בלאט 123 פון 286
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 31, 2012 2:11 pm
דורך מאנ-יימער
אויפריכטיג האט געשריבן:איך הער אז עס איז אונטערגעגאנגען אונטער די השפעה פון הרב שטיינמאן שליט"א
געגאנגען אונטער די השפעה פון הרב שטיינמאן, נישט אונטערגעגאנגען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 31, 2012 2:23 pm
דורך אויפריכטיג
מאנ-יימער האט געשריבן:אויפריכטיג האט געשריבן:איך הער אז עס איז אונטערגעגאנגען אונטער די השפעה פון הרב שטיינמאן שליט"א
געגאנגען אונטער די השפעה פון הרב שטיינמאן, נישט אונטערגעגאנגען
ודו"ק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 31, 2012 2:50 pm
דורך שנאפס
אויפריכטיג האט געשריבן:איך הער אז עס איז אונטערגעגאנגען אונטער די השפעה פון הרב שטיינמאן שליט"א
פון וועמען'ס השפעה איזעס ארויס?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 3:42 am
דורך msp
מסתמא פון הרב שמואל דויטש שליט"א ר"מ בקול תורה
כהאב געלערנט ביי אים א זמן אנדערהאלבען...
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 8:22 am
דורך געלעגער
בלומבערג וויל איינפירן א נייע געזעץ וואס וועט אסר'ן דאס פארקויפן גרויסע באטלעך פון סאדע און זיסע געטראנקען. ער טוט דאס אלס מיטל אראפצוברענגען די פעשקייט פארצענט.
אויב האט איר א קעיס סאדע טרינקט עס אויס ווי אמשנעלסטן אז נישט קענט איר חלילה ארעסטירט ווערן פארן פארמאגן "קאנטראלירטע סובסטענץ איבער די מאס אין אייער באזיס"
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 8:26 am
דורך געלעגער
מואמאר קאדאפי גיט קידוש די שבת. דאקטוירעם זאגן אז בקרוב קומט זיין שותף הוגע שאוועז אים באזוכן און וועט לכארה בלייבן פארוויילן מיט אים לעולם.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 8:30 am
דורך יוסף שרייבער
גייט דער קידוש זיין לויט די תקנות?
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 01, 2012 9:06 am
דורך צייטליך
געלעגער האט געשריבן:מואמאר קאדאפי גיט קידוש די שבת. דאקטוירעם זאגן אז בקרוב קומט זיין שותף הוגע שאוועז אים באזוכן און וועט לכארה בלייבן פארוויילן מיט אים לעולם.
מיר וועלן ווארטן אויפן קידוש וואס די ווענעזועלא איינווינער וועלן געבן נאך זיין פגירה. דערווייל אבער האט ער זיך נאך אלעמאל ארויסגעדרייט פון זיין קרענק.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 12:39 am
דורך שטייסטענישט
10 מיליטאנטען זענען געהרגעט געווארן היינט אין פאקיסטאן פון אן אמעריקאנער דראון .
-----
מובאראק איז פאראורטיילט געווארן צו תפיסה פאר לייף, פראטעסטירער דרייען איבער מצרים, זיי ווילן מובאראק'ן טויט.
--------
איינער איז אומגעקומען 7 פאוואונדעט אין א שיסעריי אין טאראנטא קאנאדא.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 03, 2012 5:23 pm
דורך שנאפס
איינער קען מאכן ביטע א הספד פאר מובאראק?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 4:01 am
דורך msp
א שטעטעל אין אמעריקא און א שטעטעל אין אויסטראליען האבען זיך פאראייניגט
איינער הייסט בארינג און דער אנדערע דאלל
boring and dull...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 8:19 am
דורך צים פינטעל
היינט איז די יאר טאג פון די "די דעי"
די טאג וואס די אליאירטע ארמיי האט געלאנדעט ביי די ביטשעס פון נארמענדי
וואס דאס איז געווען די ערשטע נאגל אינעם ארון פון די פאסיטישע נאצי
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 8:26 am
דורך msp
אהההה צום פינטעל
טאקע א וויכטיגע טאג....
