בלאט 124 פון 286
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 3:44 pm
דורך סאכדעס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 4:02 am
דורך פארשריבן
דער באקאנטער קאנטראווערסיעלער ראביי "שמולי בוטח" האט געווינען די נאמינאציע פון די רעפובליקאנער פארטיי פארן קאנגערס-זיץ אין ניינטן דיסטריקט אין ניו-דזשערזי.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=41532&cat=1
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 5:41 am
דורך msp
מסתמא איז זיין ידיד מיכאל יאקאבזאן אין הימעל מליץ יושר פאר אים....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:26 am
דורך מכטי1
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:38 am
דורך derech eretz
אין ארץ ישראל (ווי דען..) איז פארגעקומען די וואך א דערהויבענע חתונה ווי דער מחותן המקובל ר' גמליאל ראבינאוויטש איז געטאנצן מצוה טאנץ מיט די גארטל צוגעבינדן צו די פיס און הדסים אין די הענט..
dl.dropbox.com/u/3772.wmv
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:42 am
דורך שטייסטענישט
בוטח איז וואוילער רב, ער האט ארויסגעגעבן 2 "כשר'ע" ספרים...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 10:45 am
דורך msp
שטייסענישט
מען וועט נאך מוחק זיין....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 8:23 pm
דורך tell.me.something
ווער איז דער ברי' "שמואלי בוטח"? איז ער מיין יוגנט חבר שמואלי זיכערמאן?
------
קאליפארניע,
א קליינער עראפלאן איז היינט געצוואוונגען געווארן צו לאנדן דורך מיליטערישע עראפלאנען. נאכן פארן צו נאנט צום פלאץ וואו אבאמא האט זיך אויפגעהאלטן אין טשינא, קאליפארניע.
אויטאריטעטן גיבן איבער אז דער פילאט איז נישט קיין טעראריסט. ער ארבייט פשוט פארן ראמני קאמפיין
---
קאבול, אפגאניסטאן,
דעפענס סעקרעטאר לעאן פאנעטא האט זייער שארף אטאקירט פאקיסטאן היינט, זאגנדיג אז: "אמעריקא'ס געדולד האלט שוין ביים אויסרינען" איבער דעם וואס פאקיסטאן טוט נישט גארנישט צו שטערן טעראריסטן פון איר לאנד וואס אטאקירן אמעריקאנע סאלדאטן אין אפגאניסטאן
פאנעטא האט -ביי א רעדע אין קאבול היינט דורכאויס א סורפרייז וויזיט- געזאגט אז פאקיסטאן מוז טון דראסטישע שריט אפצושטעלן דאס וואס די מיליטאנטן נוצן פאקיסטאן אלס א "סעיפטי נעץ" פון וואו צו דורכפירן זייערע אטאקעס
שפעטער ביי א רעדע האט ער געזאגט אז די סאלדאטן וואס באוואכן דעם אפגאניסטאן-פאקיסטאן גרעניץ האבן אלע רעכטן זיך צו פארטיידיגן קעגן די על-קאידא טעראריסטן פונעם האקאני נעץ (די גרופע וואס פירט על-קאידא אין פאקיסטאן) און אנדערע מילטאנטישע גרופעס וואס אטאקירן פון אריבער דעם גרעניץ
"סיי ווער עס אטאקירט אמעריקאנע סאלדאטן איז אונזער שונא. מיר וועלן עס מער נישט פארנעמען" האט ער געזאגט
פארשטייט זיך אז דער פאקיסטאנער אמבאסאדאר אין אמעריקא האט פארדאמט זיינע ווערטער. זאגנדיג אז עס איז געווען "אומהילפבאר"(unhelpful)
עס קוקט אויס ווי עס קומט הייסע צייטן מיט פאקיסטאן. הכונו!
----------
טעקסאס,
די סטעיט אף טעקסאס באטראכט איצט א מעגליכקייט פון איינפירן א "85 MPH לימיט אויף געוויסע הייוועיס. מען גייט דאס איצט אויספראבירן אויפן נייעם הייוועי 130 וואס לויפט צווישן אוסטין און סאן אנטאניא, טעקסאס
טעקסאס וועט יעצט האבן די העכסטע ספיד לימיט אין לאנד (יוטא איז די צווייט העכסטע. מיט 80 MPH אויף געוויסע הייוועיס)
גיימיר פליען קיין טעקסאס?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 07, 2012 9:24 pm
דורך געלינקטער
tell.me.something האט געשריבן:ווער איז דער ברי' "שמואלי בוטח"? איז ער מיין יוגנט חבר שמואלי זיכערמאן?
