בלאט 126 פון 286
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 8:41 am
דורך געלעגער
אינטערעסאנט אז מ'הערט כמעט נישט רעדן דערפון.
אנפאנג יאר האט כינע ארעסטירט איינע פון די הויעכע באאמטע ביי זיי נאכן דערגיין אז ער ארבעט שוין יארן אלס שפיאן פאר אמעריקע.
ווער דאס איז גיט כינע נישט ארויס אבער אזויפיל ווייסט מען אז ער האט איבערגעגעבן ערענסטע שטאף און אן איבערבליק פון די כינע שפיאנאזש אפעראציע דא אין אמעריקע. געכאפט האט מען אים נאכדעם וואס כינע האט באמערקט אז זייערע אגענטן דא אין אמעריקע ווערן אויפגעדעקט איינס נאכן צווייטן, דאס האט זיי געמאכט עפענען אן אויספארשונג וואס האט געפירט צו די ארעסט.
פארשטייט זיך אז פון קלינטאן און פון די באאמטע אין בעיזשינג הערט מען נישט קיין ווארט און זיי ווייסן ניטאמאל וואס די ווארט 'שפיאן' מיינט.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 10:36 am
דורך tell.me.something
דאכצעך אז עס איז געווען באשריבן אין בלאט פאריגע וואך (לכאורה אין די אנדערע צייטונגען אויך)
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 11:19 am
דורך למעלה משבעים
tell.me.something האט געשריבן:דאכצעך אז עס איז געווען באשריבן אין בלאט פאריגע וואך (לכאורה אין די אנדערע צייטונגען אויך)
שוין די צווייטע אזא מין תגובה וואס איך שטויס זיך אן דערין היינט, איר זאלט מיר מוחל זיין טויזנט מאל, אבער איך ליין נישט קיין צייטונגען, די איינציגסטע פלאץ ווי איך זע נייעס איז דא אויף איי-וועלט, ממילא ביטע שרייבט נישט אזעלכע תגובות וואס שוואכן אפ דעם שרייבער. א דאנק.
און צו אייך געלעגער, א דאנק פאר אייער אלע שרייבערייען, מיר האבן מורא'דיג הנאה דערפון (האלטסט איך זאל אין יעדע אשכול עקסטער זיך באדאנקן? ביזט אפשר גערעכט, אבער איך בין געענגט אין צייט ב"ה, סא זאל די דאנק דינען פאר אלע אנדערע פלעצער ווי איר שרייבט).
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 11:24 am
דורך מאנ-יימער
למעלה משבעים האט געשריבן:tell.me.something האט געשריבן:דאכצעך אז עס איז געווען באשריבן אין בלאט פאריגע וואך (לכאורה אין די אנדערע צייטונגען אויך)
שוין די צווייטע אזא מין תגובה וואס איך שטויס זיך אן דערין היינט, איר זאלט מיר מוחל זיין טויזנט מאל, אבער איך ליין נישט קיין צייטונגען, די איינציגסטע פלאץ ווי איך זע נייעס איז דא אויף איי-וועלט, ממילא ביטע שרייבט נישט אזעלכע תגובות וואס שוואכן אפ דעם שרייבער. א דאנק.
גם אני
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 11:26 am
דורך טראנספארט
מאנ-יימער האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:tell.me.something האט געשריבן:דאכצעך אז עס איז געווען באשריבן אין בלאט פאריגע וואך (לכאורה אין די אנדערע צייטונגען אויך)
שוין די צווייטע אזא מין תגובה וואס איך שטויס זיך אן דערין היינט, איר זאלט מיר מוחל זיין טויזנט מאל, אבער איך ליין נישט קיין צייטונגען, די איינציגסטע פלאץ ווי איך זע נייעס איז דא אויף איי-וועלט, ממילא ביטע שרייבט נישט אזעלכע תגובות וואס שוואכן אפ דעם שרייבער. א דאנק.
גם אני
מצטרף
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 11:27 am
דורך ווינקל
למעלה משבעים האט געשריבן:tell.me.something האט געשריבן:דאכצעך אז עס איז געווען באשריבן אין בלאט פאריגע וואך (לכאורה אין די אנדערע צייטונגען אויך)
שוין די צווייטע אזא מין תגובה וואס איך שטויס זיך אן דערין היינט, איר זאלט מיר מוחל זיין טויזנט מאל, אבער איך ליין נישט קיין צייטונגען, די איינציגסטע פלאץ ווי איך זע נייעס איז דא אויף איי-וועלט, ממילא ביטע שרייבט נישט אזעלכע תגובות וואס שוואכן אפ דעם שרייבער. א דאנק.
