בלאט 127 פון 286
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 4:27 pm
דורך שמעק_טאביק
צוויי מאל האב איך אויסגעבראכן אין א געלעכטער אזש דאס בענקל האט זיך מיר מיטגעשאקלט, וינועו אמות הסיפים............
שקויעך פאר די שמייכל, ביידע פון ענק!!
געלעגער האט געשריבן:די ווערטער האבן אריין געשטעלט דוב הייקינד אין א פארלעגענהייט צו ער זאל דאס אויך טון
אור האט געשריבן:ראדני -ראיאטן
ווער ווייסט נישט וואס עס מיינט.......
האטס מיר א גוטן!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 7:44 pm
דורך יוסף שרייבער
שמעק_טאביק האט געשריבן: אזש דאס בענקל האט זיך מיר מיטגעשאקלט, וינועו אמות הסיפים............
מיי פרענד דארפסט גיין אויף א דייעט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 8:49 am
דורך מאנ-יימער
געלעגער האט געשריבן:אכמאדינדזשאד האט אין אן אינטערוויו געלאזט פאלן ווערטער אז ער פלאנט זיך ארויסצוציען פון פאליטיק און צוריק גיין צו א שטיל באשיידן לעבן. די ווערטער האבן אריין געשטעלט דוב הייקינד אין א פארלעגענהייט צו ער זאל דאס אויך טון

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 10:09 am
דורך משה קארנפעלד
געלעגער כאפסט א ציפ פון מיר...
ביסט נישט פערצופאל אברהם טישלער?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 18, 2012 12:09 pm
דורך Rabeiny
משה קארנפעלד האט געשריבן:געלעגער כאפסט א ציפ פון מיר...
ביסט נישט פערצופאל אברהם טישלער?
נא!! גילוי
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 10:00 am
דורך פעדער
אטענס – גריכלאנד
די נעא-נאצי גאלדן דאון פארטיי האלט אן א שטארקע מאמענטום אין די ארטיגע פארלאמענט געווינענדיג היי יאר קרוב צו זיבן פראצענט וואלן אין די גריכישע נאציאנאלע וואלן.
די פאשיסטישע פארטיי, מיט א ענליכן נאצישן סוואסטיקא סטיל סימבאל, און לייקענענדע האלאוקאוסט פירער, האט באקומען פראמינענטליכע דעקונג איבערן לאנד, זינט זי איז אנערקענט געווארן צום ערשטע מאל אין די גריכלאנד'ס 'נאכנישט ענטשידענע' נאציאנאלע וואלן – זעקס וואכן צוריק.
פארט אבער האט די קאסערוואטיווע נייע דעמאקראטישע פראטיי - וואס טוט שטיצן דאס בלייבן אין אייראפעישע יוניאן, ווי אויך, דאס איינהאלטן איר התחייבות, וואס גריכלאנד האט זיך אונטערגענומען בשייכות די בעילאוט פלענער פארגעשריבן פאר איר. – געווינען א מערהייט וואלן, און וועט ווארשיינליך פארמירן די נייע רעגירונג.
כאטש די פאראויסזאגעכצער פון אסאך עקספערטן, פאולס, און קאמענטירער, אז די שטיצע פאר די נאצי-געשטימטע פארטיי וועט פאלן אין די שפעטערדיגע רונדעס פון וואלן, און די ארגינאלע ערשטע רעזולטאטן זענען בלויז געווען א אנדייטונג אויף די שטארקע אנטוישונג און ווייטאג וואס הערשט ביי דעם המון עם אויף די ביז איצטיגע עסטאביליזירטע פאליטישע פארטייען שולדיג אין די עקענאמישע קריזיס האט זיך עס אבער אין פאקט, נישט צופיהל געביטן, כאטש ס'איז יא מיט אביסל ווינציגער געווארן, בלייבן זיי אבער נאכאלץ איבער מיט א 6.97 פראצענט וואס וועט זיי איינהאנדלען 19 בענקלעך אין א פארלאמענט פון 300.