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7% ... 7%98%D7%97
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 10, 2012 12:17 pm
דורך צייטליך
יישר כח טעל-מי. אין צייט וואס מיר האבן געקלאגט אז טעל-מי וועט מער נישט זאגן קיין נייעס האט זיך עס ב"ה ארויסגעשטעלט אלס פאלש דורכאויס און געלויבט ג-ט מעלדן זיי ווייטער די נייעס סייי אויפן טעלעפאון און סיי דא אויף אייוועלט.
כה לחי!
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 12:32 am
דורך ביקסאד
Monsey man claims NYPD fired him over beard
MONSEY - A Monsey man who was weeks away from becoming an NYPD officer claims he was tossed out of the academy over the length of his beard.
Fishel Litzman, a Hasidic Jew, says he was let go from the academy on Friday after refusing to trim his beard down one millimeter. Hasidic men are required by the religion to grow out their beards.
News 12 Westchester reached out to the NYPD for comment and received a statement stating: "He did not keep it trimmed to 1 mm and he stated that it was his intention to never cut or trim his beard. Other Hasidim and Orthodox officers comply within the department's reasonable accommodation."
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 2:06 am
דורך שויתי'ניק
נישט שלעכט, וועט כאטש א חסידישער מיטן בארד נישט געבן א טיקעט...
וואס טוט א איד אין פאליס דעפארטמענט???
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 4:11 am
דורך msp
שויתי
וואס טוט מען נישט פאר פענאסע?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 4:36 am
דורך מכטי1
פשוט נבילה בשוק..
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 7:34 am
דורך msp
א פרוי אין ענגלאנד ניקאלא ברוקס פון ברייטאן האט מצליח געוועהן צו באקומען א קאורט ארדער
פאר פעיס בוק צו פארעפענטליכען די וואס האבען מכלומרשט געעפענט א פעידזש אויף איר נאמען ווי זיי באשמוצען איר
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 11, 2012 4:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
msp האט געשריבן:שויתי
וואס טוט מען נישט פאר פענאסע?
אלטע שאלה צו מען מעג ארבייטן פאר די שטאט, וועגן מסירה, מוסר גוף או אפי' ממון.
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 12, 2012 7:26 am
דורך msp
לכתחילה
איי וואז דזשאוקינג....
זיכער איז א גרויסע שאלה דערין וכמו שכתבת...
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 12, 2012 1:43 pm
דורך פעדער
ק.נ.א. נעמט נישט אחריות אויף קיינע דיוקים, לימודים, און ארויסדרונגעכצער, וואס ווילט'צעך, וואלט'צעך, און קען זיך ארויסלערנען פון אירע שריייבער בנוגע פערזענליכע שיטות. גראב גערעדט: די נייעסער טוען נישט אפשפיגלען די פריוואטע מיינונגען פונעם שרייבער!!!
בס"ד
פינף יאר טורמע פאר אומלעגאלע אימיגראנטן ארבעטסגעבער
די איזראעלישע געזעץ געבער האבן באשטעטיגט פארצושלאגן א געזעץ וואס געבט פינף יאר טורמע אדער א קנס פון א האלבן מיליאן שקלים, פאר איזראלישע ארבעטס געבער וואס טוען האלטן אומלעגאלע אימיגראנטן. די געזעץ איז פארגעשלאגן געווארן דורך חבר הכנסת 'אופר אקוניס' (ליכוד) צו פארהארבערן די ביז איצטיגע שטראף פון בלויז צוויי יאר, אומלעגאלע אימיגראנטן, וואס כאפן זיך אריין אין לאנד, ווי אויך אומלעגאלע ארבעטער, איז געווארן א טעגליכע ערשיינונג אין א"י. און ברענגט שטארקע שאדנס פאר די איזראעלישע עקענאמיע, דראהענדיג צוברענגען ערנסטע קאנסקאווענצן אויב נעמט מען נישט דראסטישע שריט דערצו, לויטעט די ביל. ס'איז פאראן גענוג אורזאך צו שטרענגער פארסירן דעם געזעץ "א ארבעטסגעבער וואס איז עובר דערויף, טוט לייגן אין געפאר מענטשליכע לעבנס, און גלייכצייטיג נישט איינהאלטן די ארבעט – געזעצן.