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 8:50 am
דורך מאנ-יימער
און גוגל-דודל האט געפילט פאר וויכטיגער אפצוצייכענען די 79 עניווערסיטי פון דרייוו-אין טעאטערס
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 9:02 am
דורך msp
מוחה מוחה מוחה
באאאא גוגעל
באאאאא גוגעל...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 9:20 am
דורך מכטי1
שווערע דאגות...
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 9:41 am
דורך msp
מכטי
פארוואס ביזטו נישט מוחה?
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 10:36 am
דורך פעדער
די אייראפעישע פאראייניגונג האט פאררופן א מאסיווע אויספארשונג איבער אנטיסמיטיזם אויף די פארלאנג פון JPR א לאנדאן באזירטע אידישע אינסטיטוציע.
עס וועט אדורכגעפירט ווערן א סורוועי אויף די אינטערנעט וואו אינדיווידועלן וועלן האבן די מעגליכקייט צו מיטטיילן זייערע פערזענליכע פאסירונגען און מיינונגען בנוגע אנטיסמעטיזם אין 9 אייראפעישע מדינות.
דזשאן באויד די עקזעקיטיוו דירעקטאר פון JPR האט דערקלערט "די אינסטוטוציע וועט קאלאבארירן און צוזאמענארבעטן מיט איזראעלישע עקספערטן. צוגעבנדיג. ס'איז קלאר צו אלע וואס האלטן מיט און אבזעווירן די נושא פונדערנאנט, אז אנטיסמעטיזם האלט אין איין שטייגן און טוט שטארק באזארגן אידישע פירער פון איבער די וועלט, וועלכע צווייפלען צו ס'איז בכלל מעגליך עס אינגאנצן צו דערשטיקן און איינמאל פאר אלעמאל גענצליך עלימינירן. דעריבער איז צו דעם הצלחה וויכטיג צו מיטיילן און זיך איבערגעבן אינפארמאציע איינער דעם צווייטן כדי צו וויסן וויזוי זיך צו באגיין מיט דעם ענין.
דאס איז א אויסטערליש וויכטיגע געלעגנהייט פאר טויזנטער אייראפעישע אידן צו מיטטיילן זייער עקספיריענס, און לאזן הערן זייערע זארגן פאר די פאראנטווארטליכע וואס קענען מאכן א דיפרענץ.
די 9 מדינות זענען : בעלגיע; פראנקרייך; דייטשלאנד; אונגארן ; איטאליע ; לאטוויע ; ראמעניע; שוועדן; און ענגלאנד.
ירושלים.
----------------------------------------
ארום 140 גאלדערנע און זילבערנע מטבעות און צירונגען און א גרויסע זאמלונג פון צירונגען זענען געפינען געוארן צווישן די אוצרות אנטדעקט דורך ארכעלאגן גראבנדיג אין די היילן נעבן קרית גת.
די געפינסן ווערן געגלויבט צו זיין נאך פון בר כוכבא'ס צייטן און זענען באהאלטן געווארן דורך א רייכע פרוי אין א צייט פון געפאר, - ווארשיינליך בעת בר כוכבא'ס רעוואלטן האבן אויסגעבראכן.- און וואס האט ווי עס שיינט קיינמאל זיך נישט אומגעקערט אפצונעמען איר אוצר. צווישן זיי האט זיך געפינען אוירינגלעך אין בלומען פארעמעס, א רינגל מיט א טייער איידלשטיין אריינגעזעצט דערינען, אויסגעצירט דערין אינטרעסאנטע פארשידן ארטיגע צייכענעס און סימבאלן. און זילבער שטעקעלעך וואס זענען גענוצט געווארן זיך צו באפיצן. לויט די ארעכלאגישע פארשונגען.