"דאס ווייזט קלאר אז מיר זענען אלע פאלש געווען מיט די מיינונג איבער די פראצענטן לגבי דעם נושא, און וויפיהל טוען באמת שטיצן זייער אומלעגאלע אימיגראנטן פאליסיס, און נאצי אנטשויאונגען" האט געזאגט דעיוויד סאלטייל, דער פרעזידענט פון 'באורד אף דזשאויש קאמיוניטיס' אין גריכלאנד. "ס'איז א פראבלעם פאר די גריכישע דעמאקראטיע, און עס בלייבט נאר איבער צוזען וויזוי די אנדערע פארטייען וועלן רעאגירן, ס'איז צום האפן אז זיי וועלן איזאלירט ווערן" האט ער צוגעענדיגט
גאלדען דאון קאמפיינט אויף א אנטי שטייער העכערונג און אנטי אימיגראציע פלאטפארמע, רייטענדיג אויף די פחד פון די פשוטע מאסן וואס זענען באזארגט זעענדיג זייערע שכינות'דיגע לענדער ווערן אינוואדירט ביי כמעט א האלבע מיליאן אימיגראנטן פון אזיע און אפריקע וועלכע נוצן זיי אלס א בריקל זיך אזוי אריינצובאקומען אין די אייראפעישע יוניאן.
נאך די ערשטע וואלן, האט גאלדן דאון'ס פירער 'ניקאלאאס מיכאלאליאקאס' - וועלכער איז באקאנט געווארן נאכן געווינען א זיץ אין אטענס סיטי קאנסול יאר 2010 – ווען ער האט דאן געפייערט זיין דערגרייכונג מיטן סאלוטירן דעם נאצי סאלוט אינעם הויפטשטאט'ס סיטי געביידע – האט געגעבן אן אינטערוויאו אין וועלכן ער לייקנט אינגאנצן דעם עקזיסטענץ פון די גאז קאמערן אין די נאצי טויט לאגערן.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 10:44 am
דורך פעדער
אלען גראס איז אין 'געווענליכע' געזונט צושטאנד! זאגן באאמטע..
אלען גראס, א אידישער אמעריקאנער קאנטראקטער פון פאטאמעק-מערילענד 63 איז ארעסטירט געווארן אין 2009 פארן אנגעבליך געזאלט האבן אריינגעברענגט סאטעליט טעלעפאונען און קאמפיוטער עקוויפמענט פאר מיטגלידער פון די קובאנע אידישע קאמיוניטי. און פאריאר פאראורטיילט געווארן צו 15 יאר טורמע
שוין א לאנגע צייט וואס די קובענע אויטאריטעטן ווערן באשולדיגט דורך די אמעריקאנער/פאמיליע/און פרייע פרעסע פארן פארנאכלעסיגן זיין געזונטהייט און פרובן צו באהאלטן די פאקטן פון די פרייע וועלט, נאכן שטופן איבער א מאנאט דאס ארויסגעבן זיינע מעדיצינישע רעקארדס פאר די משפחה און פריוואטע לויער.