אורית קורן, דער דעפיוטי עדווייזער צו די יוסטיץ דעפארטמענט, ווי אויך זיין אויבערהאר, האבן ביידע זיך קעגנגעשטעלט דעם געזעץ, זאגענדיג אז מ'מישט דא אויס צוויי באזונדערע געזעצן וואס האבן קיין שייכות נישט. " ס'איז פארהאן געזעצן געגן אינפילטירער – אזעלכע וואס כאפן זיך אריין אומלעגאל אין לאנד און זענען א געפאר פון זיכערהייטס אספעקט, דא אבער וויל מען זיי פארגלייכן צו די איינפאכע אומלעגאלע ארבעטער וואס ברענגען נישט קיין זיכערהייטס געפאר.
די געזעץ אנטראגע איז אדורך מיטן באשטעטיגונג פון זעקס אנטקעגן צוויי, ווען דער ניינטער מיכאל איתן בלייבט נייטעראל.
-----------
די רבנית הראשית האט ארויסגעגעבן פרישע אפליקאציעס מיט נייע איבערגעמאכטע תקנות וויאזוי רבנים זאלן קענען באקומען געזעצליכע אויטאריטעט אדורכצופירן חופה וקידושין.
די מאמעראנדום וואס איז בעיקר געוואנדן צו די א.ג. רעליגעיזיע רבנים, טוט באפולמעכטיגען אפ' די רבנים וואס דינען נישט מטעם די פרומע קהילות צו קענען אדורך פירן חופות , און באשטעטיגן הייראטן, און דאס זעלביגע וועט זיין מיט די דאזיגע ראשי ישיבות, נעמליך גערופן 'פרומע ציונים' וואס ביז איצט האבן זיי בלויז געהאט א כח צו פארהייראטן זייערע אייגענע תלמידים וועלן זיי אבער פון היינט און ווייטער אריינגיין אין די לאנדס-ליסטע פון פארצייכענטע אפיציעלע רבנים.
כדי צו באקומען דעם לייסנס וועט דער אפליקאנט דארפן ברענגען זיין תעודת הסמך צו זיין רבנות שטעלע, אדורכגיין א פארהער אין דעם געביט פון חופה וקידושין דורך א חבר הבי"ד 'רבנות הראשית', און צושטעלן באווייז אז ער דינט שוין אויף זיין פאסטן ווייניגסטנס צוויי יאר איבער א קהילה פון לכה"פ דרייסיג פאמיליעס און איז שוין געווען אנוועזנד ביי צען חתונות ווי א "לערנער".
אויב וויל עמיצער באקומען לייסנס מטעם 'ראש ישיבה' אדער 'אנגרייטער בעפאר ארמעי' (א מוסד פאר די יוגנט אין א"י נאכן ארויסגיין פון אינווירזיטעט, איידערן איינרוקן אין מיליטער, וואס טוט זיי אנגרייטן צו ארמיי-דינסט) אהן האבן געווען א רב הקהילה, וועט געפאדערט ווערן צוצשטעלן באווייז אז זיין מוסד איז אנערקענט דורך די זיכערהייטס אפיס, אדער משרד החינוך, און נאך פארשידענע באשטעטיגונגען ווי אויף דער קוואליטעט/יארן פונעם אנשטאלט, ווי אויך אז אנדערע רבנים מוסמכים קענען עדות זאגן אויף זיין אידענטיטעט. די ביז איצטיגע שטאנד פון א חלק פון מיליטער טשאפלעינס, פאליציי, און אינווירזיטעטן האט זיך נישט געביטן.
נישט קיין טובה פאר די אדמורי"ם.