ווי אויך זענען די געלטער געווען דאטירט צו א לויף פון בערך 70 יאר, אין א עפאכע ווען די רוימישע מעכטיגע קיסרים האבן געהערשט. די מטבעות האבן אויף זיך איינגעקריצט די בילדער פון די דריי עמפארערס נערא, נארווא, און טארזשאן, וואס האבן געהערשט איבער רוים אין די יארן פון 54 – 117 און פארמאגן דערצו אנדערע סימבאלן וואס טוען סימבאליזירן די רוימישע שטארקייט, קעמפערישע ברודערשאפט, און אפגעטער פון יענע צייטן. אין וועלכע די רוימער זענען שטארק פארגלייבט געווען. וו.צבש 'דזשופיטער'.
די ארטיפעקטס ווערן געהאלטן אונטער איזראעלישע ארכעלאגישע אויטאריזאציע באהאנדלונגס דעפארטמענט.
פאריז.
----------------------------------
אינטיסעמיטישע אויפשטייג זינט טולוס שיסעריי
די פראנצויזישע רעגירונג האט פארשפראכן אויסצוגיבן מער געלטער בכדי צוצושטעלן שוץ צו היטן אידישע געגנטער פון אנטיסעמיטישע איבערפאלן. בשעת'ן העפטיג אויספארשן אנטיסעמיטישע פרעדיגונג אנליין, נאכפאלגענדיג דריי לעצטיגע ווילדע איבערפעלער אויף אידן אין פראנקרייך.
מיניסטער מאנועל וואלס, האט ביי א מיטינג דינסטאג מיט אידישע פירער און פארשטייער, זיך אינטערגענומען צו נעמען די זאך אין די הענט אריין. זאגענדיג צווישן זיינע ווערטער, אז ער האט פאררופן די קאנפארענץ נאכוואס צוויי מענטשן טראגענדיג אידישע קליידונג זענען איבערגעפאלן און פארוואנדעט געווארן אין דרום פראנקרייך און אן אנדער אידישע איגנטליכער איז אטאקירט געווארן מאנטיג אין מארסיי.
אויך האט ער ווידערהאלט א די פאליצייאישע קרעפטן וועלן ווייטער אנהאלטן זייער אנוועזנהייט און וואך אינערהאלב און ארום אידישע געגנטער, שוהלן, און סקולס, אננעמענדיג אלע מעגליכע זיכערהייטס מאסנאמען צו פארהיטן ס'זאל זיך נישט איבערחזרן די פארגאנגנהייט חלילה, ווען א שיסעריי אין מערץ , האט ל"ע אומגעברענגט דריי קינדער צוזאמען מיט זייער רעבין אין די שטאט טולוס.
זינט דער טראגעדיע האבן שוין פאסירט איבער פראנקרייך, א פרישע 43 ווילדע אינצידענטן און 105 סטראשונקעס אדער אקטן אפצושרעקן אידן, צילענדיג אידישע אינטערעסן און אינדיווידועלן. לויט א רעכענונג פון די סערוויס וואס שטעלן צו שוץ פאר אידישע קהילות איבער פראנקרייך.
איזראעל
---------------------------------------
פרעזידענט שמעון פערעס האט פארגאנגענעם דינסטאג צוגעזאגט פאר א גרופע פאמיליעס וועלכע טרויערן נאך דעם איזראעלישן ארעסטאנט דזשאנאטאן פאלארד - וועלכע שמאכטעט אין אמעריקאנע טורמע אויפן באזיץ אז ער האט שפיאנירט פאר איזראעל - אז ער וועט טוהן "אלץ מעגליך" צו געווינען זיין באפרייאונג.
פאלארד האט שוין אפגעדינט כמעט 27 יאר פון זיין לעבנסלענגליכע טערמין, פארן האבן איבערגעגעבן קלאסיפיצירטע אינפארמאציע צו איזראעל אן אליאירטע מדינה מיט אמעריקע. די פאמיליעס האבן אנגענומען מיטלען צו לייגן דרוק אויף פערעס ער זאל אויסנוצן דעם געלעגנהייט - ווען ער וועט באקומען דעם 'מעדאל פון פרידן' פונעם אמעריקאנעם פרעזידענט באראק אבאמא אין א ספעציעלן צערעמאניע נעקסטע וואך אין וואשינגטאן, - און דאן אויפברענגען די נושא פון פאלארד. און אפעלירן פאר זיין באפרייאונג
פערעס האט דעקלערט: פאלארד האט געקעמפט פאר זיין לעבן און איז דורכגעגאנגען אסאך שוועריגקייטן אין טורמע ליידענדיג פון א רייע עלעמענטן. און ער זעט איין פאלארד'ס באפרייאונג אלס א אקט פון יוסטיץ.