ענדליך יעצט האט די קובאנע רעיגרונג ארויסגעבן זיינע פיילס פאר די פאמיליע נאך וואס די אמעריקאנע סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגערין וויקטאריע נאלאנד, האט באשולדיגט די קובאנע אין זיך שלעכט אפגעבן מיט גראס, זאגנדיג ער איז אין אזא שוואכע צושטאנד אז ער קען ניטאמאל שטעלן אפאר טריט אפ' אינעם אייגענע קליינטשיג טורמע צעל
די קובאנע זייענדיג שטארק פארשעמט האבן ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכן זיי טוען העפטיג פראטעסטירן אנטקעגן די באשילדיגונגען זאגענדיג אז די אמעריקאנע רעגירונג/משפחה, און זיי מצדם האבן אויסגעטוישט נאכאנדיגע קאמפלעטע מעדיצינישע באריכטן איבער זיין געזונט צושטאנד, ווי אויך טוען זיי פארדאמען די פאלשע פאבריקאציעס וואס דרייען זיך ארום איבער די ווירקליכקייט פון זיין לאגע, און ס'איז אמת אז גראס איז נישט געווען אמבעסטן ליידענדיג פון געוויסע קראנקהייטן אבער טענה'ט אז לעת עתה איז ער אין א 'נארמאלע' געזונטהייט סטאטוס און ווערט נאך ווייטער געהאלטן אין א מיליטערישע שפיטאל ווערנדיג באהאנדלט, בכדי צו פארזיכערן די בעסטע אטמאספערע פאר זיין ערהוילונג.אנשטאט אים צוריקפירן אין תפיסה.
די פאמיליע האט געזאגט אין א סטעיטמענט ארויסגעגעבן דורך זייער לויער. "ס'איז צום באדויערן אז ס'האט זיי גענומען איבער א חודש ארויסצוגעבן די רעקארדס, כאטש די נאכאנאנדע פארלאנגען דערפאר, מיר וועלן זיך אפהאלטן פון קאמענטירן ביז נאכוואס אלענ'ס אמעריקאנע דאקטורים וועלן האבן א שאנס איבערצוגיין און אנאלאזירן די מעדיצינישע דאקומענטן וואס די קובאנע האבן צוגעשטעלט.
בכל אופן, וויזוי ס'זאל נאר נישט זיין, טוט יעדער וואס האט געזען די לעצטיגע 'בלאסע' בילדער פון אלען – וואויל פארשטיין, די פאמיליעס לעגעטימע זארגן פאר זיין גייסטישע און פיזישע וואוילזיין.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 11:16 am
דורך פעדער
די איזראעלישע רעגירונג האבן אלע בפה אחד באוויליגט צו פארברייטערן די פאנדן פאר ציין קעיר אין ישראל. נעמליך, אנגעפאנגען פון דעם ערשטן פון יולי וועלן אין די הילפס פראגראמען געגעבן ווערן אויך פאר קינדער ביז די יארגאנג פון 12, ביז איצט האבן נאר קינדער ביז 10 געקענט דערפון געניסן.
ביים אריינפיר צום זיצונג, האט פרעימיער מיניסטער בנימין נתניהו אויסגעלויבט דעם פארברייטערונג געבנדיג דערפאר קרעדיט צום חרדישן סגן שר הבריאות יעקב ליצמאן, קלארער גערעדט: מכאן והלאה וועלן איינס און אהאלב מיליאן קינדער אין ישראל באקומען בחנם ציין באהאנדלונג. ביז איצט האט ציין טריטמענט אפגעקאסט א הון רב, און איז פאר גאר אסאך משפחות אוממעגליך געווען זיך צו ערלויבן, אבער פון היינט אן האט זיך עס געביטן!
"ליצמאן איז די בעסטע זאך וואס האט פאסירט צום געזונטהייט אדמיניסטראציע" האט נתניהו באטאנט.
דער סגן שר הבריאות חבר הכנסת יעקב ליצמאן האט אויסגעלויבט די רעגירונגס באשלוס זאגנדיג " די רעפארמען אין דעם געביט ברענגען א בעסערע טויש און געבן א מער יושר'דיגן באהאנדלונג פאר אונזערע קינדער'ס געזונטהייט. אדאנק דעם סיסטעם וועלן מיר פארזעצן צו פארשריטירן ווייטערדיגע שטאפלען אין רעפארמען, און מיט די צייט אויך ארייננעמען אין די אומזיסטיגע פראגראמען קינדער ביז 14, שוין אפילו אזוי נאנט ווי קומענדיגע יאר, און אזוי ווייטער ביזן דערגרייכונג א אויסברייטערונג ביז צו די יארגאנג פון 18
די צאל קינדער וואס זענען כהיום בארעכטיגט צו די פראגראמען (0-10 זענען - 1.230 די צאל קינדער וואס וועלן צוקומען נאכן ענדגילטיגן החלטה פון די אנגייענדע זיצונג איז – 267.000. די צאל קינדער וואס האבן באקומען ציין באהאנדלונג אויף די פראגראמען אין יאר 2011 (0-8) זענען 265.000. און קינדער פון 9-10 (2011) זענען 90.000. – אין א האלבע יאר אליין!