'צהר' האט אונטערגעשטראכן נאך א דערגרייכונג, דאס אז די רבנית הראשית האט מסכים געווען אז צו די ליסטע פון רבנים מכח 'רבנות הראשית' וואס האבן די מאכט צו פארהערן די אפליקאנטן בכדי צו באקומען די לייסנס, וועלן אויך איינגעשלאסן ווערן צוויי מנהלים פון דעם 'צהר' ארגאניזאציע, רב העיר רמת גן יעקב אריאל, און די יושב ראש, רב-שהם – דוד סתיו.
איינע פון די טענות וואס צהר האט געהאט געגן די רבנית הראשית איז געווען אז זי גיבט מער נאך פאר די חרדישע רבנים מיט דעם וואס זיי זענען נישט איינגעצוימט מיטן אדורכפירן חופות, דעריבער קומט די פרישע פסק מבטל זיין דעם פריערדיגן סעיף אז יעדער רבי וואס איז אנערקענט דורך זיינע חסידים, קען פארהייראטן, און מכאן ואילך דארפן די לעצטע אויך צושטעלן באווייזן אז זיי זענען ראוי דערויף
מיט דעם אלעם איז נישט אלעס נאכגעגעבן געווארן פאר צהר, צבש איז באשלאסן געווארן, אז א חופה-לייסנס וועט בלויז גילטיג זיין פאר דריי יאר, און דערנאך דארף דער 'רב המחתן' איבערפרישן זיין לייסנס, אזוי ארום צו ערמעגליכן פאר די 'רבנות' איבערצוקוקן זיין סטאטוס, און מאכן זיכער ער פאלגט אויס אירע תקנות.
רב הראשי יונה מצגר: "איך בין פרייליך דאס אז די חברי רבנות הראשית האבן פולשטענדיג מיטגעארבעט צו אונזער מהלך, די ציהל איז געווען צו פארמערן ליבשאפט און פאראייניגוג. און פארמיידן חילול השם, און פירצות בחומת הדת, וואס קען ארויסקומען אויב וואלטן די קאנפליקטן מיט צהר אנגעגאנגען.
פארשטענדליך אז דאס אלעס איז א גרויסע ווייטאג פאר אונז ערליכע אידן און דאס טוט נאר פארמערן זארג צווישן די ערליכע רבנים יראי השם צו וואו די מצב וועט זיך דערקייקלען רח"ל
----------------------------
דריי פארשוינען זענען ארעסטירט געווארן אין פראנקרייך אין פארבינדונג מיט אן אנטיסעמיטישע איבערפאל אויף א אידישע איגנטליכער אין פאריזער אומגעגנט.
די 18 יעריגער איגנטליכער האט שפאצירט אויפן גאס אין א פרייטאג, ווען מיטאמאל איז ער אטאקירט געווארן דורך דריי פארשוינען וועלכע האבן ביי אים צוגערויבט זיין טעלעפאון, און געשריגן אנטיסעמיטישע לאזונגען
נאכפאלגענדיג די אטאקע וועלכע האט פאסירט אין די סארקעלעס אומגעגנט ה אט דער פראנצויזישער אינערן מיניסטער באזוכט די לאקאלע אידישע פירער אינעם צענטראלן סינעגאג צו בארוהיגן די אנגעצויגענע געמיטער.
מאנועל וואלס, האט געזאגט: איך בין געשטאנען די אידישע קהילה צו די זייט אין די שווערע צייטן.
די אינצידענט איז געווען די לעצטע אין א רייע אינצידענטן דורכאויס די לעצטע מאנאטן.
לויט די SPCJ א אידישע ארגאניזאציע וואס פארפיגט איבער די זיכערהייטס אויף אידישע אינטערעסן אין פראנקרייך איז פארגעקומען איבער 140 אנטיסימיטישע אינצידענטן איבער פראנקרייך זינט די טולוז שיסעריי.
אין די אנפאנג פון מאי זענען דריי מענער טראגנדיג קאפלעך, געווען אויסגעשטעלט צו א מונדליכע און פיזישע אטאקע אויפן וועג גייענדיג צום סינעגאג אין ליאן.