און צו אייך געלעגער, א דאנק פאר אייער אלע שרייבערייען, מיר האבן מורא'דיג הנאה דערפון (האלטסט איך זאל אין יעדע אשכול עקסטער זיך באדאנקן? ביזט אפשר גערעכט, אבער איך בין געענגט אין צייט ב"ה, סא זאל די דאנק דינען פאר אלע אנדערע פלעצער ווי איר שרייבט).
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 11:31 am
דורך צייטליך
געלעגער האט געשריבן אז אינטערסאנט מ'הערט כמעט נישט דערפון און טעל מי האט געזאגט דעראויף אז גראדע אין בלאט (און מעגליך אויך אנדערע צייטונגען) איז דאס יא געשטאנען. מה כל הרעש?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 11:32 am
דורך שמעק_טאביק
טראנספארט האט געשריבן:מאנ-יימער האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:tell.me.something האט געשריבן:דאכצעך אז עס איז געווען באשריבן אין בלאט פאריגע וואך (לכאורה אין די אנדערע צייטונגען אויך)
שוין די צווייטע אזא מין תגובה וואס איך שטויס זיך אן דערין היינט, איר זאלט מיר מוחל זיין טויזנט מאל, אבער איך ליין נישט קיין צייטונגען, די איינציגסטע פלאץ ווי איך זע נייעס איז דא אויף איי-וועלט, ממילא ביטע שרייבט נישט אזעלכע תגובות וואס שוואכן אפ דעם שרייבער. א דאנק.
גם אני
מצטרף
נו, רבותי מיר וועלן בענטשן
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 11:41 am
דורך ווינקל
צייטליך האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן אז אינטערסאנט מ'הערט כמעט נישט דערפון און טעל מי האט געזאגט דעראויף אז גראדע אין בלאט (און מעגליך אויך אנדערע צייטונגען) איז דאס יא געשטאנען. מה כל הרעש?
אמת, מען מיינט מער די טאכטער נישט די שנור... שוין כמה פעמים דא פאסירט אזאנע מיני אטאקעס אז ס'איז שוין געשטאנען אין די אדער יענע צייטונג ומה באת לחדשינו, וע"ז יצא הרעש מהרבה שאין קוראין צייטונגן זולת כאן.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 11:55 am
דורך טראנספארט
צייטליך האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן אז אינטערסאנט מ'הערט כמעט נישט דערפון און טעל מי האט געזאגט דעראויף אז גראדע אין בלאט (און מעגליך אויך אנדערע צייטונגען) איז דאס יא געשטאנען. מה כל הרעש?
יאנקל: די מידיא רעדט נישט דערפון.
משה: וואס הייסט? דער בלאט באשרייבט דאך עס.
"מ'רעדט נישט דערפון" מיינט נישט אז טאמער דער בלאט שרייבט עס פאלט עס אוועק. במילא האבן רוב חברה -ובתוכם איך- פארשטאנען (ראנג), אז ער מיינט צו זאגן: "שרייב עס נישט, איך האב עס שוין געליינט אין דער בלאט". פארדעם איז געקומען די קאנטער רעאקציע.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 11:59 am
דורך אזוי צו אזוי
א שטורם אין א גלעזעל (מים אחרונים) וואסער...............
בעטס ענק אלע שנעל איבער, אז נישט וועלן די מנהלים מוזן אנהייבן מעקן.....
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 12:02 pm
דורך סאכדעס
אזוי צי אזוי דארף מען נישט מעקן....
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 12:04 pm
דורך מאנ-יימער
בעטס ענק נישט איבער ווייל נאכדעם וועט סאכדעס דארפן פרינטן נאך עטליכע בלעטער
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
דורך טראנספארט
ווער כאפצעך אן מיט מיר?
ריגעלע ריגעלע וכו'
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 1:50 pm
דורך לכתחילה אריבער
משה קארנפעלד האט געשריבן:צייטליך האט געשריבן:פרעזידענט אבאמא איז אין די מינוטן אין מאנהעטן, געקומען פאר א וויזיט ביים נייעם ווארלד טרעיד סענטער.
און איינוועגס אראפ שלינגן נאך א צוויי פאנדרעיזערס.
פינעף מינוט ביים סענטער, און אזוי איז ער אויף אפיציעלע ביזנעס, און די טעקס צאלער באצאלן די שפעזען!! ס'איז נישט פשט, אז עס האט אים אין א גרינע דאנערשטאג אנגעכאפט א מורא'דיגע נייגער צו זעהן ווי די בנין האלט.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 2:06 pm
דורך tell.me.something
טראנספארט האט געשריבן:צייטליך האט געשריבן:געלעגער האט געשריבן אז אינטערסאנט מ'הערט כמעט נישט דערפון און טעל מי האט געזאגט דעראויף אז גראדע אין בלאט (און מעגליך אויך אנדערע צייטונגען) איז דאס יא געשטאנען. מה כל הרעש?
