בלאט 125 פון 286

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:13 pm
דורך אונגארישער
ווינקל האט געשריבן:א דאנק פון א מנהל, איז א דאנק בשם די צענדליגע טויזענטער וועמען ער טוט פארטרעטן...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:47 pm
דורך פעדער
א גרויסן יישר כח פאר די 'דאנק' קאמפיין. איטליכער תגובה גיט גרויס מוהט אנצוגיין, מ'זעט אז דער ציבור אנערקענט דאס. און כ'האף אז אנדערע וועלן זיך מיטכאפן און צולייגן נאך, לכה"פ אפ' איינס א וואך, און זאל עס אפ' זיין א קליינס. אבי עפעס. (דו גרויסע רעדנער וואו ביסטו געווען ביז היינט! פלוצים פון די ווינדלען אויפגעשווימען )

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 2:52 pm
דורך סאכדעס
דער אמת איז כ'קלער צי מ'דארף דאס נישט אפטיילן פון די 'קורצע' אינטערסאנטע נייעס, צי רייכע אפהאנדלונגען איבער נייעס... עפעס אזוי, כ'מיין כ'קום אריין צו די קורצע אפטיילונג, כ'מוז ארויספרינטן דריי בלעטער מיט קורצע נייעס, אז נישט פארליר איך די נייעס אויף נעקסטע מאל.

וואס האלט ס'ציבור?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 3:02 pm
דורך יוראפ
איך האב נישט קיין ציבור'ישער מיינונג, אבער ביזדערווייל איז נאכנישט געווען פאר מיר געפערליך ווי לאנג מען רעדט נישט אין דער וועלט אריין

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 3:13 pm
דורך יוסף שרייבער
למעלה משבעים האט געשריבן:ניין ביזט נישט די איינציגסטע...
הרב פעדער, דער באשעפער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטן, עס איז ממש א מחיה צו לעזען אייער שריפט. האלט אן ביטע.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 3:26 pm
דורך דארפסמאן
צייטליך האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער צו באדאנקן רב פעדער פאר זיין אויסערגעווענליכן ארבייט?

גיי אן! דער עולם הערט נישט אויף צו ליינען, אזוי ווייט אז מ'האט קוים צייט א שכויעך צו זאגן. האלט דעם עולם פארנומען ווייטער!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 3:35 pm
דורך יוראפ
כדי שלא לעבור על התקנות

קרעטשמער האט געשריבן:* ביטע, ווען איר זעט אן ארטיקל וואס שמעקט אייך, באדאנקט זיך דערויף ברבים, דאס איז די גאזאלין פון די קרעטשמע.

דארפסמאן האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער צו באדאנקן רב פעדער פאר זיין אויסערגעווענליכן ארבייט?

גיי אן! דער עולם הערט נישט אויף צו ליינען, אזוי ווייט אז מ'האט קוים צייט א שכויעך צו זאגן. האלט דעם עולם פארנומען ווייטער!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 5:06 pm
דורך לכתחילה אריבער
פעדער! אז מ'קען, אז מ'קען!

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 6:56 pm
דורך געלעגער
ב"ה פעדער איז צוריק אין די פעדערן. דאס איז גוטע נייעס פאר כלל ישראל און בפרט פאר חברי הקרעטשמע

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 8:33 pm
דורך leiby
ובפרט פאר חברי הקרעטשמע, יא מיר לעזן מיט גרויס הנאה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:25 am
דורך מכטי1
leiby האט געשריבן:ובפרט פאר חברי הקרעטשמע, יא מיר לעזן מיט גרויס הנאה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:33 am
דורך msp
יא יא
הרב פעדער
אז מען האט אזא גוטע פעדער
דארף מען ווייטער שרייבען...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 9:07 am
דורך געלעגער
די וועלט בכלל און ניו יארק מיט אונזער מעיאר בפרט זענען אזוי פארריקט. מ'שלאגט זיך צו טוישן די געזעץ אז מארכיוואנא זאל ווערן לעגאל אבער פון די אנדערע זייט וויל בלומבערג מאכן אויס לעגאל דאס עסן צופיל פאפקארן און טרינקען צופיל מילך און סאדע.