---------------------------------
איזראעל ארעסטירט אומלעגאלע אימיגראנטן איבערן גאנצן לאנד
איזראעלישע פאליציי, פאפולאציע, אימיגראציע, און בארדער אויטאריטי האבן זיך ארויסגעלאזט אויף א מאסן ארעסט, איבערן לאנד, דעם געוועזענעם מאנטיג און דינסטאג, ארעסטירנדיג צענדליגע אומלעגאלע אימיגראנטן אין דרום תל אביב, עילת, און אנדערע שטעט איבער א"י. רופנדיג עס מיטן נאמען "אפעראציע אהיימקער" זיך גרייטנדיג צום דאפערטירונג פון די אומלעגאלע רעזידענטן.
די כוואליע ארעסטן אין וועלכע 78 זענען פארהאלטן געווארן איז א טייל פון א גרעסערן פלאן אונטערגענומען געווארן דורכן אינערן מיניסטעריום צו דעפארטירן טויזנטער אומלעגאלע רעזידענטן און אינפילטירער פון דרום סודאן און די אייווארי קאוסט.
"זיי האבן געקלאפט אויף מיין טיר זעקסע פארטאגס און געזאגט: דו קריגסט צוויי שעה צו פאקן אלץ וואס דו פארמאגסט" האט מאניקא פאולא באננא א דרום סודאנע בירגערין פון עילת פארציילט. זי איז ארעסטירט געווארן מאנטיג און גענומען געווארן צו 'סאהאראנים' פארהאלטונגס צענטער. "כ'האב זיי געזאגט אז איך האב פיר קינדער, און זיי זאלן מיר אפשוינען, ס'האט אבער גארנישט געהאלפן, אלזא האב איך מיר צוזאמגעפאקט וואס כ'האב געקענט, כדי מיטצונעמען אהיים".
די גאווערמענט זאגט אז די אלע וועלכע זי האט האט פארהאלטן זענען קוואליפיצירט און אויסגעקליבן געווארן דערפאר לויט אינטעלידזשענס אינפארמאציע. פון מאנטיג זענען רוב פון די ארעסטן געוועזן אין עילת.
"אין עילת זענען פארהאן אסאך פון די, צוליב וואס ס'איז נאנט צום גרעניץ האט א הויכע רעגירונגס באאמטע ערקלערט. זייער מעטאדן איז "א פריינד ברענגט א פריינד" און זיי ארבעטן אין קאנסטרוקציע, גערטנערינג, רייניגערס, און געשיר וואשער, ארבעטסגעבער בעפארצוגן צו באצאלן א סודאנע ארבעטער א דריטל די פרייז וואס וואלט זיי אפגעקאסט, פאר א איזראעלישע בירגער.
די רעגירונג באטאנט אז קיינע ארעסטן זענען פארסירט געווארן אויף שולע שטח, נוירסעריס, אדער געבעט-הייזער, און עס איז פאר די ארעסטירטע געגעבן געווארן עטליכע שעה, גענוג צייט צוזאמצופאקן זייערע אייגנטום, בעפארן אפטראגן צו די טורמעס, קציעות און סרהונים. נאכפאלגענדיג די פולע ארעסטן האבן אסאך סודאנע פרייוויליג אונטערגעשריבן דעפארטירונג'ס פאפירן. דאס איז נישט קיין אפעראציע אנטקעגן די סודאנע, דאס איז ליבערשט אן אפעראציע צו פרעזערווירן די אידענטיטעט פון איזראעל האט אינערן מיניסטער אלי ישי געזאגט. די ציהל מאמענטאל איז אומצוקערן די אימיגראנטן צו זייער היימלאנד. די קליין צאל עראפלאנען אפצוטראגן די שוין פארהאלטענע אימיגראנטן איז בלויז די אנפאנג האט ער צוגעגעבן.
די ערשטע פליגער וועט פארלאזן א"י קומענדיגע וואך, ווי אויך האט די איזראעלישע ראדיא באריכטעט א רעגירונגס-לוין פון 1,000 יוראס פאר די דאזיגע וועלכע וועלן זיך פרייוויליג איינמעלדן. די ארעסטן זענען געפלאנט אנצוגיין פאר די קומענדיגע פאר טאג, אבער אפילו די רעגירונג איז באוואוסטזיניג אז דאס וועט נישט לייזן די פליטים פראבלעמען וועמענס נומער איז פיהל העכער און ציילט זיך אין די צענדליגע טויזנטע. עס ווערט געשאצט אז יעדן יאר ווערן 500 קינדער געבוירן צו עלטערן-פליטים אין תל אביב אליינס. יעדע צענטע געבורט אין א"י איז פון רעפיודזשי עלטערן .