די אלע פאמיליעס, וואס האבן יעדערער באזונדער א פארלוירענע אין משפחה נאך וועם זיי טרויערן, האבן געזאגט אז צוליב זייער שווערע מיטמאכענישן זעען זיי פאר א אבליגאציע צו טוהן אלס אויף די וועלט עם צו באפרייען . אייניגע האבן אויסגעדרוקט אז די מעדאל פון פרידאם וואס ער וועט באקומען מוז קומען צוזאמען מיט נאך א דערגרייכונג וואס וועט אקוראט באצייכענען וואס פרידאם איז.
------------------------------
ניו דזשערזי
ווי גרויס זענען געווען די געפיהלן בשעת'ן הקמת המציבה אויף די קבר פון הקדוש לייבל קלעצקי. פיר וואכן איידער בארא פארק וועט בייוואוינען דעם ערשטן יארצייט, אינדעם עלפטן טאג אין תמוז.
א קליין עולם ציילענדיג בערך צוויי מנינים אין שפיץ פון די קלעצקי פאמיליע בראש די רב רבי בנימין אייזנבערג האבן זיך פארזאמלט אויפן וואשינגטאן בית החיים אין ניו דזשערסי.
נאך תהילים זאגן, אל מלא רחמים, האט מען געזינגען אחינו כל בית ישראל. און דערנאך האבן אלע אנוועזנדע געלייגט א שטיינדל אויפן פריש געלייגטן מציבה, געבנדיג יעדעם יעדן א טיפן קיצל אין הארץ, דערמאנענדיג זיך אין די שווערע טראגעדיע וואס האט באטראפן כלל ישראל, ווען הילד לייבי איז טראגיש אומגעקומען זייענדיג א כפרה פארן גאנצן כלל.
די מציבה האט אויך ארויסגעברענגט די איידלקייט און אויסנאמליכע ספעציעלקייט פון לייבי'ס כאראקטער, "באליבט געווען צו יעדעם וואס האט אים געקענט..... אויסגעצייכנט אין זיינע מדות טובות..... דארשטענדיג צו דעם אויברשטנס ווארט און זיינע מצות... און האבנדיג א איידעלע באנעמונג צו די זיינע רביים און אלע וואס האבן אים געקענט.
--------------------------------------
פרעזידענט אבאמא איז געקומען אינטער גרויס קריטיק ווען אינמיטן א רעדע ביי א צוזאמקום צו באעהרן א העלד פון די פוילישע פארטיזאנער, האט ער באצייכנט די קאנצערטראציע לאגער טרעבלינקע, אלס א פוילישע טויט לאגער. אנשטאט עס אנרופן א נאצי לאקאציע אויף א נאצי אקופירטע שטח.
געווען איז עס ווען ער האט אינמיטן די רעדע אויסלויבנדיג דער העלד יאן קארסקי פון די פוילישע הונטערגרונט קעמפער – ארויסהויבנדיג ווי מר קארסקי האט זיך אריינגעשמוגלט אין די ווארשעווער געטא, און שפעטער אינעם פוילישן טויט לאגער בכדי צו זען מיט די אייגענע אויגן וואס ס'גייט דארט פאר.
א ווארטזאגער האט זיך אנטשולדיגט דערויף, זאגנדיג "מיר האבן חרטה אויף דעם און עס טוט אונז לייד דערויף, אבער די בטעות'דיגע סטעיטמענט טאר נישט אוועקנעמען די ריכטיגע אגענדע פון דעם צוזאמקום וואס דאס איז צו באעהרן דעם פוילישן העלד און די אנדערע פוילישע ערליכע העלדישע בירגער וואס האבן זיך געשטעלט אויף די זייט פון מענטשליכע ווירדע אין א צייט פון א ביטערע טיראנישע אינטערדריקונג
.