שטעלט אייך פאר די געזעץ גייט דורך און איר זיצט אין אן אנגעצינדענע קאר (איידל), דאבל פארקירט, זיפט א סאדע, מיט א פאפקארן צו די זייט, מיט א ציגערעטאל אין די צווייטע האנט. וויפיל טיקעטס איז דאס אין די סיטי?

ממש א-ווי איינער וואס טרינקט מים אחרונים וואסער אין ביה"כ אן א קאפל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 10:14 am
דורך msp
געלעגער
א גרינע!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 10:29 am
דורך מאנ-יימער
msp האט געשריבן:געלעגער
א גרינע!

ס'טיילט זיך גוטמוטיג גרינע ווען מ'זיצט דארט מעבר לים, איך וואלט קודם געגעבן עטליכע שווארצע פאר בלומבערג'ן

אבער סיריעסלי פאר געלעגער בין איך שולדיג אסאך גרינע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 10:31 am
דורך פארדינט
געלעגער!!! יו באסט מי
חחחחחחחחחחחחחחחחחחח
-------
פעדער, פאר דיר קומט זיך אויך אפאר גרינע,
תרתי משמע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 10:40 am
דורך msp
יא יא הרב פארדינט
פון דיין בערזעל....

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 12:07 pm
דורך ווינקל
אויסגעשאסן פון געלעגער...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 1:44 pm
דורך שנאפס
פארדינט האט געשריבן:געלעגער!!! יו באסט מי
חחחחחחחחחחחחחחחחחחח


סעים היער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 1:48 pm
דורך שטרוי
ווינקל האט געשריבן:אויסגעשאסן פון געלעגער...

פארדינט האט געשריבן:פעדער, פאר דיר קומט זיך אויך אפאר גרינע,
תרתי משמע

געלעגער האט געשריבן:...שטעלט אייך פאר די געזעץ גייט דורך און איר זיצט אין אן אנגעצינדענע קאר (איידל), דאבל פארקירט, זיפט א סאדע, מיט א פאפקארן צו די זייט, מיט א ציגערעטאל אין די צווייטע האנט. וויפיל טיקעטס איז דאס אין די סיטי?

און שטעלט אייך פאר אז אויב געלונגט אז מען באקומט נישט, וויפיעל האט מען געוואונען פון די סיטי און צוגאב צו אנדערע גוטע פראגראמען,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 1:51 pm
דורך derech eretz
איינער האט געהערט פון אזא נייעס??
בחור חרדי בן 15 נעלם בארה"ב - חשש לחטיפה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:02 pm
דורך שמעק_טאביק
געלעגער האט געשריבן:ממש א-ווי איינער וואס טרינקט מים אחרונים וואסער אין ביה"כ אן א קאפל


:smile: :smile: :smile: :smile:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 3:19 pm
דורך לכתחילה אריבער
געלעגער האט געשריבן:ממש א-ווי איינער וואס טרינקט מים אחרונים וואסער אין ביה"כ אן א קאפל

פון א באטל, מיט די לינקע האנט...

געלעגער די מאכט מיך פריילעך!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:30 pm
דורך צייטליך
פרעזידענט אבאמא איז אין די מינוטן אין מאנהעטן, געקומען פאר א וויזיט ביים נייעם ווארלד טרעיד סענטער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 14, 2012 5:59 pm
דורך משה קארנפעלד
צייטליך האט געשריבן:פרעזידענט אבאמא איז אין די מינוטן אין מאנהעטן, געקומען פאר א וויזיט ביים נייעם ווארלד טרעיד סענטער.


און איינוועגס אראפ שלינגן נאך א צוויי פאנדרעיזערס.