ס"ה קינדער וואס האבן באקומען אומזיסטע ציין באהאנדלונגען אין יאר 2011 איז 355.000 קינדער.
נו ווילאנג די געשנארעטע געלטער גייט פאר געזונטהייט און נישט פאר באמבעס און חינוך, לאמיר קלאפן א גוטס.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 11:31 am
דורך שטרוי
פעדער האט געשריבן:נו ווילאנג די געשנארעטע געלטער גייט פאר געזונטהייט און נישט פאר באמבעס און חינוך, לאמיר קלאפן א גוטס.
_______
שרייבעריש און אינפארמירענד, שקויעך.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 11:41 am
דורך ווינקל
פעדער! א שיינעם דאנק. קיפ אן...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 11:55 am
דורך שנאפס
טענק יו פעדער
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 2:29 pm
דורך derech eretz
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 19, 2012 3:09 pm
דורך וויכטיג מאכער
סטאפ!!!! איך קעניש אזוי גיין ווייטער...
דער פעדער האצעך א לאז געטוהן אין דעם פארום און אפדעיט מיט זיין זיסן פעדערל די נייעס, ממש א פלעזשור! טענקס פעדער!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 2:51 am
דורך msp
מובאראק האט געכאפט א סטראוק עס איז אבער נאך נישט קלאר ווער עס האט עס אים געגעבען....
אין מצרים טוט זיך יעצט א קריגעריי צו די וואהלען זענען געווען לעגיטים צו נישט עכ~פ די מיליטער האט באשלאסען נעמען די מאכט צוריק אויף צו מאכען אביסעל ארדענונג
ענגלאנד האט געווינען אין פוס באל קעגען אוקריינא
דאס שאפט א שטיקעל פראבלעם ווייל העכערע פאליטיקאנטען וועלען מוזען קומען אבער עס איז דא א שטיקעל חרם אויף אוקריינא
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 8:48 am
דורך געלעגער
אן אנהענגער פון אל-קאידע האלט יעצט פיר משכונות אין א באנק אין פראנקרייך טאלוז.
לויט ווי מיר געדענקן זענען די פראנקרייכע פאליציי זייער אינטעשטעליג און דאס וועט זיך לכאורה ציען פאר א וויילע
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 9:01 am
דורך msp
אמת געלעגער
מסתמא וועלען זיי לאזען די אטאקירער אהיים גיין און הערשט עטליכע וואכען שפעטער אהנהייבען עפעס טוהן
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 9:04 am
דורך געלעגער
"מיין יאכט שיף האט עקספלאדירט. די שיף גייט אונטער און מיר שטארבן אויס... ניין זענען שטערבליך פארוואונדעט און דריי זענען שוין געשטארבן... ר-א-ט-ע-ו-ו-ע-ט!!!.."
אטא דאס איז געווען די הילף'ס רוף וואס די קאוסט גארד האבן באקומען די פארגאנגענע וואך פון א פאסאנזשיר אויף די לוקסעזעריע יאכט שיף 'בליינד דעיט' נאכדעם וואס זייער שיף האט זיך גענומען ברענען זייענדיג זיבעצען מייל אוועק פונעם בארטן.
די קאוסט גארד אינאיינעם מיט די ניו יארקע פאליציי און די ניו דזשערסי פאליציי האבן אלע אנגעהויבן א מאסיווע זוך אקציע נאך דעם שיף. א סך הכל פון איבער צוויי הונדערט ערשטע הילף מעמבערס האבן זיך אריין געווארפן צו ראטעווען די פאסאנזשירן.