צווישן די פלענער וואס ווערן באטראכט וויזוי צו פארמינערן די כוואליע אינפילטירער און פליטים יערליך אריין אין די איזראעלישע גרעניצן, זענען פארענדיגן דאס בויען פונעם וואנט לענגאויס דעם עגיפטישע גרעניץ, באקעמפן די שמוגלערס, דיפלאמאטישע פארהאנדלונגען מיט אפריקאנע לענדער און צושטאנד ברענגען אן עפעקטיווער סטאנדארטליכע דעפארטאציע פראצעדור וואס וועט אויקלויבן די וואס זענען געאייגנט צו דעפארטירן פון די וועלכע זענען נישט.
דערווייל האט פרעמיער מיניסטער נתניהו שוין פארארדנט אז א אויסוואל פון בויען א וואנט אויך לענגאויס די ירדן גרעניץ זאל איבערגעקוקט ווערן דורך דעם זעלבן קאמיטע צוליב א מעגליכע זארג וואס איז אויפגעברענגט געווארן, נעמליך, נאכן פארענדיגן דעם וואנט ביים עגיפטישן גרעניץ וועלן אפריקאנער שמוגלערס פרובן זיך אריינכאפן אריין קיין איזראעל דורך ירדן.
איין זאך איז זיכער האט דני דנון פארזיכערט די קאמיטע, "ווילאנג די אימיגראנטן קענען טרעפן ארבעט אין א"י וועלן זיי אריינקומען אין לאנד וויאזוי נאר אימער" דאס איז וויאזוי א פרישע איינס אהאלב מיליאן מענטשן קענען ווידער אריינקומען אהער"
-------------------------------
אן אינטערעסאנטער עפיזאד וואס האט זיך אפגעשפילט מיט עטליכע מאנאטן צוריק איז יעצט ארויסגעקומען דורך א בריטישע צייטונג. די געשיכטע איז זיך פארלאפן מיט פרעמיער מיניסטער דעיוויד קעמראון'ס פאמיליע. ווען דעיוויד, זיין פרוי, און די דריי קינדער נענסי (8), ארטור (6), און די צוויי יעריגע פלורענס זענען אריבערגעשפרינגען צו א פאפ, אין געגנט 'באקינגהעמשעיר' אין לאנדאן נאך זייער נאכמיטאג מאלצייט. אין באגלייטונג פון צוויי אנדערע פאמיליעס. ווי באריכטעט איז נענסי א מינוט 'ארויס' בשעת די עלטערן האבן פלאנירט די וועג צוריק. די משפחה האט פארלאזט דעם ארט מיט צוויי באזונדערע אויטא'ס, און קעמראן אינעם ערשטן אויטא מיט זיינע לייבוועכטער איז זיכער געווען אז די קינדער געפונען זיך צוזאמען מיט זיין פרוי, בעת זיין פרוי האט נישט אנדערש געטראכט נאר אז די עלטסטע נענסי איז מיטן פאטער, הערשט נאכן אנקומען אהיים האבן ביידע געמערקט אז זיי האבן איבערגעלאזט דעם קליינעם נענסי אין פאפ.
זעענדיג אז נענסי פעלט זענען זיי זעהר באומרוהיגט געווארן האט א ווארטזאגער פון 10 דאונינג סטריט געזאגט, די פארל האט זיך צוריקגעאיילט אהין און דארט געפינען זייער טאכטער געזונט און שטארק, זיי פון זייער זייט האבן אצינד אדורכגעלעבט 15 זארגפולע מינוט, נישט וויסענדיג וואו זי איז אהינגעקומען, זי אבער האט זארגלאז פארברענגט די צייט מיטן העלפן די באר-סטעף.
דער ווארטזאגער האט זיך אפגעזאגט צו קאמענטירן אויף די פראגע אויב קעמראן האט געטרונקען אלקאהאל דורכאויס דעם באזוך, אבער געזאגט: "ס'איז באקאנט אז כאטש די פרעמיער מיניסטער איז גאר א פארנומענער מאן טוט ער זיך אנשטרענגען צו פירן א נארמאלן לעבן וויפיל נאר מעגליך מיט זיין פאמיליע".