יאנקל: די מידיא רעדט נישט דערפון.
משה: וואס הייסט? דער בלאט באשרייבט דאך עס.
"מ'רעדט נישט דערפון" מיינט נישט אז טאמער דער בלאט שרייבט עס פאלט עס אוועק. במילא האבן רוב חברה -ובתוכם איך- פארשטאנען (ראנג), אז ער מיינט צו זאגן: "שרייב עס נישט, איך האב עס שוין געליינט אין דער בלאט". פארדעם איז געקומען די קאנטער רעאקציע.
צייטליך. שכוח פארן זיך אננעמען פאר מיר. איך האב געשריבן די תגובה געיאגטערהייט און נישט געהאט צייט צו מסביר זיין(איך שרייב נאר אויף אייגענע צייט. מיין בעה"ב ערלויבט נישט קיין אייוועלט אויף זיינע קאמפיוטערס)
טראנספארט. ביסט גערעכט. די בלאט האט עס גענומען פון זייער קארעספאנדענט אין טשיינע....
ווען זיי שרייבן א נייעס. איז עס נאכגעשריבן פון די גרויסע מידיא נעצן. זיי שרייבן נישט נאך פון עפעס א וועבסייט
טראנספארט האט געשריבן:ווער כאפצעך אן מיט מיר?
ריגעלע ריגעלע וכו'
ער באוואשט מיך פון קאפ ביז פוס און וויל עס אפווישן מיט א ריגעלע ריגעלע וכו'??? נא וועי!....
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 15, 2012 2:50 pm
דורך געלעגער
אקעי אקעי. זארגט אייך נישט אידן. איך וועל נישט אויפהערן שרייבן ווייל איינער זאגט מיר אז עס איז געווען אין בלאט.
אבער ווען איך האב געשריבן אז אינטערעסאנט אז קיינער שרייבט עס נישט האב איך געמיינט צו זאגן דא אויף אייוועלט. דאס אז די צייטונגען שרייבן עס האט גארנישט מיט אונזער קרעמעל. מיר דארפן קאווערן יעדע נייעס !דא! אויף אונזער וועלטל. אז די בלאט און די ניו יארק טיים'ס האבן עס מיינט גארנישט פאר אונז.
נעקסט
פארעפענטליכט: שבת יוני 16, 2012 11:49 pm
דורך אויפריכטיג
געלעגער איז גערעכט, מיר דארפן אלעס קאווערן אפגעזען וואס עס ווערט יא אדער נישט געשריבן אין די אוסגאבעס ווארום דא ווערט אלעס אוועקגעלייגט לימים רבים.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 8:58 am
דורך tell.me.something
טשיינע,
טשיינע האט די וואך געבראכן היסטאריע מיטן ארויפשיקן די ערשטע פרוי אין ספעיס. די 33 יעריגע פרוי (א וועטעראן נעיווי פילאט) איז ארויפגעשאסן געווארן נעכטן שב"ק נאכמיטאג כינעזע צייט
טשיינע זוכט איצט צו ברעכן נאך א רעקארד. נעמליך אנצוהויבן שיקן מענטשן צו די לבנה (אמעריקע איז דאך נאך קיינמאל נישט דארט געווען...)
סאודי אראביע,
מיט גרויס צער טוען מיר מעלדן אז דער קרוין פרינץ פון סאודי אראביע, נאיעף בין אבדולאזיז(ברודער פונעם סאדיער קעניג) האט נעכטן געכאפט א פגירה
דער נאיעף איז גראדע געווען א פריינט פאר אמעריקע אין די מלחמה קעגן טעראר. און האט זיך שטארק געשלאגן מיט על קאידא
די הויפט טעלעוויזיע סטאנציע האט געשפילט שטיקער פונעם קאראן נעכטן (עפעס אזויווי להבדיל נפלה עטרת ראשינו)
פרעזידענט אבאמא האט אין א סטעיטמענט באוויינט זיין טויט זאגנדיג אז:"אונטער זיין פירערשאפט האבן סאודי אראביע און די פאראייניגטע שטאטן אויפגעבויט א שטארקע און עפעקטיווע שותפות אין די מלחמה געגן טעראריזם, עפעס וואס האט געראטעוועט אומצאליגע סאודיער און אמעריקאנער לעבנס"
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
סוריע,
יו ען סוספענדעט שלום מיסיע אין סיריע
ראבערט מוד, די הויפט פון יו. ען. שלום/אבזערוואציע מיסיע אין סיריע האט געמאלדן אז זיינע אבזערווירער ציען זיך ארויס פון סיריע. נאכן מיטהאלטן ווי אין די לעצטע 10 טעג איז די אכזריות און מערדעריי געשטיגן אויף א הויכן פארנעם
"די סיטואציע איז אזוי שטארק פארערגערט געווארן אז עס איז שוין אויסער אונזערע מעגליכקייטן צו אבזערווירן און פארהאנדלען מיט די לאקאלע קעמפער"