א שרעקעדיגע מעשה, וואס? יא! אבער די מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגן! איינעם האט פארשמעקט צו טרייבן שפאס פון די סיסטעם. נישטא קיין שיף, נישטא קיין פייער, קיין טויטע, קיין פארוואונדעטע, נאדא!
אויסער א טעלעפאון קאל איז גארנישט געווען.
די שפיל האט אפגעקאסט פאר די שטייער צאלער אן ערך פון דריי הונדערט פיפציג טויזענט דאללער און די פאליציי זוכן דעם רופער.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 9:34 am
דורך פעדער
געוואלדיג איך הייב שוין אן חושד צוזיין אז דו ביסט געווען דער רופער, דו האסט ווירקליך א צויבער קראפט צו קענען איבערצייגן עמיצן צו גלויבן א וואלף-געשיכטע. אזש נאך די מעשה, באדערט זאגאר אז די מעשה איז הוילע געבעקס.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 9:47 am
דורך משה קארנפעלד
שמואל ווארצל-בחור זאגט אז די האלאקוסט און די ארמעניער שחיטה איז צושטאנד געקומען בלויז א דאנק גאן קאנטראל.
שמואל - אק"א יוסל אויפשטאפער - צייגט אן אז אין ביידע פעלער איז גאן קאנטראל איינגעפירט געווארן א קורצע צייט פריער.
קרעטשמע נייעס: משה קארנפעלד ווערט א קא-ספאנסאר אויף א ביל זיך צו באדאנקן פאר פעדער און געלעגער פאר די כסדר'דיגע נייעס באריכטן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 9:48 am
דורך פאטאקי08
איינס פאר געלעגער און איינס פאר פעדער
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 9:49 am
דורך פאטאקי08
משה קארנפעלד האט געשריבן:שמואל ווארצל-בחור זאגט אז די האלאקוסט און די ארמעניער שחיטה איז צושטאנד געקומען בלויז א דאנק גאן קאנטראל.
שמואל - אק"א יוסל אויפשטאפער - צייגט אן אז אין ביידע פעלער איז גאן קאנטראל איינגעפירט געווארן א קורצע צייט פריער.
קרעטשמע נייעס: משה קארנפעלד ווערט א קא-ספאנסאר אויף א ביל זיך צו באדאנקן פאר פעדער און געלעגער פאר די כסדר'דיגע נייעס באריכטן.
ר' מיכאל דוב ווייסמאנדל ז"ל האט שוין דאס געזאגט נאך פאר דעם ווארצל בחור איז אויפגעקומען דערמיט
אריין אין זכור ימות עולם
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 9:53 am
דורך יוראפ
פאטאקי08 האט געשריבן:;l;p-
איינס פאר געלעגער און איינס פאר פעדער

און איינס פאר מספ
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 9:54 am
דורך משה קארנפעלד
אסעמבלימאן סטיוון סימבראוויטץ ווערט א בעל תשובה?
אין א רעקלאמע אין די היינטיגע המודיע טוט ער פראפאגאנדירן אז ער איז די איינציגסטע סעקולארע איד צו שטימען אין שטיצע פון ישיבות און אקעגן אוממאראלישע געזעצן, אזוי ווי ער האט טאקע געטון פארלאפענע יאר ווען ער האט געשטימט אקעגן די תועבה געזעץ.
אז שוין יא אזוי פארוואס ווערסטו נישט קיין בעל תשובה? וועסטו קענען האלטן א חומש צוזאמען מיט געלעגער'ס ליבלינג דוב הייקענד.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 10:09 am
דורך מאנ-יימער
געלעגער א גרינע!
משה איך האב נישט קיין קאליר פאר דיר!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 20, 2012 10:16 am
דורך פאטאקי08
Hostage standoff in France ends with gunman wounded and final two captives freed, police say.