עס איז אינטרעסאנט דעם פאקט אז ווען די ארבעטער האבן געפונען און אידענטיפיצירט דעם קינד האבן זיי נישט געוואוסט וואס צו טוהן, ס'איז נישט ווי מ'קען נאכזוכן דעיוויד קעמראן'ס נומער אינעם טעלעפאון ביכל, אנקלונגען און זאגן: "האסט איבערגעלאזט דיין קינד! קום איר אפנעמען. און ס'איז שרעקעדיג צוטראכטן אז דער בריטישער פרעמיער מיניסטער קען פארגעסן אז וויכטיגע זאך ווי זיין אייגן טאכטער".
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 11:24 am
דורך פעדער
נאך חדשים פון פארהאנדלונגען און מיט די הילף פון חושיבע אינטערנאציאנאלע פיגורן איז געלונגען צוזאמצוברענגען א קאנפרענץ צווישן דער מעיאר פון פשעדבוז אין פוילן מר מילאז נאכאזינסקי מיט א דעלעגאציע פון וויכטיגע קהילה פירער און רבנים פון אמעריקע און ענגלאנד, דעם פארגאנגענעם דינסטאג פארנאכטס אויפן שטח פונעם ארטיגן בית החיים וואו ער האט פארשפראכן די עסקנים אז ער וועט פארזיכערן די רוה און כבוד פון די קדושים, און צוגעזאגט אפצוהיטן מקום מנוחתם.
די אידישע בית החיים אין פשעדבוז איז פון די עלטסטע אין פוילן און גייט שוין צוריק אזוי פרי ווי 700 יאר, עס ליגן דארט באגראבן א טייל פון די גרעסטע תלמידים פונעם צדיק דער כהן פון לובלין, און די יוד הקדוש, (וואס איז אויך געבוירן געווארן אין דעם שטאט) פשעדבוז וועלכע איז 19 מייל פון ראדאמסק, און 52 מייל פון דעם אמאליגן הויפטשטאט לאדזש האט פארמאגט א אידישע פאפולאציע פון איבער 4000 משפחות אין יאר תר"ס.
רבי שמואל כהנא פון לאנדאן וועלכע איז זייער אקטיוו און אריינגעטאן אין אראנזשירן באזוכן פון גרופעס און מתפללים צום ציון פון תפארת שלמה אין די דערנעבנדיגע שטאט ראדאמסק, - האט לעצטנס אנטדעקט די קבר פון דער גרויסער גאון און צדיק רבי ישעי' פון פשעדבוז די רבי פונעם תפארת שלמה, וואס ברענגט אפט נאך פון אים אין זיינע ספרים.
אנקומענדיג אויפן בית החיים איז ער שאקירט געווארן עס טרעפנדיג אין א זייער נאכגעלאזטן שנדליכן צושטאנד. די נאציס האבן חרוב געמאכט די וואנט, און רוב פון די מציבות, און דאס מערסטע האט אים ווייגעטוהן צו הערן אז די לאקאלע איינאוואוינער נוצן דעם שטח פאר א שפיל פלאץ, און פראווען אפ דארט זייער פארטיס און פארברענגעכצער, א שאנדע און פאראומרייניגונג אויף דעם הייליגן ארט. זיין באלדיגע זארג איז אבער געקומען נאכן הערן אז די לאקאלע אויטאריטעטן פלאנירן אויסצופירן פארשידענע בוי פראיעקטן אין די צוקונפט, דאס איז געווען ווען ער האט אויגערודערט די אלטוועלטליכע געמיינדעס מיט א וויי געשריי אויף וואס לויערט צו די קברי רבותינו הק'. א גרופע פו לאנדאן אין שפיץ פון באבובער דיין רב בנציון בלום שליט"א האבן באזוכט דעם בית החיים פון פשעדבוז קומענדיג להשתטח צום יארצייט פון תפארת שלמה אין ראדאמסק, און געזען די ביטערע ספעקטאקל מיט די אייגענע אויגן.