די פוילישע רעגירונג, האט אבער שארף פארדאמט די סטעיטמענט באצייכענענדיג עס אלס פאלשע פאקטן, "די נאצי טויט לאגער איז געבויעט געווארן הערשט נאכדעם וואס אונזער לאנד איז אינוואדירט געווארן דורך נאצי דייטשלאנד.
די פוילישע אויסערן מיניסטער האט אנגערופן דעם אקט, "איגנארירנד און אומקאפעטנט. און גערופן אויף באלדיגע אנטשילדיגונג און אפיציעלע אפאלעדזשיס פון די ווייסע הויז, פאר אזא שאנדפולע טעות.
ווי אויך האט דער פוילישע פרעזידענט געזאגט אין א סטעימענט "אזעלכע ווערטער זענען נישט טאלערירבאר, קומענדיג פון באפריינדטע וועלטמאכט פירער. און אפשר דייקא טאקע, פון פריינדליכע גרויסמאכטן. דאס טוט ווידער אויפווייזן ווי ווייט הינטערשטעליג געוויסע לענדער זענען אין צווייט וועלט מלחמה היסטאריע, און טוט אונטערשטרייכן וויפיהל מען דארף נאך לערנען דערין. (קוקט אויס אז ווען די הינט בילט איז א סימן די קויל איז געלונגען . אדער ווי דער ווערטל גייט: די אמת שטעכט. אויפן גנב ברענט דאס היטל (פוילישע איינגעקנייטשטע פאלקס דויטש היטל )
נ.ב. ווער קען גיבן א עצה. וויזוי די פאראגראפן זאלן בלייבן אפגעטיילט - מיט ספעיס בעפאר יעדן פאראגראף , אפ' נאכן אריינקאפיען א ווארד דאקומענט.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 10:53 am
דורך טראנספארט
שכוח פעדער פאר דיין זיסע פעדער.
(פעדער נוצט זיין פעדער און געלעגער נוצט זיין געלעגער)
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 11:16 am
דורך צייטליך
א גרויסן יישר כח הער פעדער פארן אויסניצן אייער געבענטשעטע פעדער.
מיר ווארטן אלע טאג אויף אייערע נייעס באריכטן.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 12:31 pm
דורך אויפריכטיג
טראנספארט האט געשריבן:(פעדער נוצט זיין פעדער און געלעגער נוצט זיין געלעגער)

פיין געזאגט!
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 12:44 pm
דורך ווינקל
יישר כח פעדער פאר יעדן באריכט עקסטער.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 1:07 pm
דורך צייטליך
מאנ-יימער האט געשריבן:און גוגל-דודל האט געפילט פאר וויכטיגער אפצוצייכענען די 79 עניווערסיטי פון דרייוו-אין טעאטערס
אסאך וויינען דערוועגן..
http://www.seroundtable.com/first-drive ... 15255.htmlלייען די קאמענטס ווי דער עולם וויינט אויפן היינטיגן מצב ווי דער אינגערער דור ווייסט שוין נישט וואס די-דעי איז.
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 3:17 pm
דורך ווינקל
גוגל, יאהו טוען היינט צוזאמען מיט נאך עטליכע, אימפלעמענטירן IPv6 (קוקט אויס אזוי 3ffe:1900:4545:3:200:f8ff:fe21:67cf). דאס איז די נייע טעלעפאן נומערן פאר וועבסייטס נאכדעם וואס די איצטיגע IPv4 (וואס קוקט אויס אזוי 192.168.1.1) איז שוין אויסגעלאפן פון נומערן.
http://www.google.com/intl/en/ipv6/
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 06, 2012 3:42 pm
דורך leiby
פיינעלי,
יעדעס מאל פלעגן די טיטשערס זאגן "דאס איז ענק סייווי נישט נוגע", ענדליך איז מען אנגעקומען דערצו.