"עס איז ממש א סכנה פאר מיינע אומבאוואפנטע אבזערווירער זיך צו דרייען דארט"
דאס ווייסע הויז האט ארויסגעגבן א סטעיטמענט אז אסאד "איז שוין אריבער די קריטישע ליניע" און האט נאכאמאל (צום 1000סטן מאל) געבעטן אסאד זיך צוצושטעלן צום 6 פונקטן שלום פלאן, פארגעשלאגן ביים געוועזענעם (?) יו.ען. פירער קאפי אנאן
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 10:55 am
דורך פעדער
א גרויסן יישר כח פאר די נייעס. איך האב מיך פאסמאקעוועט דערמיט . דער נאיעף האט געליטן פון עפעס א קראנקהייט ציוואס? אדער סתם אזוי שמירנישדיר זיך אפגעפעקלט?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 1:09 pm
דורך מאנסיאנער
ראדני קינג איז געפונען געווארן טויט אין א שווים באסיין (POOL) אין לאס אנדזשעלעס
די פאליציי האט באקומען א טעלעפאן רוף פון זיינס א חבר אז ער דערטרונקט זיך. די פאליציי איז אנגעקומען אין באשטעטיגט אז קינג איז שוין טויט דורך זיך דערטרונקן,
געוויסע באריכט געבן אן אז קינג איז געווען אנגעדראגט אין די פאליציי פארשט עס אויס.
==============
פאר די וואס ווייסן נישט ווער ראדני קינג איז געווען.
קינג איז געווארן גוט באמאקעלט דורך 4 פאליציי אפיצירין נאך א געיעג איבער די גאסן, א דורכגייער האט אפגעכאפט די סצענע מיט א ווידיאו קעמערע אין שפעטער עס פובליצירט,
די שווארצע האבן אנגהויבן צו בונטעווען אין די פיר אפיצירן זענען געווארן אנגעקלאגט אין די דזשורי האט שפעטער ארויסגעווארפן די קלאגעס,
דאס האט געפירט צו די ערגסטע רייאטן אין די אמעריקאנע היסטאריע איבער 50 מענטשן זענען אומגעקומען אין איבער 3000 זענען פארוואונדעט געווארן,
אין ביליאנעןן דאלער אין שאדענס
אין א פראוו צו בארואיגן די מצב איז קינג ארויסגעקומען אין די גאסן אין געבעטן זיינע שווארצע ברודער זאלן אפשטעלן די רייאטן, די פאליציי אפיצירן זענען נאכאמאל אנגעקלאגט געווארן אין 2 פון זיי האבן באקומען 30 חדשים אין טורמע
קינג האט באקומען 3.8 מיליאן דאלער אין אנטשעדיגונג פון די סיטי
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 1:24 pm
דורך אור
ראדני -ראיאטן
ווער ווייסט נישט וואס עס מיינט.......
האטס מיר א גוטן!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 2:40 pm
דורך tell.me.something
פעדער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר די נייעס. איך האב מיך פאסמאקעוועט דערמיט . דער נאיעף האט געליטן פון עפעס א קראנקהייט ציוואס? אדער סתם אזוי שמירנישדיר זיך אפגעפעקלט?
שכוח פארן קאמפלימענט.
ער איז זייער קראנק געווען די לעצטע שטיק צייט, אבער קיינער האט נישט געוואוסט אז ער איז אזוי קריטיש
אן אינטערסאנטע זאך האב איך אויפגעפאסט. אז מען וועט כמעט קיינמאל נישט הערן אז א טעראריסט איז געשטארבן פון א נאטורליכע קראנקהייט. אדער לעבן זיי ביז די ניינציג. אדער קניידלט זיי אמעריקע אראפ פריער. אבער די געגנערס פון על-קאידא שטארבן יעדע 2 מינוט א צווייטער פון א מחלה, איז דאס אן עונש פון זייער שמייליגן מוכאמעד פארן נישט הארגענען דעם "כופר"?...
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 3:02 pm
דורך קארן
אור האט געשריבן:ראדני -ראיאטן
ווער ווייסט נישט וואס עס מיינט.......
האטס מיר א גוטן!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 17, 2012 3:36 pm
דורך געלעגער
אכמאדינדזשאד האט אין אן אינטערוויו געלאזט פאלן ווערטער אז ער פלאנט זיך ארויסצוציען פון פאליטיק און צוריק גיין צו א שטיל באשיידן לעבן. די ווערטער האבן אריין געשטעלט דוב הייקינד אין א פארלעגענהייט צו ער זאל דאס אויך טון