אידישע פלעצער אין פרעסטוויטש....
http://www.bbc.co.uk/news/uk-england-ma ... r-18523588

פרייטאג יוני 22, 2012 8:14 am

msp האט געשריבן:דאס איז שוין נישט אזוי פאני
אין אלדהאם מנשסתר האט די פאליציי ארעסטירט א פאר פאלק וואס זענען מושפע געווארען פון אל קאידא און זענען באשולדיגט אז זיי האבען פלאנירט צו אטאקירען אידישע פלעצער אין פרעסטוויטש....
http://www.bbc.co.uk/news/uk-england-ma ... r-18523588


מושפע געווארן פון על-קאידא, אדער מושפע געווארן פון א רעגירונגס אגענט???

פרייטאג יוני 22, 2012 9:02 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אן אלטטישטקע באס מאניטער 68 יאר אלט איז געווארען געפאניגט פון די קינדער אויפן באס, איינער האט געכאפט א ווידיא און עס איז געגאנגען וויירעל (זייער אסאך מענטשען האבן עס שוין געקוקט) יעצט האבן עס שוין געקוקט 2,222,743 מענטשען.

עס איז געווען אין די נייעס אין גרויסען, און איינער האט אויפגעשטעלט א פאנד, צוזאמצו שטעלען געלט זי זאל קענען פארן וואקאציע, עס שטייט שוין יעצט ביי $338,166 !!! פאר א פרוי וואס מאכט סך הכל 15,000 $ א יאר!!!

http://www.indiegogo.com/loveforkarenhklein

אריין אין טשיקאווע נייעס

ווי גייט זי וויקעישאן פאר $338,166 ?

פרייטאג יוני 22, 2012 9:57 am

גרייכט שוין א האלב מיליאן דאלער.

פרייטאג יוני 22, 2012 10:04 am

איינער קען ערלעדיגן אפאר קינדער זאלן מיר טשעפען? עס איז ווערט א האלב מיליאן דאלאר..

פרייטאג יוני 22, 2012 10:17 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:אן אלטטישטקע באס מאניטער 68 יאר אלט איז געווארען געפאניגט פון די קינדער אויפן באס, איינער האט געכאפט א ווידיא און עס איז געגאנגען וויירעל (זייער אסאך מענטשען האבן עס שוין געקוקט) יעצט האבן עס שוין געקוקט 2,222,743 מענטשען.

עס איז געווען אין די נייעס אין גרויסען, און איינער האט אויפגעשטעלט א פאנד, צוזאמצו שטעלען געלט זי זאל קענען פארן וואקאציע, עס שטייט שוין יעצט ביי $338,166 !!! פאר א פרוי וואס מאכט סך הכל 15,000 $ א יאר!!!

http://www.indiegogo.com/loveforkarenhklein



אין איינע פון די קאמענטס שרייבט איינער:
So not about you! Kids are not raised right these days. I know. I am a retired Preschool Director. I got really tired of kids who are being raised to think they are the Center of the Universe.


וויפיל שרייען דאס די היימישע מחנכים

פרייטאג יוני 22, 2012 1:07 pm

טראנספארט האט געשריבן:20 "קוועיקער אוטס" (וסימנך שוועמל'ס אוועטאר) ארבעטער אין אייווא האבן געוואונען א פאוערבאל לאטערי פון 241 מיליאן דאלער.


ס'איז מערקווירדיג אז שטענדיג די גרויסע לאטערי טיקעטס געווינען נאר שותפים (כח האחדות?). כמעט וואס כ'האב נישט געהערט אז אן איינצלנער יחיד זאל געווינען א גרויסן טיקעט. הלא דבר הוא? אפשר זאלן עטליכע היימישע טאקע קויפן אינאיינעם, און א גרויס חלק פון כלל ישראל וועט נהנה זיין דערפון?
שרייב א תגובה

Advertisement