בסייעתא דשמיא איז פאראן פאזיטיווע נייעס צו באריכטן. די מיטגלידער פונעם לאנדאנע ארגעניזאציע CPJCE און דער לאנג באוואוסטער עסקן להצלת בתי חיים ר' משה אלימלך שטערן הי"ו וואס האט אריינגעמישט דעם קראלע (ספינקא) רבי פון אמעריקע אינעם בילד וועלכע האט די זכיה געהאט אויפצובויען א וואנט ארום דעם בית החיים, און ארויסגעוויזן שטארקע אינטערעסע אינעם ענין ערלעדנדיג א נסיעה מיט א גרופע חסידים צו פשעדבוז און אראנזשירט א מיטינג מיטן מעיאר, אויסצוארבעטן א פלאן מיט אים וויאזוי אפצוראטעווען און רענארווירן דעם בית החיים.
כאטש ס'איז געווען א פאלקס-חאגע אין די דאזיגע טעג, האט די מעיאר איינגעשטימט זיך צו טרעפן מיט'ן רב און די אנדערע עסקנים. רב יצחק משה שטערן ראש ישיבה אור תורה היטשען, צוזאמען מיט א חבורה תלמידים, ווי אויך רב יחזקל לאנדאוי פון לאנדאן, האבן אויך אנטייל גענומען אינעם געדענקפולע באגעגעניש, די מעיאר האט ארויסגעוויזן מיטלייד און אנערקענט און די וויכטיגקייט פון אפהיטן א אידישע בית החיים, ער האט באקומען א ספעציעלן פלעיק, אלס אנערקענונג און מתנה פאר זיין קאפעראציע. און ער האט פארזיכערט די אנוועזנדע, אז ער וועט טוהן וואס נאר מעגליך צו פרעזערווירן די צוקונפט פון די בית החיים.
די דארטיגע בית החיים פארנעמט א גרויסן שטח, און ווי פארשטענדליך האט די וואנט אפגעקאסט א הון רב איבערצומאכן און באפעסטיגן, דעריבער איז גאר קריטיש די נייעס זאל דערגרייכן איבעראל און יעדער איד וואס זארגט זיך פאר די וואוילזיין פון די קברי צדיקים, און די אלע טויזנטע ערליכע אידן וואס ליגן באהאלטן אויפן דארטיגן בית החיים, אזוי אז עס זאל מעגליך זיין אויפצוטרייבן די פארלאנגעטע סכומים וואס נויטיגט זיך צו דעקן די אסטראנאמישע קאסטן, און אזוי ארום פארזיכערן די אפהיטונג פון די בתי חיים וואו אונזערע עלטערן ליגן באהאלטן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 12:34 pm
דורך צייטליך
בין איך דער איינציגסטער צו באדאנקן רב פעדער פאר זיין אויסערגעווענליכן ארבייט?
גיי אן! דער עולם הערט נישט אויף צו ליינען, אזוי ווייט אז מ'האט קוים צייט א שכויעך צו זאגן. האלט דעם עולם פארנומען ווייטער!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 12:38 pm
דורך למעלה משבעים
ניין ביזט נישט די איינציגסטע...
הרב פעדער, דער באשעפער זאל אייך באצאלן מיט אלעם גוטן, עס איז ממש א מחיה צו לעזען אייער שריפט. האלט אן ביטע.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 12:38 pm
דורך שנאפס
איך האלט נאך אינמיטן ליינען... שקויעך פעדער
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 12:39 pm
דורך ווינקל
א דאנק פון א מנהל, איז א דאנק בשם די צענדליגע טויזענטער וועמען ער טוט פארטרעטן...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 12:43 pm
דורך מאנ-יימער
א גרויסן יישר כח פעדער, דיין פליסיגע פעדער און קלארע שפראך ליינט זיך געשמאק
האלט אונז ווייטער אינפארמירט!
נ.ב. די תגובה טוט יא אפשפיגלען די פריוואטע מיינונג פונעם שרייבער!!!
גיימער ווייטער ליינען
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 13, 2012 12:43 pm
דורך שויתי'ניק
פילע דאנקע פארן געלונגענעם "פעדער" גאר אינטרעסאנטע אינפארמאציע, בפרט איבערן הייליגן מקום מנוחתו פון הרה"ק רבי ישעי'לע פשעדבורזער
האט איר אפשר בילדער דערפון?